קנאפער ידען האט געשריבן:און אגב איז דער טענה:מר. גרין האט געשריבן:וואס זאל ארויסהעלפן די באניצער פון אייוועלט, און ווען איינער וועט שפעטער וועלן עפעס צולייגן צום נושא זאל מען עס קענען גרינג טרעפן אינעם אייוועלט סערטש
איז נאריש ביז גאר! זינט עס איז פשוט אז ווען איינער זוכט עפעס וועגן וויזשניצע זאל אין מאנסי (משל נאר) וועט ער נישט זוכן "מאנסי אינפארמאציע", און אוודאי און אוודאי נישט איבערליינען א לאנגע אשכול אפשר צו טרעפן עפעס דערוועגן. נאר ער וועט זוכן וויזשניצע זאל אין מאנסי.
גיי צוריק צום אנהייב אשכול און ליין ואס איך שרייב ביי נומער 2
"
2. די צווייטע פראבלעם איז אויפן לאנג טערם. אייוועלט איז נישט נאר א סייט מיט נייעס וואס מ'ליינט א טאג צוויי, "אייוועלט" איז אן ארכיון מיט טויזענע וויכטיגע אינפארמאציע, דאקימענטן, בילדער וכו' און עס איז דא פולע מענטשן וואס זעיצן און קוקען דורך צענדליגע אלטע אשכולות ביי די ארכיוון און עס שטערט זייער שטארק אריינצוהאקען אין די אשכולות וואס פארקויפט גארנישט."
ואסביר דברי בפרטיות:
איך מיין איר וועט מסכים זיין אז די סירטש ענדישן פון אייוועלט איז היפש צוריקגעשטאנען און במציאות נעמט עס אסאך צייט צו זיכן ספעציפישע אשכולות וואס מען זיכט. {יעצט העלן אלע מומחים טענען אז ס'איז נישט שווער- אבער איך האלט ווייטער אז פאר א פשוטער אייוועלט באניצער איז עס יא שווער, סיי צוליס די פולע ספעלינגס און סיי צוליב דעם וואס מען עס איז דא וואס שרייבן די קעפל אין אלע סארט שפראכען}
אקיצור, אסאך מאל זיך איך א לענגערע צייט ביז איך טרעף די אשכול וואס רעדט פון די טעמה וואס איך זיך און וויבאלד די סירטש ענדישן ברענגט נישט אייביג די רעזולטאטען מיז מען פשוט אריבערגיין צו די אפטיילונג פון וואו מען רעדט איך נישטערן צענדליגע אשכולות ביז איך טרעף עס MANUALLY
ביי די נייעס פארום'ס זעה איך עס נישט אלס א גרויסע פראבלעם ווייל עס מאכט זיך נישט אפט אז מען דארף אפירזיכן אן אלטע שטיקעל נייעס אבער ווען איך זיך עפעס ביי די "איש את רעהו" אפטיילונג איז עס זייער שווער. און אפי' ווען איך פרעג אן ביי די "איז דא אן אשכול אויף...: אשכול קען אויך נעמען צייט ביז איינער טרעפט עס
וממיילא האביך שטארק רעקאמעדירט אז די עולם זאל זיך משתדל זיין צו עפענען כלליות'ידגע אשכולות און נישט יעדער איינער וואס זיכט רויטע טאמאטעס אויפן וועג צו די קאנטרי זאל עפענען אן אשכול איבער דעם.. ענדערש קען מען עפענען אן אשכול " איך זיך" און יעדער זאל שרייבן וואס ער זיכט...
איך האב הנאה אז יעדער איינער לאזט דא הערן זיינע מיינונגען און למעשה איז דא וואס האלטען פונקט די פארקערטע פון מיך, נאכאלס האביך געפילט פאר וויכטיג ארויסצוברעגען מיין אפיניען.
נ.ב. אויפן טענה אז איינער וואס זיכט עפעס א זאל אין מונסי העט נישט גיין אין לייגן זיין תגובה אין "מונסי אינפא. אשכול, וויל איך מעיר זיין אז גיי קוק אינען קרית יואל'ער אשכול העסטו זעהן אז עס איז דא אסאך שאלות פון יחידם און זיי האבן גלייך באקומען עטנפערס אויף זייערע פראגעס.