הילף אין חיזוק פאר יסורי נפש ליידענדע

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:23 pm

מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייזט אז דו ״האלסט נישט דערביי ביים זיך העלפן!!!״. דו הערסט?? יא! ווילאנג דו קומסט דא אהער דרייען א קאפ, צייגסטו דיינע אמת׳ע מאטיוון.

כהאב דיר געהייסן רופן רפואה העלפ ליין, האסט גערופן?

ר.ט.
די שורש מנהסתם איז אז מענטשן און די מצב האבן ליב צו זיין צובראכן , זיין א רחמנות , דאס איז עפעס א מורא׳דיגע געשמאקע פילינג. אזוי א סאער קענדי. אדער ווי זיך איינוויקלען מיטן דאכענע ווען די ווינדאוי איז אפען און מיטן טבת.
בקיצור איינער וואס ליידט נישט דארויף פארשטייט עס נישט.
אבער דאס מאכט אז דו ווילסט נישט באמת אויסעלייזט ווערן פון דיין פארבלעם. ווייל דאנסמאל וועסטו מער נישט קענען וויינען ״אוי איך האלט עס נישט אויס״ ״באו מים עד נפש״ אדג.
בקיצור, סקען זיין אז דו אליין פילסט עס נישט אבער דאס קען זיין די שורש צו דיין פארבלעם (בעיסט אויף דיין לעצטע תגובה און אויף אייגענע עקספריענס)
דו ערשטע זאך דארפסטו אפ מאכן אז די ביסט נישט מער קיינעס רחמנות און סאיז בכלל נישט גוט צו זיין א נעב. !!
קיינער איז נישטא דיר צו העלפן , העלף דיך אליין. ״אם אין אני לי מי לי״
לעצט פאראכטן דורך גיי שוין גיי אום מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:27 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:26 pm

דל גאה האט געשריבן:למעשה בין איך זייער צומישט איינער מיט ווייטימען איינער מיט מעדיקעישן איינער שטארק דיך אליין אויף אפאר מיני אויפנים איינער ווייטער גיין צו פסיכלאגן איינער גיי צו אן ארגענעזעישן אוי רבושע וויאזוי וועל איך מיך ארויסזעהן איך האב שוין געמיינט עס וועט שוין זיין א שטיקל רפואה דא אבער למעשה ...

איך דארף דריגענד הילף ... ווען עטס הערטס וועין די קולות פון מיין הארץ וואלט עס געווען אזוי הויעך וואו די כהן גדול יום כיפור (ד מאות פרסה)

העלפ!!

איך וויל אזוי שטארק זיין געזונט אבער סגייט נישט איך פרובירט נאכאמאל אין נאכאמאל איך האב עליות וירודות אן א עק סעסט מיך אויף לעבעדיגערהייט איך זאג ענק צו סעסט שטיקער פון מיר אזוי וואו די פלוג פון טיטוסן האט אויפגעגעסן זיין מוח

= = = = סאו וואס קען איך טוען ?

פרעגן דעם ציבור אויף אייוועלט אדער בכלל זיך שואל עצה זיין מיט כל הקהל הקודש איז מסוגל אויף א שטארקע צומישעניש, און ווי איך זעה האלט עס אינמיטן מקיום ווערן ביי דיר,
אויף מוסיף צו זיין צום צומישעניש וועל איך צולייגן מיין עצה... ביז די טרעפסט א פסיכאלאג אדער וואטעווער און די ווערסט געזונט מיינט נישט אז דיין לעבן גייט נישט אן, טראכט וואס איז ביי דיר וויכטיג (נישט וואס איז וויכטיג פאר דיינע ארומי׳גע) אין דיין לעבן און טוה די מאקסימום וואס איז שייך צו טוהן לפי המצב,
אמת אז די ווייטאג שרייעט ביזן הימל, אבער וויפיל קענסטו טוהן מיטן ווייטאג, פארוואנדל נישט דיין גאנצע לעבן אין א מציאות פון היילן דיין נפש, בעזר השם ווען די וועסט ארויסקריכן פון דיין מחלה וועסטו מוסיף זיין ביתר שאת, אבער ביז דעמאלטס פארלירסטו גרויסע שטיקער פון טעג וואכן און יארן וואס גייען קיינמאל נישט צוריק קומען, אויב די ביסט נישט גרייט צו לעבן א בדיעבד׳דיגע לעבן וואס איז שייך יעצט לפי המצב וועסטו קיינמאל נישט אנקומען צום לכתחילה׳דיגע לעבן וואס די ווילסט פירן ווען די וועסט בעזר השם ווערן געזונט
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:29 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייזט אז דו ״האלסט נישט דערביי ביים זיך העלפן!!!״. דו הערסט?? יא! ווילאנג דו קומסט דא אהער דרייען א קאפ, צייגסטו דיינע אמת׳ע מאטיוון.

כהאב דיר געהייסן רופן רפואה העלפ ליין, האסט גערופן?

ר.ט.
די שורש מנהסתם איז אז מענטשן און די מצב האבן ליב צו זיין צובראכן , זיין א רחמנות , דאס איז עפעס א מורא׳דיגע געשמאקע פילינג. אזוי א סאער קענדי. אדער ווי זיך איינוויקלען מיטן דאכענע ווען די ווינדאוי איז אפען און מיטן טבת.
בקיצור איינער וואס ליידט נישט דארויף פארשטייט עס נישט.
אבער דאס מאכט אז דו ווילסט נישט באמת אויסעלייזט ווערן פון דיין פארבלעם. ווייל דאנסמאל וועסטו מער נישט קענען וויינען ״אוי איך האלט עס נישט אויס״ ״באו מים עד נפש״ אדג.
בקיצור, סקען זיין אז דו אליין פילסט עס נישט אבער דאס קען זיין די שורש צו דיין פארבלעם (בעיסט אויף דיין לעצטע תגובה און אויף אייגענע עקספריענס)
דו ערשטע זאך דארפסטו אפ מאכן אז די ביסט נישט מער קיינעס רחמנות און סאיז בכלל נישט גוט צו זיין א נעב. !!
קיינער איז נישטא דיר צו העלפן , העלף דיך אליין. ״אם אין אני לי מי לי״

ר.ט. פאנג אן צואיינזעהן אז ס' גארנישט אזוי גיט צו זיין א רחמנות . נעם די לייצעס אין די האנט אריין "היום" עכשיו !!

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:43 pm

גיי שוין גיי האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייזט אז דו ״האלסט נישט דערביי ביים זיך העלפן!!!״. דו הערסט?? יא! ווילאנג דו קומסט דא אהער דרייען א קאפ, צייגסטו דיינע אמת׳ע מאטיוון.

כהאב דיר געהייסן רופן רפואה העלפ ליין, האסט גערופן?

ר.ט.
די שורש מנהסתם איז אז מענטשן און די מצב האבן ליב צו זיין צובראכן , זיין א רחמנות , דאס איז עפעס א מורא׳דיגע געשמאקע פילינג. אזוי א סאער קענדי. אדער ווי זיך איינוויקלען מיטן דאכענע ווען די ווינדאוי איז אפען און מיטן טבת.
בקיצור איינער וואס ליידט נישט דארויף פארשטייט עס נישט.
אבער דאס מאכט אז דו ווילסט נישט באמת אויסעלייזט ווערן פון דיין פארבלעם. ווייל דאנסמאל וועסטו מער נישט קענען וויינען ״אוי איך האלט עס נישט אויס״ ״באו מים עד נפש״ אדג.
בקיצור, סקען זיין אז דו אליין פילסט עס נישט אבער דאס קען זיין די שורש צו דיין פארבלעם (בעיסט אויף דיין לעצטע תגובה און אויף אייגענע עקספריענס)
דו ערשטע זאך דארפסטו אפ מאכן אז די ביסט נישט מער קיינעס רחמנות און סאיז בכלל נישט גוט צו זיין א נעב. !!
קיינער איז נישטא דיר צו העלפן , העלף דיך אליין. ״אם אין אני לי מי לי״

די ביסט נישט נארמאל, דו פארשעמסט מיך אין פובליק ...
דו האסט מיך זייער גוט ארויס, דעיס איז א חלק פון מיין פראבלעים ... אוי שוין ווייטער נאך א פראבלעים... וויפיל פראבלעמען קען איין בריאה האבן .... שוין ווייטער וויל ער מען זאל רחמנות האבן אויף אים... אזוי נעבעך גייען מיינע מחשבות אהין אין צירוק

איך בין זייער א נעגעטיו מענטש .. איך האב רוב מענטשן פיינט ... איך פיהר מערכות מיט מענטשן איך מאך שלום מיט מענטשן אין איך ציקריג מיך נאכאמאל אן יענעמס וויסן .... פיהל מיט חשבונות אין שנאה
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:05 am

מאך קראנק א צווייטן

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:06 am

דל גאה האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייזט אז דו ״האלסט נישט דערביי ביים זיך העלפן!!!״. דו הערסט?? יא! ווילאנג דו קומסט דא אהער דרייען א קאפ, צייגסטו דיינע אמת׳ע מאטיוון.

כהאב דיר געהייסן רופן רפואה העלפ ליין, האסט גערופן?

ר.ט.
די שורש מנהסתם איז אז מענטשן און די מצב האבן ליב צו זיין צובראכן , זיין א רחמנות , דאס איז עפעס א מורא׳דיגע געשמאקע פילינג. אזוי א סאער קענדי. אדער ווי זיך איינוויקלען מיטן דאכענע ווען די ווינדאוי איז אפען און מיטן טבת.
בקיצור איינער וואס ליידט נישט דארויף פארשטייט עס נישט.
אבער דאס מאכט אז דו ווילסט נישט באמת אויסעלייזט ווערן פון דיין פארבלעם. ווייל דאנסמאל וועסטו מער נישט קענען וויינען ״אוי איך האלט עס נישט אויס״ ״באו מים עד נפש״ אדג.
בקיצור, סקען זיין אז דו אליין פילסט עס נישט אבער דאס קען זיין די שורש צו דיין פארבלעם (בעיסט אויף דיין לעצטע תגובה און אויף אייגענע עקספריענס)
דו ערשטע זאך דארפסטו אפ מאכן אז די ביסט נישט מער קיינעס רחמנות און סאיז בכלל נישט גוט צו זיין א נעב. !!
קיינער איז נישטא דיר צו העלפן , העלף דיך אליין. ״אם אין אני לי מי לי״

די ביסט נישט נארמאל, דו פארשעמסט מיך אין פובליק ...
דו האסט מיך זייער גוט ארויס, דעיס איז א חלק פון מיין פראבלעים ... אוי שוין ווייטער נאך א פראבלעים... וויפיל פראבלעמען קען איין בריאה האבן .... שוין ווייטער וויל ער מען זאל רחמנות האבן אויף אים... אזוי נעבעך גייען מיינע מחשבות אהין אין צירוק

איך בין זייער א נעגעטיו מענטש .. איך האב רוב מענטשן פיינט ... איך פיהר מערכות מיט מענטשן איך מאך שלום מיט מענטשן אין איך ציקריג מיך נאכאמאל אן יענעמס וויסן .... פיהל מיט חשבונות אין שנאה

איך האב הנאה אז איך האב צוגעטראפען.
איך האב מיך פשוט געזען און קליין און דיין ערשטע תגובה.
און יעצט מיט דיין פרישע בכיאות האב איך עס בעסער ארויס געהאט.
זאג די אמת ליידסטו נישט אפשר אויכעט אויף קינה? ביסט אויף יעדן דזעלעס, ?

אניוועי איך פארשטיי דיך זייער גוט , דיין בעסטע מעניט איז מנהסתם ווען די קענסט זיך אויסרעדן פאר א צווייטער און יענער שוינט דיר אזזזזזזזזוי שטארק.
אבער פארפאלן אז די ווילסט דיר באמת העלפן מיסטו אויף עפעס אויפגעבן נישטא קיין ברירה. מאך אפ פאר דריי וואכן גייסטו פאר קיימים נישט וויינען און פארקערט גייסט שפילן גרויס און קאנפעדענט און פאסעטיוו (סזאגט זיך גרינגער ווי געטון אבער דו מיזסט)

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:14 am

נישט מער ווי א שטארק פארקרומטע פירער viewtopic.php?f=25&t=17336

א פירער ווארט אויף א מלאך המושיע וואס זאל אים ארויסשלעפן פון אלע זיינע פראבלעמען.

איר דארפט נישט קיין מעדיצין איר דארפט נישט גארנישט, איר דארפט א מדריך וואס פארשטייט צו אייער נפש, און בעיקר נעמט אייך אריין אין קאפ אז קיינער און נאכאמאל קיינער קען און וועט אייך נישט העלפן, נאר איר האט דער כח זיך צו העלפן.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:14 am

Greeneryid האט געשריבן:מאך קראנק א צווייטן

וואס באדערט דיך, אז סגעפעלט דיר נישט גיי, ווער האט דיך געפערעגט זיי שטיל
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:14 am

מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייזט אז דו ״האלסט נישט דערביי ביים זיך העלפן!!!״. דו הערסט?? יא! ווילאנג דו קומסט דא אהער דרייען א קאפ, צייגסטו דיינע אמת׳ע מאטיוון.

כהאב דיר געהייסן רופן רפואה העלפ ליין, האסט גערופן?

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:20 am

מען פארציילט א מעשה.
סאיז געווען א איד נעבעך וואס האט געהאט אלע צורות וואס מען קען נאר האבן אויף די וועלט
קראנקע קינדער נעבעך.
שלעכטע ווייב.
נישט קיין פרנסה.
און וואס נישט נעבעך.
צו דעם פלגעט ער גיין מיט קליינע שמאלע שיך.
האט אים איינער אמאל געפרעגט מיללא די צורות דאס קענסטו דאך אליין נישט העלפן, אבער די קליינע שיך, קענסט דאך פארשאפען גרעסערע שיך און פטר א עסק!?!
זאגט דער איד, דו פארשטייסט נישט, איך האב ליידער נישט קיין איין גוטע מעניט און טאג, ווען איך קום אהיים און איך טו מיר אויס די שיך ווערט מיר אויף א סעקנדע די פוס ברייטער, האבן איך כאטשיג איין גוטע מעניוט און טאג! זאל איך דעס אויכעט אויפגעבן ???!
והנמשל מיבין.

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:22 am

גיי שוין גיי האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייזט אז דו ״האלסט נישט דערביי ביים זיך העלפן!!!״. דו הערסט?? יא! ווילאנג דו קומסט דא אהער דרייען א קאפ, צייגסטו דיינע אמת׳ע מאטיוון.

כהאב דיר געהייסן רופן רפואה העלפ ליין, האסט גערופן?

ר.ט.
די שורש מנהסתם איז אז מענטשן און די מצב האבן ליב צו זיין צובראכן , זיין א רחמנות , דאס איז עפעס א מורא׳דיגע געשמאקע פילינג. אזוי א סאער קענדי. אדער ווי זיך איינוויקלען מיטן דאכענע ווען די ווינדאוי איז אפען און מיטן טבת.
בקיצור איינער וואס ליידט נישט דארויף פארשטייט עס נישט.
אבער דאס מאכט אז דו ווילסט נישט באמת אויסעלייזט ווערן פון דיין פארבלעם. ווייל דאנסמאל וועסטו מער נישט קענען וויינען ״אוי איך האלט עס נישט אויס״ ״באו מים עד נפש״ אדג.
בקיצור, סקען זיין אז דו אליין פילסט עס נישט אבער דאס קען זיין די שורש צו דיין פארבלעם (בעיסט אויף דיין לעצטע תגובה און אויף אייגענע עקספריענס)
דו ערשטע זאך דארפסטו אפ מאכן אז די ביסט נישט מער קיינעס רחמנות און סאיז בכלל נישט גוט צו זיין א נעב. !!
קיינער איז נישטא דיר צו העלפן , העלף דיך אליין. ״אם אין אני לי מי לי״

די ביסט נישט נארמאל, דו פארשעמסט מיך אין פובליק ...
דו האסט מיך זייער גוט ארויס, דעיס איז א חלק פון מיין פראבלעים ... אוי שוין ווייטער נאך א פראבלעים... וויפיל פראבלעמען קען איין בריאה האבן .... שוין ווייטער וויל ער מען זאל רחמנות האבן אויף אים... אזוי נעבעך גייען מיינע מחשבות אהין אין צירוק

איך בין זייער א נעגעטיו מענטש .. איך האב רוב מענטשן פיינט ... איך פיהר מערכות מיט מענטשן איך מאך שלום מיט מענטשן אין איך ציקריג מיך נאכאמאל אן יענעמס וויסן .... פיהל מיט חשבונות אין שנאה

איך האב הנאה אז איך האב צוגעטראפען.
איך האב מיך פשוט געזען און קליין און דיין ערשטע תגובה.
און יעצט מיט דיין פרישע בכיאות האב איך עס בעסער ארויס געהאט.
זאג די אמת ליידסטו נישט אפשר אויכעט אויף קינה? ביסט אויף יעדן דזעלעס, ?

אניוועי איך פארשטיי דיך זייער גוט , דיין בעסטע מעניט איז מנהסתם ווען די קענסט זיך אויסרעדן פאר א צווייטער און יענער שוינט דיר אזזזזזזזזוי שטארק.
אבער פארפאלן אז די ווילסט דיר באמת העלפן מיסטו אויף עפעס אויפגעבן נישטא קיין ברירה. מאך אפ פאר דריי וואכן גייסטו פאר קיימים נישט וויינען און פארקערט גייסט שפילן גרויס און קאנפעדענט און פאסעטיוו (סזאגט זיך גרינגער ווי געטון אבער דו מיזסט)

איך וועל דיר זאגן די אמת, די אמת איז אז אנפאנג ווען איך האב אנגעהויבן צובארמעקן מיין פראבלעים א שיינע פאר יאר צירוק אין ישיבה גדולה האט מיר קיינמאל נישט געבאדערט אז איינעם איז מען מער מחשיב אדער איינער האט עפעס מער מעלה פון מיר נאר סהאט מיר געבאדערט פארוואס קען איך נישט זיין אזוי וואו יענעם אבער פארגינען האביך אלעמאל, אבער יעצט ליידער האביך שוין אנגעהויבן אימצופארגינען יענעם אין א פשוט סיבה דערצו ווייל איך ווער מער אין מער פארקאמפלעקסט שאט עס פארדעים אז איך הייב אן נישט צופארגינען
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:31 am

דל גאה האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:דו ווייזט אז דו ״האלסט נישט דערביי ביים זיך העלפן!!!״. דו הערסט?? יא! ווילאנג דו קומסט דא אהער דרייען א קאפ, צייגסטו דיינע אמת׳ע מאטיוון.

כהאב דיר געהייסן רופן רפואה העלפ ליין, האסט גערופן?

ר.ט.
די שורש מנהסתם איז אז מענטשן און די מצב האבן ליב צו זיין צובראכן , זיין א רחמנות , דאס איז עפעס א מורא׳דיגע געשמאקע פילינג. אזוי א סאער קענדי. אדער ווי זיך איינוויקלען מיטן דאכענע ווען די ווינדאוי איז אפען און מיטן טבת.
בקיצור איינער וואס ליידט נישט דארויף פארשטייט עס נישט.
אבער דאס מאכט אז דו ווילסט נישט באמת אויסעלייזט ווערן פון דיין פארבלעם. ווייל דאנסמאל וועסטו מער נישט קענען וויינען ״אוי איך האלט עס נישט אויס״ ״באו מים עד נפש״ אדג.
בקיצור, סקען זיין אז דו אליין פילסט עס נישט אבער דאס קען זיין די שורש צו דיין פארבלעם (בעיסט אויף דיין לעצטע תגובה און אויף אייגענע עקספריענס)
דו ערשטע זאך דארפסטו אפ מאכן אז די ביסט נישט מער קיינעס רחמנות און סאיז בכלל נישט גוט צו זיין א נעב. !!
קיינער איז נישטא דיר צו העלפן , העלף דיך אליין. ״אם אין אני לי מי לי״

די ביסט נישט נארמאל, דו פארשעמסט מיך אין פובליק ...
דו האסט מיך זייער גוט ארויס, דעיס איז א חלק פון מיין פראבלעים ... אוי שוין ווייטער נאך א פראבלעים... וויפיל פראבלעמען קען איין בריאה האבן .... שוין ווייטער וויל ער מען זאל רחמנות האבן אויף אים... אזוי נעבעך גייען מיינע מחשבות אהין אין צירוק

איך בין זייער א נעגעטיו מענטש .. איך האב רוב מענטשן פיינט ... איך פיהר מערכות מיט מענטשן איך מאך שלום מיט מענטשן אין איך ציקריג מיך נאכאמאל אן יענעמס וויסן .... פיהל מיט חשבונות אין שנאה

זאג צדיק די ליידסט אויף קאמפלעקס אדער דיינע ארומיגע האבן דיר באמת פיינט? (אויב די האסט זיי פיינט פארוואס זאלן זיי דיך ליב האבן???)
קאמפלעקס איז אויב די מענטש איז איינגערעדט אז מ׳האט אים פיינט, אויב מ׳האט דיך באמת פיינט איז בכלל נישט קיין מחלה, די פשוט א אויפריכטיגע מענטש וואס ווייסט ווי ער שטייט איין מיט זיינע חברים
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:36 am

ספיידער האט געשריבן:

הרב ספיידער, דאס איז א חלק פון קאמפלעקס מאיז אזוי איינגערעדט אז ממיינט שוין טאקע אז מען האט מיך באמת פיינט ממילא הייבט אן צו ווערן אמתע שנאה בלב אין פארשטייט זיך דער צווייטער הייבט עס אן פילן, אין צו זיין אויפריכטיג וואו משטייט מיט חברים איז אפילו נישט מעגליך, מאיז אזוי צומישט איך ווייס אפילו נישט וואו איך אליין שטיי דו האסט נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט, איך בין באמת א גוטע איך טריי צו טוהן טובות מיט א אמת נישט מען זאל מיך ליב האבן אבער ווען עס קומט צווישן חברים איז דעיס די סטארי
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:43 am

טייערע חברים,

אויב ווילט איר דעם תועלת פון רבי דל, הערטס אויף צו פרעגן פראגעס און גיבן עיצות, און פראבירן פארשטיין זיין פראבלעם.

עטץ קענטס אלע שרייען אויף איין קול, רעד צו א היימישען ריפערעל עיזשענסי "מארגן" און טוע וואס ער הייסט דיר. נישט קיין חילוק צו יענער הייסט ריליעף אדער רפואה אדער ריזשענעל.

אלס אנדערש איז פיטפוטי דברים בעלמא און קאנטאר פראדאקטיוו.

# עניות דעתי

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:48 am

איך בין נישט און די ליין, איך קען דיר מן הסתם גארנישט העלפען. איך וועל אבער נעמען א מינוט און דאנקען דעם הייליגען באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוהט מיט מיר און בפרטיות אז איך פארשטיי נישט צו די פראבלעמען און איך בעט דעם באשעפער אז נישט איך און נישט מיין משפחה זאלען וויסען פון די דאזיגע מיחושים.
און די יודען וואס מוטשענען זיך דערמיט זאלען אויפגעראכטען ווערן מיט די ריכטיגע רפואה בקרוב אכי״ר.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » זונטאג נובעמבער 22, 2015 12:50 am

מטעמים האט געשריבן:איך בין נישט און די ליין, איך קען דיר מן הסתם גארנישט העלפען. איך וועל אבער נעמען א מינוט און דאנקען דעם הייליגען באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוהט מיט מיר און בפרטיות אז איך פארשטיי נישט צו די פראבלעמען און איך בעט דעם באשעפער אז נישט איך און נישט מיין משפחה אין גאנץ כלל ישראל זאלען וויסען פון די דאזיגע מיחושים.
און די יודען וואס מוטשענען זיך דערמיט זאלען אויפגעראכטען ווערן מיט די ריכטיגע רפואה בקרוב אכי״ר.
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » זונטאג נובעמבער 22, 2015 2:40 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:טייערע חברים,

אויב ווילט איר דעם תועלת פון רבי דל, הערטס אויף צו פרעגן פראגעס און גיבן עיצות, און פראבירן פארשטיין זיין פראבלעם.

עטץ קענטס אלע שרייען אויף איין קול, רעד צו א היימישען ריפערעל עיזשענסי "מארגן" און טוע וואס ער הייסט דיר. נישט קיין חילוק צו יענער הייסט ריליעף אדער רפואה אדער ריזשענעל.

אלס אנדערש איז פיטפוטי דברים בעלמא און קאנטאר פראדאקטיוו.

# עניות דעתי

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 22, 2015 3:11 am

דל גאה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך בין נישט און די ליין, איך קען דיר מן הסתם גארנישט העלפען. איך וועל אבער נעמען א מינוט און דאנקען דעם הייליגען באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוהט מיט מיר און בפרטיות אז איך פארשטיי נישט צו די פראבלעמען און איך בעט דעם באשעפער אז נישט איך און נישט מיין משפחה אין גאנץ כלל ישראל זאלען וויסען פון די דאזיגע מיחושים.
און די יודען וואס מוטשענען זיך דערמיט זאלען אויפגעראכטען ווערן מיט די ריכטיגע רפואה בקרוב אכי״ר.

ריכטיג!
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

תגובהדורך ספיידער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 8:29 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:טייערע חברים,

אויב ווילט איר דעם תועלת פון רבי דל, הערטס אויף צו פרעגן פראגעס און גיבן עיצות, און פראבירן פארשטיין זיין פראבלעם.

עטץ קענטס אלע שרייען אויף איין קול, רעד צו א היימישען ריפערעל עיזשענסי "מארגן" און טוע וואס ער הייסט דיר. נישט קיין חילוק צו יענער הייסט ריליעף אדער רפואה אדער ריזשענעל.

אלס אנדערש איז פיטפוטי דברים בעלמא און קאנטאר פראדאקטיוו.

# עניות דעתי

די האלסט עכט אז די אלע פסיכעלאגן סאושל ווארקערס ריפערל קאמפעניס וכו׳ שטעלן עכט מענטשן אויף די פיס?
רוב פסיכאלאגן שטעלן נישט די מענטש אויף די פיס, הונדערטע היימישע יודן טאנצן נעבאך מיט מיט די רקידה פון גיין פון איין מומחה צום צווייטן, אן צו זעהן א עק צו זייער פלאגעניש, דערנאך טרייעט מען ברסלב ווען דעס העלפט אויך נישט גייט מען צו א אנדערע ברסלב, קולט, חבורה, וכו׳ וכו׳ מ׳רעדט מיט דעם און מיט יענעם זיך איינרעדנדיג אז יעצט האט מען שוין יא דיסקאווערד וואס ס׳איז ראנג ביז יעצט, נאכדעם קומט די גרויסע אנטוישונג, און פארגעס נישט ביי יעדע סטאנציע וואס די פאציענט מאכט איז ער ביזי צו פארקויפן זיין פריש אויסגעטראפענע פראבלעם פון די היינטיגע דור פאר יעדן איינעם, און איין מאל פאר אלעמאל זיכער מאכן אז נאו טשיילד לעפט ביהיינד, די ביטערע לצנות איז אנבעליוועבל
איך ווייס פון גרויסע מומחים וואס נעמען איבער דריי הונדערט דאלער א שעה וואס זאגן קלאר אז זיי האבן יארן לאנג געמאכט גראבע תעותים אויפן היימישן ציבור, און אז זיי מאכן יעצט תעותים גייען זיי לכאורה נעקסטע יאר געוואר ווערן, געוויסע טענה׳ען אז פון דעם איז א ראי׳ אז די מומחים דארפן נעמען לייסנס.. איך ווייס נישט ווי זיי זענען בלינד ווי מ׳זעהט טאג טעגלעך ווי לייסענד טעראפיסטן הרג׳נען יודישע שטובער און זיי האבן נאך די עינגליש געמישט מיט יודיש פראפעשינעל שפראך מסביר צו זיין זייערע שטותים וואס זיי האבן געלערנט פון אפאר גויאישע קלאץ קעפ,
סאו וואס איז יא די עצה? איך ווייס נישט אבער מיט א פשטות שיקן א יוד צו א ריפערל קאמפעני און זיכער מאכן אז ער נעמט אנטייל אין די גרויסע רקידה העולמי פון טאנצן פון איין ספעשעליסט צום צווייטן איז נישט אזוי פשוט, עס קען זיין אז דאס איז למעשה די איינציגסטע עצה אבער עס זייער שווער צו געבן די עצה ווייל זייער א קליינע פראצענט זעהען ריזאלטס
לעצט פאראכטן דורך ספיידער אום זונטאג נובעמבער 22, 2015 3:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » זונטאג נובעמבער 22, 2015 9:17 am

דלי,
האסט גערופן רפואה?

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » זונטאג נובעמבער 22, 2015 9:39 am

אינטרעסאנט צו באמערקען.
וועגן דיין ניק
סאיז באקאנט די חילוק פון א ״בעל גאוה״ און א ״דל גאה״ איז.
א בעל גאוה האט באמת טאלענט נאר די וועג וויאזוי ער אנקענט עס און ברענגט עס ארויס איז מיט א גאות.
ווידערעם א ״דל גאה״ פארקויפט באמת גראנישט נאר האט פאלטשע קאנפעדענט ווי משוגע. (א שטייגער ווי א סך אפריקען אמעריקאנע)
פארשטייט זיך אבער אז ער האלט זיך באמת פאר א ״בעל גאוה״ נאר די ציבור ארום איז ווער ס׳מאכט אפ אז ער איז א באמת א ״דל״,
אלזוי איז זייער אינטרעסאנט פארוואס די האסט גענונען די ניק.
וואס איז א געמיש פון קאנפעדענט (אז די ביסט גאה), און אמקאנפעדעט צו שרייבן אויף זיך אליין דל.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 4:42 pm

נודה לך האט געשריבן:הרב דל איך שפיר דיין ווייטאג !!

ב " ה נאך יארן לאנג פון ............... האלט איך שוין - מיט השי " ת הילף אויף טריט און שריט - מיט א געוויסע זין אויף א " נארמאלע " לעבנס שטייגער ....

די וואס זענען דאס נישט אדורך קענען זיך נישט פארשטעלן דאס מינדעסטע וואס דאס מיינט .... אוי איז דאס טעם מיתה ‏[ ויותר ... ‏] מזאל נישט געפראווט ווערן ...

דער עולם האט אויבן שוין ארויסגעברענגט עטליכע וויכטיגע עצות

איך וויל נאר צילייגען א פאר נאטורליכע עצות וואס איך האב געניצט אויף מיין אייגענע הויט דורך א טעראפיסט (און איך ניץ עס נאך אלטץ) אין מיינע שווערע זמנים וואס קען דיר אויך מעגליך העלפן.

געוויסע עצות קען דיר אויסקוקען אז ס'איז נישט קיין ענטפער צו די פראבלעם וואס די פילסט אז די האסט, אבער פונדעסוועגען פראביר עס.

אבער טי נאר וואס די קענסט, וויאזוי די קענסט, וויפיל די קענסט אן קיין איבעריגע פרעשער, און ס'מוז נישט זיין פערפעקט, ווייל קיין איין נברא איז נישט פערפעקט.

ווי אויך קען זיין אז פון אנפאנג וועסטי זיין נערוועז און אומגעדולדיג, האב נישט מורא, ס'איז זייער נערמאל אזוי צי פילען פון אנהייב, ציביסלעך ציביסלעך וועט עס האבען א פאזיטיווע רושם אויף דיר מער און מער.

געדענק יעדע זאך נעמט צייט פון אנהייב, גארנישט נעמט נישט איינס צווי, אבער מיט די ריכטיגע אמת'ע עקשנות און נישט אויפגעבן וועסטו זעהן אז די וועסט נאך אי"ה האבן גאר אן הערליכע פרייליכע געשמאקע לעבן.

-----------------------------------------------------------------

פראביר צו סקעדזשלן פאר יעדע אינדערפרי און אין אווענט א גיטע 15 - 20 מינוט אדער אפי' לענגער, גיי צו א רואיגע פלאץ ווי מ'קען הערן סאונדס פון ארום און ארום, אויב מעגליך זאל זיין ווי מ'קען זיך אראפזעצן, און אויך ווי ווייניגער (אדער בכלל נישט קיין) מענטשען דרייען זיך דארט (פארשטייט זיך נישט אין קיין מקום סכנה),

אבער מאך נישט קיין איבעריגע פרעשער אויב די טרעפסט נישט פינקטלעך די פלאץ וואס די זיכסט.

ווי אויך קענסטו איבערן טאג ווען ס'מאכט זיך א שווערע מינוט אדער סתם אזוי ביי ברעיק אדער אפי' אינמיטען די ארבעט טיען א חלק אדער עטליכע פון די עצות וואס איך געב דיר.

א - ניצען די 5 חושים

1 - זעהן
2 - הערן
3 - שמעקן
4 - פילען
5 - טעם

לאמיר בעסער מסביר זיין

זעהן - פראביר צו באטראכטען אלעס וואס די זעסט דארט, למשל די ביימער, שעיפס, דיזיינס און קאלערס פון אלע מיני בלעטער, אדער באטראכט די וואלקענעס, אדער סיי וואס די זעסט דארט באטראכט מיט וואס מער דיטעלס די קענסט נאר, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל אללע דיטעלס וואס די זעסט.

הערן - הער צי די אלע נאנטע און ווייטע סאונדס, שטילע און הויכע, שטארקערע און שוואכערע, וכו' און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די הערסט

די 2 ערשטע איז די עיקר אויף וואס צו לייגען דגוש.

שמעקן - פשוט פשט פרוביר צו שמעקן די גיטע ריחות ארום דיר, (צווינג דיך נישט צו שמעקן אויב די שמעקסט גארנישט, נאר אויב די שמעקסט עפעס פראביר אריינציטראכטען וואס די שמעקסט, און ס'איז אפי' גיט ארויסציזאגען מיטן מויל וואס די שמעקסט.
און פארשטייט זיך, לייג די דגוש אויף גיטע און געזונטע ריחות.

טאפן / פילען - למשל כאפ אן די זאכען וואס זענען אין פאראנט פון דיר, און טראכט אריין וואס ס'איז, און זאג ארויס מיטען מויל וואס דאס איז.

טעם / טעיסט - פיל די טעם פון די עסן וואס די נעמסט און דיין מויל, ציקיי עס שטייטלעך, און זיי מעיין וואס פאר א טעם די שפירסט.

אסאך מאל קענסטו שפירען עטליכע חושים אויף איינמאל.

ווי געזאגט פריער, ס'מוז נישט זיין פערפעקט, און מאך דיך נישט קיין פרעשער אויב ס'גייט נישט אזוי פונקטלעך.

ב - סקען דיין גוף פון קאפ ביז פיס

פינקטליכע אינסטראקשענס וועל איך אפשר מסביר זיין אין א צווייטע געלעגענהייט,

אבער אויף בקיצור, נעם אינאכט יעדע פילינג וואס די שפירסט אויף יעדע אבר באזונדער, גיט צו שלעכט, באקוועם צו אומבאקוועם, דארפסט גארנישט טיען דערוועגן דארפסט נאר שפירען די אבר און גארנישט מער

אויף דערווייל קענסטו מאכען א גוגל סערטש פאר meditation body scan audio / Mp3 downloads. ס'איז דא באצאלטע אפפס אבער ס'פעילט נישט אויס צו צאלען מ'קען האבען געניג און נאך פון די פרי, אבער געב אכטונג ס'איז דא אויך פון פרויען (ס'איז נאר רעדן), אויב די טרעפסט נישט עפעס אנדערש, רעדט דיך דורך מיט דיין דיין אין פאל פון עמערזשענסי

ג - פאזיטיווע סטעטמענטס

איך אטעטש דא א ליסט פון בערך 60 זאכען וואס איך האב געמאכט פאר מיר, ס'איז נישט מוגה, און ס'איז אין ענגליש, איך קען עס פראבירען איבערצישרייבען אין אידיש ווען די צייט וועט ערלויבען.

ד - נאטורליכע היפנאזעס

איך האב א געוואלדיגע Mp3 פון בערך 18 מינוט, ס'האט מיך ארויסגענומען פון ממש טיפע שווערע מענטל מצבים.

Natural Mind Relaxation

ה - Meditation Apps

פראביר צו דאונלאודען meditation apps, ס'איז דא באצאלטע אפפס אבער ס'פעילט נישט אויס צו צאלען מ'קען האבען געניג און נאך פון די פרי, אבער געב אכטונג ס'איז דא אויך פון פרויען (ס'איז נאר רעדן), אויב די טרעפסט נישט עפעס אנדערש, רעדט דיך דורך מיט דיין דיין אין פאל פון עמערזשענסי

ו - רב / גיטער איד

איך וואלט דיך געראטן זיך צו האלטען בקשר מיט א רב אדער אן אנדערע ערליכע איד וואס די וואלסט געפילט גיט צו רעדן מיט אים איבער דיינע ענינים.

אויב איז דיר שווער זיך צו עפענען פאר אים, קענסטו פשוט ארויספרינטען דיין תגובה וואס די האסט געשריבען און אים עס שיקען אויף פאסט און צולייגען דיין פרייוועט סעלפאון נומער,

אויב פילסט דיך נישט באקוועם נאך צו רעדן מיט א רב וועגן דיין ענין, קענסטו ציווארטן אפאר וואכען ווילאנג די פילסט דיך אביסל מער סעטלט, און ס'וועט דיר אפשר זיין גרינגער.

דער עיקר איז אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז די זאלסט קענען גרינגערהייט אדורכגיין אלע דיינע שוועריגקייטן, און די זאלסט זוכה זיין צו אריכת ימים ושנים טובים.
----------------------------------------------------

און וויל איך ארויסברענגען א נקודה צום עולם וואס עטליכע האבן שוין פריער ארויסגעברענגט.

אז ווער ס' איז נישט אדורך דעם נסיון האט בכלל נישט די מינדעסטע שב'מינדעסטע השגה וואס פאר יסורים דאס איז דורכצוגיין,

די גאנצע לעבן איז צימישט, מ'ווייסט בכלל נישט וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען, מ'האט פחדים אויף טריט און שריט,

און דא קומט א איד און ער גיסט זיך אויס דאס הארץ, מאכט זיך אויף זיין גאנצע פרייוועסי, וואס איך שטעל מיך פאר אז די אשכול האט אים געקענט נעמען אפאר וואכען אדער אפילו חדשים צו עפענען, ווילאנג ער האט ענדליך געדריקט די קנעפל "שיק עס" און ער האט געפילט אז יעצט איז א סוף צו אלע זיינע יסורים און זיינע גיטע ברידער און געשמאקע חברי' גייען אים ארויסהעלפן,

און נאר ווייל ער ברענגט אביסעל ארויס זיין בילבול המוח און זיינע ספקות און זיין שווערן מצב, קומט זיך אים אז סקומען דא א באנדע און מ'באפאלט אים כאילו ער האט דא געטוען א געפערליכע פארברעכען, דער זאגט אסור לרחם עליו, און א צווייטער מאכט סתם אזוי ליצנות אויף זיין חשבון, קענסט אים נישט העלפן, העלף נישט, אבער פארגיס נישט קיין אומשילדיג בלוט, וויל ער דען נישט גיין זיך העלפן?

איך קען זאגען א לימוד זכות אז אדער די באפאלערס האבן בכלל נישט השגה וואס אזא לעבן(?) מיינט, ווייל ס'גייט זיי ב"ה גיט,
איז אנשטאט דעם זאלען זיי דאנקען און לויבען דעם אייבערשטן "רבש"ע אונז דאנק מיר דיר אז אונז פארשטיי מיר נישט וואס אזא לעבן מיינט, און אונז בעט מיר אויף להבא אז אונז זאל מיר עס קיינמאל נישט פארשטיין, און קיין שום נברא זאל דאס נישט פארשטיין

אדער קען זיין אז זיי זענען פשוט אליין פארצערט פון אייגענע צרות, און זיי פראבירן עס צו פארווישען אויף אזא אויפן, ווייל זיי מיינען אפשר אז ס'איז חלילה נישטא קיין רפואה פאר זיי,
וויל איך זיי זאגען אז מיין אישי איז אפען פאר זיי און איך וועל פראבירען צו העלפן מיט וואס איך קען, ווייל איך האב ליידער מיך געלערנט אויף מיין אייגענע הויט, און געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האלט ווי איך האלט, און איך בעט דעם אייבערשטען אז איך זאל אינגאנצען ארויסקריכען פון מיינע פראבלעימען.

און מיט דעם וויל איך ענדיגען מיין מוחאה.

הצלחה רבה וכל טוב
צוגעלייגטע
Positive-self-talk-for-uncontrolled-life.pdf
Positive Self Talk
(65.73 KiB) דאונלאודעד 190 מאל
לעצט פאראכטן דורך געשמאקער אום זונטאג נובעמבער 29, 2015 11:00 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:13 pm

געשמאקער האט געשריבן:

איך האב א געוואלדיגע Mp3 פון בערך 18 מינוט, ס'האט מיך ארויסגענומען פון ממש טיפע שווערע מענטל מצבים.

איך קען עס נישט ארויפלייגען, קען מיר איינער העלפן?
שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:39 pm

Dropbox
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:58 pm

שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט