שמחת חיים, וויאזוי באקומט מען דאס?!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 am

לאקשען ברעט האט געשריבן:
- טראסטען די אייגענע פילינגס, אפילו ווען ס'מאכט נישט קיין סענס, (פארשטייט זיך מיט א גרעין אףף סאלט)


= *****שמחת החיים*****

וחלופיהם בגולם....


איר קענט עס אפשר מסביר זיין??
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:52 pm

פארשענערטע PDF ביז אהער, תשוח"ח @קנאפער ידען פאר די הילף.
צוגעלייגטע
שמחת החיים, וויאזוי באקומט מען דאס (1).pdf
(115.37 KiB) דאונלאודעד 239 מאל
לעצט פאראכטן דורך פארבינדן אום זונטאג יולי 12, 2015 11:00 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג יולי 09, 2015 4:45 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:
- טראסטען די אייגענע פילינגס, אפילו ווען ס'מאכט נישט קיין סענס, (פארשטייט זיך מיט א גרעין אףף סאלט)


= *****שמחת החיים*****

וחלופיהם בגולם....


איר קענט עס אפשר מסביר זיין??


יאפ, סענסיבל פראגע, קומט זיך אן ענפער,

צווישען די כוחות פין א מענטש איז דא די כוח השכל וואס טראכט לאגיש, נאכדעם איז דא די געפיהל (אויף ענגליש:gut feeling ) וואס א מענטש שפירט למשל ער וויל נישט טוהן א זאך וואס לאגיש איז נישטא קיין עכטע סיבה פארוואס נישט, און אזוי אויך פארקערט,
ווי ס'האט זיך ארויס געשטעלט אין סטאדיס אז מענטשען וואס גייען מיט זייער פילינג זענען מער מצליח,
(ס'נישט פאל פראוו (fool proof) ווייל ס'דא געפילען וואס קומען פין אנדערע סיבות ווי peer pressure אדער אנדערע סיבות, אין אזוי אויך שכל איז נישט fool proof ווייל לאגיק איז געבויעט אויף פאקטען, אין ס'זייער שווער צי וויסען אלע פאקטען ארום א זאך,
עכ"פ ס'קען זיין א מציאות וואס א מענטש שפירט אז ער וויל נישט א זאך וואס לאגיש זעהט אויס אז ס'זייער גוט עס צי טאהן
ודי למבין, והמשכיל יבין והבוחר יבחר, ווי וואנט משיח נאו,

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

א שטארקע יודישע יסוד!

תגובהדורך האנטעך » דאנארשטאג יולי 09, 2015 9:02 pm

פאר מיר וועלן גיין ווייטער, קלער איך צו אויסשמועסן א וויכטיגע און אינטערסאנטע ידיעה אין יהדות בכלל, וואס קען צוגעבן לדעתי צו ארויס האבן די נושא קלארער.

אלע וואס פארשען די יודישע היסטאריע יודען און גוים צוגלייך פרעגן די קשיא. וואס איז די טרייבס קראפט וואס ליגט אין די יודען, אין יעדע פלאץ ווי זיי קומען אן, ווערן זיי תיכף די וואס פירען די ביזנעס, דאקטורים, וויסנשאפטלער, וכדומה. פון די וואס באקומען די נאבעל פרייס איז א גרויסע פראצענט די יודישע וויסנשאפטלער, עס איז ממש אומגלויבליך וואס גייט פאר, (דא אין אייוועלט איז אויך דא א אשכול געווידמעט פאר די נושא, והמלנקים ילנקו..).

די וואס האבן געמאכט די גרעסטע רעוואלאציעס אין די לעצטע פאר הונדערט יאר, זענען געווען כמעט אלע יודען, (קאמעניזם ציוניזם, פסיכעלאגיע- פרויד, פיזיקס-איינשטיין ועוד). עס איז דא א ווערטעל אז אפילו אויב טרעפסטו א געזינטער אפיקורס, איז ער א יוד.. וואס איז די סיבה צו די יודישע טרייבסקראפט?

און אפילו אין די יחידישע לעבן, יעדער יוד פרעגט זיך אליינס תמיד, פון וואו צו וואו, און דאס איז אין יעדע פרט אין לעבן אין רוחניות, און אפילו אין גשמיות. אינידיע און אין אלע הרי חושך, זענען פול מיט פרייע יודען וואס זוכן גליקן דארט. מ'קען זעהן פון בעלי תשובה, וואס דערציילען אז בשעת זייער זוכענישן נאך די אמת, איז דאס אליינס, אז זיי זוכן דעם אמת, געווען איינס פון זייער הויפט קשיות, פארוואס נאר אונז יודען זוכן, און זענען נישט צופרידען.


נאר די ספרים זענען דאס מסביר, דער רמח"ל אין דעת תבונות און נאך אנדערע. אז ווי באקאנט האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט להטיב לבריותיו, און די גרעסטע הטבה איז קרבת ה', וואס קומט דורך טוען די מצוות ומע"ט. יעצט אויב ס'פעלט גארנישט פאר א מענטש, קענסטו אים נישט געבן, עפעס בעסערס, כידוע אז א ווארים וואס עסט זיך איין אין כריין, איז אים גוט דארט, ווייל ער ווייסט נישט פון עפעס בעסערס, און אויב אזוי וואס וועט מאכן אז דער מענטש זאל ווערן בוחר זיין אין טוב?

וועגן דעם האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אין די בריאה בכלל, און אין דעם יוד בפרט, א מורא'דיגע צמאון, און אלעס וואס ער טוט אין זיין לעבן איז נאר וועגן איין זאך זיך אנצופילען. נאר פאר די חטא אדם הראשון איז די זאך געווען קלאר פאר די מענטש און פאר די גאנצע בריאה, אז די צמאון איז צו ווערן דבוק צום אייבערשטען דורך טוען מצוות.

כידוע וואס רש"י זאגט אויף די פסוק שמש בגבעון דום, אז די זוהן גייט א גאנצען צייט, מיט די כח פון שירה וואס זי זינגט, דהיינו די שמש האט א מורא'דיגע צמאון צום אייבערשטען, און ער זינגט צום אייבערשטן און דאס איז זיין טרייבסקראפט צו דינען דעם אייבערשטן, (נישט ווייל ער האט א בחירה, נאר דאס איז די נארמאלע צורה פון עבודת השי"ת, און די זעלבע ביי מלאכים). און ווען יהושע הא געוואלט אפשטעלן די זוהן, האט ער געזאגט פאר די זוהן, דום! זיי שטיל און ממילא וועסטו אויפהערן צו גיין, און אנשטאט דעם האט יהושע געזאגט די שירה פארן אייבערשטן א גאנצען צייט וואס די זון איז געווען שטיל.

אבער נאך די חטא אדם הראשון, איז די צמאון געווארען א נישט קלארער געפיל, דער מענטש שפירט די צמאון אבער ער שפירט נישט אז די צמאון איז צו רוחניות, נאר פארקערט ער מיינט געאר אז עס איז צו גשמיות, אזוי ווייט אז אויב א מענטש האט גאר צו א שטארקע צמאון אפילו צו רוחניות, קען ער אריין פאלען אין תאוות ומחשבות זרות ה"י, כידוע ממש"כ הפרי הארץ מכתב כ"ב.

יעצט די צמאון צום אייבערשטן, וועט סוכ"ס ברענגען די בריאה בכלל, און דעם מענטש בפרט צו זייער תכלית. לאמיר קודם רעדן פונעם כלל און נאכדעם פון דעם פרט. למשל ווען איינשטיין וואלט ווען גענוצט זיין מורא'דיגע קאפ און זיין אייזערנע ווילען אויף רוחניות, וואלט ער ווען געווען א גאון אין יהדות, וואס וואלט געטוישט יהדות אויף אייביג לטוב, אזוי ווי אלע אנדערע גדולים וקדושים וואס זענען געוון צווישען יודען, וואס האבן אראפגעלייגט זייער חתימה אין כלל ישראל לדורות, יודישקייט וועט שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע, ווי פארדעם, שטעלט אייך פאר יהדות אן דעם רמב"ם שו"ע רמ"א, אריה"ק בעש"ט, גר"א. ועוד הרבה.

יעצט אבער ווען ער האט נישט זוכה געווען, איז זיין כח אנגעקומען צו מרבה זיין גשמיות אין די וועלט. יעצט וויאזוי וועט זיין כללית'דיגע כח מתוקן ווערן? נאר וויפיל פון זיין חכמה העלפט צו רוחניות איז דאך פשוט אז ס'באקומט איר תיקון, נישט אנדערש ווי עסן און טרונקען, וואס ווערן מתוקן דורך געבן כח צו דינען דעם אייבערשטען. אבער די חלק השלילי פון זיינע אויפטועכצער, דאס וועט ווערן נתעלה, ווען די מענטשהייט וועט איינזעהן ווי זי זענען אנגעקומען מיט דעם, און זי וועלן זיך בענקען צו אמאל.

דהיינו נאך דעם אטאם באמבע, וואס אנפאנג איז עס געווען געוואלדיג, עס האט געהאלפען ענדיגען די מלחמה, אבער ווען די פחד אז יעדער שמויגער איז אויפן וועג צו באקומען דעם אטאם, לאזט נישט לעבען, דעמאלס שרייט יעדער אוי וויפיל וואלט מען געצאלט אז עס זאל נישט זיין קיין אטאם אין די וועלט!

אדער נאך א בעסערע משל, די וועלט האט גרויס נוצען פון די אינטערנעט, אבער וען מ'זעהט וואס פאר אן סייבער אטאקעס קומען פאר, און קענען פארקומען, שרייט יעדער הלואי וואלט נישט געווען קין אינטערנעט, לא מדובשך ולא מעוקצך, זאל דער אייבערשטער אפהיטען אלע יודען!

ווען מארקס, פרויד, הערצעל, וואלטען גענוצט זייער כחות לש"ש, וואלטען זיי מתקן געווען זייער צמאון לטוב, אבער ווען זיי האבן נישט, נאר פארקערט זיי האבען אראפ געברענגט די וועלט, דעמאלס ווערט די כוחות זייערע מתוקן, ווען די וועלט זעהט איין די טעות פון דעם, אז ס'האט גארנישט געהאלפען, היינט האט די גאנצע וועלט איינגעזעהן די פאלשקייט פון קאמעניזם, ציוניזם, און די ליבעראלע פריקת עול'דיגער לעבן ווי מ'קומט אן מיט דעם.

דאס איז די מכוון פון די פסוקים אין ישעי', ושח גבהות איש, ונשגב ה' לבדו ביום ההוא. פון אלע חטאים אין שיטות וועט נתגלה ווערן די אמת, נאך זייער צוזאמפאל וועט מען זעהן אז למעשה, איז נישט דא קיין אנדערע אמת ווי ונשגב ה' לבדו.

און דאס זעהט מען דורכאויס די היסטאריע, וואס פירט צו דעם אויסגעבעטענעם טאג, אז מלוכות און גרויס מאכטן פאלען, און נאר די יוד בלייבט, ווי די באקאנטע בריוו פון מארקס טוועין.


דאס איז די וועג וויאזוי די וועלט גייט צום ריכטונג פון איר ציל, און דעמאלס וועט די וועלט קומען צו איר תיקון, ווייל די גאנצע רע וועט זיין א ראי' אויף כבוד שמים. והדברים מבוארים היטיב בספרי הרמח"ל.

אין די זעלבע זאך מיט דעם מענטש בפרטיות, ווען איינער שפירט למשל, אז ער לעבט נאר אין איין זאך: געלט געלט און נאכאמאל געלט. יעצט ווען אמאליגע צדיקים וואלטען אים געטראפן וואלטען זיי אים געזאגט מיין טייערער יוד. דו דארפסט נישט קיין געלט! דו ווילסט זיין אן ערליכער יוד! נאר היות מ'האלט נאכ'ן חטא אדם הראשון, שפירט דער יוד דאס נישט, אבער דאס איז די איינציגסטער אמת!

יעצט אויב א מענטש איז זוכה און ער אנערקענט עס און ער פאנגט אן צו נוצן די צמאון זיינע צו כבוד שמים, איז ער אזוי מתקן זיין נשמה, און אויב נישט וועט ער מתקן זיין די צמאון ווען סוף ימיו וועט ער זינגען די מגילת קהלת פון זיין אייגענע עקספיריענס! ווי דער בעל התניא איז מסביר פארוואס ווען איינער טוט תשובה מאהבה ווערט פון די עבירות מצות? נאר וואס איז די אהבה? א בענקעניש צום אייבערשטען אז ער איז אזוי ווייט פון אים, יעצט וואס האט גורם געווען צו די בענקעניש, נאר די חטאים, ממילא ווערן די חטאים איבער געדרייט צו מצוות, ווייל זיי זענען אנגעקומען צו זייער ציל, און זיי האבן געברענגט דעם מענטש נענטער צום אייבערשטן.

און ווי דער רמח"ל שרייבט אז לעתיד ווען אלעס וועט מתוקן ווערן, מיינט נישט אז מ'גייט אויסמעקן די חטאים, ווייל אויב אזוי וואס האט כבוד שמים פון די גאנצע זאך? נאר מ'גייט לאזען די חטאים, און מ'גייט ווייזען ווי אזוי די חטאים איז פאלש, און די תכלית פון זיי וועט זיין די צובראכענע הארץ נאך די עבירה, וואס ציעט צום אייבערשטען.
..
ע"כ די הקדמה ארויס צו ברענגען די פנימיות'דיגע בליק אויף די צמאון וואס א יוד האט, וואס דאס איז די שורש פון אלע אויפטועכצער פון די מענטשהייט פון איין זייט, און דיפרעסיע און דיסארדערס פון די צווייטע זייט.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:13 pm

לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה׳.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:56 pm

האנטעך, איך האב זייער הנאה פון דיין ווערק דא. קיפ איט קאמינג!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג יולי 10, 2015 12:23 am

יא האנטעך, דער עולם האט זייער הנאה. די סארט קוואליטעט ארטיקלען טרעפט מען נישט אין ערגעץ.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג יולי 10, 2015 1:33 am

פאר מיר וועלן צו גיין צו די עצם טיפול מיט די שווערע געפילן, וועל איך אראפ ברענגען דא, נאך צוויי פירושים אויף די ערשטע סטעפ, וואס דער הייליגער בעש"ט האט אראפ געלייגט אז דאס איז די הכנה אויף צו קענען בכלל אנפאנגען עפעס צו טאן, וואס דאס איז הכנעה.

די ערשטע איז די מהלך פונם הייליגען תולדות זי"ע. וואס איז מסביר, הכנעה נעם דיך אינגאנצען אוועק, גלייב אז די שכינה איז מדברת מתוך גרונך! דהיינו אונז דארפן פארשטיין אזוי ווי מיר האבן שוין מסביר געווען אין די פריערדיגער תגובה, אז דער אייבערשטער האט א פלאן אין די בריאה, און די אלע פראבלעמען זענען אנגעשריבן בהשגחה פרטית, כדי אונז צו צוברענגען צו אונזער תכלית וואס דאס איז דביקות בה'.

די דאקטורים זאגן היינט אז געוויסע פראבלעמען וואס מענטשן האבן קומען נאך פון טראומעס פון ווען מ'איז גאר קליין, און אפילו נאך אלס עובר אדער ביים געבורט, ואכהמ"ל.

(און אנדערע שטודיעס ווייזען אויף אז מקען עס נאך האבן פון פריערדיגע גלגולים אויך. דהיינו ס'דא מעשיות וואס דורך היפנאטייזען האט מען צוריק געברענגט דעם מענטש צו פריערדיגע גלגולים, און טראומעס פון יענע צייטען למשל וויאזוי ער איז געהרג'ט געווארען לאזען איבער צייכענעס אין די יעצטיגע גלגול אויך. די חלק גלייב איך אז ס'וועלן זיין סקעפטיקער אויף דעם, די מחזירי בתשובה, האבן א שלל אינפארמעישאן אויף די נושא, און זיי נוצען עס אויפצו ווייזען השארת הנפש. עכ"פ יעדער וואס וויל קען אליינס גוגלען די נושא, און צוקומען צו זיין אייגענע מסקנות. און אדרבה מיט טיילען מיטן עולם דא זיינע מסקנות..)

לויט די הסבר פון די פריערדיגע תגובה, אז אלעס איז תיקוני נפש, שטימט עס זייער גוט, אז דער אייבערשטער האט אנגעגרייט פאר יעדע נשמה איר וועג צו צוקומען צו איר תכלית, און פאר די נשמות וואס זייער תכלית איז דורך צו גיין דעפרעסיעס און אנדערע דיסאורדערס, האט דער אייבערשטער פונקטליך אנגעגרייט די וועג, וויאזוי דאס זאל זיך אנטוויקלען. צו דורך א שווערע יוגנט אדער די אנדערע אויבן דערמאנטע סיבות, אלעס איז מיט א חשבון.

ווי דער באר מים חיים איז מסביר אז דער אייבערשטער האט גענטפערט פאר איוב, וואס האט געטענה'ט אז ס'קומט זיך אים נישט די יסורים, איפה היית ביסדי ארץ, און דער מדרש איז מסביר, ווי ביסטו געווען נכלל אין אדם הראשון, וואס כידוע זענען אלע נשמות געווען א חלק פון אדם הראשון, איז ער מסביר אז דער אייבערשטער האט אים געזאגט, דו פארשטייסט דען דיין תיקון בכלל עלי אדמות, אויב דו ווייסט נישט וואו דו ביסט געווען נכלל אין אדם הראשון, און פונקטליך וואס דיין תיקון איז, אויב אזוי ווי אזוי טראכסטו אז דו קענסט בכלל פארשטיין?!.
דאס זאגט דער תולדות, די ערשטע זאך איז הכנעה. נעם דיך אוועק, פארשטייט דא טוט דער אייבערשטער מיט דיר, וואס ער דארף טוהן מיט דיר לטובתך! פרעג נישט קיין קשיות נאר לאז דיך פירען.

די צווייטע מהלך איז דער הייליגער קאמארנער זי"ע, וואס ער זאגט, אויב ווילסטו מתקן זיין דיין פראבלעם, איז די ערשטע זאך הכנעה, דו זאלסט נישט וועלן גארנישט זיין.. זאלסטוך פילן ביי דיר ווי איינער פון די גאנצע בריאה, צווישן אלע דומם צומחים וחיות ביסטו אויך עפעס א געוואקס אין די באשעפערס וועלט, ולא יותר, ווייל כל זמן דו ביסט נאך דא עפעס א גאנצע מציאות, וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען, און באמת איז עס לדעתי היינו הך ווי מיר האבן אויבן געשמועסט, דער מענטש דארף באפרייען די הארץ פון די השתלטות המוח, און ער דארף אנפאנגען צו לעבן מיט אמונה טהורה שבלב, און אויפגעבן אויף די חשבונות המוח וואס לייגט אים אין דער ערד!

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

מרה שחורה און דעפרעסיע 3

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג יולי 10, 2015 9:39 am

באמערקונג: עס איז דא צוויי אופנים ווי אזוי א מענטש קען שפירען יסורים. איינס איז ווען ער שפירט די יסורים בפועל, ווי מיר האבן שוין אויבן אויס געשמועסט, ווען ער רילעקס"ד אין א רואיגע פלאץ, און ער שפירט אין זיין הארץ ווי ס'טוט אים וויי. און די אנדערע איז אז ווייל ער ווייסט אז ער ליידט פון עפעס, ממילא איז זיין מוח עסוק א גאנצן טאג מיט זיין פראבלעם, און ער הערט נישט אויף צו טראכטען פון זיך אליינס 24/7. די תגובות וואס מיר רעדן יעצט איז געווידמעט נאר פאר די ערשטע חלק, ווען ער שפירט די ווייטאג בפועל אין זיין הארץ. פון די אנדערע חלק, אז זיין מוח טראכט א גאנצען טאג פון זיין פראבלעם, וועלן מיר רעדן אין אן אנדערע תגובה בעז"ה.

....

יעצט ווען דער מענטש האט שוין געטאן די שטאפעל פון הכנעה, דאס הייסט אז ער
איז מיט זיך אליינס, און ער האט שוין רילעקס"ד און זיין מוח פליט נישט סתם ארום, נאר ער איז קאנציטרירט צו פילן זיין ווייטאג אין זיין הארץ, און ער זוכט נישט יעצט קיין עצות, צו אוועק לויפען, אדער צו מסדר זיין זיין סדר היום וכדומה. יעצט דארף ער צוטרעטן צו די צווייטע שטאפעל וואס דאס איז הבדלה.

ווי מיר האבן שוין פריער אביסל מסביר געווען, איז דא אין א יעדע מחשבה און געפיל, צוויי חלקים, די עצם געפיל, ווי די ווייטאג, אדער שאיפה וכדומה. און די אפטייטש וואס די מוח האט געגעבן פאר די געפיל.

זאגן די חסידישע ספרים. אז די עצם געפיל איז א פאזיטיווע זאך און מ'דארף נישט פטור ווערן פון דעם, פארקערט מ'דארף עס איינקעשן צו עבודת השי"ת. אבער די לבוש פאר די געפיל וואס דאס איז די אפטייטש וואס דער מוח איז אים מסביר די געפיל, דאס איז פאלש. און די עבודה פון א מענטש איז צו מאכן אן הבדלה, אפצוטיילען די עצם געפיל פון די אפטייטש, און געבן א נייע אן אמת'ע אפטייטש פאר די געפיל, און אנפאנגען צו לעבן מיט דעם געפיל מיט א פאזיטיווקייט, וואס דאס איז די נעקסטע חלק וואס ווערט אנגערופען המתקה.

וויאזוי מאכט מען די הבדלה?

אין די חסידישע ספרים ווערט געברענגט צוויי אופנים, איינס אז מיט מחשבה אליינס, דהיינו אז מיט די עצם הכרה, אז די געפיל איז צוטיילט אין צוויי, און מיטן צונעמען די געפיל, און מיט די מחשבה מכיר זיין אז עס ליגט אן אמת אונטער דעם, מיט דעם אליינס ווערט שוין די המתקה. ווי עס שטייט די וואך פרשת פנחס אין ספר בעש"ט עה"ת, און אין נאך אסאך אנדערע ספרים.

פארשטייט זיך אז אפילו לויט די וועג, איז נישט גענוג אז איינער ווייסט די מושגים באופן כללי, נאר ביי יעדע מחשבה און געפיל, דארף מען עקסטער אריבער גיין די דריי פעולות פון הכנעה הבדלה און המתקה, און די סיבה איז ווייל לויט די חסידישע ספרים רעדט מען דאך נישט פון קיין רפואות וואס א מענטש דארף ווערן איינמאל פאר אלעמאל געזונט, נאר עס איז אן עבודה אז דער מענטש זאל מתקן זיין די נישט מיושב'דיגע מחשבות, ממילא איז נישט גענוג די ידיעה וואס דער מענטש ווייסט, נאר ער דארף בפועל מתקן זיין זיינען געפילען. איך האף צוריק צו קומען צו די נקודה שפעטער מער באריכות.

די מהלך איז ראטזאם צו נוצען ביי מילדערע פראבלעמען. אזוי ווי יעדער באמערקט אז ווען א מענטש איז צופארען און ער ווייסט נישט פארוואס, ווען ער וועט איבער גיין מיט זיין מחשבה אויף זיין טאג, און ער וועט כאפען ווי די לאך איז, דהיינו אה.. ווען יענקל האט מיר אריין געזאגט בין איך געווארען אויס מענטש! מיט די עצם הכרה וועט פארשוואונדען ווערן די ווייטאג! ווי דער בעש"ט איז מסביר אין די וואך די לעצטע שטיקל אין פרשת פנחס, אז די מחשבה פון א יוד האט א גרויסע און הייליגע כח צו מתקן זיין די צופארענע מחשבות. יעו"ש.

אבער ביי מער נפשיות'דיגע פראבלעמען איז לענ"ד דארף מען נוצען די אנדערע וועג, ווי דער דגל מחנה אפרים, און דער הייליגער קאמארנער זי"ע אין זיינע פיסטריט מאכט א גרויסע אריכות אויף דעם. און דאס איז מיט תפילה דהיינו ארויס רעדן צום אייבערשטן, די געפילען און מאכן די דריי שלבים בפה. איך האף שפעטער צו אראפברענגען דעם דגל און עס אפלערנען מיטן עולם דא, ווייל דאס איז א מורא'דיגע כללית'דיגע און יסודית'דיגע שטיקל אין עבודת השי"ת.

(די עצם זאך אז דער דגל און קאמארנער זי"ע וואס בדרך כלל גייען זיי יא אז מיט די מחשבה אליינס קענען זאכן ווערן מסודר, און דא מאכן זיי יא אגרויסע בראטעל פון דעם רעדן, דאס האט מיר געברענגט צו טראכטען, אז ס'איז א חילוק פון א קלענערע פראבלעם צו א גרעסערע. אבער בכל אופן דאס האט צוטאן מיט די תכונת הנפש, און כידוע האט דער הייליגער ר"נ מברסלב ז"ל געהייסען תמיד זיך אויסדרוקען מיט תפילה, און ער שרייבט אז דאס איז געווען די מהלך פון זיין זיידען דער בעש"ט, און אז אלע אייניקלעך פון בעש"ט זענען געגאנגען מיט דעם וועג פון תפילה. ואכהמ"ל בזה אז עס ווענדט זיך אין די צוויי הויפט שרשי נשמות וואס זענען דא ביי כלל ישראל וואס וועגן דעם וועט קומען צוויי משיחים משיח בן יוסף ומשיח בן דוד, ווי די חסידישע ספרים און דער רמח"ל האבן אן אריכות אין דעם).

ווען דער מענטש זיצט שוין רואיג און רילעקס"ד און ער לאזט זיך שפירען זיין הארץ, וועט ער בדרך כלל זיך אנטרעפן מיט א שניידענדיגע ווייטאג. וואס בדרך כלל דורכאויס דעם טאג, ווייל זיין מוח ארבעט דאך ממילא שפירט ער נישט די שארפע ווייטאג. אבער יעצט ווען ער לאזט זיך נאך וועט ער שפירען א ווייטאג.

יעצט די ווייטאג, אל הנער הזה התפללתי! די ווייטאג איז די ברייט באקאנטע נקודה הפנימית, די געשריי פון די נשמה וואס זוכט צוקומען צו איר תיקון, און ווערן נענטער צום אייבערשטען.

יעצט פאנגט דער מענטש אן צו טראכטען/רעדן/זינגען/שרייען צום אייבערשטן. טייערער פאטער אין הימל, ווער נאך ווי דיר פארשטייסט מיין ווייטאג! וויפיל די געפיל רייסט פון מיר שטיקער! ווער נאך ווי דו פארשטייט און ווייסט, וויפיל איך האב שוין פרובירט און גע... (יעדער זאל עס אליינס אריינפילען..) און למעשה קוק וויך איך שטיי אובד עצות!..

איז בעצם טייערער טאטע אין הימל, איך אליינס וואלט ווען געשריגען עד מתי? ווען וועל איך שוין ווערן געזונט?! אבער דו טאטע אין הימל האסט אונז מגלה געווען דורך דיינע צדיקים אז די געפיל איז א ווייטאג פון די נשמה וואס זוכט דיר, קומט אויס אז בעצם חולת אהבה אני! אויב אזוי:
משוך עבדך אל רצוניך! יערב לו ידידותיך מנפת צוף וכל טעם! נפשי חולת אהבתיך! אנה! קל נא! רפא נא לה! בהראות לה נועם זיווך, אז תתחזק ותתרפא והיתה לה שמחת עולם! ותוק יהמו נא רחמיך וחוסה נא על בן אהוביך כי זה כמה!! נכסוף נכספתי! לראות מהרה בתפארת עוזיך! חוסה נא ואל תתעלם!

די אלע בקשות קען מען נישט פאראויס שרייבען, דאס דארף קומען פון טיפעניש, פון הארץ. אסאך מאל קען די אלע זאכן ארויף ברענגען אינערליכע ווייטאגען וואס ליגען באהאלטען טיף אין די מענטש, נאר דער מענטש האט נישט די כוחות עס ארויף צו ברענגען, אבער יעצט וויבאלד ער האט באקומען א כלי פאר די מחשבות, ער האט אן אונטערלאנער, דער הייליגער באשעפער, קען ער עס יא ארויף ברענגען און זיך גוט אויסוויינען דאס הארץ פארן אייבערשטען.

ווען דער מענטש איז זוכה צו מאכן די הבדלה ריכטיג, וועט אטאמאטיש נאכקומען די המתקה. בעזר השי"ת וועט זיך זיין הארץ וואס איז געווען אזוי לאנג פארשטאפט און געבלאק"ט דורך זיין מוח, אויפשטיין תחיית המתים, ממות לחיים מתוקים, ער וועט פשוט נישט וועלען אוועק גיין פון דעם ארט, ווי ער האט אנגעפאנגען צו שפירען דעם לעכטיגען און געשמאקען טעם וואס ווערט אנגערופען דבקות בה'! און נאך אזא סעסיע וועט זיך אליינס ארויס שרייען: אודך ה' כי אנפת בי! איך דאנק דיך טאטע פאר די לעכטיגע מתנה וואס דו האסט מיר געגעבן, די קשר צום אייבערשטען וואס איז געליגען איינגעפאקט אין די דיפרעסי"ע...
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום פרייטאג יולי 10, 2015 11:39 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » פרייטאג יולי 10, 2015 10:30 am

עס מוז אנגעמערקט ווערן א וויכטיגע נקודה.

היות די מהלך פון טעראפי עפ"י חסידות איז אן עבודה פון תיקון הנפש, נישט סתם א רפואה. דארף מען וויסען א מורא'דיגע יסוד. אז יעדע עבודה האט א מהלך וויאזוי עס גייט. עס ווערט געברענגט אז אין אריה"ק איז דא גאנצעטע דרושים אויף דעם אבער אין די חסידישע ספרים ווערט עס אויך דערמאנט. איך וועל נישט אראפברענגען די גאנצע סוגיא דא, נאר אויפן שפיץ גאפעל.

אזוי ווי אין כלל ישראל איז דא אסאך מדרגות און קודם שלאגט זיך דער פשוטער יוד מיט די גראבע נסיונות און ווען די גראבע קליפה פון די מחשבה איז שוין צובראכן באקומט עס דער וואס איז א דרגא העכער און ער דארף מתקן זיין די מער דקות'דיגע שיכט, וכן הלאה.

די זעלבע איז ביי די זעלבע מענטש אליינס אויך. נישט אייביג איז דער מענטש מצליח מיט איינמאל צו אנקומען צו א גענצליכער המתקה. אסאך מאל דארף א מענטש אסאך פרובירען און יעדעס מאל זיך רוקען א משהו ביז עס וועט אנקומען צו די גענצליכע המתקה. אסאך מאל איז גענוג פשוט אז דער מענטש זיצט מיט זיך אליינס רואיג, און ער קען נישט גיין ווייטער, און אסאך מאל איז פארקערט דער מענטש קען אינמיטען זיין ארבעט, פלוצלינג באקומען א בענקעניש געפיל און א אפענע הארץ צום אייבערשטן, אדער אמאל ווען ער זינגט א ניגון, אדער אמאל סתם אימיטען דאווענען, פלוצלינג עפענט זיך זיין הארץ. די סיבה איז ווייל עס איז א פראצעדור, און עס האט א וועג וויאזוי עס ארבעט, און יעדע זאך איז זיך מצטרף.

ווי אויך שטייט אין די ספרים אז די פשוטע עבודות השי"ת, זיך צו פירען ערליך, מאכן ברכות ערליך, וכדומה העלפט זייער שטארק צו צו קענען עפענען די געפילען, און זיי מתקן זיין, ווייל לויט די חסידישע ספרים, איז עס נישט א זייטיגע פראבלעם, נאר א חלק פון זיין עבודת השם הכללי, פון ווערן נאנט צו אייבערשטן.
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום פרייטאג יולי 10, 2015 11:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » פרייטאג יולי 10, 2015 10:37 am

ייש"כ הרב האנטיך, מיר גייען צו צום שבת גאר אנדערש דעם וואך.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » פרייטאג יולי 10, 2015 11:34 am

יישר כח מיר שלונגען דיינע ווערטער מיט דארשט, האלט אן ווייטער די הייליגע ארבעט.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג יולי 10, 2015 2:42 pm

יעדע תגובה איז פי כמה בעסער פון די פריערדיגע.
א שיעור פרטי אין עבדות השם כללי.
זיי ממשיך ווען און וויפיל דו קענסט - כמים קרים על נפש עיפה לך סלה...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

סטרעס און אבסעסיעס

תגובהדורך האנטעך » זונטאג יולי 12, 2015 10:16 am

ווען איינער גייט אריין צו אן ערליכער יוד, זעהט ער תיכף א געוויסע שלות הנפש, וואס איז משפיע אויך אויפן אריינקומענדן יוד. אפילו אויב דער ערליכער יוד גייט דורך פיזישע אדער נפשיות'דיגע שוועריקייטען, אדער ער איז פשוט טעכניש נישט מסודר מיט זיינע זמנים וכדומה. עכ"ז לעבט ער אין א געוויסע סארט שלות נפש, אז יעדער וואס קומט אריין ווערט איבער גענומען פון דעם, און מ'קלערט מי יתן אז איך זאל קענען מיטנעמען מיט מיר די לופט, צו מיר אהיים.

וואס איז די סוד פון די שלות נפש?

עס איז באקאנט א מעשה אז בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, האט איינער פון די גדולים דוכט זיך בריסקער רב ז"ל, זיך געטראפן מיט איינער פון די עסקנים, און גערעדט מיט אים וועגן הצלה פלענער. אזוי שפאצירנדיג מיט אים, זענען זיי דורך געגאנגען אפאר קליינע קינדערלעך וואס האבן זיך זארגלאז און ליסטיג געשפילט. רופט זיך אן דער עסקן צום רב, אז ער איז מקנא די קינדערלעך, וואס ווייסען גארנישט אין וואס פאר א אכזריות'דיגע וועלט זיי לעבן. האט זיך דער רב אנגערופען, עס שטייט האלוקים עשה את האדם ישר, והם בקשו חשבונות רבים, זיי זענען די נארמאלע ישרים, נאר מיר האבן זיך פארדרייט מיט אונזערע חשבונות.

דאס איז דער סוד פון די שלות נפש וואס געפונט זיך אין די מחיצה פון די ערליכע יודען, ווייל זיי לעבן אזוי זארגלאז און מחובר צו זייער יעצטיגע מצב, אזוי ווי קליינע קינדער, וואס לעבן תמימות'דיג און פשוט, זייער יעצטיגע הוה, זיי וויינען, און א מינט שפעטער קענען זיי זיס לאכן, אן קיין חשבונות, נישט פון קיין אנדערע מענטשן, און נישט פון קיין עבר ועתיד. די זעלבע זאך די ערליכע יודען, זיי זענען מחובר צו זיך אליינס און זיי לעבן זייער יעצטיגע הוה, מיט זייער גאנצע מציאות, אפילו זיי זענען נישט מסודר אין זמנים, אבער זיי זענען נישט צופארען אין נפש, זיי פארשטייען זייער פלאץ, און זיי טוען וואס זיי האבן צו טאן, מיט א שטארקע חיבור.

יודען קענען אמאל זיין פאריאגט און פארפלאגט, אזוי שטארק אז זיי זענען פשוט נישט דא, זיי לעבן אין די עבר ועתיד, אבער זיי לעבן נישט די יעצטיגע הוה. אבער אזא יוד דארף נאך נישט קיין טעראפי, ער דארף פשוט זיך אפשטעלן איינמאל, און זיך טרעפן.

אבער אמאל קען זיין א מענטש, וואס פון איינמאל ווען א שווערע דורכגאנג איז דורך אויף אים, איז ער כאילו געשטארבן! דער אמאליגער זארגלאזער מענטש איז מער נישטא, עס איז געקומען א לעבן פון איין שטיק ווייטאג! אדער אפילו אמאל א בחור אין ישיבה, וואס האט באקומען א דזשוק אין קאפ, אז ער גייט זיין די ערליכטער אדער בעסטער בחור, און פון דעמאלס איז 'ער' געגאנגען שלאפען, אדער נאך די חתונה ווען ער האט נישט געהאט קיין געלט, איז אריין געקומען אין זיין קאפ איין זאך וואס הייסט געלט, און חוץ פון דעם איז גארנישט דא..

מיר רעדן נישט לגריעותא, אפילו ווען די זארג איז וועגן די וויכטיגסטע זאך וואס איז פארהאנדן, און מ'דארף זיך זארגען פאר דעם, אבער למעשה 'ער' איז באגראבען געווארען אינטער די ווייטאג/אבסעסיע/סטרעס!

דאס אז יעדע מחשבה וואס ברענגט פרעשור פאר א מענטש אפילו לשם שמים, איז א מחשבה זרה, ווי אלע מחשבות זרות, דאס איז א ברייט באקאנטער כלל אין חסידישע ספרים, און דאס איז נכלל אין די ווארט פון ר"א קארלינער ז"ל. "שמחה איז נישט קיין מצוה אבער צו וואס מ'קען אנקומען דורך שמחה, קען קיין שום זאך נישט צוברענגען. עצבות איז נישט קיין עבירה מפורשת, אבער צו די עבירות וואס דאס קען צוברענגען קען קיין שום אנדערע עבירה נישט צוברענגען".

אבער מיר רעדן יעצט נישט פון דעם. צו דעם איז דא די באקאנטע עצות פון חסידישע ספרים, דורך מעלה זיין די מחשבה, דורך די סיסטעם פון הכנעה הבדלה המתקה ווי אויבן דערמאנט. (ווי אויך האט דער פיאצעסנער אן אריכות אין הכשרת אברכים, וויאזוי דער מענטש זאל ארויס גיין פון די מחשבה, און עס אנקוקען פון דרויסען, און אזוי פטור ווערן פון דעם. ר"נ ברסלב'ר זי"ע האלט אז די וועג איז צו רעדן צום אייבערשטן וועגן דעם, אזוי קענען אונז מעלה זיין די מחשבות, אויך דער בעל התניא האט אפאר פרקים, אויף די געוויסע סארט מחשבות וואס פייניגען א מענטש, און די אמת'ע בליק אויף דעם, זעה פרק כ"ו און ווייטער) אבער מיר רעדן יעצט נישט פון דעם.

ווייל די אלע מחשבות זענען פרטיות'דיגע פראבלעמען. דאס הייסט בעצם לעבט דער מענטש, און ער ווייסט פארוואס ער שטייט אויף פון בעט צופרי! ער האט פון אסאך זאכן שמחת חיים, נאר ער האט א פראבלעם, אז געוויסע מחשבות פייניגען אים און לאזען אים נישט צורוה, אויף דעם איז דא עצות. אבער ווען א מענטש איז איין שטיק מחשבה זרה דאס הייסט אז ער איז אין גלות מצרים כפשוטו, זיין גאנצע דעת איז אין גלות, ער לעבט א גאנצען טאג אין זיין באבעל, און ער קען נישט ארויס גיין פון די מחשבות, און אסאך מאל קען אפילו דאס צוברענגען צו פיזישע ווייטאגען אויך, ווי מיר האבן שוין דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה, אזא מענטש דארף מער ווי סתם עצות, אויף ארויס צו גיין צו זיין פראבלעם.

אזא מענטש דארף זיך קודם טרעפן א וועג, וויאזוי ער זאל קענען גיין אביסעלע וויקעישאן פון זיך אליינס, און פרובירען צו טרעפן זיין קליינע קינד שבו, דער זארגלאזער ליסטיגער תמימות'דיגער יונגעלע, וואס איז ערגעץ פארלוירן געווארען. און דעמאלס ווען ער איז אויף וויקעישאן פון זיך אליינס, דארף ער זיך נישט אויסהיילען, נאר פרובירען איבער צו לאזען זיין אלע פראבלעמען, פאר אן אנדערס מאל, נאר אריין קריכען אין נפש זיך צו טרעפן, און נאכדעם וואס 'ער' וועט שוין לעבן, דעמאלס קען מען אנפאנגען צו טראכטען וועגען מסדר זיין פראבלעמען!.

דער אריה"ק איז מסביר פארוואס דער אייבערשטער האט אויפגעהויבען כלל ישראל אין די נאכט פון יציאת מצרים צו א מורא'דיגע דרגא פון גילו שכינה, און נאכדעם האט ער עס אוועקגענומען, און דורכאויס די מ"ט ימי הספירה האבן יודען אליינס געהארעוועט אנצוקומען צוריק צו די מדרגה פון זייער אייגענע הארעוואניע.
אויב די יודען האבן אליינס געדארפט אנקומען צו דעם פון זייער אייגענע עבודה, אויב אזוי פארוואס האט עס דער אייבערשטער קודם געגעבן במתנה פאר איין נאכט?

נאר זאגט דער אריה"ק, ווען איינער איז אין מצרים, קען ער נישט ארויס גיין נאר אויב ער האט שוין טועם געווען פרייהייט, און אין זיין שפראך, אין דוחין קטנות בקטנות, דוחין קטנות בגדלות! ווען איינער איז צופארען און ער איז בכלל נישט קיין מענטש, קען ער נישט ארבעטען אויף זיך אליינס, די ערשטע זאך דארף ער קודם ארויס גיין פון תפיסה, און אנפאנגען צו לעבן, און נאר נאכדעם קען ער אנפאנגען צו ארבעטען אויף זיך אליינס.

יעדער איינער קען עס זעהן אפילו ביי קליינע זאכן אויך, בפרט ביי קליינע קינדער וואס אלעס איז נאך אפען.. ווען איינער קומט אהיים צופארענערהייט, און אנשטאט אריין גיין אין א דין ודברים, זאגט מען עפעס א קאמפלימענט שלא מן הענין, מ'דערמאנט זיך פלוצלינג וואס דער מנהל האט געזאגט אז ער איז אזוי וואויל. און פלוצלינג ווערט דער מענטש געטוישט אין גאנצען. אדער ווי שאול המלך האט גענומען א פידלער צו שפילען פאר אים, אים צו מאכן פריילעך. ווייל אין דוחין קטנות בקטנות אלא בגדלות.

א מענטש וואס איז אין גלות מצרים, ער האט גלות הדעת כפשוטו, ווי איינער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, איך ארבעט א גאנצען טאג אויפן קאמפיוטער, סקומט ביינאכט לעש איך עס אויס און איך גיי אהיים, אבער נאכדעם צינדט זיך מיר אן מיין צווייטע קאמפיוטער, מיינע מחשבות, הלואי וואלט עס אויך געהאט א קנעפל, אז מ'זאל עס קענען אויסלעשען...

אזא מענטש דארף קודם פרובירען אנפאנגען צו לעבן זיין זיך, זיין אמת, דאס הייסט זיין הארציגע תמימות'דיגע פנימיות, פון אלס קליין קינד. און אוועק לייגען זיין טעראפי פאר א שטיק צייט, און ווען ער וועט שוין זיין מסוגל צו קענען ארבעטען מיט זיך אליינס דעמאלס קען ער אנפאנגען צו נוצען צוריק זיין קאפ.

ווייל די כלל איז, אלע מחשבות פון נעגעטיוו און פאזיטיוו, וואס זענען פון דעם 'עבר ועתיד', דאס איז די מוח, און דארט איז די שוועריקייטען. משא"כ די 'הוה' דאס איז די הארץ, וואס דארט ליגט די אמת פון דעם מענטש. פארשטייט זיך אז א מענטש מוז נוצען זיין מוח צו זיין שליט על הלב. אבער ווי דער בעל התניא זאגט, דער מוח דארף פירען דעם הארץ, אבער נישט איבער נעמען די הארץ.

איינער פון די צדיקים לבית לעכעוויטש-קאברין-סלאנים האבן געטייטשט ואברהם זקן בא בימים, צוזאמען מיט די טעג, נישט געלעבט מיט די עבר און נישט מיט די עתיד, נאר מיט די הוה.
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום דאנארשטאג יולי 16, 2015 6:44 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג יולי 12, 2015 9:50 pm

איך האב מיך שוין באדאנקט פאר רב האנטעך באישי, און איך וויל מיך אויך באדאנקען ברבים פאר זיין הערליכע ארבעט וויאזוי א מענטש באקומט ריכטיגע שמחת החיים - נישט דורך אוועקמאכן די אומבאקוועמליכקייטן, נאר דורך ארייננעמען די אומבאקוועלעמכקייט אין זיך, און זעהן די ליכטיגקייט אין די שוועריגקייט.
מיינע צוויי סענטס אין דעם נושא, האב איך היינט צוגעלייגט א שיעור ארויסצוברענגן די טיפע נקודה אין מיינע שיעורים דא - די פרשה פון בלעם מיטן אייזל - אז דיין אייזל רעד, הער אים אויס!
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג יולי 12, 2015 11:29 pm

עס זעט אויס אז אונזערע היימישע אינגעלייט האבן שוין איינמאל וואס צו פארקויפען ווען עס קומט צו תורת הנפש.

אמאל האט מען געמיינט אז א סטאר אין מאנהעטען וואס פארקויפט פאר בעסערע גוים ברויך אודאי האבן סעילס פיפאל מיט אן אנצוג און א שניפסעל...איז געקומען b&h און געוויזען אז..א נעכטיגען טאג.קיין שום סטאר קען זיך נישט פארמעסטן מיט די סערוויס און קוואליטעט וואס אונזערע היימישע אינגעלייט קענען צושטעלן.

והוא הדין לענינינו. אמאל האט מען געמיינט אז ווען איינער האט אן עמאציענאלער פראבלעם, ברויך ער גיין צו עפעס א גויאישען פראפעסאר אין מאנהעטען, אדער לכל הפחות צו איינעם מיט א קמץ בארד אין פלעטבוש. קומט אייוועלט ...און זאגט לא היו דברים מעולם, אונזערע היימישע אינגעלייט זענען גארנישט אינטערשטעליג. ואילו לא באתם אלא בשביל זה דיינו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יולי 12, 2015 11:37 pm

יישר כח הרב האנטעך פאר די שיינע סעסיעס.
אויב מעגליך ביטע שטעלן מקורות ווען איר ברענגט נאך מאמרים אדער פון ספרי צדיקים.
ובכלליות איה המקור לג' השלבים הכנעה הבדלה המתקה, הטערמינאלאזשי לא נראה שהוא מהמקור.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

תגובהדורך מזויף מתוכו » מאנטאג יולי 13, 2015 12:52 am

דאס איז אנריעל וואס דא גייט פאר! ממש נישט נארמאל! אזוי גרונטליך צו צונעמען דעם נפש פון א מענטש..

איצטער אזוי, דאס אז איר האט אזוי גוט ארויסגעברענגט און דערגרונטעוועט איטליכענ׳ס מחשבות -וואס גנב׳נען ז'יך אמאל אריין אן דעם וואס דער מח זאל אפילו אויפפאסן דערויף- דאס קען איך נאך אראפשלונגען, ווייטער דאס אז איר האט דאס אזא שלאך ארויס געגעבן פון ארבעל ארויס און צולייגט אויף קליינע טעלערלעך אזוי אז אפילו א פאטעטע קאפ זאל עס קענען נאכזאגן- החרשתי, אבער ביי די סעלושן, דא קומט מיר שוין טרערן שוים און שליים! הייסט דאס אזוי: די אלע פארפייניגטע מחשבות וואס האבן מיר דעם רוה צוגענומען, דעי רשעותדיגע מחשבות וואס מהאמיר אזוי אוויקגעשטופט חלילה נישט אריינטראכטן דערינען -כ׳מיין כ׳בין דאך עפעס א שטיקל נארמאלער מענטש- איך טאר נישט האבן קיין מחשבות, מיר באדערט גארנישט וואס מ׳קען נישט מסביר זיין, איך בין פלעין נארמאל! און דא קומט עפעס א איד איינגעוויקלט אין א האנטעך און זאגט אז דעי אלע מחשבות, פראבלעימען, באדערונגען, ווערן גאר אויסגעשמיעסט אין די ספרים און האבן אפילו טערמינען! און די וועג ארויס געפינט זיך אויך דארט.. באמבע!! איך האב גארנישט אויפגעטראפן אמעריקע, יעדעם באדערט, יעדעם נאגט, און יעצט איז דער צייט זיך צו נעמען דערצו.

און איינוועגס באקומען מיר שוין א שיעור אין חסידות אויך!

כבוד רב האנטעך יישר כחכם! מיר קוקען שוין ארויס אויפן נעקסטן שיעור..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יולי 13, 2015 2:06 am

איך וויל נאר מוסיף זיין צו מיין פראגע, איר רעדט דא צו אידן און צעלייגט זייער שיין לויט א אידישן מהלך וואס עס באדערט וכו' און ווי די צמאון קומט פון נפש אלוק.
און די וועלט זענען אבער פארהאן מיליאנען דעפרעסטע מענטשן מיט ענליכע סימפטאמען און דורכגענג ווי ביי אונז אידן. טא וויאזוי לערנט מען אפ אייער מהלך לגבי די אלגעמיינע וועלט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מאנטאג יולי 13, 2015 9:56 am

שוועמל האט געשריבן:יישר כח הרב האנטעך פאר די שיינע סעסיעס.
אויב מעגליך ביטע שטעלן מקורות ווען איר ברענגט נאך מאמרים אדער פון ספרי צדיקים.

היות די זאכן האב איך געלערנט פאר מיר אליינס נישט אויף צו איבערגעבן ממילא איז מיר שווער צו אייביג שרייבן מקורות. בעצם אויף יעדע יסוד וואלט איך געקענט צושטעלן אסאך מער מימרות און ווערטער פון צדיקים ווי איך שטעל צו, ווייל די אלע זאכן וואס איך שרייב זענען בעיסיקס אין חסידות, און אמאל קען זיין אז ס'איז דא בעסערע מקורות ווי דאס וואס איך שרייב, אבער איך שרייב נאר דאס וואס קומט מיר אויפן געדאנק בשעת'ן שרייבן.

בכלל האב איך א שטיקל חסרון אז איך געדענק זאכן אבער נישט פונקטליך ווי עס שטייט, אפילו אין גמרא געדענק איך אין וועלכע פרק ס'שטייט אין אפילו די אויסשטעל פון די דף אבער נישט פונקטליך ווי. (אזוי ווי די ראשונים צייכענען צו נאר די פרק נישט די דף.. :roll: )

בכל אופן איך שפיר נישט דא אז איך שרייב א ספר צו מסביר זיין חסידות, אז איך דארף פונקטליך ברענגען מקורות צו יעדע זאך וואס דאס איז א זאך וואס דארף נעמען יארען, איך שמועס אויס בעיסיק מושגים אין יודישקייט וואס איך האב עס באקומען פון אונזערע הייליגע מקורות.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מאנטאג יולי 13, 2015 10:03 am

שוועמל האט געשריבן:ובכלליות איה המקור לג' השלבים הכנעה הבדלה המתקה, הטערמינאלאזשי לא נראה שהוא מהמקור.

זעה אין בעש"ט עה"ת פרשת נח עמוד התפילה אות ק"י און אין מקור מ"ח אות פג. די יסוד ווערט דערמאנט צענדליגער מאל אין חסידישע ספרים, בפרט אין די ספרים וואס ברענגען נאך די ווערטער פון בעש"ט ווי דגל תולדות און קאמארנער ועוד.

וועגן מיין הסבר וואס איך האב מסביר געווען,
די הסברים פון הבדלה און המתקה שטייט דארט ארויס געשריבן, און הכנעה די שפעטערע צוויי הסברים שטייט אויך דארט. און די ערשטע הסבר אויף הכנעה, זעה איך יעצט נישט דארט, איז זעה מיין פריערדיגע תגובה, עס קען זיין אז איך האב געזעהן אמאל מער במפורש דאס ארויס געשריבען, אבער אפילו נישט, איז דאס נכלל אין די ווערטער, אז דער מענטש זאל גלייבען אז אין יעדע מחשבה ליגט א ניצוץ הקדוש און ער דארף עס מברר זיין נישט אוועק לויפן פון דעם. יעצט ווען דער מענטש טוט עס בפועל. און ער צונעמט נאכדעם וואס ער האט געטאן וועט ער זעהן אז ער האט קודם רילעקסד זיין מוח אויף נישט אוועק צו לויפן און ער האט געשפירט די ווייטאג, וואס דאס קומט פון די נשמה זעה דארט די לשון המשל פון דגל, און ווען ער שפירט די ווייטאג שרייט ער צום רבש"ע און ער מאכט די הבדלה.
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום מאנטאג יולי 13, 2015 10:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מאנטאג יולי 13, 2015 10:12 am

שוועמל האט געשריבן:איך וויל נאר מוסיף זיין צו מיין פראגע, איר רעדט דא צו אידן און צעלייגט זייער שיין לויט א אידישן מהלך וואס עס באדערט וכו' און ווי די צמאון קומט פון נפש אלוק.
און די וועלט זענען אבער פארהאן מיליאנען דעפרעסטע מענטשן מיט ענליכע סימפטאמען און דורכגענג ווי ביי אונז אידן. טא וויאזוי לערנט מען אפ אייער מהלך לגבי די אלגעמיינע וועלט?

גוים האבן אויך א תכלית אין די וועלט, ווי דער רמב"ם שרייבט אז די חסידי אומות העולם וועלן אויך זוכה זיין צו חיי העולם הבא, און בכלל די פסוקים אין ישעי' און אין זכרי' רעדן פון די גוים וואס וועלן בלייבן ווען משיח וועט קומען.
די תכלית העולם איז צוצוברענגן צו גילו כבוד מלכותו, אין די תפקיד איז צוטיילט אין צוויי, די גוים דארפן בויען די פראקטישע און גשמיות'דיגע וועלט, וועגן דעם האבן זיי באקומען נאר זיבן מצוות וואס די צד השוה פון די מצוות איז קיום העולם, און די יודען האבן באקומען די תפקיד פון כהנים וגוי קדוש, צו עוסק זיין אין די רוחניות העולם, און ווען משיח וועט קומען וועלן טאקע די גוים געבן פרנסה פאר די יודען אז די יודען זאלען עוסק זיין אין רוחניות, והיו מלכיהם אומניך וגו',
אזוי ווי ביי כלל ישראל איז דא כהנים און די יודען געבן די תרומות ומעשרות.
ווען א גוי איז פארדרייט, איז אויך פשט ווייל ער לעבט נישט ריכטיג ווי אזוי ער דארף באמת לעבן, און וועגן דעם היינטיגע צייטען איז דא א גרויסע מאוומענט אפילו אין די גויאישע גאס וואס כדי צו העלפן פאר נפשיות'דיגע פראבלעמען פארקויפן זיי אויך אמונה.

זעה מיין פריערדיגע תגובה וועגן צמאון בכלל, און כ'האב קלאר געשריבען דארט די אלגעמיינע מהלך צו גילו כבוד מלכותו, אינקלאדעט די גוים.

אבער די יודען האבן א גרעסערע צמאון ווי די גוים זיי זענען בני מלכים און זיי וועלן נישט ווערן צופרידען פון אנדערע געשמאקע זאכן חוץ פון קרבת ה', משא"כ די גוים, זעה דארט אין בעש"ט פרשת נח די משל פון דגל די חילוק פון סתם מענטשן און דער בן מלך. עס איז דא א מדרש שוין וואס שטייט די יסוד, משל לעירוני שנשא לבת מלך, (מקור?)

יעצט די יודען וואס זיי האבן א גרעסער תפקיד אין רוחניות ווי גוים, האבן א גרעסערע צמאון צום אייבערשטן ווי גוים, און דארפן דערפאר האבן א גרעסערע דאוז פון רוחניות צו דעם.
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום דאנארשטאג יולי 16, 2015 6:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מאנטאג יולי 13, 2015 8:49 pm

איך וואלט געוואלט אויסשמועסן אביסל בעסער די צוויי נושאים' איינס די נושא פון מסדר זיין די מחשבות און געפילען, די צווייטע די נושא פון לעבן 'זיך אליינס' בגדלות, אפגעזעהן פון די ווייטאגען וואס מען האט.

אין די סיסטעם וויאזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, איז דא צוויי הויפט מצבים, איינס הייסט רצוא און די אנדערע שוב, ווי די חסידישע ספרים ברענגען אראפ די פסוק אין יחזקאל 'והחיות' די חיות פון די מענטש בפרט און די בריאה בכלל, 'רצוא ושוב'. פשוט לערנט מען פשט אז דאס מיינט די עליות און ירידות וואס יעדע מענטש האט. הגם דאס איז אמת, און עס ווערט געברענגט אין חסידישע ספרים אסאך, אבער עס ווערט געברענגט אויך א טיפערע משמעות אין דעם.

א מענטש וואס האט נישט קיין הויז, נאר ער שלאפט אין גאס ביי די באס סטאפס וכדומה, ער שפירט א מורא'דיגע פיזור הנפש, עס פעלט אים א דאך איבערן קאפ. אבער מאידך גיסא איינער וואס וועט טאקע האבן א דאך איבערן קאפ, אבער ער וועט זיין אינטער ארעסט, וועט ער שפירען א מורא'דיגע צורך אביסל ארויס צו גיין. יעצט וועט איינער פרעגן, וואס הייסט, מאך אפ דיין מיינד, ווילסט א הויז אדער ווילסט גיין אין גאס? די תירוץ אויף דעם איז פשוט, אה"נ איך דארף א הויז אבער איך מוז ארויס גיין אויך פון דערהיים, און נאכדעם האבן א פלאץ, וואו צירוק אהיים צו קומען.

וואס איז די פשט פון די פאראדאקסישע סיסטעם?

נאר היות די תכלית הבריאה איז דאך וועגן להטיב לבריותיו, וואס דאס איז ווען משיח וועט קומען, די שעת המנוחה. נאר כדי עס זאל נישט זיין קיין נהמא דכסופא האט דער אייבערשטער געגעבען די בחירה פאר א מענטש, ער זאל זוכה זיין צו די טוב ע"י בחירתו בטוב. וועגן דעם האט דער אייבערשטער אויסגעשטעלט די גאנצע סיסטעם פון די בריאה אויך אויף די אופן, ווי עס שטייט הסתכל באורייתא וברא עלמא. אז די תכלית איז מנוחה, אבער קודם דארף מען זיך צוגרייטען צו זוכה זיין צו די מנוחה.

וועגן דעם אויב איינער האט נאר מנוחה, אדער ער טוט נישט וואס ער דארף, דאס מיינט ער האט זיך נישט פארדינט זיין מנוחה, וועט ער נישט זיין צופרידען. און די זעלבע פארקערט איינער וואס האט נישט קיין מנוחה, וועט ווערן אויס מענטש.

דאס איז די פשט פון ששת ימים תעשה מלאכתיך, וביום השביעי תשבות. און די זעלבע זאך איז בכלליות העולם, זעקס טויזנט יאר ארבעט מען אקעגן די זעקס טעג פון די וואך, און די זיבעטע טויזנט איז ימות המשיח יום שכולו שבת ומנוחה.

דאס איז די סיסטעם אין די גאנצע בריאה, פון איין זייט די צורך פון 'רצוא' ארויס צו גיין עפעס אויפטוהן, אדער אין די פנימיות'דיגע שפראך 'בירורים', וואס הייסט ארבעטען צו מגלה זיין דעם באשעפערס כבוד. וואס אין דעם איז נכלל אלע עבודות פון 'רצוא', אנגעפאנגען פון עבודת התפילות וקרבנות, און גענדיגט מיט ארבעטען פאר פרנסה, און נסיונות און שוועריקייטן. און דעם איז נכלל די עבודות פון 'הכנעה און הבדלה'.

און נאכדעם איז דא די מנוחה, 'שוב' ווען דער מענטש האלט שוין ביי די דרגא פון 'המתקה' די בחינה פון שבת, ווען די גאנצע עבודה פון א גאנצע וואך ווערט נתעלה, און דער מענטש באקומט א נשמה יתירה, דאס מיינט אז דער מענטש איז זוכה צו קענען מרגיש זיין די גוטע טעם פון דביקות בה', אדער אין די פנימיות'דיגע שפראך ווערט עס אנגערופן 'יחודים', אז דער מענטש און די גאנצע בריאה ווערן דבוק אינם אייבערשטן.

- [אין די נקודה וואס מיר האבן יעצט אויס געשמועסט, איז שטארק בולט די חילוק, פון די מהלך המחשבה פון דעם יוד און דעם גוי. ביים יוד איז די עיקר די שבת די מנוחה. ווען מ'בויעט א יודישע שטוב איז א גרויסע מצב, א חתונה וכו', ווייל מ'בויעט א מקום פאר השראת השכינה א בית המקדש מעט. ווייל די עיקר תכלית ביי א יוד איז די מקום ושעת המנוחה.

און די פרוי וואס בלייבט אינדערהיים, איז די וואס ברענגט די השראת השכינה אינדערהיים, און מגדל די קינדער, אין די לעכטיגע ווארימע יודישע שטוב. יעצט אפילו די פרוי, וואס וועגן איר תפקיד, האט דער אייבערשטער נישט געגעבן פאר איר די מצות עשה שהזמן גרמא, פילט זיך נישט ווי סעקענד קלעס, ווייל סוכ"ס האט זי א חשובע תפקיד, אפילו זי האט נישט באקומען די תפקיד פון ארויס גיין צו מברר זיין בירורים, מלאו את הארץ 'וכבשוה', אין דרכה של אשה לכבוש. נאר לעומת זה האט זי באקומען די תפקיד צו זיין אין די יודישע שטוב וואס די שכינה רוהט דארט.

אבער די גוים קוקן בעיקר אויף די חלק פון ארויס גיין אין דרויסן, ווייל דארט פילען זיי אז זיי טוען עפעס אויף, משא"כ די שטוב ווירטשאפט איז נאר א טפל, וואס מ'מוז טאן מחמת הכרח, וועגן דעם שפירט זיך די גויאישע פרוי, צווייט ראנגיק, און זי וויל אויך ארויס גיין מאכן ביזנעס, אזוי ווי דער מאן]. -

קומט אויס אז יעדע מענטש מוז כסדר האבען און לעבן ריכטיג די צוויי זמנים, סיי די רצוא, און סיי די שוב. יעצט ווען א מענטש האט א פראבלעם, די עבודה צו פטור ווערן פון די פראבלעם, אדער צו לעבן ריכטיג די פראבלעם, דאס איז די עבודה פון רצוא, צו מברר זיין בירורים, לעבן ריכטיג די שווערע מצבים, און זיי מתקן זיין.

אבער עס פעלט זיך אויס אז דער מענטש זאל האבן קודם א שוב, א מקום אין נפש, וואס פון דארט גייט ער ארבעטען, און צו דארט קומט ער אהיים. אזוי ווי שבת זאגט דער אייבערשטער פאר די יודען, כאילו מלאכתך עשוי', שבת איז שוב מנוחת הנפש והגוף, זארג דיך נישט וואס וועט זיין מיט דיין פרנסה, אדער מיט קיין שום אנדערע זאך אפילו ברוחניות, ווי דער מאור עינים און אנדערע זאגן, נאר פארלאז דיך אויפן אייבערשטן אז אלעס וועט זיין גוט. וועגן דעם איז שבת די בחינה פון אמונה, סעודתא דמהימנותא שלימתא, מ'קען נישט האבן קיין רואיגע שבת טיש אן קיין אמונה און בחון, אז דער אייבערשטער וועט שוין אלעס מסדר זיין.

די זעלבע זאך דארף דער מענטש האבן א שוב, א מקום אין נפש וואס דארט איז נישט דא קיין פראבלעמען, דארט איז די מצב האמונה ובטחון וואס ער גלייבט אין זיין טוב, און ער לעבט און זיין הוה, און לגבי זיין עתיד פארלאזט ער זיך אויפן אייבערשטן אז אלעס וועט זיין גוט. נאר דעמאלס האט דער מענטש די כח צו גיין ארבעטן, מאכן דעם רצוא און מתקן זיין זיינע געפילען און מחשבות.

......


עס איז וויכטיג צו באמערקן. אז בעצם שטייט אין די ספרים אז צו א ריכטיגע שוב און מנוחת הנפש אזוי ווי מיר טרעפן ביי די ערליכע יודען, איז נישט מעגליך צוצוקומען פאר די הארעוואניע פון רצוא, אזוי ווי א גאנצע וואך קומט קודם די ששת ימי המעשה און הערשט נאכדעם איז מען זוכה צו שבת קודש. די זעלבע זאך אין עבודה קומט קודם די דרגות פון הארעוואניע, פאר מ'קען צוקומען צו די רואיגקייט און לעכטיקייט, וואס זקני תלמיד חכמים זענען זוכה ווען זיי ווערן עלטער, אז דעתן מתישבת עליהם.

אבער עכ"ז אויף צו קענען אנפאנגען בכלל עפעס צו טאן דארף מען אנפאנגען מיט די עבודה פון שוב, אפילו עס איז נאך נישט בשלימות. אזוי ווי דער באר מים חיים שרייבט כעין זה, אין זיין ספר שער התפילה (אין פתח השער), אז עס איז דא דריי הויפט עבודות ,וואס דער מענטש דארף טאן זיך צו מתקן זיין, די ערשטע איז די עבודות בפועל בסור מרע ועשה טוב, די צווייטע איז מתקן זיין און אויפלייכטען די געפילען וואס ער האט, און די דריטע איז טראכטען און זיין דבוק אין אייבערשטן. שרייבט ער דארט אז בעצם איז די סדר אזוי ווי כ'האב יעצט געשריבען, ממטה למעלה. אבער אלס הכנה דארף דער מענטש קודם אנפאנגען מיט די דריטע עבודה, כדי ער זאל האבן כח צו אנפאנגען עפעס צו טאן, ווייל אויב וועט ער אנפאנגען מיט די ערשטע, וועט ער זיכער דורכפאלען, און עס וועט נישט גיין, וועגן דעם זאל ער קודם טאן די דריטע עבודה, וואס הגם ער וועט עס נאך נישט קענען טאן ריכטיג, ווייל עס איז נישט זיין מדריגה, אבער אזוי פיל וועט עס העלפען, אז ער זאל האבן די כח אנצופאנגען צו עפעס טאן.

איז הגם דער שער התפילה רעדט פון עבודת השם בפועל, נישט פון נעגעטיווע געפילען אבער ווען מ'רעדט אין די חסידישע ספרים פון מחשבות זרות אין נסיונות, איז אין דעם נכלל אלע מחשבות וואס לאזט נישט דעם מענטש דינען דעם אייבערשטן מיט הרחבת הדעת. ווי דער קאמארנער ווען ער שמועסט פון די נושא, איז ער מרחיב את הדיבור, אז ס'איז כולל אלע סארטען מרה שחורה וטמטום הלב, און אויך רדיפות און טשעפערייען פון מענטשן, און יעדע אנדערע סארט צער וואס לאזט נישט דעם מענטש במנוחה.

נאך שרייבט דער קאמארנער זי"ע (אין נתיב מצוותיך) "זאלסט וויסען א כלל אז די גרעסטע מיתה פאר די קליפות איז שמחה וישוב הדעת אין רוחניות, און דאס וואס שטייט אז לערנען קבלה איז מחצדי חקלא, אז מ'הרג'ט פון יענע חברה, דו מיינסט אז דאס גייט ארויף אויף שמות און כוונות, ניין, נאר דורך לערנען פנימיות באקומט דער יוד א חיות און א חשק צו דינען דעם אייבערשטן, און 'דאס' איז הרג'ט זיי אוועק". ממילא וויבאלד עס איז דא א גרויסע יצר אקעגן דעם, אז א מענטש זאל 'ממתיק זיין זיינע דינים' פון עצבות ומרה שחורה, וועגן דעם דארף ער קודם אנפאנגען צו לעבן מיט א לעכטיקייט ער זאל האבן א כח זיך אויפצוהייבן.

.....

אלס חיזוק אין די נושא און אין אנדערע נושאים, וועל איך ברענגען א מעשה וואס איך האב געזעהן דוכט זיך אין שיחות הר"ן, איך געדענק נישט פונקטליך די פרטים, אבער בערך דאס, איינמאל זענען די חסידים דורך געפארען אין א גאסט הויז, דארט זענען געווען עלטערע פויערן, און זיי האבן געשמועסט מיט נאסטאלגיע, געדענקסט נאך איוואן, דעמאלס ווען אונז זענען נאך געווען יונג, און אונז האבן נאך געהאט די כוחות צו טרונקען, אה וויפיל האבן מיר אריין גערוקט..
האט זיך דער צדיק אנגערופן, קוקטס די חילוק פון יודען און גוים, יודען אפילו אז אין די יונגערע יארען מוטשעט מען זיך מיט דעם יצה"ר, אבער ווען מ'ווערט עלטער און די רתיחות הדמים לאזט נאך, קען מען צוקומען צו דעם וואס מ'האט אלעמאל געהאפט, צו דינען דעם אייבערשטן מיט מנוחת הנפש. אבער די גוים וואס זיי האבן געוואלט די תאוות, ווען זיי ווערן עלטער קרעכצן זיי אז זיי קענען שוין נישט האבן די תאוות.
זעהן מיר א גרויסע חיזוק אז אה"נ ווען מ'איז יונג איז שווער מיט די אלע געפילען יעדער האט זיך זיינע שוועריקייטען, אבער נישט אלעמאל וועט זיין שווער, עס וועט ווערן אמאל גרינגער, און מען וועט נאך זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה וטוב לבב.
לעצט פאראכטן דורך האנטעך אום דאנארשטאג יולי 16, 2015 4:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג יולי 13, 2015 11:45 pm

יישר כוחך! מער האב איך נישט וואס צו זאגן.
ווען דו זאגסט בעפאר וואס סגייט אלץ קומען וואלט איך זיך אביסל איינגעהאלטן ביים שרייען שקויעך, וואלט איך יעץ געקענט מער דאנקען. אבער האסטעך נישט געזאגט...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך יולי 15, 2015 3:31 pm

א גוטן רבי האנטעך, איך האב נארוואס אנגעהויבן צו לייענען דיין סחורה, און אזוי ווי איך זעה אז די ביסט א כראנישע גוטער שרייבער, וויל איך קודם אויסדרוקן א ריזיגן דאנק פאר דיינע גאר קלארע און זייער רייכע תגובות,

איך האב נאכנישט עספיעט אלעס דורכצולייענען, איך וואלט געוואלט שרייבן צוויי נקודות וואס איך מיין אז ס'וועט צוגעבן צו די דיסקוסיע,

1) איך האב אמאל געהערט פון א באקאנטער מחנך א יסוד אין געפילען, וואס איינמאל מ'פארשטייט עס, און מ'טראכט אריין אין דעם, טוישט דאס די בליק אויף וויאזוי א מענטש פארשטייט זיך און זיינע געפילען, וזה הוא,

א געפיל איז נישט קיין מציאות, נאר וויאזוי דער מענטש איז 'מפרש' די מציאות ארום. לדוגמא, א יוד וואס זיין טאטע איז פלוצלינג געשטארבן און ער ווייסט נאך נישט דערפון, האט ער עפעס צער ? ער זיצט ביי זיך אין אפיס, און ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, ער איז נישט טרויעריג, אלעס פארט ווייטער כאילו לא היה, די רגע וואס איינער קומט אים מבשר זיין די בשורה, ווייסט ער נישט ווי זיך אהינצוטוהן פאר צער.
די פשט איז, אז א געפיל איז נישט קיין קלאפ וואס א מענטש כאפט, וואס טוט באמת פיזיש וויי, נאר דער מענטש האט אבזערווירט עפעס וואס איז געשעהן, און ער 'פארשטייט' אז ער דארף יעצט זיין בצער.

מ'קען געבן דוגמאות אין מספר, און ווען מ'הייבט אריינצוטראכטן אין די אייגענע וועלט, און מ'לייגט צו מחשבה אויף זאכן וואס באדערט, קען מען טרעפן דעם יסוד איבעראל, און נאכדעם איז שוין סאך גרינגער צו פראגראמירן דעם מוח צו טראכטן אנדערש, ווייל אליבא דאמת איז נישטא קיין סיבה פארוואס ס'זאל באדערן.
לאמיר נעמען א מענטש וואס איז געווען א גביר און איז לא עלינו געווארן א יורד, אבער ער האט נאך פרנסה אויף די מינימום, ער איז נישט שולדיג אין די גראסערי וכו', ער ווייסט זיך נישט ווי אהינצוטוהן פאר צער, ער פלעגט זיין א אפטע אורח הכבוד, ער פלעגט טון טאפ נאטש שידוכים, און איצט איז אלעס פארלוירן, ער קען זיך שוין נישט ערלויבן חתן בראשית, און זיין נר למאור טעוועלע האט מען ריפלעיסד מיט א צווייטן סוקסעספולע יונגערמאנטשיק וואס האט קוים חתונה געהאט, און פליפט שוין בנינים. איז דען דא באמת וואס צו זיין בצער ?? וויפיל פראצענט מענטשען קומען בכלל אן צו די פאזיציע ווי ער איז געשטאנען פריער ? 'אפשר' די טאפ צוויי פראצענט!! דער ארימער ארבייטער וואס פארדינט מינימום וועידזש איז אויך בצער ווייל זיין נאמען פיגורירט נישט אויף די עשירים ליסטע ? ניין!.
אלא מאי, דער יורד איז 'מפרש' די מציאות פון נישט הייסן עושר אנדערש ווי דער ארימאן, און דערפאר איז ער דעפרעסט, די רגע וואס ער קומט צו די הכרה אז די גאנצע כבוד פון זיך פילן גוט אלץ עושר הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי זיין 'פירוש' ווייל דער איינוואוינער אין א דערפל אין כינע האט דאך גאנץ א אנדערע 'פירוש' אויף עשירות, ביי אים מיינט דאס אז מ'קען זיך ערלויבן א ווינדאו עיר קאנדישענער!, וועט אים זיין גרינגער צו פארשטיין אז ס'איז נישט קיין קלאפ פון א האמער וואס 'דארף' וויי צו טוהן, ס'איז בידו צו מינימוזירן די ווייטאג,


עמער ממשיך זיין ווען ס'וועט זיין צייט,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט