אבסטראקט זשורנאליזם

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

אבסטראקט זשורנאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

נודנע כמארע וואלקענעס פארוויקעלט ווי אין א להכעסי'דיגע אומסדר, פארפינסטערט די אומשטענדן און פארוויקעלט די געפילען, גרויע פארע וואלקענעס פארפילען האריזאנט נישט צולאזנדיג ס'פינטעלע פרישע לופט, דעדריקענד אויפן הארצן וויינט אנע שטימע ווען די טרערן קוואל איז שוין פונלאנג פארטריקענט, אפאטיש-פארארימטע געפילן צום גאנצן ארום, ווי שטומע עדות שאקלען די אנטבלויזטע ביימער מיט טרויער.
"וויי וויי פארזיגעלט די שיקזאל, פארוואגעלט די גורל צו פיין און לייד" יאווען די שווארצע רויב פויגעל מיט טייוולאנישע פרייד פונקען אין די טיפע אכזריותדיקע אויגן, אראפקוקענדיג צום אומבאהאלפענע קרבן טאנצענדיג צום טאקט פון איר צאפלנדע הארץ ריטעם, טרערן פארטריקענטע אויגן קוקן אלע וויילע צו אומעטיגע חלל מיט עכא'דיגע הארץ געשרייען, ווי ווידערקול פארקנוילט און פארוויקעלט, שטומפיגע אומזיכערע פוסטריט גייענדיג ציללאז די לעצטע וועג, וויי די טעג וויי די נעכט אומזיסט פארבראכט.
"אההאההההא" שרייט אטמאספער איר גריצלנדע שילד-קלאנג ברענגענדיג אומעט צו קלימאקס, אט פינטלען די אויגן מיט פארדעכטיגע געזאלצענע פליסיקייט, ווי גרעסער ס'ווערט, קריסטאלנע טראפן הייבן אן פליסן אומאויפהרליך פארוואנדלענדיג ווייטאג ימ'ן און ספעקטציריזם
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

שיינע ווארע
קיפ איט קאמינג
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

פארטעמפטע אומעטיג-גרויע געדעכטקייט שלענגלט זיך ארויס אינערהאלב די טונקל געקנוילטע פעדער אויסגוס, גאלד שיינענדע פינקען קריסטאליזירן בעסער די טיף באגרינדעטע דעפינאציע און אספעקט פון אבסטראקט שרייבעריי
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ליינט זיך ווי פאעזיע...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיט וואס איז דער אשכול אנדערש ווי דער פייער און וואסער אשכול?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכאורה האט געשריבן:מיט וואס איז דער אשכול אנדערש ווי דער פייער און וואסער אשכול?

נעע, צוויי אנדערע זאכען. דאס איז ריכטיג אבסטרעקט!!

#ערענסט
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך כאפ וואס דו זאגסט

אבער פארוואס איז דער ערשטע תגובה אין דעם אשכול אזוי נודנע און קאלעמוטנע, שווארץ און טונקל? דאס האט אויך מיט אבסטראקט?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכאורה האט געשריבן:איך כאפ וואס דו זאגסט

אבער פארוואס איז דער ערשטע תגובה אין דעם אשכול אזוי נודנע און קאלעמוטנע, שווארץ און טונקל? דאס האט אויך מיט אבסטראקט?

אבסטרעקט איז די געדאנק אז עס איז נישט ממש "קלאר ארויסגעזאגט\ארויסגעמאלן" נאר לאזט פלאץ פאר די "אימעדזשינעשאן" צו לויפן. קען זיין "דארק" קען זיין "לעבעדיג".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

כ'האב הנאה אז מ'האט געכאפט די געדאנק, אין די צייטשריפט פלעגט לויפן א קאלום "פריזמע" וואס איז באשטאנען פון א הויכע קאליבאר אבסטראקט זשורנאליזם.
דער עולם ווערט העפליך געלאדענט צו צולייגן אייגענע געדאנקען און אויפפאסונגען. כ'האף אי"ה צו שרייבן נאך עטליכע שורות אין א פאזאטיווע אויסבליק ווען די צייט וועט ערלויבן.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כאריזמאטיש און שעפעריש שטייט ער אנטבלויזט, געווארפען איבערן דראנג ארויס פון הויז. געיאוועט א צווייגעל צופליקט דעם בלעטעל. לאכט און לאכט, און הערט נישט אויף.
רייטען אויף פערד זיין הארץ באכעט. זינג א לידעל פון אלטן אמאל. דערקענט פון ווייטענס א קאץ מיט א מייזל געפעכט'ן. צוגייט אין א הארמאנישען חזנות שטיקלעך געקליבן פון פאלקס לידער.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

יאמערנדע ווינט כוואליעס דערהערן זיך פונעם טיפן האריזאנט פארשרייענדיג דעם אומעטיגן טאקט פון די שאקלנדע צווייגן און וויברערינדע בלעטער, הויך מאנסטערישע ביימער ווארפן זייער שרעק אנפאלנדע שאטן אויפן זייטיגן ארום, א מיסטריעזע ווידעראפקלאנג קלאפט זיך אן אינעם פינסטערן נאכט און שאקלט אויף די מענטשליכע גייסט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

לכאורה האט געשריבן:איך כאפ וואס דו זאגסט

אבער פארוואס איז דער ערשטע תגובה אין דעם אשכול אזוי נודנע און קאלעמוטנע, שווארץ און טונקל? דאס האט אויך מיט אבסטראקט?

א ארטיסט האט מיר אצאל פרובירט מסביר צו זיין אז ביי אבסטראקט מאלערייען, קען מען זעהן דעם מעלערס מאד און געפילן,
קוקט אויס אז ביי אבסטראקט שרייבעריי, דארף מען גארנישט 'זעהן', ס'שרייט הויעך
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

מיט רעכט זי זאגט, קאלעמוטנע אויפן געוויסן געווען, א לאנגע שווערע טאג געהאט, אנשטאט אויסבלאזן אין שטוב צווישן די אייגענע האט אייוועלט מיר צוגעשטעלט א פרייע פלאפארמע און אינאיינוועגס בארייכערט די שטיבאלע מיט אן אייגנארטיגע אשכול.

ישר כח דיר, אייוועלט.
פאר קריטיק דריקט דא
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

ווי וואטע אויסגעלייט שניי ווייסע איינצלנע וואלקענעס איבער העל בלוי הימל, שיינען די זון שטראלן אין גרין-גראז טעפיך זי טונקט, שמעקן די ווירבלנדע רויזן אין געשמאקע אטמטספערע.

פול ווארפנדע קאליר פלאטערל שפרינגט אין עקסטאז הין-צוריק געטאנץ פייפנדיג הארמאניש צו ווינט ריטעם, אינדערזייט זשומעט פליענדע בין מיט נעקטער איבער די לעפצן פירנדיג פליסיקייט פון בלאט צו בלאט דערהייבן ג-ט'ס יצירה פונאנדערצושפרייטן געוואוקס באקטעריע צו אלעמען און אלץ.

מורכב'דיג פארבלאסט בלוי-גרין טייבעלע שיינט אין גילו ברעדהניקע אונאומעט לויפנדיג אלע וויילע צו טריט נאכיאגנדע מטרה'לאזע חן געיעג, פארמאטערט זי פאלט צו זייט, שמייכל איבערלאזטנישט שפתותיהדיקע חן גריבלאך.
מאאזיעשע ביימער געוועב פארקנוילט רייכט אומפארקנעכטעט צווייג געווירבל צו תמידיקע לופט כוואליעס פארמנדיג היימיש כמו זשעט סטריע"ם צו איר לאקאלע וועזן.

דא דארט זינגט מחנה זיס צענערליגן זארגלאזע געזאנגען אין פרייד, אט בשבילי-נברא-העולם'דיגע געפיל צעשפריייט אומגעגנט, קייכן געלעכטער קנוילן שטורעמט פרייד אויסגוס אינגע געזעלשאפט ערפולט לעבהאפט אין געבענטשטע נאטור.

הערבסט בלעטער פאראייניגן אוואו פרידנס צייטן פרילינג קענען געלערנט שלו' סומאטאכע.
פאר קריטיק דריקט דא
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

ווינטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

קעלט נעמט ארום צו די גלידער טיפענישן, אפגעסמאליעטע ביינער קוים עקזעסטירנדע חיות אין פארטריקענטע ביין-פלייש עלעמנט, פינסטערניש פארנעמט מאיאראטעט פון צייט צירקע פארוואנדלנדיג לאנגע נעכט צו ענדלאזע קייט פון חשכות.
אין רוחניות׳דיגע זין א ווארעמקייט צוגיסט, פון פריע פארטאגס שטונדן אין שטאק פינסטערניש לויפט צענערליגן מיט פון-מקוה-פארפרוינע פיאות וויגן ביי די זייטן.
אייז קאלטע לופט נידערט טעמפרוטאר אלע וויילע, שני ברעקאלעך הויפענען אין גרויסע און אין גרעסערע הויפענס ווירבלענדיג ריטעמיש צום טאקט, דערפרישענדע לופט שיקט אפ אלע באצילען צום אייביגן רוה.
פאר קריטיק דריקט דא
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

כמארענדיג און אומעטיג ער שפינט און שפינט, שלעפן די וואלקענס צו איר אייביקען אומזיין, די ערהויבענקייט געפלאצט און איבערגלאזט לערע קנויל פון גרויזאמע חלל צו אינערליכע פוסטקייט
שפאנען די צוויי קלעצער ווי אין ראבאטישע גאנג, ריטעםווייז ערהייבט די רעכטע און איר שכן פאלגט נאך אנע אויסוועג, ווי ביבער אין נעץ זי וויינט צו אייביגע ליידיגקייט און פארשוואונדט צו תוהו ובהו
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

איך ווייס נישט וואס כ'ליין אבער סליינט זיך געשמאק...
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דאס מיינט טאקע אבסטראקט דזשורנאליזם
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אבסטראקט זשורנאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

געדעכטע וואלקענעס פארכאפן דעם בלאסן שיין,
א נשמה אויבן באקריגט דעם לעצטן עליי',
גרויס און קליין דרייען שווארץ געשטריקטע פעדעמער,
וויכוחים איבערן געבורט טוען געשאפן ווערן,
דער קומענדיגע שריט טוהט געשלאסן ווערן דורכן אלס-ווייסער,
פלאסטישע צעטלעך ווערן פונאנדערגעשיידט פונעם דעזיגנירטן העלצעל,
די באטייליגטע ביים וויכוח שפאנען ארויס מיט זיכערע טריט,
געבענדיג דעם האנט פארן שומר פונעם בנין,
ארויסגייענדיג הערט זיך א קרעכץ פון יענקל א פארלוירענער,
הערנדיג דעם קרעכטץ האבן די אנוועזנדע ארומגעשפרייזט דעם בנין,
שעפשענדיג פסוקי תהלים, די אויגן געוואנדן אויף ארויף, מיט האפענונג צו לעזן די מצב,
מיטאמאל דערהערט מען א פריידיגע אויסשריי,
מען האט געפונען דאס געזוכטע פון די באהעלטענישן,
זארגנדע מינעס זענען געצייכנט געווארן מיט פריידיגע קנייטשן,
און אויפן האפענונגס 'שיין' האט מען איהם מקדש געווען,
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אבסטראקט זשורנאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מאסיווער אשכול דאס!

איך גלייך עס!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אבסטראקט זשורנאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

דא האט איר א מהלך וויאזוי צו ערציייגן אבסטראקט זשורנאליזם דורך דעם מייסטער שרייבער @נשמה

viewtopic.php?f=3&t=43048#p3092713
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אבסטראקט זשורנאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

באצויבערנד אנדערש, יעדער א חידוש, געבוירן צוזאמען יעדערער זיין וועג גייט, קומען זיך צוזאם, לויפן אוועק. אז דו ביזסט לאנג בין איך קורץ, אז דו ביזסט שפיציג בין איך רינדיג. צוזאמען לויפן מיר שפרינגען מיר אין קאלטן אטמאספערע, קיין גליד מיר ברענגען נישט צוזאם, מיינע מיט דיינע ווי מאגנאטן אוועק שפרינגען זיי. ביז מיר טוען דערשנאפן די גראזעלע פריינט, דא רוען מיר צוזאמען ווי איינס.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”