נודה לך האט געשריבן:הרב דל איך שפיר דיין ווייטאג !!
ב " ה נאך יארן לאנג פון ............... האלט איך שוין - מיט השי " ת הילף אויף טריט און שריט - מיט א געוויסע זין אויף א " נארמאלע " לעבנס שטייגער ....
די וואס זענען דאס נישט אדורך קענען זיך נישט פארשטעלן דאס מינדעסטע וואס דאס מיינט .... אוי איז דאס טעם מיתה [ ויותר ... ] מזאל נישט געפראווט ווערן ...
דער עולם האט אויבן שוין ארויסגעברענגט עטליכע וויכטיגע עצות
איך וויל נאר צילייגען א פאר נאטורליכע עצות וואס איך האב געניצט אויף מיין אייגענע הויט דורך א טעראפיסט (און איך ניץ עס נאך אלטץ) אין מיינע שווערע זמנים וואס קען דיר אויך מעגליך העלפן.
געוויסע עצות קען דיר אויסקוקען אז ס'איז נישט קיין ענטפער צו די פראבלעם וואס די פילסט אז די האסט, אבער פונדעסוועגען פראביר עס.
אבער טי נאר וואס די קענסט, וויאזוי די קענסט, וויפיל די קענסט אן קיין איבעריגע פרעשער, און ס'מוז נישט זיין פערפעקט, ווייל קיין איין נברא איז נישט פערפעקט.
ווי אויך קען זיין אז פון אנפאנג וועסטי זיין נערוועז און אומגעדולדיג, האב נישט מורא, ס'איז זייער נערמאל אזוי צי פילען פון אנהייב, ציביסלעך ציביסלעך וועט עס האבען א פאזיטיווע רושם אויף דיר מער און מער.
געדענק יעדע זאך נעמט צייט פון אנהייב, גארנישט נעמט נישט איינס צווי, אבער מיט די ריכטיגע אמת'ע עקשנות און נישט אויפגעבן וועסטו זעהן אז די וועסט נאך אי"ה האבן גאר אן הערליכע פרייליכע געשמאקע לעבן.-----------------------------------------------------------------
פראביר צו סקעדזשלן פאר יעדע אינדערפרי און אין אווענט א גיטע 15 - 20 מינוט אדער אפי' לענגער, גיי צו א רואיגע פלאץ ווי מ'קען הערן סאונדס פון ארום און ארום, אויב מעגליך זאל זיין ווי מ'קען זיך אראפזעצן, און אויך ווי ווייניגער (אדער בכלל נישט קיין) מענטשען דרייען זיך דארט (פארשטייט זיך נישט אין קיין מקום סכנה),
אבער מאך נישט קיין איבעריגע פרעשער אויב די טרעפסט נישט פינקטלעך די פלאץ וואס די זיכסט.
ווי אויך קענסטו איבערן טאג ווען ס'מאכט זיך א שווערע מינוט אדער סתם אזוי ביי ברעיק אדער אפי' אינמיטען די ארבעט טיען א חלק אדער עטליכע פון די עצות וואס איך געב דיר.
א - ניצען די 5 חושים1 - זעהן
2 - הערן
3 - שמעקן
4 - פילען
5 - טעם
לאמיר בעסער מסביר זיין
זעהן - פראביר צו באטראכטען אלעס וואס די זעסט דארט, למשל די ביימער, שעיפס, דיזיינס און קאלערס פון אלע מיני בלעטער, אדער באטראכט די וואלקענעס, אדער סיי וואס די זעסט דארט באטראכט מיט וואס מער דיטעלס די קענסט נאר, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל אללע דיטעלס וואס די זעסט.
הערן - הער צי די אלע נאנטע און ווייטע סאונדס, שטילע און הויכע, שטארקערע און שוואכערע, וכו' און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די הערסט
די 2 ערשטע איז די עיקר אויף וואס צו לייגען דגוש.
שמעקן - פשוט פשט פרוביר צו שמעקן די גיטע ריחות ארום דיר, (צווינג דיך נישט צו שמעקן אויב די שמעקסט גארנישט, נאר אויב די שמעקסט עפעס פראביר אריינציטראכטען וואס די שמעקסט, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די שמעקסט.
און פארשטייט זיך, לייג די דגוש אויף גיטע און געזונטע ריחות.
טאפן / פילען - למשל כאפ אן די זאכען וואס זענען אין פאראנט פון דיר, און טראכט אריין וואס ס'איז, און זאג ארויס מיטען מויל וואס דאס איז.
טעם / טעיסט - פיל די טעם פון די עסן וואס די נעמסט און דיין מויל, ציקיי עס שטייטלעך, און זיי מעיין וואס פאר א טעם די שפירסט.
אסאך מאל קענסטו שפירען עטליכע חושים אויף איינמאל.
ווי געזאגט פריער, ס'מוז נישט זיין פערפעקט, און מאך דיך נישט קיין פרעשער אויב ס'גייט נישט אזוי פונקטלעך.
ב - סקען דיין גוף פון קאפ ביז פיספינקטליכע אינסטראקשענס וועל איך אפשר מסביר זיין אין א צווייטע געלעגענהייט,
אבער אויף בקיצור, נעם אינאכט יעדע פילינג וואס די שפירסט אויף יעדע אבר באזונדער, גיט צו שלעכט, באקוועם צו אומבאקוועם, דארפסט גארנישט טיען דערוועגן דארפסט נאר שפירען די אבר און גארנישט מער
אויף דערווייל קענסטו מאכען א גוגל סערטש פאר meditation body scan audio / Mp3 downloads. ס'איז דא באצאלטע אפפס אבער ס'פעילט נישט אויס צו צאלען מ'קען האבען געניג און נאך פון די פרי, אבער געב אכטונג ס'איז דא אויך פון פרויען (ס'איז נאר רעדן), אויב די טרעפסט נישט עפעס אנדערש, רעדט דיך דורך מיט דיין דיין אין פאל פון עמערזשענסי
ג - פאזיטיווע סטעטמענטסאיך אטעטש דא א ליסט פון בערך 60 זאכען וואס איך האב געמאכט פאר מיר, ס'איז נישט מוגה, און ס'איז אין ענגליש, איך קען עס פראבירען איבערצישרייבען אין אידיש ווען די צייט וועט ערלויבען.
ד - נאטורליכע היפנאזעסאיך האב א געוואלדיגע Mp3 פון בערך 18 מינוט, ס'האט מיך ארויסגענומען פון ממש טיפע שווערע מענטל מצבים.
Natural Mind Relaxationה - Meditation Appsפראביר צו דאונלאודען meditation apps, ס'איז דא באצאלטע אפפס אבער ס'פעילט נישט אויס צו צאלען מ'קען האבען געניג און נאך פון די פרי, אבער געב אכטונג ס'איז דא אויך פון פרויען (ס'איז נאר רעדן), אויב די טרעפסט נישט עפעס אנדערש, רעדט דיך דורך מיט דיין דיין אין פאל פון עמערזשענסי
ו - רב / גיטער אידאיך וואלט דיך געראטן זיך צו האלטען בקשר מיט א רב אדער אן אנדערע ערליכע איד וואס די וואלסט געפילט גיט צו רעדן מיט אים איבער דיינע ענינים.
אויב איז דיר שווער זיך צו עפענען פאר אים, קענסטו פשוט ארויספרינטען דיין תגובה וואס די האסט געשריבען און אים עס שיקען אויף פאסט און צולייגען דיין פרייוועט סעלפאון נומער,
אויב פילסט דיך נישט באקוועם נאך צו רעדן מיט א רב וועגן דיין ענין, קענסטו ציווארטן אפאר וואכען ווילאנג די פילסט דיך אביסל מער סעטלט, און ס'וועט דיר אפשר זיין גרינגער.
דער עיקר איז אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די זאלסט קענען גרינגערהייט אדורכגיין אלע דיינע שוועריגקייטן, און די זאלסט זוכה זיין צו אריכת ימים ושנים טובים.
----------------------------------------------------
און וויל איך ארויסברענגען א נקודה צום עולם וואס עטליכע האבן שוין פריער ארויסגעברענגט.
אז ווער ס' איז נישט אדורך דעם נסיון האט בכלל נישט די מינדעסטע שב'מינדעסטע השגה וואס פאר יסורים דאס איז דורכצוגיין,
די גאנצע לעבן איז צימישט, מ'ווייסט בכלל נישט וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען, מ'האט פחדים אויף טריט און שריט,
און דא קומט א איד און ער גיסט זיך אויס דאס הארץ, מאכט זיך אויף זיין גאנצע פרייוועסי, וואס איך שטעל מיך פאר אז די אשכול האט אים געקענט נעמען אפאר וואכען אדער אפילו חדשים צו עפענען, ווילאנג ער האט ענדליך געדריקט די קנעפל "שיק עס" און ער האט געפילט אז יעצט איז א סוף צו אלע זיינע יסורים און זיינע גיטע ברידער און געשמאקע חברי' גייען אים ארויסהעלפן,
און נאר ווייל ער ברענגט אביסעל ארויס זיין בילבול המוח און זיינע ספקות און זיין שווערן מצב, קומט זיך אים אז סקומען דא א באנדע און מ'באפאלט אים כאילו ער האט דא געטוען א געפערליכע פארברעכען, דער זאגט אסור לרחם עליו, און א צווייטער מאכט סתם אזוי ליצנות אויף זיין חשבון, קענסט אים נישט העלפן, העלף נישט, אבער פארגיס נישט קיין אומשילדיג בלוט, וויל ער דען נישט גיין זיך העלפן?
איך קען זאגען א לימוד זכות אז אדער די באפאלערס האבן בכלל נישט השגה וואס אזא לעבן(?) מיינט, ווייל ס'גייט זיי ב"ה גיט,
איז אנשטאט דעם זאלען זיי דאנקען און לויבען דעם אייבערשטן "רבש"ע אונז דאנק מיר דיר אז אונז פארשטיי מיר נישט וואס אזא לעבן מיינט, און אונז בעט מיר אויף להבא אז אונז זאל מיר עס קיינמאל נישט פארשטיין, און קיין שום נברא זאל דאס נישט פארשטיין
אדער קען זיין אז זיי זענען פשוט אליין פארצערט פון אייגענע צרות, און זיי פראבירן עס צו פארווישען אויף אזא אויפן, ווייל זיי מיינען אפשר אז ס'איז חלילה נישטא קיין רפואה פאר זיי,
וויל איך זיי זאגען אז מיין אישי איז אפען פאר זיי און איך וועל פראבירען צו העלפן מיט וואס איך קען, ווייל איך האב ליידער מיך געלערנט אויף מיין אייגענע הויט, און געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האלט ווי איך האלט, און איך בעט דעם אייבערשטען אז איך זאל אינגאנצען ארויסקריכען פון מיינע פראבלעימען.
און מיט דעם וויל איך ענדיגען מיין מוחאה.
הצלחה רבה וכל טוב