א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
אחראי: אחראי
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
מיסטעריעז האט געשריבן:איך וועל אנהייבן מיט מיטטיילן מיין בליק אויף איי וועלט.
מיר זענען ב''ה באשאנקען מיט גאר אסאך גוטע שרייבער, פארשטענדליכע אידן, ידענים אין תורה און אין וועלטליכע ענינים באופן נורא ומבהיל, איך ברענג נישט קיין משלים ווייל יעדער האט סייווי א אנדערע געשמאק אין ניקס, און פארשטייט זיך אויך מחמת לא לבייש את מי שאין לו...
עס ווערן דא געלופטערט טאג טעגליך פארשידענע ארטיקלען, פארשונגען, אנאליזן, געדאנקען, איידיעס, עצות וכו' וכו', עס מאכט נישט אויס צו עס פאנגט זיך אן מיט א גרונטליכע תגובה צו מיט א קורצע אומוויסנקייט, לבסוף ווערט אלעס אויסגעשמועסט ביזן גרונט, צולייגט אויף פיצ-פיצלעך, אז יעדער ילוד אשה וואס האט זוכה געווען צו זיין א באזוכער דא זאל עס ארויסהאבן.
וויאזוי טאקע געשעהט דאס?
עס קומט ראובן און ער שרייבט אראפ עפעס, יעדע ווארט וואס ער שרייבט יעדע מליצה וואס ער נוצט, יעדע דריי פינטעלעך (אדער צוויי ביי געוויסע...) איז א תוצאה פון ארטיקלען וואס ער האט געזען, זאכן וואס ער האט געהערט, די סביבה און משפחה ווי ער איז אויפגעוואקסן ועוד, וואס דאס אלעס האט אים אויפגעבויעט א געוויסע מהלך המחשבה און דיבור (איך לאז דאס איבער פאר די חכמים בתורת הנפש), דערפאר וועט יעדער איינער דא צומאל פארשטיין זיינע רייד אינגאנצן אנדערש, איינס ווייל דער שרייבער האט נישט געכאפט אז זיינע ווערטער קענען 'בפשוטן' האבן אן אנדער משמעות ווי וואס ער האט געמיינט, און צווייטנס ווייל דער ליינער האט זיך דאך אויפגעבויעט אן אנדערע געדאנקען גאנג.
דערפאר נאך וואס ראובן דריקט דעם 'שיק עס', קען זיין אז שמעון און לוי קוקן ביידע און די זעלבע צייט זיין ארטיקל, און אין די צייט וואס שמעון קרומט מיט די נאז: סארא מין געשרייבעכץ דאס?! שטייט לוי און ראלט זיך פאר געלעכטער אויף א וויץ וואס ראובן האט ניטאמאל געמיינט צו שרייבן...
לאמיר גיין א טריט ווייטער, שמעון פארשטייט דאך נישט וואס דא איז נתחדש געווארן, נעמט ער זיך צאם די מחשבה און הייבט אן מגיב זיין - בדרך כבוד - כדי צו באקומען א ביאור אויף ראובן'ס 'נארישע רייד', כידוע גיבט דאך דאס אראפשרייבן א שטארקע קלארקייט אין די נושא וואס מ'איז עוסק, דערפאר אז שמעון קליקט אויפן 'שיק עס' האלט ער שוין ביי א מצב וואס ער ווייסט שוין בערך וואס ראובן האט געמיינט, נאר זיין קשיא איז אים פיל מער פארשטענדליך... געדריקט!
אופס! ארענדאר לאזט עס נישט דורך פאר שמעון שרייבט אונטער אז ער האט געזען יהודא'ס תגובה, שמעון איז דאך א גראדער מעכל און ציטערט צו חותם'ן אויף שקר מאכט ער א שנעלע החלטה און געט א בליק וואס עס איז יהודא'ס בליק אויף ראובן'ס ארטיקל.
אה! דער יהודא איז א קלוגער אינגערמאן! קיינמאל נישט אויפגעכאפט... עכ''פ לויט וויאזוי יהודא לייגט אראפ זיין שכח איז נישט נאר וואס ער זעהט ער אז זיין הערה איז געווען בבחינת קלאץ קשיא, נאר ער כאפט עפעס א טיעפע פאליטישע טשעפע וואס ראובן האט דא (נישט...) באגראבן.
יוא!! דער פראגראם שרייבער פון פי עידזש פי, זאל ער געבענטשט זיין פארן ווייזן א תגובה וואס 'האקט', איך וואלט דאך מיט די איין תגובה מיינע אזוי רויט געווארן שפעטער...
ער האט נישט קיין צייט/געדולד צו שרייבן נאך א תגובה נאדערט ער אים א גרינע...
יששכר האט געזען יהודא'ס תגובה מיט די גרינע אויך, און ער שטייט און שטוינט: ראובן האט געשריבן א פשוטע ארטיקל מסביר צו זיין דאס און דאס, וואס איז די גרינקייט דא?? און וואס האט דער נארישער יהודא (הערת הכותב, פריער איז ער קלוג געווארן, און שוין איז ער קאליע געגאנגען...) ארויסגענומען פון די ארטיקל?? עכ''פ די הומאריסטישע כוונות וואס ראובן האט 'יא' אריינגעלייגט, האט יששכר נישט געכאפט...
אבער מיט דעם אלעם האלט ער זיך נישט אפ פון מגיב זיין, ווייל ער האט למעשה הנאה געהאט.
אזוי פארט א באהן פון תגובות, און יעדע איינס דערפון איז וויכטיג פארן ארטיקל/נייעס וכו', וואס די ארטיקל פארפעלט, ערפילט די דריטע תגובה, און וואס דער צווייטער איז מגיב ברענגט שטערקער ארויס די און די פוינט. בקיצור יעדע תגובה, יעדע שכוח, יעדע גוט ווארט און אפי' יעדע גרינע איז די גאזאלין און בעטערי פון די סייט, סיי פון דעם פשוטן פוינט אוו וויו אז דאס גיט חיזוק פאר די מלמדים עמממ שרייבערס, און סיי ווייל דאס ברענגט ארויס שטערקער די תוכן, יעדע ווארט יעדע הוספה קלארט אויס דאס בילד (און אז עס ווערט א וויכוח איז דאס נאר א מעלה, א וויכוח ברענגט נאך מער צו צום ציל - דאס ארויסהאבן די כוונת הכותב).
-----
עס איז יארע 2040 איך גיי באזוכן איי-וועלט (אפשר וועט די וועבסייט'ס אדרעס שוין זיין נאכאמאל געטוישט...)
איך באגעגן מיר מיט א שלל פון נייע ניקס, די 'אלטע' (צו פארשטיין געבן; למעלה וואס איז אין 08' שוין געווען איבער זיבעציג, וועט שוין זיין א בן מאה מיט א שמיץ אריבער...) טרעטן שוין נישט אריבער דעם שוועל, אלעס ווערט געפירט דורך יונגע בלוט.
איין זאך וואס עס איז די מערסטע בולט איז די נייע אפשן וואס איך זעה ביי יעדע תגובה, עס הייסט: 'לייק די תגובה'. רבונו של עולם, דאס איז א לשון דמיון (ווי צו זאגן: די תגובה איס 'לייק' די תגובה)??
מיינט דאס: איי 'לייק די תגובה' (מלשון הנאה)?? וואס איז דאס?
היות איך בין אבער אריינגעקומען נאר צו זעהן וואס דא טוט זיך, ברים איך מיך אונטער (מיט די עקסענט וואס נאר די וויי טו קעי אידן ניצן נאך...) 'איי דאונט קעיר, לעט דעם ליוו דע וועי דעי וואנט'.
איך ליין דורך אפאר תגובות צו זעהן די גרויס חכמה פון די היינטיגע דורות, אקעי, נישט אזאנע טיפשים ווי כ'האב געמיינט...
בום! אריינגעזעצט!! ס'ישוין ווייטער? 'די תגובה איז געלייקט געווארן דורך:' נאכגעפאלגט מיט אלע אלופי עשיו און בני קטורה (אזעלכע נארישע ניקס בוחר צו זיין, פעך!!).
(איין זאך וואס איך ווייס שוין, אז מלשון דמיון איז דאס נישט ווייל קיינער האט נישט געלינקט צו אן אנדערע תגובה)
מיין נייגער צינדט זיך אן, וואס מיינט דאס די 'לייק' און 'געלייקט' אנשיקעניש??
לעטס מעיק א לאנג סטארי שארט, נאכן זיך ארום קוקן ווער פון די מנהלים איז א פארשטענדליכער האב איך אים געשיקט א אישי אנצופרעגן וואס ס'איז פשט פון 'לייק די תגובה' און ' די 'תגובה איז געלייקט דורך:'.
א מינוט שפעטער רילאוד איך מיין אישי קעסטל און איך זעה אז דער שטאקיגער פיקח האט שוין געליינט מיין מעסידזש, יעצט ווארט איך מיט שפאנונג פאר א תשובה.
5 מינוט, א האלבע שעה, א גאנצע, צוויי און באלד איז שוין דריי, אופס! ער האט געענטפערט.
ער פאנגט אן מיט דברי ריצוי מיר איבערצובעטן פארן שפעטע ענטפער, און ער איז מסביר ווי דערשראקן ער איז געווארן זיך זעענדיג פאר די אויגן מיט א אישי פון א ניק וואס איז שוין איינגעשריבן מאז 10' ועד עתה, אז ער איז ממש געווארן געשטייפט (אכשר דרא, אין אונזערע צייטן האבן די יונגע נישט געהאט דרך ארץ פאר די עלטערע...) און ביז ער איז געקומען צו זיך האט גענומען א פאר שעה.
און דא איז זיין ביאור: 'בנוגע אייער שאלה איבער לייק און געלייקט, אונז האב מיר צוגעלייגט א געוואלדיגע הוספה צום קרעטשמע, אז אנשטאט מ'זאל דארפן שרייבן א תגובה אדער מנדר זיין א גרינע, קען מען קליקן 'לייק די תגובה', און דעם קליקערס נאמען ווערט צוגעלייגט צום 'די תגובה איז געלייקט דורך:' ליסטע, און אזוי ווייסט דער שרייבער פונקטליך מי ומי עס האבן הנאה געהאט פון זיין ארטיקל'.
מיין אטעם האט זיך אפגעשטעלט פאר התפעלות, מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפנט און מיין מויל האט ארויסגעלאזט א קוויטש, 'וואו זענען די מנהלים פון מיינע צייטן געווען?? פארוואס האבן זיי נישט געטון דעם שריט??'. (צווישן מיר אין אייך: ס'איז מיר ממש אומפארשטענדליך געווארן דברי חז''ל בנין נערים סתירה...)
איך שרייב אים צוריק: 'אוי! אנטשולדיגט פארן אייך דערשרעקן, איך בין היינט געוואר געווארן פון איי-וועלט, און איך האב אריינגעסיינט מיט מיין טאטעס ניק... (נישט מוחה זיין, מפני השלום מעג מען ליגנט זאגן)
א געוואלדיגע איידיע דאס, יישר כח פאר אייער אנטווארט'.
יעצט איז מיין נייגער שוין גאר שטארק צו זעהן וויאזוי דער נייער ווערסיע פון איי-וועלט קוקט אויס און ארבעט.
איך לאז מיר ארויס כאפן א טור אינעם וועלטל.
'הדד בן בדד' שרייבט א לענגערע אפשאצונג איבער די אויסגאנג פון די 2040 פרעזידענטליכע וואלן, באמת א שיינע אפשאצונג ער נעמט צוזאם אלע צדדים אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן (ער הייבט אן פון א' פון די פריימעריס) און אלע רעפובליקאנע, פונקטליך פארוואס מ'האט נישט געוואוט פאר יענעם און פארוואס יענער איז ארויס פונעם פארמעסט, דאן איז ער מסביר פארוואס מ'האט צום סוף געוואוט פאר דעם פאקטישע געווינער, אלעס שיין צונומען, יעדעמ'ס פאליסיס, יעדעמ'ס פערסענל לייף וכו' וכו' ממש א גרונטליכע אנאליז.
די תגובה איז געלייקט דורך: אלוף זרח, אלוף לוטן, אלעדה און ישבק און נאך פיר און צוואנציג לייקערס.
ערשטע תגובה: נתפעל צו ווערן!
אבער מחולק מיט דיר כלפי לינקאלן רעסטלער (זארגט אייך נישט, ער איז ארויס פון די פארמעסט).
'די תגובה איז געלייקט דורך:' דריי ניקים
צווייטע תגובה: WOW אזא קלארקייט?! ס'איז אבער נישט אינגאנצן אזוי ווי דו זאגסט ודו''ק.
'די תגובה איז געלייקט דורך:' עלף וואס האבן נישט מגיב געווען...
'בעל חנן בן עכבר' האט א געוואלדיגע באשרייבונג אויף עפעס א אמאליגע קאמפאני 'בלעקבערי' האט עס געהייסן, ער באשרייבט זייער הצלחה, ווי זיי זענען געשטאנען ברומו של עולם אזש וואו מ'איז געשטאנען און געגאנען האט מען עס געזעהן, און דאן קומט ער צו ווי זיי זענען געגאנגען מטה מטה, צוריקגעכאפט פאר אפאר חדשים, און צוריק אראפגעפאלן... וואס זאל איך אייך זאגן? איך געדענק דאך נאך די צייטן פון 'בלעקבערי', דער האט געמאכט א גוטן דזשאב!
'די תגובה איז געלייקט דורך:' פינף און צוואנציג ניקס.
דער זעקס און צוואנציגסטער האט געהאט קוראזש און האט מגיב געווען: 'גאר שיין באשריבן, איך האב אבער נישט ארויס פונקטליך דיין פוינט'.
'די תגובה איז געלייקט דורך:' דריי און זעכציג ליינערס.
וואו??? וואס??? ווען??? פארוואס האסטו געלייקט הדד'ס אנאליז? פאר די גאנצע? פאר די האלבע? פאר דריי נקודות זיינע? פאר זיין וועג פון שרייבן? פאר דער הומאריסטישע אויספיר? פארן גוט צולייגן דעם פאקטישע געווינער?
,ביסט אויך מחולק כלפי רעסטלער אדער דו האסט געלייקט צוליב די קאמפלימענט? אה! ביסט מחולק, אקעי, מיט וועלכע פוינט? מיט די זעלבע ווי דער מגיב האט געמיינט? אדער דו האלטסט אז ער איז ארויס פונעם פארמעסט ווייל ער האט נישט געדארפט אריינקומען בכלל?
האסט געלייקט בן עכבר'ס ארטיקל, פארוואס?? פאר דיר דערמאנען פון דיין זיידע וואס איז נעבעך סטאק מיט א בב? פארן מגלה זיין אביסעלע היסטאריע? אפשר ווייל ס'איז די סדר אז א לאנגע תגובה לייקט מען?
דו לייקסט דעם מגיב'ס תגובה, צוליב? די קוראזש זיינער צו מגיב זיין? עס איז דא א פוינט וואס דו פארשטייסט אויך נישט? וועלכע? ביי זייער בליה? ביי זייער ירידה?
אוי ווי חז''ל האבן געהאט רעכט! בנין נערים סתירה!
דער וועלטל האט פארלוירן די חן, דער שרייבער ווייסט נישט פון וויטש חלק מ'האט הנאה געהאט, דער מגיב האט נישט פארשטאנען דעם באשרייבונג, די באהאלטענע וויצן זענען געבליבן פארשטעקט, די אומגעשריבענע שאלות-קשיות-פאקטן זענען געבליבן אומבאהאנדלט.
אבער? די פאר ניקס וואס וואלטן נישט געמגיב'ט צוליב צייט, געדולד און קאנצעטראציע האבן געהאט א מהלך ארויסצוברענגען אז ס'דא עפעס א נקודה וואס האט אים באוואויגן צו לייקן...
שיין געשריבען און יישר כח פארן מהנה זיין.
צום קעפל: דעתי נוטה כרוב ציבור יא צו מאכן א לייק פראבירט עס אויס וועסטו זעהן ווי שיין די שמועסען וועלן פארן אפילו מיט׳ן לייק, און איך מיין אז ווען די וואלסט געהאלטן ווי מיר וואלסטו געקענט ארויסברענגען די מעלות פון מאכן א לייק אסאך שענער ווי דיין יעצטיגע תגובה.
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:מה פתאום??? האט געשריבן:וואף! מיסטעריעז! נישט געוואוסט אז דו קענסט דאס אויך! קיינמאל נישט צו שפעט צו באדאנקען!חושב מחשבות... האט געשריבן:נו?????? אנקעטע רוזאלטס?????
וואו טאקע?!
גייט שוין גארנישט ווערן דערפון!
געב נאר א קוק וויפיל מ'האט זיך שוין צאמגערעדט דערויף און גארנישט איז געווארן:
היסטארישע קול קורא מנקי"י הדעת וגדולי עול"ם
מאכן א LIKE קנעפל אונטער יעדע תגובה
א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
2 הומאריסטישע אשכולות אויפן נושא:
לייק-דיסלייק קנעפל...
ענדליך!!! לייק דיסלייק אפשן!
און איינער וואס האט זיך אן עצה געגעבן אויף אן אייגנארטיגן וועג:
וויפיל מאל דארף איך דרוקן? נידער מיט די סיסטעם..!!!
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3681
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
איך מיין לכבוד 2020 זאל מען צולייגן א דאנק קנעפל.
וואס האלט איר?
וואס האלט איר?
איש יהודי בשושן האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm
שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!
ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
j718 האט געשריבן:איך מיין לכבוד 2020 זאל מען צולייגן א דאנק קנעפל.
וואס האלט איר?
איך מיין מען מעג שוין צוריק ארויף ברנגען דער נושא!
עפען א נייע אאנקעטע אשכול און געגנגען!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
יהלום האט געשריבן:j718 האט געשריבן:איך מיין לכבוד 2020 זאל מען צולייגן א דאנק קנעפל.
וואס האלט איר?
איך מיין מען מעג שוין צוריק ארויף ברנגען דער נושא!
עפען א נייע אאנקעטע אשכול און געגנגען!
ס'איז לכאורה א שאד די שפייעכטס דערוועגן, זינט מ'האט (לפי דברי ההנהלה) שוין אנגעהויבן די טעכנישע פראצעדור דאס צו אינסטאלירן.
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יהלום האט געשריבן:j718 האט געשריבן:איך מיין לכבוד 2020 זאל מען צולייגן א דאנק קנעפל.
וואס האלט איר?
איך מיין מען מעג שוין צוריק ארויף ברנגען דער נושא!
עפען א נייע אאנקעטע אשכול און געגנגען!
ס'איז לכאורה א שאד די שפייעכטס דערוועגן, [color=#FF0000]זינט מ'האט (לפי דברי ההנהלה) שוין אנגעהויבן די טעכנישע פראצעדור דאס צו אינסטאלירן.[/color]
זיי ארבטען שוין אויף דעם אפאר יאר ניין???
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
יעצט אפגעגעבן מיין שטימע, כהאף אז סאיז עפעס נאך ווערט
וואטעווער....
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
לייטער האט געשריבן:יעצט אפגעגעבן מיין שטימע, כהאף אז סאיז עפעס נאך ווערט
זייט נישט געפאלן ביי זיך, אייער שטימע טראגט אקוראט די זעלבע ווערד ווי ווען די אנקעטע איז געווען אקטיוו. ההנהלה.
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
ארויף
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח

- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14544
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re:
מיסטעריעז האט געשריבן:איך וועל אנהייבן מיט מיטטיילן מיין בליק אויף איי וועלט.
מיר זענען ב''ה באשאנקען מיט גאר אסאך גוטע שרייבער, פארשטענדליכע אידן, ידענים אין תורה און אין וועלטליכע ענינים באופן נורא ומבהיל, איך ברענג נישט קיין משלים ווייל יעדער האט סייווי א אנדערע געשמאק אין ניקס, און פארשטייט זיך אויך מחמת לא לבייש את מי שאין לו...
עס ווערן דא געלופטערט טאג טעגליך פארשידענע ארטיקלען, פארשונגען, אנאליזן, געדאנקען, איידיעס, עצות וכו' וכו', עס מאכט נישט אויס צו עס פאנגט זיך אן מיט א גרונטליכע תגובה צו מיט א קורצע אומוויסנקייט, לבסוף ווערט אלעס אויסגעשמועסט ביזן גרונט, צולייגט אויף פיצ-פיצלעך, אז יעדער ילוד אשה וואס האט זוכה געווען צו זיין א באזוכער דא זאל עס ארויסהאבן.
וויאזוי טאקע געשעהט דאס?
עס קומט ראובן און ער שרייבט אראפ עפעס, יעדע ווארט וואס ער שרייבט יעדע מליצה וואס ער נוצט, יעדע דריי פינטעלעך (אדער צוויי ביי געוויסע...) איז א תוצאה פון ארטיקלען וואס ער האט געזען, זאכן וואס ער האט געהערט, די סביבה און משפחה ווי ער איז אויפגעוואקסן ועוד, וואס דאס אלעס האט אים אויפגעבויעט א געוויסע מהלך המחשבה און דיבור (איך לאז דאס איבער פאר די חכמים בתורת הנפש), דערפאר וועט יעדער איינער דא צומאל פארשטיין זיינע רייד אינגאנצן אנדערש, איינס ווייל דער שרייבער האט נישט געכאפט אז זיינע ווערטער קענען 'בפשוטן' האבן אן אנדער משמעות ווי וואס ער האט געמיינט, און צווייטנס ווייל דער ליינער האט זיך דאך אויפגעבויעט אן אנדערע געדאנקען גאנג.
דערפאר נאך וואס ראובן דריקט דעם 'שיק עס', קען זיין אז שמעון און לוי קוקן ביידע און די זעלבע צייט זיין ארטיקל, און אין די צייט וואס שמעון קרומט מיט די נאז: סארא מין געשרייבעכץ דאס?! שטייט לוי און ראלט זיך פאר געלעכטער אויף א וויץ וואס ראובן האט ניטאמאל געמיינט צו שרייבן...
לאמיר גיין א טריט ווייטער, שמעון פארשטייט דאך נישט וואס דא איז נתחדש געווארן, נעמט ער זיך צאם די מחשבה און הייבט אן מגיב זיין - בדרך כבוד - כדי צו באקומען א ביאור אויף ראובן'ס 'נארישע רייד', כידוע גיבט דאך דאס אראפשרייבן א שטארקע קלארקייט אין די נושא וואס מ'איז עוסק, דערפאר אז שמעון קליקט אויפן 'שיק עס' האלט ער שוין ביי א מצב וואס ער ווייסט שוין בערך וואס ראובן האט געמיינט, נאר זיין קשיא איז אים פיל מער פארשטענדליך... געדריקט!
אופס! ארענדאר לאזט עס נישט דורך פאר שמעון שרייבט אונטער אז ער האט געזען יהודא'ס תגובה, שמעון איז דאך א גראדער מעכל און ציטערט צו חותם'ן אויף שקר מאכט ער א שנעלע החלטה און געט א בליק וואס עס איז יהודא'ס בליק אויף ראובן'ס ארטיקל.
אה! דער יהודא איז א קלוגער אינגערמאן! קיינמאל נישט אויפגעכאפט... עכ''פ לויט וויאזוי יהודא לייגט אראפ זיין שכח איז נישט נאר וואס ער זעהט ער אז זיין הערה איז געווען בבחינת קלאץ קשיא, נאר ער כאפט עפעס א טיעפע פאליטישע טשעפע וואס ראובן האט דא (נישט...) באגראבן.
יוא!! דער פראגראם שרייבער פון פי עידזש פי, זאל ער געבענטשט זיין פארן ווייזן א תגובה וואס 'האקט', איך וואלט דאך מיט די איין תגובה מיינע אזוי רויט געווארן שפעטער...
ער האט נישט קיין צייט/געדולד צו שרייבן נאך א תגובה נאדערט ער אים א גרינע...
יששכר האט געזען יהודא'ס תגובה מיט די גרינע אויך, און ער שטייט און שטוינט: ראובן האט געשריבן א פשוטע ארטיקל מסביר צו זיין דאס און דאס, וואס איז די גרינקייט דא?? און וואס האט דער נארישער יהודא (הערת הכותב, פריער איז ער קלוג געווארן, און שוין איז ער קאליע געגאנגען...) ארויסגענומען פון די ארטיקל?? עכ''פ די הומאריסטישע כוונות וואס ראובן האט 'יא' אריינגעלייגט, האט יששכר נישט געכאפט...
אבער מיט דעם אלעם האלט ער זיך נישט אפ פון מגיב זיין, ווייל ער האט למעשה הנאה געהאט.
אזוי פארט א באהן פון תגובות, און יעדע איינס דערפון איז וויכטיג פארן ארטיקל/נייעס וכו', וואס די ארטיקל פארפעלט, ערפילט די דריטע תגובה, און וואס דער צווייטער איז מגיב ברענגט שטערקער ארויס די און די פוינט. בקיצור יעדע תגובה, יעדע שכוח, יעדע גוט ווארט און אפי' יעדע גרינע איז די גאזאלין און בעטערי פון די סייט, סיי פון דעם פשוטן פוינט אוו וויו אז דאס גיט חיזוק פאר די מלמדים עמממ שרייבערס, און סיי ווייל דאס ברענגט ארויס שטערקער די תוכן, יעדע ווארט יעדע הוספה קלארט אויס דאס בילד (און אז עס ווערט א וויכוח איז דאס נאר א מעלה, א וויכוח ברענגט נאך מער צו צום ציל - דאס ארויסהאבן די כוונת הכותב).
-----
עס איז יארע 2040 איך גיי באזוכן איי-וועלט (אפשר וועט די וועבסייט'ס אדרעס שוין זיין נאכאמאל געטוישט...)
איך באגעגן מיר מיט א שלל פון נייע ניקס, די 'אלטע' (צו פארשטיין געבן; למעלה וואס איז אין 08' שוין געווען איבער זיבעציג, וועט שוין זיין א בן מאה מיט א שמיץ אריבער...) טרעטן שוין נישט אריבער דעם שוועל, אלעס ווערט געפירט דורך יונגע בלוט.
איין זאך וואס עס איז די מערסטע בולט איז די נייע אפשן וואס איך זעה ביי יעדע תגובה, עס הייסט: 'לייק די תגובה'. רבונו של עולם, דאס איז א לשון דמיון (ווי צו זאגן: די תגובה איס 'לייק' די תגובה)??
מיינט דאס: איי 'לייק די תגובה' (מלשון הנאה)?? וואס איז דאס?
היות איך בין אבער אריינגעקומען נאר צו זעהן וואס דא טוט זיך, ברים איך מיך אונטער (מיט די עקסענט וואס נאר די וויי טו קעי אידן ניצן נאך...) 'איי דאונט קעיר, לעט דעם ליוו דע וועי דעי וואנט'.
איך ליין דורך אפאר תגובות צו זעהן די גרויס חכמה פון די היינטיגע דורות, אקעי, נישט אזאנע טיפשים ווי כ'האב געמיינט...
בום! אריינגעזעצט!! ס'ישוין ווייטער? 'די תגובה איז געלייקט געווארן דורך:' נאכגעפאלגט מיט אלע אלופי עשיו און בני קטורה (אזעלכע נארישע ניקס בוחר צו זיין, פעך!!).
(איין זאך וואס איך ווייס שוין, אז מלשון דמיון איז דאס נישט ווייל קיינער האט נישט געלינקט צו אן אנדערע תגובה)
מיין נייגער צינדט זיך אן, וואס מיינט דאס די 'לייק' און 'געלייקט' אנשיקעניש??
לעטס מעיק א לאנג סטארי שארט, נאכן זיך ארום קוקן ווער פון די מנהלים איז א פארשטענדליכער האב איך אים געשיקט א אישי אנצופרעגן וואס ס'איז פשט פון 'לייק די תגובה' און ' די 'תגובה איז געלייקט דורך:'.
א מינוט שפעטער רילאוד איך מיין אישי קעסטל און איך זעה אז דער שטאקיגער פיקח האט שוין געליינט מיין מעסידזש, יעצט ווארט איך מיט שפאנונג פאר א תשובה.
5 מינוט, א האלבע שעה, א גאנצע, צוויי און באלד איז שוין דריי, אופס! ער האט געענטפערט.
ער פאנגט אן מיט דברי ריצוי מיר איבערצובעטן פארן שפעטע ענטפער, און ער איז מסביר ווי דערשראקן ער איז געווארן זיך זעענדיג פאר די אויגן מיט א אישי פון א ניק וואס איז שוין איינגעשריבן מאז 10' ועד עתה, אז ער איז ממש געווארן געשטייפט (אכשר דרא, אין אונזערע צייטן האבן די יונגע נישט געהאט דרך ארץ פאר די עלטערע...) און ביז ער איז געקומען צו זיך האט גענומען א פאר שעה.
און דא איז זיין ביאור: 'בנוגע אייער שאלה איבער לייק און געלייקט, אונז האב מיר צוגעלייגט א געוואלדיגע הוספה צום קרעטשמע, אז אנשטאט מ'זאל דארפן שרייבן א תגובה אדער מנדר זיין א גרינע, קען מען קליקן 'לייק די תגובה', און דעם קליקערס נאמען ווערט צוגעלייגט צום 'די תגובה איז געלייקט דורך:' ליסטע, און אזוי ווייסט דער שרייבער פונקטליך מי ומי עס האבן הנאה געהאט פון זיין ארטיקל'.
מיין אטעם האט זיך אפגעשטעלט פאר התפעלות, מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפנט און מיין מויל האט ארויסגעלאזט א קוויטש, 'וואו זענען די מנהלים פון מיינע צייטן געווען?? פארוואס האבן זיי נישט געטון דעם שריט??'. (צווישן מיר אין אייך: ס'איז מיר ממש אומפארשטענדליך געווארן דברי חז''ל בנין נערים סתירה...)
איך שרייב אים צוריק: 'אוי! אנטשולדיגט פארן אייך דערשרעקן, איך בין היינט געוואר געווארן פון איי-וועלט, און איך האב אריינגעסיינט מיט מיין טאטעס ניק... (נישט מוחה זיין, מפני השלום מעג מען ליגנט זאגן)
א געוואלדיגע איידיע דאס, יישר כח פאר אייער אנטווארט'.
יעצט איז מיין נייגער שוין גאר שטארק צו זעהן וויאזוי דער נייער ווערסיע פון איי-וועלט קוקט אויס און ארבעט.
איך לאז מיר ארויס כאפן א טור אינעם וועלטל.
'הדד בן בדד' שרייבט א לענגערע אפשאצונג איבער די אויסגאנג פון די 2040 פרעזידענטליכע וואלן, באמת א שיינע אפשאצונג ער נעמט צוזאם אלע צדדים אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן (ער הייבט אן פון א' פון די פריימעריס) און אלע רעפובליקאנע, פונקטליך פארוואס מ'האט נישט געוואוט פאר יענעם און פארוואס יענער איז ארויס פונעם פארמעסט, דאן איז ער מסביר פארוואס מ'האט צום סוף געוואוט פאר דעם פאקטישע געווינער, אלעס שיין צונומען, יעדעמ'ס פאליסיס, יעדעמ'ס פערסענל לייף וכו' וכו' ממש א גרונטליכע אנאליז.
די תגובה איז געלייקט דורך: אלוף זרח, אלוף לוטן, אלעדה און ישבק און נאך פיר און צוואנציג לייקערס.
ערשטע תגובה: נתפעל צו ווערן!
אבער מחולק מיט דיר כלפי לינקאלן רעסטלער (זארגט אייך נישט, ער איז ארויס פון די פארמעסט).
'די תגובה איז געלייקט דורך:' דריי ניקים
צווייטע תגובה: WOW אזא קלארקייט?! ס'איז אבער נישט אינגאנצן אזוי ווי דו זאגסט ודו''ק.
'די תגובה איז געלייקט דורך:' עלף וואס האבן נישט מגיב געווען...
'בעל חנן בן עכבר' האט א געוואלדיגע באשרייבונג אויף עפעס א אמאליגע קאמפאני 'בלעקבערי' האט עס געהייסן, ער באשרייבט זייער הצלחה, ווי זיי זענען געשטאנען ברומו של עולם אזש וואו מ'איז געשטאנען און געגאנען האט מען עס געזעהן, און דאן קומט ער צו ווי זיי זענען געגאנגען מטה מטה, צוריקגעכאפט פאר אפאר חדשים, און צוריק אראפגעפאלן... וואס זאל איך אייך זאגן? איך געדענק דאך נאך די צייטן פון 'בלעקבערי', דער האט געמאכט א גוטן דזשאב!
'די תגובה איז געלייקט דורך:' פינף און צוואנציג ניקס.
דער זעקס און צוואנציגסטער האט געהאט קוראזש און האט מגיב געווען: 'גאר שיין באשריבן, איך האב אבער נישט ארויס פונקטליך דיין פוינט'.
'די תגובה איז געלייקט דורך:' דריי און זעכציג ליינערס.
וואו??? וואס??? ווען??? פארוואס האסטו געלייקט הדד'ס אנאליז? פאר די גאנצע? פאר די האלבע? פאר דריי נקודות זיינע? פאר זיין וועג פון שרייבן? פאר דער הומאריסטישע אויספיר? פארן גוט צולייגן דעם פאקטישע געווינער?
,ביסט אויך מחולק כלפי רעסטלער אדער דו האסט געלייקט צוליב די קאמפלימענט? אה! ביסט מחולק, אקעי, מיט וועלכע פוינט? מיט די זעלבע ווי דער מגיב האט געמיינט? אדער דו האלטסט אז ער איז ארויס פונעם פארמעסט ווייל ער האט נישט געדארפט אריינקומען בכלל?
האסט געלייקט בן עכבר'ס ארטיקל, פארוואס?? פאר דיר דערמאנען פון דיין זיידע וואס איז נעבעך סטאק מיט א בב? פארן מגלה זיין אביסעלע היסטאריע? אפשר ווייל ס'איז די סדר אז א לאנגע תגובה לייקט מען?
דו לייקסט דעם מגיב'ס תגובה, צוליב? די קוראזש זיינער צו מגיב זיין? עס איז דא א פוינט וואס דו פארשטייסט אויך נישט? וועלכע? ביי זייער בליה? ביי זייער ירידה?
אוי ווי חז''ל האבן געהאט רעכט! בנין נערים סתירה!
דער וועלטל האט פארלוירן די חן, דער שרייבער ווייסט נישט פון וויטש חלק מ'האט הנאה געהאט, דער מגיב האט נישט פארשטאנען דעם באשרייבונג, די באהאלטענע וויצן זענען געבליבן פארשטעקט, די אומגעשריבענע שאלות-קשיות-פאקטן זענען געבליבן אומבאהאנדלט.
אבער? די פאר ניקס וואס וואלטן נישט געמגיב'ט צוליב צייט, געדולד און קאנצעטראציע האבן געהאט א מהלך ארויסצוברענגען אז ס'דא עפעס א נקודה וואס האט אים באוואויגן צו לייקן...
חנן איז שוין געווען איינגעשריבן אום 2014?
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
Re: א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
בין איך נאר מסופק צו מיט שם ומלכות...
בין איך נאר מסופק צו מיט שם ומלכות...
__________________________________
This signature was intentionally left blank