היסטאריע: אסרו חג סוכות תשנ"ו אבן הפינה ביהמ"ד החדש ד'סאטמאר

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

היסטאריע: אסרו חג סוכות תשנ"ו אבן הפינה ביהמ"ד החדש ד'סאטמאר

תגובהדורך ישמחו » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 3:49 pm

היינט פאר צוואנציג יאר צוריק, אסרו חג סוכות תשנ"ו, איז פארגעקומען די גראנדיעזע מעמד הנחת אבן הפינה פארן בנין ביהמ"ד החדש אויף בעדפארד עוו.

יענער טאג איז נפטר געווארן האדמו"ר מריבניץ ז"ל, נאר וויבאלד ער איז נאכנישט געווען אזוי באקאנט ביים אלגעמיינעם סאטמארן ציבור, האט זיין פטירה נישט אפעקטירט דעם מעמד.

איך וועל פארצייכענען עטליכע קרישקעלעך וואס ליגט מיר אין זכרון.

דער אויבן אן איז געווען אויף די סייד וואלק אויף בעדפארד עוו. ביים ליידיגן שטח, מיטן פנים צו די גאס, וואו עס זענען געזיצן די רבנים.
דער גאנצער עולם איז געשטאנען אויף די גאס פון בעדפארד עוו. און ווילסאן סטריט.

א נייער לעבעדיגער ניגון איז פארפאסט געווארן, אויף אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה וכו'. (מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז דער ברך משה האט געבעטן פון ר' יודל ווערצבערגער צו מאכן א ניגון אויף די ווערטער)

אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, דערציילט השתלשלות ביהמ"ד פון סיגוט, און דער פחד וואס אביו הברך משה ז"ל האט אנגעכאפט ווען ער איז ארויפגעקומען ליל יום הקדוש אויפן ארון הקודש, זעענדיג דעם געדרענג.

ר' סענדער דייטש ז"ל איז געווען טשעירמאן.
ווען האדמו"ר מפאפא שליט"א איז אנגעקומען איז ממש נישט געווען קיין פלאץ וואו אים צו זעצן, האט ער אויסגערופען אויפן מייק: "דער פאפא רב איז דא, מ'בעט מ'זאל אים ברענגען א בענקל".

אלע רבנים פון די שטאט זענען געווען, דער ברך משה איז געווען שרעקליך מרוגש.

ווען ס'געדענקט נאך דעטאלן אדער האט אין באזיץ בילדער פון דעם מעמד, זאל צולייגן.

און בכל לשון של בקשה, לאזן ביטע דעם אשכול בלויז צו יענעם מעמד!!
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 3:58 pm

איך ווייס נישט אויב עס קומט דא אריין, אבער פערצופאל ווייס איך פון א ברית וואס איז יענעם טאג פארגעקומען פון א זין פון א הייסן סאטאמארער חסיד פון קרית יואל, וועלכער איז אריינגעקומען אויף יום טוב צום ברך משה זי"ע אויף שמחת תורה, און איז איינגעשטאנען ביי זיין טאטן, און דער וואכנאכט איז געווען אין ווילימאסבורג, און דער ברית דעם קומענדיגן טאג אויך. (לכאורה צוליב דעם הנחת אבן הפינה וואס דער חסיד און זיין טאטע ע"ה - א פלאמפייערדיגער חסיד - האבן געוואלט מיטהאלטן).

אידערעוועי, טאקע אינטערעסאנט. שוין צוואנציג יאר פארלאפן פון דאמאלטס? די יארן לויפן.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:01 pm

שווער צו געדענקען דעם מעמד געהעריג. איך געדענק עס אבער קיין דעטאלן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:04 pm

ישמחו האט געשריבן:א נייער לעבעדיגער ניגון איז פארפאסט געווארן, אויף אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה וכו'. (מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז דער ברך משה האט געבעטן פון ר' יודל ווערצבערגער צו מאכן א ניגון אויף די ווערטער)

א הערליכע ניגון טאקע, אינטערעסאנט עס איז נישט געבליבן, וואלט ווען געווען א גוטע געדאנק פאר איינעם עס צו אדאפטירן אין א פרישע פראדוקשאן.

איינער האט עס?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:05 pm

ביי דעם מעמד האט ר' ניסן לעווי געזינגען אודה? נישט זיכער צו איך מיש און צו כ'האב די מעשה ריכטיג, אלענספאלס, דוכט זיך ר' חיים העללער האט פרובירט צו העלפען און דער ברך משה האט געוואונקען ער זאל לאזן ר' ניסן'ן אליין

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:08 pm

איך געדענק דעם מעמד, אבער נישט מיט קיין דעטאלען.
אבער איין זאך לגבי די ריבניצער'ס לוי', ווי איך געדענק איז דילוי' איז געווען שפעט ביינאכט, מיר דאכט זיך אז די בשורה אז ער איז אוועק איז געקומען ביי די מעמד אדער גאר נאנט צו עס, אדרבה אויב איז דא עלטערע וואס געדענקען בעסער זאלן זיי מיר אויסבעסערען, איך בין געווען 12 יאר דאן, קען זיין אז איך האב נישט געוואוסט אלע דעטאלן.
מיין טאטע איז נאך די מעמד נאך געפארן צו די לווי', און אויב איך געדענק גוט האט ער אינז נאך אהיים געטראגן קודם קיין ק"י.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:14 pm

יאפס, דער מעמד ליגט נאך גוט אין די ביינער, האב מיר עס מיטגעהאלטן מיט אלע דעטאלן ארום, ווער עס געדענקט איז ארטיסטיק דעמאלטס אריינגעקומען אין די ליין און געמאכט אלע צעטלעך
דאכט זיך מיר שמיני עצרת פארן ליינען האט מען עפעס גערעדט וועגן דעם אין ביהמ"ד
געדענק מיר נאך גוט די פייערדיגע דרשה פונעם רבין שליט"א (מהר"א) ער האט דערמאנט די קדושת המקום אז דארט איז געווען די ת"ת און עראינערט זכרונות ווען די רבי ז"ל איז אמאל חנוכה דורך אלע כיתות
געדענק מיר נאך אויך גוט די דרשה פונעם רבין ז"ל דער ברך משה ער האט אנגעהויבן מיט די מדרש הבונה בית חדש.

איי זכרונות, גלייבט זיך נישט אז שוין דורך 20 יאר,
אגב איך געדענק אויך ווען ס'איז געקומען די בשורה אינמיטן דעם מעמד וועגן די פטירה פון ריבניצער רבין, איך האב דעמאלטס די ערשטע מאל אין מיין לעבן געהערט דעם נאמען ריבניץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:16 pm

חיים צבי האט געשריבן:ביי דעם מעמד האט ר' ניסן לעווי געזינגען אודה? נישט זיכער צו איך מיש און צו כ'האב די מעשה ריכטיג, אלענספאלס, דוכט זיך ר' חיים העללער האט פרובירט צו העלפען און דער ברך משה האט געוואונקען ער זאל לאזן ר' ניסן'ן אליין

ר' פרץ האט געזונגען אודה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:24 pm

שמחת החיים האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:א נייער לעבעדיגער ניגון איז פארפאסט געווארן, אויף אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה וכו'. (מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז דער ברך משה האט געבעטן פון ר' יודל ווערצבערגער צו מאכן א ניגון אויף די ווערטער)

א הערליכע ניגון טאקע, אינטערעסאנט עס איז נישט געבליבן, וואלט ווען געווען א גוטע געדאנק פאר איינעם עס צו אדאפטירן אין א פרישע פראדוקשאן.

איינער האט עס?


דאכט זיך מיר אז מיכאל זינגט עס אויף זיין ערשטע טעיפ.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:30 pm

תפוח האט געשריבן:
שמחת החיים האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:א נייער לעבעדיגער ניגון איז פארפאסט געווארן, אויף אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה וכו'. (מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז דער ברך משה האט געבעטן פון ר' יודל ווערצבערגער צו מאכן א ניגון אויף די ווערטער)

א הערליכע ניגון טאקע, אינטערעסאנט עס איז נישט געבליבן, וואלט ווען געווען א גוטע געדאנק פאר איינעם עס צו אדאפטירן אין א פרישע פראדוקשאן.

איינער האט עס?


דאכט זיך מיר אז מיכאל זינגט עס אויף זיין ערשטע טעיפ.

לכאורה אתה טועה, דאכט זיך מיכאל'ס ערשטע טעיפ איז ארויסגעקומען בעפאר תשנ"ו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:34 pm

בקשר להמעמד מונח בזכרוני: חיים משה סטרולאוויטש האט געשנאדערט 15 טויזענט סידורים פאר'ן נייעם ביהמ"ד.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:53 pm

שמחת החיים האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:א נייער לעבעדיגער ניגון איז פארפאסט געווארן, אויף אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה וכו'. (מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז דער ברך משה האט געבעטן פון ר' יודל ווערצבערגער צו מאכן א ניגון אויף די ווערטער)

א הערליכע ניגון טאקע, אינטערעסאנט עס איז נישט געבליבן, וואלט ווען געווען א גוטע געדאנק פאר איינעם עס צו אדאפטירן אין א פרישע פראדוקשאן.

איינער האט עס?

סי'ז אין פראסעס, מ'ווארט אז די שוהל זאל פארטיג ווערן, דאן וועט עס ארויס קומען......

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 4:54 pm

הלשון האט געשריבן:
בקשר להמעמד מונח בזכרוני: חיים משה סטרולאוויטש האט געשנאדערט 15 טויזענט סידורים פאר'ן נייעם ביהמ"ד.

10 טויזענט סידורים איין יאר, און 10 טויזנט חומשים די אנדערע יאר, ווי זאגט יהי' מ'ווארט די ביהמ"ד זאל פערטיג ווערן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 5:05 pm

ישמחו האט געשריבן:א נייער לעבעדיגער ניגון איז פארפאסט געווארן, אויף אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה וכו'. (מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז דער ברך משה האט געבעטן פון ר' יודל ווערצבערגער צו מאכן א ניגון אויף די ווערטער)


דער רבי האט געהאט א ווייטע בליק...
נישט אימזיסט האט ער געבעטן א ניגון אויף 'ואע"פ שיתמהמה'....

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 5:13 pm

יהיה כן האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:א נייער לעבעדיגער ניגון איז פארפאסט געווארן, אויף אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואע"פ שיתמהמה וכו'. (מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז דער ברך משה האט געבעטן פון ר' יודל ווערצבערגער צו מאכן א ניגון אויף די ווערטער)


דער רבי האט געהאט א ווייטע בליק...
נישט אימזיסט האט ער געבעטן א ניגון אויף 'ואע"פ שיתמהמה'....

;l;p-
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 6:11 pm

אויף אן אמת געווען א מעמד מפואר אין די דעמאלטיגע תקופת הוד במלכות סאטמאר, כ'געדענק אז ווען מ'האט געטאנצן ואמר ביום ההוא (וואס יענע תקופה איז דאס געווען די היט, ווען מ'האט דאס אנגעהויבן זינגען איז דער עולם אריין אין א מוראדיגע עקסטאז) איז געווען אזא התלהבות ביים ציבור אז ס'האט זיך געדאכט מ'האלט אינמיטן די הקפות אין ראדני. ווער ס'געדענקט וויאזוי א הקפות האט אויסגעקוקט איבער צוואנציג יאר צוריק.

ס'איז געקומען די נייעס פון ריבניצע פטירה אינמיטן מעמד, רוב אינגער עולם האט דאס ערשטע מאל געהערט דעמאלט דעם נאמען, אינטערעסאנט.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 6:50 pm

איך געדענק די מעמד אבער געווען גאר יונג (8 יאר) איך געדענק אז מיכאל שניטצלער האט געזינגען

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 9:05 pm

איך האב יא מיטגעהאלטען די שיינע מעמד, אפאר נקידות וואס איך געדענק פון דעמאלטס

דער ברך משה איז אריין געקומען אין זיין דירה פאר גשם און זעענדיג דאס געדרענג איז ער געווען זייער דערשראקען און זיך אויסגעדריקט דערויף ״עס איז דא באלד טויזנט מענטשן״ (געהערט פון א שטיב מענטש)

מען האט געשמועסט אז די שטאט האט געוואלט עפעס טון מיט די ליידיגע לאט, סיידען מען טוט עפעס לטובת הציבור


איך האב נישט געקענט ליידער דעם ריבניצער רבי בחייו, האב איך נישט געהאט שכל (נאכען שטיין אפאר שעה אויף די אספאלט) צו גיין קיין מאנסי צו די לויה

דאכציך אז גאווערנאר פאטאקי האט אפגעשטאדט א וויזיט ביים רבי׳ן הארט פאר די אבן הפינה (איינער געדענקט עפעס איבער די פאליטיק צווישען אים און בית רבינו?)

די נייע ניגון איז נישט געווען ווער ווייסעך וואס.... איך געדענק עס נאך היינט, עס האט זיך נישט לאנג געהאלטען

ונזכה לראות בבינינו בקרוב.

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 9:17 pm

עטליכע נקודות:
ר' סנדר האט דאמאלט בתו"ד גערעדט פון די שווייצע געלטער "כל העם היו עסוקין בביזה ומשה בעצמות יוסף" אז יעדער ברויך נאר געלט אבער רבינו וויל דייקא וויסן וואס טוצעך וועגן די קברים
אויך איז אנגעקומען צום מעמד דער ווערעצקי רב ז"ל פון פלעטבוש א תלמיד פון עצי חיים זי"ע שוין געווען דעמאלט איבער די 90
כ"ק אדמו"ר מהרא שליט"א האט גערעדט וועגן די שטיינער וואס מ'האט געווארפן פארן יטב לב און מיט דעם האט ער געמאכט אבן הפנה
מ'האט אויסגערופן אז מ'איז מכבד ר' פרץ לעפקאוויטש מיט אודה אויך ביים חנוכת הבית
ר' שמעון משה קעפעטש האט מנדב געווען אלע מזוזות פארן בנין

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך אוקטובער 07, 2015 10:10 pm

איינער זאגט מיר היינט אז מ'האט יא געוואוסט פארן מעמד אז דער ריבניצער רבי ז"ל איז אוועק, און ס'איז געווען א דין ודברים צו מ'זאל אפשטופן

איז מעגליך צו טשעקן אנליין וויפיל אזייגער די פטירה איז געווען?...
kraitchmah עט גימעיל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 12:11 am

איך בין געווען א יונג קינד ביי דעם מעמד.
ס'האט היבש געענדלט מיט'ן מעמד "חנוכת הבית" פאר'ן בנין הת"ת עטרת יואל. דעריבער מיש איך ארום און כ'דענק נישט געהעריג דעטאלן.

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 12:56 am

געדענק איך דעם מעמד גאר גוט, ווי אויך אסאך פרטים לפני' ולאחרי' וואס כ'וועל נישט אריינגיין דערין מחמת דקות הענין ומפני תקנת המקום, וד"ל. (אגב די דרשה שמ"ע פארן לייענען איז געווען א יאר דערויף - און כמעט זיכער זיך איבערגעחזר'ט 2 יאר שפעטער - ווי דער בעל דרשן האט אויסגעשריגן אז "קומענדיגן יאר וועט מען שוין דאווענען אין נייעם ביהמ"ד!")

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 11:39 am

פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג-סאטמאר אונטערן הייליגען שאטן פונעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, וואס די הויכפונקט פונעם יאר אין וויליאמסבורג (להוציא פון שבועות אין קרית יואל) איז בלתי ספק געווען די ימים נוראים בצה"ק און דער קלימאקס די עבוה"ק פון די הקפות אין די אונטערשטע טעג פון סוכות, טראגט די היסטאריע פונעם אבן הפנה פונעם נייעם ביהמ"ד זייער א באדייטנדער טייל פון די היסטאריע, און ביי רוב מענטשן רירט דאס צו גאר סענסעטיווע ווינקלען דערפון.

מ'קען זאגן אז דער אבן הפנה איז געווען דער העכסטער פונקט פון כהונת מרן הברך משה זצ"ל אלס אדמו"ר מ'סאטמאר, ד.ה. דורכאויס די ערשטע העלפט פון די נ' יארן ובמיוחד פון תשנ"ד ביי די מסע המלכות קיין ארה"ק, האט די סאטמארער חסידות געבליעט פילפאכיג שנעלער ווי ביז דעמאלס, מחמת כמה טעמים, בעיקר איז יענע יארן אויפגעוואקסן דער נייער דור אשר לא ידע את יוסף, דער דור פון "איחוד התלמידים" וואס האבן שוין כמעט נישט געדענקט דעם רבי'ן זי"ע, דער רבי דער ברך משה האט געזאגט פלאמפייערדיגע דרשות נאך יענע טעג, געפראוועט מורא'דיג שיינע ימים טובים, חתונות פון אייניקלעך און פארשידענע מאורעות.

די לעצטע עטליכע יאר זענען אויף די אונטערשטע טעג סוכות געקומען צו פארן הונדערטער געסט מעבר לים, פאר ווער עס געדענקט די נעילת החג טישן ווען די געסט זענען געשטאנען אין די רייע צו באקומען עפל, אדער חוה"מ ווען די געסט האבן גומל געבענטשט, א סאטמארער חסיד אין יענע יארן האט זיך געשפירט ברום המעלה בלי ערך.

עס געדענקט זיך מיט וואספארא גאווה און צופרידנהייט עס האט זיך געשפירט צו באלאנגען אינעם סאטמארן "מיליטער" אין וומ"ס, לדוגמא, א טאג וואס דער רבי ז"ל האט חתונה געמאכט אן אייניקל, די קבלת פנים איז געווענליך געווען אין די זאל פון ברכה סימא אויף קיעפ סט., דארט איז געווען די חופות און דערנאך איז מען אריבער קיין ראדני סט. צו די שמחת חתן וכלה און הופעת רבינו אין ביהמ"ד הגדול (איך רעדט פון די צייטן ווען די חתונות זענען שוין נישט געווען אין ארמארי וכדו'). די בחורים האבן אריבערשפאצירט די גאסן פון וומ"ס אנגעטאן בבגדי שבת מיט אזא זעלבסטזיכערקייט, אויב האט זיך דערוואגט אדורכצוגיין עמיצער וואס האט נישט באלאנגט צו סאטמאר, האט מען יענעם אראפגעקוקט מיט אזא ביטול ווי כאילו יענער איז א יון אין די סוכה.

עכ"פ דער הויכפונקט איז אנגעקומען ווען עס איז געקומען די פריידיגע מעלדונג איבער די נייע ביהמ"ד, מ'קען נישט באשרייבן די שמחה'דיגע געפילן וואס מיר האבן יענע צייט געשפירט, מ'פלעג מיר דמיונ'ען פונעם נייעם שול, די סקיצעס; די זיצן אויסשטעל, די גאלעריען, די פאלישעס, די פילצאליגע שטיבלעך, די הערליכע מקוה, די געבויעטע סוכה, מ'האבמיר געגאפט אויף די צעטליך אין ראדני ביים אונטערטשן ווינקל בצד צפון גייענדיג צום פאליש וואו עס זענען געהאנגען די זיצן ליסטעס, מ'האט געשפירט ווי מ'גרייט זיך ממש צום בנין ביהמ"ק השלישי (דאס האט שוין נאכגעפאלגט נאכן מעמד אבן הפנה, איך ברענג עס נאר ארויס אלס פונקט ווי דערהויבן מ'האט זיך געשפירט מיטן נייעם ביהמ"ד).

ממילא איז דער עקסטאז ביים אבן הפנה געווען מלא רגש, די היינטיגע 65 יעריגע ראשי הקהלה זענען געווען 40-45 יעריגע אינגע פרישע עסקנים; ר' חיים העללער, ר' יצחק ראזענבערג, ר' בנימין הירש, ר' ש"ד מארקאוויטש, ר' אברהם מאיר רייך ועוד, זיי האבן זיך געדרייט אוויפן סטעידזש ווי בני מלכים, אט גייט סאטמאר ווייזן פאר די וועלט וואס מיר קענען, דער אויבנאן איז געלאפן פון רבינ'ס הויז ביי קארנער ראס ביז צו ווילסאן סט., עס זענען אנוועזנד געווען אלע רבנים ורביים פון וומ"ס און אסאך פון גרעיטער ניו יארק, מוזיק האט באמאבארדירט און עס זענען געהערט געווארן מעכטיגע דרשות.

ווער עס האט מיטגעלעבט יענע מאמענטן און געפילן האט געגלייבט אז דער סאטמארער גלאנץ קען שוין קיינמאל נישט אויפהערן צו שיינען, אבער פון הימל האט מען געוויזן גאנץ עפעס אנדערש, אפגעזען צו וועלכע צד איר באלאנגט, איז קלאר אז די נאכפאלגענדע יארן זענען געווען זייער פיינפול פאר סאטמארער חסידים די בכל אתר ואתר, ובפרט טאקע פאר די געטרייע חסידים פונעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, גענוי ווי גרויס די כבוד און בליה וואס סאטמאר האט געזען אין איר גלאררייכע תקופה פון תשנ"ד-ח, אויפן זעלבן שטאפל זענען די בזיונות געווען אין די יארן דערויף, און דאס קען נאר איינער באגרייפן דער וואס האט טאקע באגריפן די געפילן פון כבוד און שטאלץ.

ממילא, ווען מ'צייכנט אפ צוואנציג יאר פון יענעם אבן הפנה, איז עס אין די זעלבע בחינה אן אפצייכענונג פון ווייטאג, פון א מלך בישראל איז פארואנדלט געווארן אין א מלך אביון אין פילן זין פון ווארט, וואס זאל מען טאן, די הארץ צוגייט, זה בלא זה אי אפשר, די צוויי זאכן גייען ביינונז סינאנים, מן השמים האט מען אזוי געפירט, ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם.

השי"ת זאל העלפן אז דער אייזערנער סטרוקטור וואס דינט דערווייל אלס איינזאמע מאנומענטאלער מצבה אויף א גאלדענע תקופה בחצרות סאטמאר, זאל אויפגעבויעט ווערן בקרוב דורך משיח צדקנו אין ירושלים עיה"ק אינאיינעם מיט אלע חורבות ארצינו, ובנו ממך מוסדי דור ודור בראש פונעם בית המקדש השלישי וואס וועט בקורב אראפקומען בנוי ומשוכלל, כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה במהרה בימינו אמן.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 11:48 am

אוי אלע אינערליכע געפילן האסטו מיר דא אויסגעגאסן אויפן טיש, ס'פילט זיך ווי עפל סיידער נאך קידוש, מיללער האט זיך געהעריג צופירט די הענט דא, ואית מאן דפרע בממונא די שווערע מיליאנען וואס אידן האבן דארט אראפגעפלאשט.

ס'דערמאנט זיך מיר יעצט די גענעראל פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען א' ויחי תשנ"ז אין ביהמ"ד הגדול אין ראדני, אין יענע צייט זענען אידן געווארן אביסל אפגעקילט צום בנין, צוליב וואס דער רבי דער ברך משה איז דורך שווערע צייטן בבריאות הגוף, און ס'איז ארומגעפארן אזא לעגענדע, אז ווען מ'בויט א נייע ביהמ"ד ווערט די אלטע ביהמ"ד ברוגז, און מ'האט געברענגט א ראי' אז תשכ"ח איז אויך די רבי ז"ל נישט געזונט געווארן ווייל מ'האט דעמאלטס געבויעט ראדני, און יעצט איז די זעלבע ווייל מ'בויט א נייע ביהמ"ד, ממילא האט אויסגעפעלט דעמאלטס פריש אנצווארעמען דעם עולם

איך דערמאן מיך אין יענע יארן האב מיר געלערנט אין ישיבה און ס'איז נעבעך נעדר געווארן אחד מבני החבורה און מ'האט געוואלט עפעס טון לעילוי נשמתו, איז געווען א רעדע צו מ'זאל לאזן שרייבן א ספר תורה, צו מ'זאל אפקויפן א חדר אינעם נייעם ביהמ"ד לעילוי נשמתו, אסאך בחורים האבן געשטימט אז מ'זאל אפקויפן א חדר, און מ'וועט שרייבן דורך 'איחוד התלמידים יוצאי הישיבה תשנ...' (איחוד איז דאך דעמאלטס געווען ברום המעלה), ס'וועט זיין מעכטיג, למעשה זעט אויס אז די נשמה האט געהאט א זכי' אז מהאט סוכ"ס ענדערש געשריבן א ספר תורה ווייל ס'איז אויסגעקומען העלפט פרייז און ס'איז געווען א נומער וואס מ'האט געקענט צאמשטעלן צווישן בחורים, אזוי ליינט מען כאטש אין די ספר תורה לע"נ עד היום הזה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ידידי נאמן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 4:12 pm

תגובהדורך ידידי נאמן » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 11:52 am

מיללער האסט אראפגעלייגט אן ארבעט


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט