קרית יואל אנעקסעישאן נייעס און אפדעיטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

kyshtiper האט געשריבן:יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן

און אויף וואס איז באזירט זייער קלאגע?

וועם קלאגן זיי, דעם ווילעדזש? דעם טאון? אדער די אפליקענטס?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיל »

לא לנו האט געשריבן:זיי זענען דאך אזוי באהאוואנט אין פאבריצירן קאנטראווערסיעס. זיי האלטן אין איין איבערקייען די אלטע כלומר'שטע באקריווידאציע איבער מאכן דעם הירינג אין א שניי-וועטער. דא קומען זיי מיט א נייע טעאריע איבער קאומאוס ענדגילטיגע באשלוס וואס האט זיך פארצויגן ביז'ן סאמע לעצטן געלעגנהייט אויף 11 אזייגער ביינאכט.

דער י.מ. וועכנטליכער ראדיא אדרעסס איז א געמיש פון אילוזיע מיט דעמעגאגיע. דערמאנט מיך ווען דער יונייטעד מאנרא פירער האט באקומען פילצאליגע סימפאטיע מעסעדזשעס ווען ער האט געמאלדן אז זיין פערזענליכע סאציאלע אקאונט איז ווארשיינליך געהעקט געווארן דורך די קר"י פירער..
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיל »

kyshtiper האט געשריבן:יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן

עס ליגט שוין אין סטעיט קאורט אפאר חדשים, און זיי פלאנען אין צוגאב א פעדעראל קלאגע. זיי האבן קלאר פארשפילט געוויסע זאכן דורכן זיך האלטן צו פארנומען מיטן געזעץ.
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן

און אויף וואס איז באזירט זייער קלאגע?

וועם קלאגן זיי, דעם ווילעדזש? דעם טאון? אדער די אפליקענטס?

אנטשולדיגט אבער איך האב נישט געזעהן זייערע פאפירן
אבער לכאורה אז אסאך זאכן איז נישט לעגאל

נאך א זאך וואס פאלט מיר ביי (נישט אז איך ווייס)
איז די ענווייערמענטל סטודי וואס די ווילידזש האט געמאכט & עס שטימט נישט מיט וואס די טאון & די קאונטי האט געמאכט
וואס אין מיינע אויגן איז דאס מורא'דיג נישט גוט, ווייל ווי אזוי קענסטו מאכן א סטודי ווען אנדערע (סיי די טאון & קאנטי) האבן קלאר געזעהן אנדערש ווי דיר
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
חיים משה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים משה »

kyshtiper האט געשריבן:נאך א זאך וואס פאלט מיר ביי (נישט אז איך ווייס)
איז די ענווייערמענטל סטודי וואס די טאון & די קאונטי האט געמאכט & עס שטימט נישט מיט וואס די ווילידזש האט געמאכט
וואס אין מיינע אויגן איז דאס מורא'דיג נישט גוט, ווייל ווי אזוי קענסטו מאכן א סטודי ווען אנדערע (די ווילידזש) האבן קלאר געזעהן אנדערש ווי דיר
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

חיל האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:לויט ווי ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט, איז עס פשוט קעגן די קאנסטיטוציע פון די סטעיט אז די קאונטי זאל האבן א ווארט אויף אנעקסעישאן דארט ווי ס'אפעקטירט נישט אירע גרעניצן,

איז דאס ריכטיג?

א איינצעלנע שורה, אבער מפורש
http://www.dos.ny.gov/info/constitution ... ments.html (אות ד')

וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

עס שטייט אינעם קאנסטיטוציע אז די קאונטי 'לעגיסלעטאר' קען נישט האבן א ווארט. דער סקאופיס איז אבער אויפגעקומען מיט א פלאן אז דאס מיינט נישט די קאונטי פלענינג באורד.

אין די קאנסטוטיציע שטייט "גאווערנינג באורד" פון די קאונטי. מ'זעט אז דער סקאופיס האט נישט קיין גמ' קעפל (אויך זעט מען אז ס'איז נישט יד ישראל באמצע...) ווייל דער פשעטל איז גאנץ א שוואכער. עס איז גאר שטארק מסתבר אז דער געזעץ וואלט מילא דורכגעפאלן אין געריכט.

די פאוקעס קען זיין עפעס אנדערש. וואס הייסט אז "די קאונטי באונדערי ווערט אפעקטירט?" מען קען טענה'ן אז באונדערי איז לאו דוקא פיזיש, נאר אויב עס האט סיי וועלכע השפעה אויף די קאונטי. דער געזעץ איז געקומען אוועק שטעלן, אז אויב איז די מדובר איבער מער ווי 100 אקער לאנד הייסט דאס שוין אז עס אפעקטירט די קאונטי איין וועג אדער די אנדערע.

(אבער די פשוט'ע פשט אין די קאנסטוטיציע שטימט נישט לפי זה, על פי פשטות איז די כוונה אז אויב וויל מען אנעקסירן פון איין קאונטי צו די אנדערע, ברויך מען שוין די אפראוועל פונעם נעקסטן לעוול, מען קען דאך נישט לאזן אז קאונטי גרעניצן זאלן ווערן געטוישט לויט די גיסטע פון לאקאלע באאמטע. און אין אזא פאל וועט מען דארפן די באשטעטיגונג פון "ביידע" קאונטי'ס, אבער אין דעם פאל קומט אויס אז נאר איין קאונטי רעגירונג וועט דארפן באשטעטיגן די אנעקסעישאן, וואס מען געפינט נישט אזא סארט צורך סתם אזוי, אז מען זאל דארפן די באשטעטיגונג פון א העכערע רעגירונגס לעוועל פאר אנעקסעישאן צווישן צוויי מוניציפאליטעטן אינערהאלב די זעלבע גרעניצן. און עס איז דאך אין לדבר סוף מ'קען גיין זאגן אז אפשר זאל די סטעיט אויך האבן א ווארט און אפשר גאר די פעדעראלע רעגירונג).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיל »

kyshtiper האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן

און אויף וואס איז באזירט זייער קלאגע?

וועם קלאגן זיי, דעם ווילעדזש? דעם טאון? אדער די אפליקענטס?

אנטשולדיגט אבער איך האב נישט געזעהן זייערע פאפירן
אבער לכאורה אז אסאך זאכן איז נישט לעגאל

נאך א זאך וואס פאלט מיר ביי (נישט אז איך ווייס)
איז די ענווייערמענטל סטודי וואס די ווילידזש האט געמאכט & עס שטימט נישט מיט וואס די טאון & די קאונטי האט געמאכט
וואס אין מיינע אויגן איז דאס מורא'דיג נישט גוט, ווייל ווי אזוי קענסטו מאכן א סטודי ווען אנדערע (סיי די טאון & קאנטי) האבן קלאר געזעהן אנדערש ווי דיר

עס איז נישט אזוי פשוט. עס איז א נארמאלע זאך אז איין סטאדי קומט אריין אנדערש ווי די צווייטע. אבער נאר די ענווייראמענטאל סטאדי פון די ליעד עדשזענסי האט א לעגאלע געוויכט.דערפאר איז 'ליעד עדשענסי' דער שליסל פאר סיי וואס אינטער "סעקר"ע".
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

חיל האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן

און אויף וואס איז באזירט זייער קלאגע?

וועם קלאגן זיי, דעם ווילעדזש? דעם טאון? אדער די אפליקענטס?

אנטשולדיגט אבער איך האב נישט געזעהן זייערע פאפירן
אבער לכאורה אז אסאך זאכן איז נישט לעגאל

נאך א זאך וואס פאלט מיר ביי (נישט אז איך ווייס)
איז די ענווייערמענטל סטודי וואס די ווילידזש האט געמאכט & עס שטימט נישט מיט וואס די טאון & די קאונטי האט געמאכט
וואס אין מיינע אויגן איז דאס מורא'דיג נישט גוט, ווייל ווי אזוי קענסטו מאכן א סטודי ווען אנדערע (סיי די טאון & קאנטי) האבן קלאר געזעהן אנדערש ווי דיר

עס איז נישט אזוי פשוט. עס איז א נארמאלע זאך אז איין סטאדי קומט אריין אנדערש ווי די צווייטע. אבער נאר די ענווייראמענטאל סטאדי פון די ליעד עדשזענסי האט א לעגאלע געוויכט.דערפאר איז 'ליעד עדשענסי' דער שליסל פאר סיי וואס אינטער "סעקר"ע".

פיין!
אבער אז דער וואס דארף עס איבערקוקן האט געזעהן אינגאנצן אנדערש די זאך ווי אזוי קען ער אפראווען א זאך וואס איז לגמרי אנדערש (שכל'דיג)
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

מי יודע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

ווי איך פארשטיי פונקט ווי מ'קען מטהר זיין השרץ בק"נ טעמים להבדיל א"א הבדלות קען מען דורכפירן געזעצן געבויט אויף וכו' וכו', און ס'איז קלאר אז קאומאו האט עס געטון אלס קרית יואל, און ער ערווארט מן הסתם אן אפרישיעשאן אויך, און ווען ער איז חלילה א שונא ישראל וואלט ער געטראפן אין וועלכע געזעץ אנצוהענגן פארוואס ס'זאל נישט דורכגיין, און סתם קרית יואל זאל שטיין איינגעמאכט און שטיל אן קיין יישר כח, און די שונאי ישראל זאלן אים אטאקירן, דאס איז בכלל נישט קיין מהלך, ער ווייסט נישט פון די גמרא הנעלבין ואינם עולבין

אודאי זאל מען איהם באדאנקען, אבער מער לייגן א געוויכט אויף דאס אז ער האט עס געטון צו האלטן דאס יושר און געזעץ (לטובת קר"י) ווי אויף דאס אז ער האט זיך אנגענומען פאר קר"י אקעגן אירע העצערישע קעגנער.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מי חכם האט געשריבן:
חיל האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:לויט ווי ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט, איז עס פשוט קעגן די קאנסטיטוציע פון די סטעיט אז די קאונטי זאל האבן א ווארט אויף אנעקסעישאן דארט ווי ס'אפעקטירט נישט אירע גרעניצן,

איז דאס ריכטיג?

א איינצעלנע שורה, אבער מפורש
http://www.dos.ny.gov/info/constitution ... ments.html (אות ד')

וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

עס שטייט אינעם קאנסטיטוציע אז די קאונטי 'לעגיסלעטאר' קען נישט האבן א ווארט. דער סקאופיס איז אבער אויפגעקומען מיט א פלאן אז דאס מיינט נישט די קאונטי פלענינג באורד.

אין די קאנסטוטיציע שטייט "גאווערנינג באורד" פון די קאונטי. מ'זעט אז דער סקאופיס האט נישט קיין גמ' קעפל (אויך זעט מען אז ס'איז נישט יד ישראל באמצע...) ווייל דער פשעטל איז גאנץ א שוואכער. עס איז גאר שטארק מסתבר אז דער געזעץ וואלט מילא דורכגעפאלן אין געריכט.

די פאוקעס קען זיין עפעס אנדערש. וואס הייסט אז "די קאונטי באונדערי ווערט אפעקטירט?" מען קען טענה'ן אז באונדערי איז לאו דוקא פיזיש, נאר אויב עס האט סיי וועלכע השפעה אויף די קאונטי. דער געזעץ איז געקומען אוועק שטעלן, אז אויב איז די מדובר איבער מער ווי 100 אקער לאנד הייסט דאס שוין אז עס אפעקטירט די קאונטי איין וועג אדער די אנדערע.

(אבער די פשוט'ע פשט אין די קאנסטוטיציע שטימט נישט לפי זה, על פי פשטות איז די כוונה אז אויב וויל מען אנעקסירן פון איין קאונטי צו די אנדערע, ברויך מען שוין די אפראוועל פונעם נעקסטן לעוול, מען קען דאך נישט לאזן אז קאונטי גרעניצן זאלן ווערן געטוישט לויט די גיסטע פון לאקאלע באאמטע. און אין אזא פאל וועט מען דארפן די באשטעטיגונג פון "ביידע" קאונטי'ס, אבער אין דעם פאל קומט אויס אז נאר איין קאונטי רעגירונג וועט דארפן באשטעטיגן די אנעקסעישאן, וואס מען געפינט נישט אזא סארט צורך סתם אזוי, אז מען זאל דארפן די באשטעטיגונג פון א העכערע רעגירונגס לעוועל פאר אנעקסעישאן צווישן צוויי מוניציפאליטעטן אינערהאלב די זעלבע גרעניצן. און עס איז דאך אין לדבר סוף מ'קען גיין זאגן אז אפשר זאל די סטעיט אויך האבן א ווארט און אפשר גאר די פעדעראלע רעגירונג).

לויט דיין פשט, שטימט נישט די ווארט "באונדערי"
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיל »

kyshtiper האט געשריבן:
חיל האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן

און אויף וואס איז באזירט זייער קלאגע?

וועם קלאגן זיי, דעם ווילעדזש? דעם טאון? אדער די אפליקענטס?

אנטשולדיגט אבער איך האב נישט געזעהן זייערע פאפירן
אבער לכאורה אז אסאך זאכן איז נישט לעגאל

נאך א זאך וואס פאלט מיר ביי (נישט אז איך ווייס)
איז די ענווייערמענטל סטודי וואס די ווילידזש האט געמאכט & עס שטימט נישט מיט וואס די טאון & די קאונטי האט געמאכט
וואס אין מיינע אויגן איז דאס מורא'דיג נישט גוט, ווייל ווי אזוי קענסטו מאכן א סטודי ווען אנדערע (סיי די טאון & קאנטי) האבן קלאר געזעהן אנדערש ווי דיר

עס איז נישט אזוי פשוט. עס איז א נארמאלע זאך אז איין סטאדי קומט אריין אנדערש ווי די צווייטע. אבער נאר די ענווייראמענטאל סטאדי פון די ליעד עדשזענסי האט א לעגאלע געוויכט.דערפאר איז 'ליעד עדשענסי' דער שליסל פאר סיי וואס אינטער "סעקר"ע".

פיין!
אבער אז דער וואס דארף עס איבערקוקן האט געזעהן אינגאנצן אנדערש די זאך ווי אזוי קען ער אפראווען א זאך וואס איז לגמרי אנדערש (שכל'דיג)

דערווייל נאכן איבערקוקן זענען אלע דריי ענווייראמענטאל שטודיעס (ווילידזש,טאון, קאנטי) 85 פראצענט אייניג. נויהאויז שפילט טאקע אויף די איבעריגע 15 פראצענט, אבער דער ווילידזש קאמפאני וואס האט דורכגעפירט די שטודיע איז פון די גרעסטע און מערסט פרעזשפולע אין דעם געביט. עס איז אויך דא לעגאלע גרינדן אז עמיצער וואס איז נישט קיין 'אינוואלווד עידשענסי' , אין דעם פאל די קאונטי - זאל אפילו נישט מעגן געזעצליך אינטערנעמען אן ענוויראמענטאל ריוויו.
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איך פריי זיך פאר די אלע טייערע חבירים דא אויף איי וועלט וועלכע פרייען זיך בשלימות.

לענ"ד וואלט דער גאווערנער בלויז געברויכט וויטאען נאר איין ביל, די וועלכע איז נוגע די איצטיגע אנעקסעישאן, ער וואלט עפעס געדארפט לאזן, נישט גיין אלל דע וועי, (אפשר דעמאלט וואלט מער בולט געווען אז ער טוט דאס פאר קר"י, וצ"ע)

די אנטיסעמעטיזם איז היבש שרעקעדיג, מקען דאס נישט אוועקמאכן במחי יד, אבער קיין געהעריגע סעלושן האב איך נישט.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

kyshtiper האט געשריבן:
חיל האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן

און אויף וואס איז באזירט זייער קלאגע?

וועם קלאגן זיי, דעם ווילעדזש? דעם טאון? אדער די אפליקענטס?

אנטשולדיגט אבער איך האב נישט געזעהן זייערע פאפירן
אבער לכאורה אז אסאך זאכן איז נישט לעגאל

נאך א זאך וואס פאלט מיר ביי (נישט אז איך ווייס)
איז די ענווייערמענטל סטודי וואס די ווילידזש האט געמאכט & עס שטימט נישט מיט וואס די טאון & די קאונטי האט געמאכט
וואס אין מיינע אויגן איז דאס מורא'דיג נישט גוט, ווייל ווי אזוי קענסטו מאכן א סטודי ווען אנדערע (סיי די טאון & קאנטי) האבן קלאר געזעהן אנדערש ווי דיר

עס איז נישט אזוי פשוט. עס איז א נארמאלע זאך אז איין סטאדי קומט אריין אנדערש ווי די צווייטע. אבער נאר די ענווייראמענטאל סטאדי פון די ליעד עדשזענסי האט א לעגאלע געוויכט.דערפאר איז 'ליעד עדשענסי' דער שליסל פאר סיי וואס אינטער "סעקר"ע".

פיין!
אבער אז דער וואס דארף עס איבערקוקן האט געזעהן אינגאנצן אנדערש די זאך ווי אזוי קען ער אפראווען א זאך וואס איז לגמרי אנדערש (שכל'דיג)

למשל ביי די וואן-וועי פון וואלעבאוט, האסטו צען שטודיעס. יעדע פארקערט ווי די אנדערע. ווער האט פארזען וואס?

ווער עס מאכט די שטודיע, קאנצענטרירט די שטודיע לויטן געזעץ וואס עס שמעקט אים!

קאומאו האט געוואלט וועטאירן די בילס, האט ער געטראפן אז עס שטימט ״נישט״ מיט די קאנסטיטוציע!

פינטל
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

לענ"ד איז די בעסטע דאס וואס דער גאווערנאר האט געטון מטאר גארנישט נאכגעבן פאר די טראבל מעיקערס ווייל זיי וועלן סייווי קיימאל נישט זיין צופרידן. מילא איז טאקע די בעסטע זאך אז מצופראסקעט זיי אזוי שטארק אז זיי זאלן נעקסטיים טראכטן אפאר מאל פארן אריינגיין אין אזא סומאטוכע אזוי למען ישמעו ויראו. דאס איז די שפראך וואס יעדער פארשטייט.
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

די גרעסטע שטער צו יעדע ציבור'ישע אינטערנעמונג (לטב ולמוטב) איז אייביג די אקטן וואס יחידים נעמען אינטער "מיטן ציל צו "העלפן" די מערכה" (פון ביידע צדדים)...

יחיד'ל זיסער, דיין הילף איז קיין הילף נישט! ביטע שיין לאז די וואס זענען ממונה אויף די אישו עס אליין הענדלען. יא, קענסט זאגן דיין מיינונג, קענסט אפילו נעמען נאך א קאצקע צוקער פאר דיין 16 אונס'יגע קאווע (וואס מאכט דיך שפירן 'וויכטיג'). אבער סטאפ ביי דעם! שיק נישט קיין טוויטערס, שיק נישט קיין בריווען צו אפישעלס. דשאסט פאק איין און שטיי אין די זייט!
ס'דא מענטשען וועמען די פארטיי האט אויפגענומען צי זיין אן טאפ פון די ענינים, און אנפארטשענעטלי ביסטו נישט פון דיזע.

טענקס פארן אויסהערן (און צוריקטענה'ן...)
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מיסטעריעז האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

וגם לרבות אז די בילדער פון קואמא אין סאטמאר באלאנגט נישט אויפ'ן פראנט פעידזש פונעם בלאט די וואך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

@גליטשעדיג.

יתכן אז יענע לאט וועטל נאכאלס פארקויפט געווארן פאר די פרייז, צוליב די "מעלות" וואס עס פארמאגט זייענדיג אין צעננטער פון שטעטל און נעבן בית מדרש.

אבער דאס אנעקסען נאך 500 עיקער וועט ווארשיינליך אויפטון אויפ'ן געביט פון צושטעלען נאך "פרישע גאסן" און "פרישע טויזענטער דירות" פאר די קומענדיגע דורות. און מען וועט נישט ברויכן מאכן אלע גאסן דאס וואס מען טוט יעצט מיט סאטמאר דרייוו אז פון יעדע הויז שטעקט זיך ארויס א וויידעל פון הינטען און א ארעם פון די זייט.

אז ס'איז דא שטחים קען מען בויען ברווח דירות און גאסן.

און אפילו לאמיר זאגן אז די פרייז וועט למעשה נישט פאלן. אבער פאר די עצם בענעפיט פון האבן וואוו צי פלאצירען די פרישע דורות, פאר דעם אליין איז גענוג וויכטיג צי צונעמען שטחים.

און לגבי די טענה אז "זאל מען וואוינען אין טאון סטייל הייזער". כמדומה לי אז דאס האט מען שוין געקענט טוען ביז היינט אויך, און מיטדעם אלעם איז עס נישט געטוען געווארן - חוץ דורך ממש געציילטע - דאס צייגט ווארשיינליך אז דער ציבור איז נישט אזוי אנציקט פאר אזא 'אויסגעשפרייטע' לייף סטייל, דער עולם וויל דוקא יא וואוינען אין קאנדימינדיומס מיט שכנים פון אלע ד' כנפות, און פאר זיי - פאר די ציל (און דאכציך אז דאס איז לכאורה די רוב רובם פונעם המון עם, ריגארלעס אויף פארטיי) איז די אנעקסעשאן א מורא'דיגע מעלה!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איין ביל איז געווען אז די קאונטי זאל מעגן אריינרעדן וואס לעת עתה קען מען עס ווארפן אין גארביזש ממילא איז די קאונטיס ריוויו פלעין געספענד טעקס מאני.
די טאון אף מאנרא ״מעג״ מאכן א ריפארט און די ליעד עידזשענסי דארף עס פשוט ״קאנסידערן״ אבער נישט פאלגן.
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

ווישוואש האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

וגם לרבות אז די בילדער פון קואמא אין סאטמאר באלאנגט נישט אויפ'ן פראנט פעידזש פונעם בלאט די וואך.

אריין אין דער בלאט אשכול
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ווישוואש האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

וגם לרבות אז די בילדער פון קואמא אין סאטמאר באלאנגט נישט אויפ'ן פראנט פעידזש פונעם בלאט די וואך.

אהא, וועמען פלאנסטו איינצורעדן אז עס האט אים פשוט געשטערט דאס געזעץ? ער האט גארנישט געטוען נישט-לעגאל דא וואס מ'דארף באהאלטן. און עס ווייסן אלע אז ער האט געהאט א שיינע אויפנאמע אין קר"י בעת ער איז נישט געווען אין טאון אוו מאנראו וכדו. דאס איז נישט קיין סוד, עס פארשטייט דאס יעדער.

עס ווייסט יעדער אז בעת דער גאווערנער האט פארלוירן אין ארענדזש קאונטי ביי די וואלן האט ער אבער געהאט אלע אידישע וואוטס. סיי אין קרית יואל און סיי איבער די גאנצע סטעיט. עס איז קלאר אז שטימען העלפן. און ווען אגודת ישראל, OU, הייקינד וכדו' שיקן בריוו'ן צו אים פאטרעטן זיי די אידישע ברוקלין וועלעכע האבן געשטימט פאר אים און ער רעכענט זיך דערמיט. דאס איז קיין סוד און די קענסט אים נישט פארהאלטן דעראויף. אזוי גייט עס מיט פאליטישאנס. פונקט ווי ווען דער בעה"ב פון קעיבל ווישאן, דער ריזיגער ביליאנער און ביישטייערער פאר די קאומאו קאמפיין האט געשיקט א בריוו קעגן קר"י צו באאיינפלוסן דעם גאווערנער פארקערט, וויבאלד ער איז א ביישטייערער פאר אים. און UM האט נישט געהאט קיין פראבלעם ארויפצולייגן דעם בריוו.

ווען זיין פאטער און פאטאקי האבן זיך איבערגעארבייט פאר די קרית יואל סקול דיסטריקט און געפייט מיט די סקול יוניאנס און די פעדעראלע געריכט איז זיי נישט אנגעגאנגען דאס געזעץ אזוי שטארק, אוודאי האט מען געטוען אלעס פארן געזעץ, אבער פריינד העלפן פריינד אויף ביידע וועגן און אזוי ארבייט עס. איך זעה נישט וואס עס איז דא צו באהאלטן - ווילאנג עס איז אלעס געטוען לעגאל - און אלע ווייסן דאס און פארשטייען דאס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איר רעדט צו ווישוואש, איא?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיסטעריעז האט געשריבן:איר רעדט צו ווישוואש, איא?

ריכטיג. אבער קענסט עס אויך ליינען..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גראדע האלט איך ווי ווישוואש דא, אבער ס'איז א שאד צו רעדן צו די וואנט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

farshlufen האט געשריבן:גראדע האלט איך ווי ווישוואש דא, אבער ס'איז א שאד צו רעדן צו די וואנט.

די באערדע האלטן אבער אז עס קומט זיך א עפענטליכן דאנק און אנערקענונג פארן גאווערנער פאר זיין הילף.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צייטליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האלט איך ווי ווישוואש דא, אבער ס'איז א שאד צו רעדן צו די וואנט.

די באערדע האלטן אבער אז עס קומט זיך א עפענטליכן דאנק און אנערקענונג פארן גאווערנער פאר זיין הילף.

גערעכט, אבער אלעס האט נארמאלער מהלך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”