נאך א גאר שוואכע, אפילו געפערליכע מערץ דזשאבס באריכט (ווי שלעכט, אביסל שפעטער) איז די דזשאבס באריכט פאר אפריל איז אריינגעקומען היפש שטארק.
אין אפריל האט די אמעריקאנער עקאנאמיע צוגעלייגט 223,000 דזשאבס, אין די העכערע רעינדזש פון וויפיל עקאנאמיסטן האבן געהאט ערווארטעט (205,000-227,000) אוו היפש מער ווי די 169,000 וואס עי.די.פי. האט פאראויסגעזאגט. די אנעמפלוימענט ראטע איז ווייטער געפאלן צו 5.4% פון 5.5% לעצטע חודש, דאס בעסטע זינט מאי 2008.
די ציפערן פאר די פארגאגענע צוויי מאנאטן זענען אויך געווארן איבערגעמאכט, אבער נישט צום גוטן. די געזונטע פעברואר נומער פון 264,000 איז געווארן ארויפגעריקט א טראפקעלע צו 266,000. אבער די שוואכע מערץ ציפער וואס איז געווען באריכטעט ביי 126,000 האט געטראסקעט מיט איבער פערציג טויזנט, צו א גאר ארעמע 85,000, די ערגסטע ציפער זינט יוני 2012.
מיטן אפריל באריכט האלט אמעריקע ביים 62סטן מאנאט אין א רייע פון פריוואטע סעקטאר דזשאב וואוקס, א רעקארד.
די וועידזש פער שעה איז געשטיגן מיט א קנאפע 0.1% פון א מאנאט פריער, אדער 2.2% פון א יאר צוריק, א דורכשניטליכן וואוקס. עקאנאמיסטן האבן געהאפט אויף א 0.2% וואוקס.
די ענערגיע סעקטאר האט ווייטער געליטן פון די נידריגע אויל פרייזן (כאטש עס האט זיך שוין עטוואס צוריקגעכאפט צו בערך $60 א פעסל ארויף פון די $40 געגנט) און האט פארלוירן איבער צען טויזנט דזשאבס אין אפריל.
איינס פון די שטערקסטע אינדוסטריעס איז געווען די העלט קעיר אינדוסטריע, וואס איז געוואקסן מיט א געזונטע 42,000 דזשאבס אין אפריל, צו א סך הכל פון איבער 400,000 דזשאבס אין די לעצטע צוועלף חדשים, נאכן שטייגן בערך 200,000 אין די צוועלף חדשים פארדעם.
די מיטלגארטיגע דזשאבס וואוקס אין די פארגאגענע דריי חדשים איז געווען 194,000 פער מאנאט, א גאנץ צופרידנשטעלנע ציפער. אויב גייט מען איבערמאכן די מערץ ציפער צו איבער 100,000 דזשאבס, וועט די דורכשניט ארויפפארן צו איבער 200,00 ,פער מאנאט, א גוטן ציפער.
- פרישע דזשאבס אפריל 2015, ניו יארק טיימס.
- אנעמפלוימענט ראטע אפריל 2015, ניו יארק טיימס.
______
אין אנדערע נייעס פון אונזער קאנסערוואטיוון שכן צו צפון, האט קאנאדע 'פארלוירן' איבער ניינצן אהאלב טויזנט דזשאבס אין אפריל, די גרעסטע פארלוסט אין זיבן חדשים. עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט א פארלוסט פון א קנאפע 5,000 דזשאבס.
די אנעמפלוימענט ראטע איז געבליבן ביי 6.8%!
יאפ! אבאמאקעיר. . .