צייטליך האט געשריבן:ווישוואש האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה
וגם לרבות אז די בילדער פון קואמא אין סאטמאר באלאנגט נישט אויפ'ן פראנט פעידזש פונעם בלאט די וואך.
אהא, וועמען פלאנסטו איינצורעדן אז עס האט אים פשוט געשטערט דאס געזעץ? ער האט גארנישט געטוען נישט-לעגאל דא וואס מ'דארף באהאלטן. און עס ווייסן אלע אז ער האט געהאט א שיינע אויפנאמע אין קר"י בעת ער איז נישט געווען אין טאון אוו מאנראו וכדו. דאס איז נישט קיין סוד, עס פארשטייט דאס יעדער.
עס ווייסט יעדער אז בעת דער גאווערנער האט פארלוירן אין ארענדזש קאונטי ביי די וואלן האט ער אבער געהאט אלע אידישע וואוטס. סיי אין קרית יואל און סיי איבער די גאנצע סטעיט. עס איז קלאר אז שטימען העלפן. און ווען אגודת ישראל, OU, הייקינד וכדו' שיקן בריוו'ן צו אים פאטרעטן זיי די אידישע ברוקלין וועלעכע האבן געשטימט פאר אים און ער רעכענט זיך דערמיט. דאס איז קיין סוד און די קענסט אים נישט פארהאלטן דעראויף. אזוי גייט עס מיט פאליטישאנס. פונקט ווי ווען דער בעה"ב פון קעיבל ווישאן, דער ריזיגער ביליאנער און ביישטייערער פאר די קאומאו קאמפיין האט געשיקט א בריוו קעגן קר"י צו באאיינפלוסן דעם גאווערנער פארקערט, וויבאלד ער איז א ביישטייערער פאר אים. און UM האט נישט געהאט קיין פראבלעם ארויפצולייגן דעם בריוו.
ווען זיין פאטער און פאטאקי האבן זיך איבערגעארבייט פאר די קרית יואל סקול דיסטריקט און געפייט מיט די סקול יוניאנס און די פעדעראלע געריכט איז זיי נישט אנגעגאנגען דאס געזעץ אזוי שטארק, אוודאי האט מען געטוען אלעס פארן געזעץ, אבער פריינד העלפן פריינד אויף ביידע וועגן און אזוי ארבייט עס. איך זעה נישט וואס עס איז דא צו באהאלטן - ווילאנג עס איז אלעס געטוען לעגאל - און אלע ווייסן דאס און פארשטייען דאס.
מיסטעריעז, אויב דאס איגנארירן די געזעץ, לאזט אים נישט שלאפן רואיג ווילאנג ער וועטאירט עס נישט, וואלט ער עס געלאזט די קאורטס מסדר זיין, און ער וואלט מיטגעפארן מיט די איבערוויגענדע מאיאריטעט אין ביידע הייזער און באשטעטיגט די געזעץ, אדער זיך נישט וויסנדיג געמאכט, שב ואל תעשה, איך האב נישט געזעהן קיין סיבה פארוואס ער זאל זיך שמוציג מאכן די הענט און זיך אריינמישן אין די היציגע דעבאטע,
ס'איז קלאר אז ער האט עס געטוהן "פאר א סיבה", מ'קען דן זיין ארויף און אראפ וואס די סיבה קען זיין, דא האט איר אפאר "קען זיין'ס" 1) אז די חרידישע פאליטישאנס זאלן נישט צופיל איבערקערן ווען ער קומט מיט זיין נארישקייט פלאטפארמע 2) ער האט ליעב סאטמער, פונקט ווי זיין טאטע האט ליעב געהאט סאטמער, און ער האט געזעהן אז די אפאזיציע איז נישט גערעכט ביי די אישו 3) ס'קען זיין אז ער וויל צוריק עפעס א טובה פון די אידישע פאליטישאנס, ביי די נעקסטע בודזשעט פארהאנדלונגן,
איך גלייב שווער אז די 'אידישע שטימען' האט עס געמאכט, ווייל אונז זענען ממש א פארזעעניש ווען ס'קומט צו וואלן, און ער דארף גארנישט מורא האבן אויב גאנץ קרית יואל און ווילי צוזאמען וועלן שטימען פאר זיין אפאנענט, ס'מאכט במילא נישט אויס,