משנה יומי

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

ברון שהחיינו וקימנו לזמן הזה, מיר פאנגן היינט אן מסכת אבות בס"ד, זאל דער אייבערשטער העלפען מיר זאלן זיך קענען מחזק מיט דברי תורה צוזאמען, ובשם ה' נעשה ונצליח.

די פירוש איז ע"פ משניות משנה ערוכה.

ווער עס האט הגהות והערות קען צושרייבן,

מפתח

מסכת אבות

פרק א'

לעצט פארראכטן דורך snax אום פרייטאג יולי 17, 2015 8:46 am, פארראכטן געווארן 7 מאל.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

מסכת אבות

פרק א'
משנה א

משֶׁה קִבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי, וּמְסָרָהּ לִיהוֹשֻׁעַ, וִיהוֹשֻׁעַ לִזְקֵנִים, וּזְקֵנִים לִנְבִיאִים, וּנְבִיאִים מְסָרוּהָ לְאַנְשֵׁי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה. הֵם אָמְרוּ שְׁלשָׁה דְבָרִים: הֱווּ מְתוּנִים בַּדִּין, וְהַעֲמִידוּ תַלְמִידִים הַרְבֵּה, וַעֲשׂוּ סְיָג לַתּוֹרָה.

משֶׁה קִבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי - משה האט מקבל געווען די תורה פון הקב"ה אויף הר סיני, וּמְסָרָהּ - און ער האט עס אויסגעלערענט לִיהוֹשֻׁעַ, וִיהוֹשֻׁעַ לִזְקֵנִים - וואס האבן מאריך ימים געווען נאך אים, אזוי איז עס אריבער מדור לדור ביז נאך די שופטים, וּזְקֵנִים - בסוף ימי השופטים וואס דאס איז עלי הכהן די לעצטע שופט, לִנְבִיאִים – שמואל הנביא, וּנְבִיאִים – חגי זכרי' ומלאכי וחבריהם וואס זענען געווען פון די לעצטע נביאים, מְסָרוּהָ לְאַנְשֵׁי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה – בתחלת בית שני זענען געווען א פארזאמלונג פון 120 זקנים וואס ווערן אנגערופן אנשי כנסת הגדולה, הֵם - די אנשי כנסת הגדולה אָמְרוּ – פלעגען כסדר זאגן, שְׁלשָׁה דְבָרִים: הֱווּ מְתוּנִים בַּדִּין –די דיינים וואס פסק'נן דין תורות זאלען זיך נישט איילען צו פסק'נן ביז זיי וועלען גוט אדורך טוען די צדדים, אפי' עס איז שוין אמאל געווען אזא דין תורה, ווייל עס קען ארויס קומען א טעות, וְהַעֲמִידוּ תַלְמִידִים הַרְבֵּה – אפי' מען האט שוין אהער געשטעלט תלמידים און דער יוגענט, זאל מען זיך נישט צוריק האלטן פון שטעלן נאך תלמידים אין די ימי זקנה, ווייל אז מען איז זוכה קען מען אויף שטעלן בעסערע תלמידים, וַעֲשׂוּ סְיָג לַתּוֹרָה – די מנהיגי הדור זאלן מאכן גדרים וסיגים אז מען זאל נישט צוקומען נכשל צו ווערן אין די תורה אליין.
תמימות
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות »

זייער שיין! יעצט דארף איך שוין אפילו נישט ארויס נעמען די משניות..
ביזן מויל אריין..
שקויעך..
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

משנה ב

שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק הָיָה מִשְּׁיָרֵי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה. הוּא הָיָה אוֹמֵר: עַל שְׁלשָׁה דְבָרִים הָעוֹלָם עוֹמֵד, עַל הַתּוֹרָה וְעַל הָעֲבוֹדָה וְעַל גְּמִילוּת חֲסָדִים.

שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק הָיָה מִשְּׁיָרֵי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה – שמעון הצדיק איז געווען די לעצטע פון די אנשי כנסת הגדולה, הוּא הָיָה אוֹמֵר: עַל שְׁלשָׁה דְבָרִים הָעוֹלָם עוֹמֵד – די וועלט איז באשאפען געווארן וועגען די דריי זאכן, עַל הַתּוֹרָה – אז די אידן זאלן מקבל זיין די תורה, וְעַל הָעֲבוֹדָה – אז די אידן זאלן עוסק זיין אין קרבנות, וְעַל גְּמִילוּת חֲסָדִים – אז אידן זאלן טוען גמילת חסדים איינער מיט די אנדערע.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

משנה ג

אַנְטִיגְנוֹס אִישׁ סוֹכוֹ קִבֵּל מִשִּׁמְעוֹן הַצַּדִּיק. הוּא הָיָה אוֹמֵר: אַל תִּהְיוּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס, אֶלָּא הֱווּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב שֶׁלֹּא עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס, וִיהִי מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם.

אַנְטִיגְנוֹס אִישׁ סוֹכוֹ – גדול החכמים פון די שטאט סוכו, קִבֵּל מִשִּׁמְעוֹן הַצַּדִּיק, הוּא הָיָה אוֹמֵר: אַל תִּהְיוּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס – מען זאל נישט טוען די מצוות מיט א כוונה אז מען וועט באקומען שכר פאר דעם, כאטש מען דארף גלייבן אז דער אייבישטער וועט געבן שכר אני מאמין באמונה שלמה.... גומל טוב לשומרי מצוותיו, אֶלָּא הֱווּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב שֶׁלֹּא עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס – מען זאל אינזין האבן צו טוען די מצוות נאר וועגן אהבת השי"ת, דאס האט אנטיגנוס געזאגט פאר זיינע גרויסע תלמידים משא"כ פאר די פשוטי עם זאגט שוין די גמ' (פסחים נ:) שמתוך שלא לשמה בא לשמה, וִיהִי מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם – עס זאל זיין אויף ענק די מורא פון די אייבישטער וואס איז אין הימל נישט עובר צו זיין אויף א לא תעשה, אזוי וועט מען דינען השי"ת מתוך אהבה ויראה.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

משנה ד

פון דא און ווייטער זענען אלע תנאים זוגות די ערשטע איז די נשיא און די צווייטער איז די אב"ד.

יוֹסֵי בֶּן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה וְיוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם קִבְּלוּ מֵהֶם. יוֹסֵי בֶן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ בֵּית וַעַד לַחֲכָמִים, וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם, וֶהֱוֵי שׁוֹתֶה בַצָּמָא אֶת דִּבְרֵיהֶם.

יוֹסֵי בֶּן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה וְיוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם קִבְּלוּ מֵהֶם – פון שמעון הצדיק און פון אנטיגנוס, יוֹסֵי בֶן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ בֵּית וַעַד לַחֲכָמִים – דיין הויז זאלן שטענדיג זיין גרייט אויב די חכמים ווילן זיך דארט צוזאם קומען, אזוי וועסטו זיך אפלערנען פון זיי, וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם – זאלסט ווערן אזוי ווי א תלמוד פון זיי, אמאל פלעגט מען זיצען אויף די ערד נעבן די רבי און די שטויב פון די רבי'ס פוס פלעגט ארויף גיין אויף די תלמידים, וֶהֱוֵי שׁוֹתֶה בַצָּמָא אֶת דִּבְרֵיהֶם – און די זאלסט לערנען פון זיי מיט א חשק און א צמאון.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

משנה ה

יוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ פָּתוּחַ לִרְוָחָה, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ, וְאַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה. בְּאִשְׁתּוֹ אָמְרוּ, קַל וָחֹמֶר בְּאֵשֶׁת חֲבֵרוֹ. מִכָּאן אָמְרוּ חֲכָמִים, כָּל זְמַן שֶׁאָדָם מַרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה, גּוֹרֵם רָעָה לְעַצְמוֹ, וּבוֹטֵל מִדִּבְרֵי תוֹרָה, וְסוֹפוֹ יוֹרֵשׁ גֵּיהִנָּם.

יוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ פָּתוּחַ לִרְוָחָה – דיין הויז זאל זיין אפען פאר נצרכים אז זיי זאלן שטענדיג טרעפן דארט הרווחה, אכילה, שתייה ושאר צרכים, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ – דו זאלסט אויפנעמן עניים בסבר פנים יפות און דורך דעם וועלן זיי זיין א שטענדיגער גאסט ביי דיר אין שטוב, וְאַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה – דו זאלסט נישט רעדן מיט אן אשה שלא לצורך, בְּאִשְׁתּוֹ אָמְרוּ – האשה מיט א ה' הידיעה אפי' מיט די אייגענע פרוי זאל מען נישט מרבה זיין שיחה, קַל וָחֹמֶר בְּאֵשֶׁת חֲבֵרוֹ. מִכָּאן אָמְרוּ חֲכָמִים, כָּל זְמַן שֶׁאָדָם מַרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה, גּוֹרֵם רָעָה לְעַצְמוֹ – ווייל ער וועט איר דערציילען וועגן זיינע חברים און זי וועט אים איבער רעדן זיך צו קריגן מיט די חבר, (אזוי ווי קרח האט דערציילט זיין ווייב וועגן משה רבינו און זי האט אים איבער גערעדט צום מחלוקות, וּבוֹטֵל מִדִּבְרֵי תוֹרָה – ווייל ער וועט רעדן דברים בטלים, וְסוֹפוֹ יוֹרֵשׁ גֵּיהִנָּם – דורך לשון הרע ומחלוקות.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

משנה ו

יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה וְנִתַּאי הָאַרְבֵּלִי קִבְּלוּ מֵהֶם. יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה אוֹמֵר: עֲשֵׂה לְךָ רַב, וּקְנֵה לְךָ חָבֵר, וֶהֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת.

יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה וְנִתַּאי הָאַרְבֵּלִי קִבְּלוּ מֵהֶם. יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה אוֹמֵר: עֲשֵׂה לְךָ רַב – צו לערנען תורה, ווייל וואס מען לערנט פון א רבי געדענקט מען בעסער און אסאך לימודים דארפן קבלה מדור דור צו וויסן פשט, וּקְנֵה לְךָ חָבֵר –צו לערנען תורה, און ער זאל דיר זאגן מוסר, און פאר סתם א גוטע עצה, וֶהֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת – אויב זעהט מען אז א מענטש טוט עפעס און מען איז נישט ברור אויב עס איז גוט אדער שלעכט זאלסטו אים דן זיין לכף זכות, (דאס איז ביי איינעם וואס מען קען נישט, אבער א רשע דארף מען דן זיין לכף חובה).
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נו וואס איז געווארען מיט דעם שיעור?
מ'דארף לערנען די פאר משנה'ס מאה פעמים ואחד? פארדעם גייט מען נישט ווייטער?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך בין מציע, אויב שוין א משנה יומי, לאמיר צוזאמען לערנען משניות פון סדר זרעים אדער טהרות, ערקלערט און דורכגעשמועסט דא אויף אונזער וועלטל. איך וואלט עס געטוהן ווען נישט איך בין פארנומען מיט מיין מפעל הוצאת ספרים. קען זיין איך זאל יענץ אויפגעבן לטובת די משניות שיעור.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

עס איז דא א מין שיעור אין בית המדרש וואס הייסט שיעור ע"י אחד מן החבריא, דאס איז אז יעדען טאג זאגט אן אנדערער די שיעור לויט די רייע, עס האט מורא'דיגע מעלות, איינס אז יעדער איז א חלק פון די שיעור, און צווייטנס אז יעדער דארף נאר אנגרייטען די שיעור איינמאל אין א שטיק צייט, אפשר קען מען פארשלאגען דא אזא זאך?
נאר פארשטייט זיך אז איינער דארף זיך מתנדב זיין צו זיין די גבאי, און זעהן ווער זענען די חברייא און וועמענס רייע איז היינט, און אויב איינער קען נישט איינמאל מאכן די שיעור, זאל ער זעהן צו שאפן א צווייטען פאר די טאג וכדומה.

יידישע קהלות: מעלין בקודש ולא מורידין, די צדיקים ווארטען שוין הונדערטער יארען, אז דיין נשמה זאל שוין קומען אין די וועלט, און אויסלייזען זייערע כתבים!!!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

האנטעך האט געשריבן:עס איז דא א מין שיעור אין בית המדרש וואס הייסט שיעור ע"י אחד מן החבריא, דאס איז אז יעדען טאג זאגט אן אנדערער די שיעור לויט די רייע, עס האט מורא'דיגע מעלות, איינס אז יעדער איז א חלק פון די שיעור, און צווייטנס אז יעדער דארף נאר אנגרייטען די שיעור איינמאל אין א שטיק צייט, אפשר קען מען פארשלאגען דא אזא זאך?
נאר פארשטייט זיך אז איינער דארף זיך מתנדב זיין צו זיין די גבאי, און זעהן ווער זענען די חברייא און וועמענס רייע איז היינט, און אויב איינער קען נישט איינמאל מאכן די שיעור, זאל ער זעהן צו שאפן א צווייטען פאר די טאג וכדומה.

יידישע קהלות: מעלין בקודש ולא מורידין, די צדיקים ווארטען שוין הונדערטער יארען, אז דיין נשמה זאל שוין קומען אין די וועלט, און אויסלייזען זייערע כתבים!!!

וואס וועט אבער זיין מיט מיין נשמה?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אלס דיין נשמה אויס מוזטו נאכנישט ווערן קיין מגי"ש (און נאכדערצו בכתב, וואס איז אן עבודה קשה)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

האט איינער א לוח פון משנה יומי? אין אויב סאיז בכלל דא אזא סארט זאך...
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:האט איינער א לוח פון משנה יומי? אין אויב סאיז בכלל דא אזא סארט זאך...
https://www.dropbox.com/s/zil6iiv4vh7riem/%D7%9C%D7%95%D7%97%20%D7%91%D7%91%D7%90%20%D7%A7%D7%9E%D7%90%20%281%29.pdf?dl=0

יש חברה באר"י,
התחילו עכשיו סדר נזיקין
מי כעמך ישראל!
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

מי כעמך ישראל!
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

FREEDOM האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:האט איינער א לוח פון משנה יומי? אין אויב סאיז בכלל דא אזא סארט זאך...
https://www.dropbox.com/s/zil6iiv4vh7riem/%D7%9C%D7%95%D7%97%20%D7%91%D7%91%D7%90%20%D7%A7%D7%9E%D7%90%20%281%29.pdf?dl=0

יש חברה באר"י,
התחילו עכשיו סדר נזיקין

מקען נישט קליקען אויף די לינק
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

FREEDOM האט געשריבן:https://thedailymishna.wpcomstaging.com/

תודה
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
חזקי פרידמאן האט געשריבן:האט איינער א לוח פון משנה יומי? אין אויב סאיז בכלל דא אזא סארט זאך...
https://www.dropbox.com/s/zil6iiv4vh7riem/%D7%9C%D7%95%D7%97%20%D7%91%D7%91%D7%90%20%D7%A7%D7%9E%D7%90%20%281%29.pdf?dl=0

יש חברה באר"י,
התחילו עכשיו סדר נזיקין

מקען נישט קליקען אויף די לינק

קאפי פעיסט
מי כעמך ישראל!
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

יש"כ
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

ארטסקראל הייבט אן יעצט נאכאמאל משנה יומי. מלערנט יעדן טאג 2 משנת
זיי געבן בחינם א קליינע ברכות משניות
https://www.artscroll.com/Categories/MY-FREE.html
אטעטשמענטס
20211222_102425.jpg
20211222_102425.jpg (322.35 KiB) געזען 2078 מאל
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

אלע סעטס משניות איז 30% אראפ
אטעטשמענטס
MishnahYomi_webpage-AppDownloadA.jpg
MishnahYomi_webpage-AppDownloadA.jpg (192.1 KiB) געזען 2074 מאל
Slider_MishnahYomiB2.jpg
Slider_MishnahYomiB2.jpg (105.12 KiB) געזען 2074 מאל
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ו משנה ח
אָכַל תְּאֵנִים עֲנָבִים וְרִמּוֹנִים איינער האט געגעסן טרויבן פייגן מילגרוימן, מְבָרֵךְ אַחֲרֵיהֶן שָׁלשׁ בְּרָכוֹת בענטש ער אויף זיי די דריי ברכות, דִּבְרֵי רַבָּן גַּמְלִיאֵל דאס איז די רייד פון רבן גמליאל. וַחֲכָמִים אוֹמְרִים אין די חכמים זאגן, בְּרָכָה אַחַת מֵעֵין שָׁלשׁ בענטש ער איין ברכה א פארקערצטע פון די דריי. רַבִּי עֲקִיבָא אוֹמֵר רבי עקיבא זאגט, אֲפִלּוּ אָכַל שֶׁלֶק וְהוּא מְזוֹנוֹ אפילו ער עסט געקאכטע גרינצייגן און מאכט עם זאט, מְבָרֵךְ אַחֲרָיו שָׁלשׁ בְּרָכוֹת בענטש ער אויף זיי די דריי ברכות. הַשּׁוֹתֶה מַיִם לִצְמָאוֹ איינער וואס טרונקט וואסער צו זיין דארשט, אוֹמֵר שֶׁהַכֹּל נִהְיֶה בִּדְבָרוֹ דארף ער זאגן אז אלעס איז געווארן צו זיינע ווערטער. רַבִּי טַרְפוֹן אוֹמֵר רבי טרפון זאגט, בּוֹרֵא נְפָשׁוֹת רַבּוֹת דער וואס האט באשאפן אלע מינע פארמען פון לעבן:
ברכות פרק ז משנה א
שְׁלשָׁה שֶׁאָכְלוּ כְאֶחָד דריי מענטשן וואס האבן געגעסן צוזאמען, חַיָּבִין לְזַמֵּן דארפן בענטשן צוזאמען. אָכַל דְּמַאי אויב איינער פון זיי האט געגעסן עפעס וואס איז דמאי (עסן פון אן עם הארץ... מ'יר ו'ועלן ב'אלד פ'ארשטיין), וּמַעֲשֵׂר רִאשׁוֹן שֶׁנִּטְּלָה תְרוּמָתוֹ אדער איינער פון זיי האט געגעסן עפעס וואס איז פון מעשר ראשון וואס מען האט שוין אראפ גענומען תרומה (מוב"פ), וּמַעֲשֵׂר שֵׁנִי וְהֶקְדֵּשׁ שֶׁנִּפְדּוּ אדער איינער פון זיי האט געגעסן עפעס וואס איז פון מעשר שני און מען האט אויסגעלייזט די הקדש פון דעם (מוב"פ), וְהַשַּׁמָּשׁ שֶׁאָכַל כַּזַּיִת אדער איינער פון די דריי איז דער וואס סערווירט וואס ער האט געגעסן כאטשיג די מאס פון א כזית, וְהַכּוּתִי א געוויסע מינע גרים (מוב"פ), מְזַמְּנִין עֲלֵיהֶם אפילו די וואס איז מיר האבן יעצט דערמאנט דארף זיי אויך בענטשן צוזאמען. אֲבָל אָכַל טֶבֶל אבער אויב ער האט געגעסן פון טבל (נישט געגעבן תרומה און מעשרות מוב"פ), וּמַעֲשֵׂר רִאשׁוֹן שֶׁלֹּא נִטְּלָה תְרוּמָתוֹ אדער געגעסן פון אזאך וואס איז פון מעשר ראשון וואס מען האט נישט גענומען תרומה, וּמַעֲשֵׂר שֵׁנִי וְהֶקְדֵּשׁ שֶׁלֹּא נִפְדּוּ אדער געגעסן פון אזאך וואס איז פון מעשר שני וואס מען האט נישט אויסגעלייזט די הקדש פון דעם, וְהַשַּׁמָּשׁ שֶׁאָכַל פָּחוֹת מִכַּזַּיִת אדער דער וואס סערווירט וואס ער האט געגעסן ווייניגער פון די מאס פון א כזית, וְהַנָּכְרִי און א נישט איד, אֵין מְזַמְּנִין עֲלֵיהֶם טאר מען נישט בענטשן צוזאמען מזומן:
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

.
לעצט פארראכטן דורך איינגעשריבענע גאסט אום דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינגעשריבענע גאסט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:23 pm

Re: משנה יומי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינגעשריבענע גאסט »

ברכות פרק ז משנה ב
נָשִׁים וַעֲבָדִים וּקְטַנִּים - פרויען און קנעכט און קליינע קינדער, אֵין מְזַמְּנִין עֲלֵיהֶם - מען קען זיי נישט רעכענען אויף צו בענטשן צוזאמען. עַד כַּמָּה מְזַמְּנִין - וויפיל דארף מען האבן געגעסן אז מען זאל רעכענען אויף צו בענטשן צוזאמען, עַד כַּזָּיִת - ביז די מאס וואס איז די גרויס פון אן איילבירט. רַבִּי יְהוּדָה אוֹמֵר - רבי יהודה זאגט, עַד כַּבֵּיצָה - (אז עס דארף זיין מער) ביז די מאס וואס איז די גרויס פון אן איי:
ברכות פרק ז משנה ג
כֵּיצַד מְזַמְּנִין – ווי אזוי (וואספארא/וועלעכע ברכה) בענטש מען מזומן, בִּשְׁלשָׁה - אז די גרופע וואס האבן געגעסען איז דריי מענטשן אוֹמֵר נְבָרֵךְ – (זאל איינער פון די דריי) זאגן לאמיר בענטשן . בִּשְׁלשָׁה וְהוּא – אז עס איז דא דריי און ער (דאס מיינט פיר מענטשן), אוֹמֵר בָּרְכוּ – זאל ער זאגן געבענטשט. בַּעֲשָׂרָה - אויב איז דא צען מענטשן, אוֹמֵר נְבָרֵךְ לֵאלֹהֵינוּ – זאל ער זאגן לאמיר בענטשן אונזערע גאט. בַּעֲשָׂרָה וָהוּא - אויב איז דא צען און ער (דאס מיינט עלעף מענטשן), אוֹמֵר בָּרְכוּ – זאל ער זאגן געבענטשט. אֶחָד עֲשָׂרָה - און ווען עס איז דא צען וְאֶחָד עֲשָׂרָה רִבּוֹא - אדער עס איז דא צען טויזענט מענטשן (האלט רבי עקיבא אז מען בענטשט די זעלבע סארט ברכה).
(אבער רבי יוסי הגלילי האלט אז אפילו נאך די מאס פון צען מענטשן וואס עסן צוזאמען טוישט יא די ברכה)בְּמֵאָה אוֹמֵר – אויב איז געווען הונדערט, נְבָרֵךְ לַייָ אֱלֹהֵינוּ – (זאגט ער) לאמיר בענטשן דער האר אונזערע גאט. בְּמֵאָה וְהוּא - אויב איז דא הונדערט און ער, אוֹמֵר בָּרְכוּ – זאל ער זאגן געבענטשט. בְּאֶלֶף – אויב איז דא טויזענט, אוֹמֵר נְבָרֵךְ לַייָ אֱלֹהֵינוּ אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל – זאגט ער לאמיר בענטשן דער האר אונזערע גאט דער גאט פון די אידן. בְּאֶלֶף וְהוּא - אויב איז דא טויזענט און ער, אוֹמֵר בָּרְכוּ – זאל ער זאגן געבענטשט. בְּרִבּוֹא – אויב איז דא צען טויזענט, אוֹמֵר, נְבָרֵךְ לַייָ אֱלֹהֵינוּ אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל- זאגט ער לאמיר בענטשן דער האר אונזערע גאט דער גאט פון די אידן אֱלֹהֵי הַצְּבָאוֹת – דער גאט פון מחנות יוֹשֵׁב הַכְּרוּבִים – (א געוויסע אויסדריק פארן אויבערשטער) עַל הַמָּזוֹן שֶׁאָכָלְנוּ - פאר די שפייז וואס מיר האבן געגעסן. בְּרִבּוֹא וְהוּא - אויב איז דא צען טויזענט און ער, אוֹמֵר בָּרְכוּ – זאל ער זאגן געבענטשט. כְּעִנְיָן שֶׁהוּא מְבָרֵךְ - אזוי ווי די וועג פון וועלעכע ברכה ער נוצט צו זאגן, כָּךְ עוֹנִין אַחֲרָיו – אזוי זאלן די איבריגע פון די גרופע ענטפערן, בָּרוּךְ יְיָ אֱלֹהֵינוּ אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל – גע'בענטשן זאל זיין דער האר אונזערע גאט דער גאט פון די אידן אֱלֹהֵי הַצְּבָאוֹת יוֹשֵׁב הַכְּרוּבִים – דער גאט פון מחנות (געוויסע אויסדריקן פארן אויבערשטער) עַל הַמָּזוֹן שֶׁאָכָלְנוּ - פאר די שפייז וואס מיר האבן געגעסן.

רַבִּי יוֹסֵי הַגְּלִילִי אוֹמֵר -
רבי יוסי הגלילי זאגט (פארוואס האלט איך אז נאך צען דארף מען נאכאלץ טוישן), לְפִי רֹב הַקָּהָל הֵן מְבָרְכִין – לויט די מאס פון די פארזאמלטע לויט דעם איז דא א סארט ברכה, שֶׁנֶּאֱמַר - אזוי ווי עס שטייט (א פסוק אין תהלים סח) בְּמַקְהֵלוֹת – אין דער פארזאמלינוג נאך בָּרְכוּ אֱלֹהִים – געבענטש ביסטו גאט, יְיָ מִמְּקוֹר יִשְׂרָאֵל.
אָמַר רַבִּי עֲקִיבָא - האט רבי עקיבא גאזאגט, מַה מָּצִינוּ – אזוי ווי מיר געפינען (ביי די הלכות פון דאווענען) בְּבֵית הַכְּנֶסֶת – אין שוהל, אֶחָד מְרֻבִּין – סיי ווען עס איז דא אסאך וְאֶחָד מֻעָטִין אוֹמֵר – אדער ווען עס איז דא ווייניגער (ווילאנג עס איז דא צען), בָּרְכוּ אֶת יְיָ – געבענטשט איז דער האר.
רַבִּי יִשְׁמָעֵאל אוֹמֵר – רבי ישמעאל זאגט, בָּרְכוּ אֶת יְיָ – געבענטשט איז דער האר הַמְבֹרָךְ – דער געבענטשטער:
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”