היסטארישע נסיעת ידידים (3) - כ"א תמוז תשע"ה - מאונט ציון‬

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

היסטארישע נסיעת ידידים (3) - כ"א תמוז תשע"ה - מאונט ציון‬

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ב"ה


איבערגעגעבן דורך אונזער קארעספאנדענט: י. אבראהאם



בעצם וואלט זיך נישט געקומען אז די "נסיעות ידידים" - פון די חברי הפארומים אויף איי-וועלט - זאלן נאך ווערן קאטעגארירט אלץ "היסטאריש". ריכטיג טאקע אז ווען די ערשטע נסיעות ידידים זענען פארגעקומען זענען זיי געווען העכסט אינטערעסאנט, סיי אלץ די היסטארישע שטאנדפונקט דערפון - אז מ'טרעפט זיך אויף קברי צדיקים פון פריערדיגע גדולי ישראל וואס האבן דערקלערט קריג מיטן אמעריקאנעם הפקר'דיגען אידישן קולטור, וואס ווינציג זענען די צאל הפוקדים את קברם - און סיי אלץ די חלק פון זיך באקענען מיט נאנטע חברים וואס מ'האט כמעט טאג טעגליכע טעכנאלאגישע פארבינדונגען, ווען אין אמת'ן קען מען זיך נישט פערזענליך, צוליב דעם וואס יעדער איז דאך באהאלטן אונטער א שלייער פון א ניק, אבער ביים זיך טרעפן אין ריעלעטי שווימט ארויף דאס אמת'ע געשטאלט פון יעדן איינעם, אזוי אז אין א געוויסע מאס הערשט א צומישעניש ווען טשיללס נעמט ארום דעם מענטש, געוואויר ווערנדיג אז נחשון בן עמינדב האט נישט געהאט אזא לאנגע בארד, און דער מיטן פלאכן ביבער הוט טראגט גאר א קראך-הוט מיט צושטרויבעלטע פיאות.

צום ביישפיל, מ'ווערט געוואויר אז פארשלאפן איז גארנישט קיין פארשלאפענער, נאר א איד מלא חיות. בן בוזי וואס מאכט א איינדרוק ווי א שטאַטס-מאן, איז בלויז א איינפאכער קאנדידאט צו זיין א בעל תפלה אין די הייליגע טעג. יוראפ איז ווארשיינליך נישט קיין סאך מער ווי א ניק, אנדערש פארשטייט מען נישט פארוואס ער איז אזא אָפטער גאסט אין די פאראייניגטע שטאַטן. 'שטיקל גבאי' (זכר ניקו לברכה) איז גארנישט קיין 'שטיקל' נאר א גאנצער גבאי, א מייסטערהאפטיגער ארגאנעזירער (און טאקע מעשי ידיו להתפאר דעם היינטיגן באזוך וואס מיר ווילן דא באריכטן).'שמעלקא טויב וואס מאכט אזא אָנשטעל ווי ער איז פארטוהן אין סופרות, ערלויבט זיך אוועקצוגעבן זיין כסא מלוכה ווען א גאסט פון מרחקים באזוכט זיין שרייב טישל. מיללער וואס מיר האבן אלעמאל געמיינט אז ער איז נוהג נשיאותו ברמה, ווערן מיר געוואויר אז ביינאזאם מיט זיין פארצייטישע געשטעל, ווען אויפן קעפל שווימט א צילינדער, איז ער רך ווי א אויסגערופענע קנה, און אזוי ווייטער די אנדערע חשובע חברים, כל אחד בשמו ובניקו הטוב יבורך.

דעריבער, ווען מיר רעכענען דעם היינטיגן נסיעת ידידים אלץ די דריטע במספר (ערשטער נסיעת ידידים; טאגבוך - צווייטער נסיעת ידידים; נסיעת ידידים השנית), וואלט זיך לכאורה שוין נישט געקומען אז אויך דאס מאל זאל זי פאררעכנט ווערן בגדר "היסטאריש".

* * *


אבער דאך מוזן מיר זיך אפשטעלן און געבן א באריכט איבער דעם היינטיגן טאג, און פארצייכענען וויאזוי אויך דער דריטער נסיעת ידידים קען מיט רעכט פארצייכענט ווערן אלץ "היסטאריש".

מורשת חכמי אמעריקא האט אין פארלויף פון די פארגאנגענע יאהרן עטליכע מאל אפגעהאלטן קלענערע נסיעות וואס זענען נישט געמאלדן געווארן (אויסער א 'הליכת ידידים' וואס האט יא באקומען דעקונג אין די היזיגע שפאלטענעס, זעה דא). די סיבה פארוואס ס'איז נישט באריכטעט געווארן איז ווייל מייסטענס פון די סארט נסיעות זענען באזירט אויף פארשעריי, זאמלעריי, נאכגיין שטריכונגען וואס קענען ווארפן ליכט איבער פארנעפלטע אינפארמאציע וואס עגבערן די חברים, דעריבער זענען אט די באזיכונגען נישט געמאלדן געווארן אין פאבליקום, ווייל ס'איז טייל פון די ארבעט וואס דער מורשת באפאסט זיך מיט. משא"כ די אנדערע נסיעות, אריינגערעכענט דעם היינטיגן נסיעה, וואס מ'קומט זיך צוזאם פאר א אנדערע צוועק, נעמליך כדי צו מתפלל זיין ביי א קבר להעתיר לישועת הכלל והפרט, אט אזעלכע אסיפות איז דא טאקע דער פאסיגער פלאץ צו ווערן באריכטעט, ווייל נאך אלעם דער קרעדיט דערפון געהערט דאך צו איי-וועלט.

(צווישן אנדערע איז נישט געמאלדן געווארן ווען מיט כמעט צוויי יאהר צוריק, צוויי טאג בעפאר ערב ראש השנה תשע"ד, זענען די חברי המורשת געווען אויפן פארלאזטן בעיסייד סעמיטערי, וואו דארט זענען מנוחתם כבוד פון עטליכע פראמינענטע גדולי ישראל וואס האבן משמש געווען ברבנות אין ניו יארק, א שטייגער ווי הגאון הגדול רבי אברהם אהרן יודלאוויטש זצ"ל רב דבית הכנסת אנשי לובץ (עלדריזש סטריט שוהל), וואס דער גרויסער מינסקער גאון שרייבט אויף איהם: "דרכו בקודש - דרך הישר, והוא קולע אל המטרה בדברים נכונים וברורים, ובראיות ישרות, ויצאתי מגדרי לעשות רצונו"; הגאון הגדול רבי יצחק מרגליות זצ"ל רב דבית הכנסת בני ישראל אנשי קאלוואריער (פייק סטריט סינאגאגע) וואס איז געווען א קאנדידאט צו ווערן דער רב הכולל נאכן הסתלקות פונעם פריערדיגען רב הגאון הגדול הרב אברהם יוסף אש זצ"ל; הגאון החסיד רבי חיים יעקב ווידרעוויץ זצ"ל רב דמאסקווא וביהמ"ד נוסח האר"י, וואס זיין נאמען איז שוין היינט באקאנט אלץ דער חסידישער רב הכולל, זייענדיג ברייט באשריבן אינעם אוצרות אויסגאבע, און פילע נאך.

אזוי אויך אז דאס יאהר אליין האבן חברים פון מורשת באזוכט אין צענדליגע בתי חיים איבער אמעריקא, פאטאגראפירט מצבות, געזאמעלט אינפארמאציע און צוזאם געשטעלט הערליכע ביאגראפיע אויף פארשידענע גדולים, וכהנה, ועוד היד נטוי' בס"ד).

*


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז תשע"ה

דער היינטיגער טאג האט אויפגעוויזן צו זיין היסטאריש און איבערגעצייגט אלץ א דורכברוך. א דאנק די פעולות המורשת זענען עטליכע אידן (וואס האב קיין שייכות נישט מיטן מורשת, און נישט מיט איי-וועלט) געקומען צו פארן צו באזוכן דעם ניי אנדעקטן קבר פון הגה"צ רבי אברהם אבא ליפשיץ זצ"ל, דער צדיק פון ירושלים, וואס איז מיט 108 יאהר צוריק געקומען לקבורה אינעם ריזיגן מאונט ציון סעמיטערי, א קארגע צעהן מינוט אוועק פון וויליאמסבורג.

חברי המורשת - וואס האבן געהאט די זכי' איהם צו מעלה זיין לשבח ביי פילע טויזענטע אידן ארויפברענגענדיג דעם נאמען פונעם צדיק אויפן מאפע, ווען צווישן די פעולות איז געווען די לענגערע אפשאצונג אינעם 'ענין' ביילאגע פון די ענגלישע המודיע פרשת חקת - האבן לכבוד דעם יארצייט באשלאסן צו פוקד זיין את קברו. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א ארימע מעלדונג פון 'שטיקל גבאי' אז לכבוד דעם יארצייט פון רבי אבא'לי ליפשיץ זצ"ל איז רעכט אז מיר זאלן עולה זיין לציונו ביומא דהילולא. לאנג האט נישט געדויערט און ששה מתפללים האבן געמאלדן זייער באטייליגונג.

איינער פון די חברים, ר' אשר לאווי שיחי' האט גלייך צוגעשטעלט א קלארע מאפע וואס טוט אנצייכענען גענוי מראי מקומות אנצוקומען גרינג סיי צום קבר פון רבי אבא'לי און ווי אויך צו אנדערע קברים פון גדולים וואס ליגן דארט.

מ'האט אפגעשמועסט אז בערך 12 אזייגער מיטאג וועט מען זיך טרעפן. ווען דער ערשטער פון די חבריא איז אנגעקומען האט ער אנגעטראפן אינעם בית החיים א ליטווישער איד מיט א שניי-ווייסע בארד, זיך קלעטערנדיג ארום. אונזער חבר פרעגט יענעם וועמענ'ס קבר ער זוכט, ענפערט ער - נישט מער און נישט ווייניגער - ער זוכט דעם קבר פון הרב ליפשיץ. דער חבר פרעגט איהם וויאזוי איז ער אנגעקומען צו וויסן פון דעם, "איך האב געליינט וועגן איהם אין די ענין" - איז געקומען דער אנטווארט, צייגענדיג דערביי ווי ער האלט דעם 'ענין' אין האנט..

אַ קורצע שמועס מיט דעם איד איז פארפירט געווארן, און דערביי איז אנטפלעקט געווארן אז ער איז גאר א פראמינענטער ראש ישיבה אין ניו דזשערזי. ער האט פארציילט אז ווען ער האט געליינט דערוועגן דאס ערשטע מאל האט דאס איהם זייער באנומען, אז ער האט אפילו געטראכט אז אפשר וועט איהם געלונגען צו גיין באזוכן דעם קבר, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן, אז פונקט היינט אינדערפרי האט ער זיך ווידער אנגעשטויסן אין דעם זעלבן ענין מאגאזין, און זיך געכאפט אז היינט כ"א תמוז איז דער יארצייט, קיין סאך האט ער נישט געטראכט נאר געקומען צו פארן צום ציון!

און דאס איז היסטאריש און א דורכברוך! מגלגלין זכות ע"י זכאי. מורשת חכמי אמעריקא איז געגאנגען פאבליק, באקומענדיג דעקונג אין א ברייט-באקאנטע אויסגאבע, וואס האט געברענגט רעזולטאטן אז אידן האבן זיך דערוואוסט איבער א אדם גדול וואס איז דאהי אזוי רחמנות'דיג נסתלק געווארן, און איצטער קומט מען מתפלל זיין על קברו!

* * *


המתחיל, אומרים לו גמור. נו, ווייטער אין באריכט:

מיט עטליכע מינוט דערויף איז נחמן נתן פון בעלארוס אנגעקומען מיט זיין סוויטע, צווישן זיי האט זיך געציילט יוראפ און נאך צוויי אנדערע וואס ביזדערווייל האבן זיי נאך נישט קיין ניק'ס דא (ווער ווייסט, אפשר יא), איינער פון זיי א זקן שקנה חכמה, וואס האט אין דער פארגאנגענהייט עטליכע מאל זיך באטייליגט ביי די נסיעות. דער קאארדאנירער האט זיי שיין ענטפאנגען און צוגעוויזן פונקטליך וואו מ'האט צו גיין.

דער גבאי האט אהערגעשטעלט א פראוועזאריש ליכט-קעסטל, דערביי א זעקל מיט ליכט פאר די באזוכער. אנדערש ווי אין די פארגאנגענע נסיעות, האט יעדער דא געזאגט קאפיטלעך תהלים לויט זייער באגער. איינער האט געזאגט טשערנאבלער קאפיטלעך און דער צווייטער האט געזאגט תיקון הכללי קאפיטלעך (ווער ס'האט געזאגט וואס, דאס לאז איך איבער פאר אייך, טייערע ליינער). הצד השוה שבהן מ'האט זיך איינגעבעטן ביים בורא כל עולמים וואס איז בוחר בשירי דוד עבדו, אפגעזעהן אין וועלכע סדר מ'זאגט.

שטייענדיג אזוי מיטן תהלים'ל אין האנט, מערקט מען אז פארשלאפן האט אדורך געפירט א אנטלויף אקציע און איז אנגעקומען מיטצוהאלטן מיט די תהלים זאגן. א נס אז מיר האבן געהאט א איבריגע תהלים, ווען נישט וואלט ער ווארשיינליך געדארפט זאגן פון אויסענווייניג.

מ'האט ממשיך געווען מיט תהלים זאגן, אינדערצווישן האט דער דערמאנטער ראש ישיבה פארלאזט דאס פלאץ, איבערלאזנדיג גאנצע 20 טאלער אלץ צדקה לעילוי נשמתו פונעם שד"ר הרב ליפשיץ זצ"ל.

אינמיטן איז אדורכגעלאפן א שמועה אז דער נשיא הכבוד פונעם מורשת קומט צו פארן פון די ווייטע סקרענטאן אנטייל נעמען ביי דעם מעמד עליה לציון. קורצליך דערנאך איז שוין געזעהן געווארן דער פאטריכאלישע צורה, שלעפענדיג א זעקל וואס האט געטראגן א נאמען פון א ראש בית דין וואס דינט אין אמט ערגעצוואו אינדרויסן פון סקרענטאן. אבער, האמת והשלום אהבו, סקרענטאן לעבט גוט מיט יעדן (אויסער מיט די נעלאגישע קהלה דארט, וואס דער רב האט ווי באקאנט אדורכגעפירט א טיילונג, כידוע ואכמ"ל). און אזוי ווי אין א בית החיים גיבט מען זיך נישט די הענט, האט מען א שאקל מיטן קאפ געגעבן ארויסצוצייגן עהרע פאר דעם אויסגערופענעם גאסט.

נאכדעם וואס ס'זענען געשעפשעט געווארן הייסע תפלות פון די באטייליגטע, יעדער במשאלות לבו, איז מען זיך צוגאנגען אינעם בית החיים. טייל וואס האבן געוואלט פוקד זיין קברו פון הרה"ק רבי יצחק מרימנוב-סאדיגורא זצ"ל האבן זיך געוואנדן צום אפיס בעטנדיג א שליסל פונעם אהל. די אַנשטאַלט האט נאר ערפילט דעם בקשה נאכדעם וואס מ'האט איינגעלייגט ביי זיי א צוואנציגער אלץ משכון. נו, א צוואנציגער האמיר דאך גרינג געהאט, פון יענעם ראש ישיבה, און דאס האבן מיר טאקע מפקיד געווען ביי זיי.

דארט אינעם אהל (וואס איצטער איז געווען דאס צווייטע מאל וואס מיר זענען געווען אינעווייניג, פריערדיגע מאל איז דאך געווען ביים צווייטן נסיעת ידידים) האט מען ווייטער געזאגט תהלים, געשריבן קוויטלעך און געצינדן ליכט. (יזכר לטוב דער וואס האט אמאל איבערגעלאזט אינעם אהל א גליל 'טאוועל-פאפיר', ווייל אונזער גאסט פון יוראפ איז נישט געוואוינט צו די היזיגע היצן, און האט זיך דערמיט דערקוויקט צו קענען אפווישן די שווייס).

מ'האט זיך געוואונטשן: זאלסט האבן געפועל'ט אלעס גוט'ס, און מ'האט זיך געגרייט צו פארלאזן דעם בית החיים. פארן ארויספארן זעמיר צוגעפארן צום וואסער-קראן צו וואשן די הענט. מיטאמאל רייסט אריין א קאר אינעם בית החיים און שטעלט זיך אָפ. ער מאכט אויף דעם פענסטער צו אונז, מיר קוקן אריין צום דרייווער, מיר זעהן א מיטל-יעריגער איד זיצן ביים רעדל. מיר פרעגן איהם אומ-אפיציעל צו וועם ער איז געקומען (נאך אלעם מיר קומען דאך פון וויליאמסבורג, ס'איז א נארמאלע זאך צו פרעגן יענעם וואו ער גייט), ענטפערט ער:

"צו הרב ליפשיץ"!..


דעריבער: יחי המורשת!
לחיים ולברכה!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

WOW איז די ווארט!
הערליך שיין באשריבן, זאלן ענק טאקע האבן גע'פועל'ט אלעס גוט'ס.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוין לאנג נישט געליינט א שטיקל י. אבראהאם / נחמן נתן, עס ווארימט דאס הארץ צו זעהן די אמאליגע פארצייטישע אידישע וועלט שרייבעכצער.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יחי יחי יחי!!!

מוראדיגע זאכן וואס ס'טוט זיך דא. ס'זיכער אז הקב"ה וועט נישט מקפח זיין די חסד של אמת וואס איר טוט מי די הייליגע צדיקים. וזכות הצדיקים והחסידים יגן בעדכם לנצח.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שיין שיין.
זאלט איר האבן געפועל'ט אלעס גוטס, פאר אייך און פארן כלל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

א מין שפראך דאס מען זעט נישט היינט אזוינס
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מ'האט זיכער געפועל'ט אלדאס גוטס

ישר כח ש"ב הרב אבראהאם פארן שיינעם באריכט, כ'האב נישט געוויסט וואס דאס געבן דעם טישל פאר אן אויסלענדישער וועט אויסמאכן...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

.
אטעטשמענטס
היסטארישער נסיעת ידידים - כא תמוז תשעה (1).pdf
(146.29 KiB) געווארן דאונלאודעד 200 מאל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הארציגען יישר כח פאר מר. אבאראאם פאר די שיינע באשרייבונג און בעיקר פאר ידידינו הרב ר' נחמן נתן הי"ו דער וואס האט דולה ומשקה געווען דעם שיינעם באריכט, תשוח"ח להם ישלם ה' שכרם הטוב.

-

די נסיעה איז באמת געווען זייער חשוב, פאר אונז חברי המורשת, נאכדעם וואס מען האט בעזר השי"ת זוכה געווען מגלה צו זיין מטמירין און מפענח צו זיין נעלמות, א בית החיים מיט איבער הונדערט טויזנט קברים, פון אלע סארטן און אין פארשידענע שפראכן, א געמיש פון ערליכע אידן, צדיקים ויראי השם, ביז ליידער פארפאלענע אידן וואס זענען גענצליך אוועקגעגאנגען פונעם ריכטיגען וועג רח"ל.

אינצווישן אזא ריזיגע בית החיים צו טרעפן א קליין ליימענעם באשיידענעם שטיין און געוואור ווערן אז אונטער איר איז באהאלטן געווארן אן אומבאוואוסטער "איש צדיק מירושלים, כל ימיו כלכל עצמו בלחם ומים, לא פסיק פומיה מגירסיה יום וליל" דאס האט געברענגט א שטארקע התרגשות און א געפיל פון סיעתא דשמיא אז די מורשת האט זוכה געווען אז בזכותם איז נתגלגל געווארן דער גרויסער זכות.

דאס האט געפירט אז בבא היום ווען עס געפאלט די יארצייט פון אט דעם אפגעפונענעם צדיק, זאלן חברי המורשת, און אנדערע אידן וואס האבן געהערט פון דעם מורא'דיגען געפונס, זאלן נעמען די טירחא דגופא וטירחא דממונא, און קומען להשתטח על קברו של אותו צדיק און צינדן א ליכטל לעילוי נשמתו, וואס אזוי ארום איז צושטאנד געקומען די נעכטיגע "נסיעת ידידים" וואס דער שרייבער האט אזוי פילפארביג פרעזענטירט און דערמאנט די גלאררייכע תקופה פון "אידישע וועלט" בתפארתה, בהלו נרם של ראשי החבורה; קרעמער, בד"ץ, ביקסאד, ר' שמחה, יאסל, מיילעך - און די אנדערע פארגייער פון די היינטיגע "מורשת".

זאל השי"ת העלפן אז די תפלות זאלן האבן געפועלט בשמי מעל, זכותו הגדול של האי צדיק, זאל מעורר זיין רחמי שמים, רחמי ד"אבא" אבני, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו אלע השפעות טובות, והימים האלו יתהפכו לנו ולכל ישראל לששון ולשמחה ולמועדים טובים, בביאת בן דוד אמן.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיללער האט געשריבן:א הארציגען יישר כח פאר מר. אבאראאם פאר די שיינע באשרייבונג און בעיקר פאר ידידינו הרב ר' נחמן נתן הי"ו דער וואס האט דולה ומשקה געווען דעם שיינעם באריכט, תשוח"ח להם ישלם ה' שכרם הטוב.
אינצווישן אזא ריזיגע בית החיים צו טרעפן א קליין ליימענעם באשיידענעם שטיין ...

טיילווייזע בילדער פונעם ביה"ח
---
אן עקסטערע דאנק פארן מנהיג מיינער הר"ר נ"נ שליט"א
אטעטשמענטס
IMG_1187.JPG
IMG_1325.JPG
IMG_1326.JPG
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

למעלה משבעים האט געשריבן:WOW איז די ווארט!
הערליך שיין באשריבן, זאלן ענק טאקע האבן גע'פועל'ט אלעס גוט'ס.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

שטארק הנאה געהאט פון דעם שיינעם רייכן באריכט. יישר כח פארן ברענגן.

זאלט איר האבן אויסגע'פועל'ט ישועות פאר גאנץ כלל ישראל. און זאל דער זכות פון טון למען די קדושים ביישטיין פאר אלע חברי מורשת.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ, פאר די הערליכע באשרייבונג!

השי"ת זאל העלעפן מ'זאל האבען געפויעלט אלעס גוטס, און דער עיקר זאל מיר שוין זוכה זיין צו יקיצו וירננו כל שוכני עפר במהרה אמן.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

נאך בילדער פונעם הר ציון תהיה פליטה
אטעטשמענטס
Mount Zion 01.jpg
Mount Zion 02.jpg
Mount Zion 03.jpg
לחיים ולברכה!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לחיים ולברכה!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עפעס נארמאלע מענטשן פון וויליאמסבורג בארא פארק זענען אויך אנוועזנד געווען? דערווייל איז אויסגערעכנט נאר אזעלכע פון סקרענטאן, בראנזוויל, סיראקיוז, אייראפע, אוקראינע, בעלארוס, אונגארן, לעיקוואד אד"ג
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

בן בוזי האט געשריבן:עפעס נארמאלע מענטשן פון וויליאמסבורג בארא פארק זענען אויך אנוועזנד געווען? דערווייל איז אויסגערעכנט נאר אזעלכע פון סקרענטאן, בראנזוויל, סיראקיוז, אייראפע, אוקראינע, בעלארוס, אונגארן, לעיקוואד אד"ג

איך מיין אז די לאקאלע גבאים (נישט קיין גאנצע) זענען אנוועזנד געווען

אזוי האב איך געליינט און דעם ארטיקל
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמע »

בן בוזי האט געשריבן:עפעס נארמאלע מענטשן פון וויליאמסבורג בארא פארק זענען אויך אנוועזנד געווען? דערווייל איז אויסגערעכנט נאר אזעלכע פון סקרענטאן, בראנזוויל, סיראקיוז, אייראפע, אוקראינע, בעלארוס, אונגארן, לעיקוואד אד"ג

אדרבה, טרעפט מיר אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק נארמאלע מענטשן, דער עולם איז משוגע צודרייט פארן צאלן די הויכע רענט פרייזן. אין די אלע אנדערע פלעצער וואו איר האט אויסגערעכענט, זענען די רענט פרייזן אסאך אסאך ביליגער
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

וויליאמסבורג בארא פארק איז אויך אין אמעריקא?
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מיללער האט געשריבן:זאל השי"ת העלפן אז די תפלות זאלן האבן געפועלט בשמי מעל, זכותו הגדול של האי צדיק, זאל מעורר זיין רחמי שמים, רחמי ד"אבא" אבני, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו אלע השפעות טובות, והימים האלו יתהפכו לנו ולכל ישראל לששון ולשמחה ולמועדים טובים, בביאת בן דוד אמן.

וינחם ה' אלקינו את "אבלי" ציון ו"אבלי" ירושלים, ויקיצו וירננו כל שוכני עפר לארצינו, אמן
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”