קאמפיוטער פראבלעמען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

קאמפיוטער פראבלעמען

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 3:42 am

[align=center]טעגליכע קאמפיוטער פראבלעמען און ערשיינונגען פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן
וואס מענטשן שטויסן זיך אן טאג טעגליך און זוכן הילף[/align]

טייערער חבר: אויב איר האט עפעס א פראבלעם אדער א מאדנע ערשיינונג, זארגט אייך נישט, פרעגט דא אן, בס"ד וועלן מיר אייך פרובירן צו העלפן מיט אלעם וואס מעגליך.

טייערע חברים:
לאמיר זיך ארויס העלפן איינער דעם אנדערן, אויב איר ווייסט עפעס וואס איר קענט העלפן א צווייטן, אדער איר האט געהאט א פראבלעם און עס געפיקסט, ביטע העלפט אונז אלע -און עווענטועל זיך אויך- ארויס
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 2:53 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 3:44 am

[align=center]פראבלעם אז די קאמפיוטער כאפט נישט אויף די הארד דרייוו[/align]
שאלה: איך לייג אריין מיין פארטעבל הארד דרייוו, אייפאד וכדו', אינעם קאמפיוטער, די לייט פונעם דרייוו צינד זיך געהעריג אן, אבער מיין קאמפיוטער כאפט דאס עפעס נישט אויף. וואס קען איך טוהן דערצו?

עצה: דריק א רייט קליק אויף My Computer דריק Manage דריק Disk Management דארט וועסטו זעהן דיין דרייוו, דריק א רייט קליק אויף דיין דרייוו Change Drive Letter And Paths טויש עס אויף א קלענערע נומער לאמיר זאגן C: אדער D:, און דערנאך דארף עס בעז"ה ארבעטן על צד היותר טוב
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 2:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 4:01 am

[align=center]ערמעגליכן היברו אויפן קאמפיוטער[/align]
שאלה: ווי אזוי מאך איך איך זאל האבן היברו (צו קענען שרייבן פון רעכטס צו לינקס) אויף מיין קאמפיוטער?

ענטפער: צו דעם פעלט זיך אויס איר זאלט האבן אייער ווינדאוס סידי, לייגט אריין די ווינדאוס סידי גייט צו Start, Control Panel, Regional and Language Options, Languges, מאכט א טשעק ביי Install Files For East Asian Languges, Details, Add, לייגטס צו היברו, דאן איז היברו אינסטאלט אין אייער קאמפיוטער
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 2:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 4:10 am

[align=center]אפאר פארטישאנס, ביים אנצינדן די קאמפיוטער[/align]
שאלה: איך האב ריאינסטאלט מיין קאמפיוטער, און יעדעס מאל ווען איך צינד עס אן קומט מיר ארויף אפאר פארטישאנס, וויאזוי קען איך אוועק נעמען אז ווען איך צינד מיין קאמפיוטער זאל זיך עס מער נישט געפונען דארטן?

ענטפער: דריקט א רייט קליק אויף My Computer, Propeties, Advanced, Startup And Recovery, דארטן סעלעקטס די נייע ווינדאוס וואס איר האט אינסטאלט מאכט זיכער אז איר סעלעקט די גוטע, נעמט אראפ די טשעק ביי Time To Display List Of Operating Systems, בעז"ה דארף עס מער נישט ארויף קומען.
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 4:15 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 5:33 am

[align=center]מאכן א פעסווארד אויף ווארד/עקסעל[/align]
פראגע: איז שייך צו מאכן א פעסווארד אויף א ווארד/עקסעל דאקומענט?

ענטפער: יא!, איר צינדט אן די פייל וואס איר ווילט אויף דעם ארויף לייגן די פעסקאוד איר דריקט
File, Save As, Tools, Security options or General Options
און פון דארט אין ווייטער וועט איר שוין זען וואס ווייטער צו טוהן.
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 2:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג אפריל 11, 2008 11:23 am

קודם כל ברוכים הבאים צו אונזער קרעטשמע. מ'זעהט אז דו האסט די ריכטיגע וויסנשאפט און רצון צו העלפן אידן מיט קאמפיוטער פראבלעמען.


וואס_מאכסטו האט געשריבן:שאלה: איך לייג אריין מיין פארטעבל הארד דרייוו, אייפאד וכדו', אינעם קאמפיוטער, די לייט פונעם דרייוו צינד זיך געהעריג אן, אבער מיין קאמפיוטער כאפט דאס עפעס נישט אויף. וואס קען איך טוהן דערצו?

עצה: דריק א רייט קליק אויף My Computer דריק Manage דריק Disk Management דארט וועסטו זעהן דיין דרייוו, דריק א רייט קליק אויף דיין דרייוו Change Drive Letter And Paths טויש עס אויף א קלענערע נומער לאמיר זאגן C: אדער D:, און דערנאך דארף עס בעז"ה ארבעטן על צד היותר טוב


מ'קען נישט טוישן אויף C: אדער D:, ווייל C: איז געווענליך דער הארד-דרייוו און D: איז געווענליך דער סידי-ראם. ענדערש טוישן צו א שפעטערע דרייוו-לעטער.

די סיבה פארוואס דאס פאסירט, איז געווענליך ווייל מ'האט א נעטווארק דרייוו קאנעקטעד צו E: למשל, און דער יו-עס-בי דרייוו פרובירט צו כאפן דעם זעלבן דרייוו נומער.

איין גוטע עצה, אז מ'זאל נישט דארפן יעדעס מאל גיין און טוישן דעם דרייוו-לעטער, איז צו דאונלאודען דעם פראגראם, וואס דאס פארמיידט דעם יו-עס-בי פון נעמען א דרייוו-לעטער וואס איז שוין באשטימט פאר א נעטווארק דרייוו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג אפריל 11, 2008 12:15 pm

שלום עליכם וואס_מאכסטו ברוכים הבאים מאך דיך היימיש

וואס_מאכסטו האט געשריבן:שאלה: ווי אזוי מאך איך איך זאל האבן היברו (צו קענען שרייבן פון רעכטס צו לינקס) אויף מיין קאמפיוטער?

ענטפער: צו דעם פעלט זיך אויס איר זאלט האבן אייער ווינדאוס סידי, לייגט אריין די ווינדאוס סידי גייט צו Start, Control Panel, Regional and Language Options, Languges, מאכט א טשעק ביי Install Files For East Asian Languges, Details, Add, לייגטס צו היברו, דאן איז היברו אינסטאלט אין אייער קאמפיוטער


דא האסטו א סטעפ ביי סטעפ ווידיאו אינסטרוקציעס "אין אידיש" צו ערמעגליכן די קאמפיוטער פאר אידיש
קרעדיט: ידידינו "טינקער"
http://yiddishtech.com/Article.aspx?ArticleID=3
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 12:37 pm

[align=center]אוטלאק אימעיל פראבלעמען, א דאנק Avg[/align]
פראגע: איך האב אינסטאלט Avg (אן אנטי וויירוס פראגראם) אין מיין קאמפיוטער, און עס מאכט מיר פראבלעמען ביי מיין אוטלאוק ארויס צושיקן אימעילס, וואס קען איך טוהן דערצו?

ענטפער: Avg מאכט ביי אסאך קאמפיוטערס פראבלעמען מיט מעיל.
וואס איך האב געטוהן ביי מיר און עס מאכט מיר מער נישט קיין פראבלעמען, אונטן ביי די קאמפיוטער אויף די רעכטע זייט איז דא אן Avg אייקאן, גייט דארט אריין און דיסעיבלט די מעיל, (ס'מיינט צו זאגן אז Avg וועט נישט טשעקן די מעיל), אבער האפענטליך דארף מען דעמאלטס נישט האבן מער קיין פראבלעמען מיטן שיקן מעיל.

ס'קען זיין אז עס זענען דא בעסערע עצות ווי דעם, אויב איינער ווייסט עפעס מער פון דעם, אל תמנע טוב מבעליו
ביטע העלפט אונז ארוס, און שרייבט דא אייער ערפארונג און דעם נושא
מיט דאנק פון פאראויס
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 3:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אפריל 11, 2008 1:16 pm

ברוך הבא מיסטער ס'מאכטסו, אפשר געסטו פונקטליכערע אינסטראקשענס, ווי אזוי מ'דיסעיבעלט די מעיל, כ'גיי אריין און כ'ווייס נישט וואס צו טוהן ווייטער, ביי איינע פון מיינע קאמפעיוטער'ס, האבעך אלץ א פראבלעם ווען איך שיק אימעיל דורך אאוטלאוק. שכוח.

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 2:01 pm

איך הער:
איך זיץ יעצט נישט אויף א קאמפיוטער וואס האט Avg, ווייס איך דיר נישט צו געבן פונקטליכע אינטראקשנס,
אבער דארט דארף זיין אן דיסעיבלד אפשען, וואס Avg זאל טשעקן און וואס נישט, דארטן דיסעיבלסטו מעיל,
איך האף אז איך וועל זיצן אויף דעם קאמפיוטער וועל איך דיר קענען געבן מער קלארער דעטאלן.

פאטאקי 08:
ביזט גערעכט אז נאך איינמאל ריסטארן מאכט זיך אוטאמטיש א ריסטאר פוינט,
אבער די ערשטע מאל ריסטארן קען מען נאר אויב מ'האט פארדעם געמאכט א ריסטאר פוינט
מען דארף יא איינמאל מאכן א ריסטאר פוינט
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 3:16 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אפריל 11, 2008 2:02 pm

שכוח. עמער זעהן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 11, 2008 2:18 pm

איך הער

דיין פראבלעם האט גארנישט מיט AVG פינטל.

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 2:38 pm

[align=center]שטארקע לאהק אויפן קאמפיוטער[/align]
עצה: ארויף צו לייגן א שטארקן לאהק אויף אייער קאמפיוטער

גלייך ווען די קאמפיוטער צינדט זיך אן דריקט F2 דארטן גייטס אריין צו Security, Admin Password
און דארטן לייגטס אריין סיי וועלכע פעסווארד איר ווילט

אן אריין לייגן די פעסווארד וועט נישט מעגליך זיין צו אנצוצינדן אייער קאמפיוטער

מאכט זיכער אז איר שרייבט אראפ די פעסווארד, אויב איר וועט דאס פארגעסן וד"ל
לעצט פאראכטן דורך וואס_מאכסטו אום פרייטאג אפריל 11, 2008 3:14 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 11, 2008 2:45 pm

וואס_מאכסטו האט געשריבן:עצה:
ארויף צו לייגן א שטארקן לאהק אויף אייער קאמפיוטער

גלייך ווען די קאמפיוטער צינדט זיך אן דריקט F2 דארטן גייטס אריין צו Security, Admin Password
און דארטן לייגטס אריין סיי וועלכע פעסווארד איר ווילט

אן אריין לייגן די פעסווארד וועט נישט מעגליך זיין צו אנצוצינדן אייער קאמפיוטער

מאכט זיכער אז איר שרייבט אראפ די פעסווארד, אויב איר וועט דאס פארגעסן וד"ל


ביז צוויי סעקונדען און סאיז דערנאך מיטן פעסווארד וד"ל

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 3:03 pm

פאטאקי: אפשר ביזטו אביסל קלארער מסביר וואס די מיינסט צו זאגן?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 11, 2008 3:04 pm

די שרייבסט אז טאמער מען פארגעסט די פעסווארד איז ווייסעך וואס קען געשען

ענטפער:
ביז צוויי סעקונדען און סאיז דערנאך מיטן פעסווארד וד"ל
מען דארף אפשר האבן צומאל א שרויפן ציער דערפאר

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 3:06 pm

יא אמת, מ'דארף זייער אכטונג געבן!

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 3:58 pm

[align=center]באהאלטן א פייל (Hidden Files)[/align]
עצה: צו באהאלטן א פייל/פאלדער אז עס זאל נישט זיין מערקבאר אויפן קאמפיוטער
דריקט א רייט קליק אויף די פייל וואס איר ווילט באהאלטן, Propeties, מאכט א טשעק ביי הידען פיילס.
דאן וועט מען עס מער נישט זעהן אויף אייער קאמפיוטער

עצה: צו קענען זעהן הידען פיילס אויפן קאמפיוטער
Start, Control Panel, Folder Options, View, Hidden Files And Folders, סעלעקט Show Hidden Files And Folders, דאן דריקט Ok

אוועטאר
איש חסיד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 31, 2008 8:39 pm
לאקאציע: פון צייט צו צייט אין קרעטשמע

תגובהדורך איש חסיד » פרייטאג אפריל 11, 2008 4:02 pm

דיסעיבלן די מעיל anti-virus איז נישט די בעסטע עצה, ווייל מען איז אויסגעשטעלט צו באקומען ע-בירות virus דורך די מעיל. איך וואלט רעקאמענדירט צו אן-אינסטאלן AVG (וואס איז היינט פין די שוואכסטע virus detectors) און ניצען avast for home וואס האט א גיטע detection rate און איז אימזיסט פאר נישט קאמערציאלע באניץ http://www.avast.com/eng/download-avast ... omeEdition אין אויך א גוטע פייער וואנט http://www.personalfirewall.comodo.com/ ... ewall.html

וואס_מאכסטו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 30, 2008 1:41 pm

תגובהדורך וואס_מאכסטו » פרייטאג אפריל 11, 2008 4:06 pm

[align=center]אינסטאלן א פאנט אין קאמפיוטער [/align]
אינסטאלן אייערע פאנטס אינעם קאמפיוטער
Start, Control Panel, Fonts, File, Install New Font, גייט אריין אין די פלאץ ווי אייער פאנט ליגט געסעיווט, סעלקטס עס, דריקט OK

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג אפריל 13, 2008 4:39 pm

וואס_מאכסטו האט געשריבן:[align=center]באהאלטן א פייל (Hidden Files)[/align]
עצה: צו באהאלטן א פייל/פאלדער אז עס זאל נישט זיין מערקבאר אויפן קאמפיוטער
דריקט א רייט קליק אויף די פייל וואס איר ווילט באהאלטן, Propeties, מאכט א טשעק ביי הידען פיילס.
דאן וועט מען עס מער נישט זעהן אויף אייער קאמפיוטער

עצה: צו קענען זעהן הידען פיילס אויפן קאמפיוטער
Start, Control Panel, Folder Options, View, Hidden Files And Folders, סעלעקט Show Hidden Files And Folders, דאן דריקט Ok

ס'איז דא נאך א וועג וויאזוי מ'קען באהאלטן א פאלדער, לאמיר טרייען עס אראפצושרייבן די בעסטע וואס איך קען.

גייטס צו אייער דעסקטאפ, מאכטס א נייע פאלדער.

ביים געבן די נאמען פארן פאלדער, האלט געדריקט ALT, און אויפן נאמבער פעט, ד.מ. ביי די זייט פונעם קיבארד, דריקטס 0160, אזוי וועט די פאלדער נישט האבן קיין נאמען.

רייט קליקטס אויפן פאלדער, פראפערטיס, קאסטעמייז, טשענדזש אייקאן, וועט איר דארט טרעפן פיר ליידיגע פלעצער, אן קיין אייקאן, סעלעקט איינס פון די פיר, און מען וועט נישט זען די פאלדער.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג אפריל 13, 2008 4:49 pm

וואס_מאכסטו האט געשריבן:[align=center]אינסטאלן א פאנט אין קאמפיוטער [/align]
אינסטאלן אייערע פאנטס אינעם קאמפיוטער
Start, Control Panel, Fonts, File, Install New Font, גייט אריין אין די פלאץ ווי אייער פאנט ליגט געסעיווט, סעלקטס עס, דריקט OK


מ'קען דאך פשוט רייט קליקען אויף די פאנט און קליקען אויף אינסטאל וזהו.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

תגובהדורך ברוך השם » זונטאג אפריל 13, 2008 6:08 pm

איך מיין אבער אז פאר מענטשן וואס ווייסן נישט דארף מען שרייבן מיט פונקטליכע אינטראקשנס, אנדערש קען מען זיך קיינמאל נישט אויסלרנען, נישט אזוי?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 13, 2008 9:40 pm

יישר כחכם הערליכע ווערק
קיפ איט אפ
איטס עמעזינג ארבעט

אוועטאר
ברוך השם
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 11, 2008 6:29 pm

תגובהדורך ברוך השם » זונטאג אפריל 13, 2008 10:58 pm

איך האב אויך פארגעסן צו זאגן א ריזיגן שכוח, ס'איז א מעכטיגע ארבעט, איך בין אסאך געוואר געווארן דא

אגב איך האב זיך נאר אויפגעסיינט אויפן קרעטשמע ווייל איך בין פערצופאל דא אריין געפאלן צו אט דעם אשכול.

א גרויסן שכוח פארן די אלע אנפירערס פונעם קרעטשמע, שרייבערס, און אה שיעור פארגעסן וואס_מאכסטו!
חזקו ואמצו במלאכתכם


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט