כינוס פאר בחורים - ובחרת בחיים

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

כינוס פאר בחורים - ובחרת בחיים

תגובהדורך אלץ ווייזער » מיטוואך יוני 10, 2015 10:42 am

עס קומט אריין די פרישע נייעס!
לויט וויאזוי עס הייסט יעצט וועט בקרוב פארקומען א כינוס פאר בחורי חמד, איבער די שעדליכקייט פון טעכנעלאגיע,
עס ווערט גערופן מיטן נאמען "ובחרת בחיים" ווי עס וועט זיך צוזאם קומען טויזענטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן און ווי מען וועט הערן דעם דבר השם וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די היינטיגע מגיפה פון די כלים,

****
עס איז מיר באמת געווען א ווינדער אז איי וועלט האט נאכנישט געהאט קיין אשכול דערפון,
דעריבער בעטן מיר די וואס ווייסן מער עס צו מעלדן דא, א דאנק
לעצט פאראכטן דורך אלץ ווייזער אום מיטוואך יוני 10, 2015 10:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך יוני 10, 2015 10:47 am

ס'גייט בעז"ה פארקומען מארגן נאכמיטג אין Rockland Boulders Stadium אין מאנסי אומגעגנט.
פאר קריטיק דריקט דא

וואס עפעס
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 3:59 pm

תגובהדורך וואס עפעס » מיטוואך יוני 10, 2015 11:18 am

גייט עס אויך זיין פאר ישב"ק בחורים???

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יוני 10, 2015 11:38 am

וואס עפעס האט געשריבן:גייט עס אויך זיין פאר ישב"ק בחורים???

קוקט אויס אז סאיז דיר פערזענדליך שטארק נוגע
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מיטוואך יוני 10, 2015 11:46 am

יעצט גייט זיך נאכאמאל אנהייבן, איינער גייט יא, איינער גייט נישט...
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 10, 2015 11:52 am

קאווע באנדל האט געשריבן:יעצט גייט זיך נאכאמאל אנהייבן, איינער גייט יא, איינער גייט נישט...

ס'האט זיך שוין לאנג אנגעהויבן, מ'ארבעט שוין דערויף זייט פסח, מ'ווייסט שוין מי ומי ההולכים, פארדעם קען מען עס מאכן פון איין טאג אויפן צווייטן, מ'דארף נישט פראפאגאנדע, די ישיבות שיקן און שוין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » מיטוואך יוני 10, 2015 11:56 am

נו לאמיר הערן אביסל מער,
ווער אלץ גייט?

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מיטוואך יוני 10, 2015 12:06 pm

וואס פארא שאלה? מען גייט נישט רעדן קיין ענגליש ח״ו און אויס מיטן שאלה פון יא גיין אדער נישט גיין

#תורהדיגגעטראכט

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך יוני 10, 2015 12:17 pm

טיפיקעל האט געשריבן:וואס פארא שאלה? מען גייט נישט רעדן קיין ענגליש ח״ו און אויס מיטן שאלה פון יא גיין אדער נישט גיין

#תורהדיגגעטראכט


וואס איז דער חיזוק אז בחורים פון בעלזא, וויזניץ, לעיקוואוד און סאטמאר און בני יואל גייען אינאיינעם צו אן אסיפה. וואס קען נישט וויזניץ אדער ראכמיסטריווקא אליין טון?

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » מיטוואך יוני 10, 2015 12:20 pm

און צוריק צו די אלטע מיליאן דאללער פראגע:
פארוואס דארף בעלזא שיקן בחורים ווען עטליכע עסקנים (אדער אפילו רבנים וואס האבן נישט קיין ישיבות אונטער זייער נשיאות) באשליסן צו שרייען שמע ישראל אין ראקלענד סטעדיום???

די זעלבע פראגע איז אויף אנדערע.

פארוואס אין דער וועלט זאל באבוב (סיי וועלכע) פארמאכן זיין ישיבה ווייל געוויסע פערזענליכקייטן ווילן יעצט פראווען דעם כינוס יארצייט?

איז דאס אמאל געווען אין די וועלטס היסטאריע אזא ערשיינונג???
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך יוני 10, 2015 12:37 pm

ישמחו האט געשריבן:און צוריק צו די אלטע מיליאן דאללער פראגע:
פארוואס דארף בעלזא שיקן בחורים ווען עטליכע עסקנים (אדער אפילו רבנים וואס האבן נישט קיין ישיבות אונטער זייער נשיאות) באשליסן צו שרייען שמע ישראל אין ראקלענד סטעדיום???

די זעלבע פראגע איז אויף אנדערע.

פארוואס אין דער וועלט זאל באבוב (סיי וועלכע) פארמאכן זיין ישיבה ווייל געוויסע פערזענליכקייטן ווילן יעצט פראווען דעם כינוס יארצייט?

איז דאס אמאל געווען אין די וועלטס היסטאריע אזא ערשיינונג???

אלא מאי?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יוני 10, 2015 12:44 pm

ישמחו האט געשריבן:און צוריק צו די אלטע מיליאן דאללער פראגע:
פארוואס דארף בעלזא שיקן בחורים ווען עטליכע עסקנים (אדער אפילו רבנים וואס האבן נישט קיין ישיבות אונטער זייער נשיאות) באשליסן צו שרייען שמע ישראל אין ראקלענד סטעדיום???

די זעלבע פראגע איז אויף אנדערע.

פארוואס אין דער וועלט זאל באבוב (סיי וועלכע) פארמאכן זיין ישיבה ווייל געוויסע פערזענליכקייטן ווילן יעצט פראווען דעם כינוס יארצייט?

איז דאס אמאל געווען אין די וועלטס היסטאריע אזא ערשיינונג???

זיי דארפן נישט, זיי שיקן נאר אויב זיי ווילן.

ביטע די שטותים האט מען שוין אויסגעקייעט ביי די פריעדיגע כינוסים, פעלט נישט אויס נאכאמאל


#זיראו טאלעראנץ
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » מיטוואך יוני 10, 2015 12:51 pm

פארוואס שטותים????

איך טראסט עפעס נישט מיין זון'ס ראש ישיבה אים צו מחנך זיין גענוי ווי מיין גייסט אין שטוב??

מיין זון איז א כלי מפואר, ווייסט פונקט וויפיל ער מעג און דארף, און איך ווייס קלאר אז זיין ראש ישיבה איז קעגן אזא כינוס, נאר ער דארף שיקן זיינע בחורים בלויז ווייל "יעדער" שיקט, ווייל "מ'האט" באשלאסן צו מאכן א כינוס.

זאג נאר, יעדע דריטן חודש איז מיין זון'ס ישיבה אין א קריזיס פון גשמיות. קען מען זיך אויך ווענדן צו די "כלל ישראל - ובחרת בחיים" פארזארגער? אדער זיי זענען בלויז דא פאר בילדער אין סטעדיומ'ס??

מאך נישט קיין טעות, מיין זון גייט גיין, ווייל זיין ישיבה הייסט גיין און זיין חסידות גייט, אבער איך שרייב פון ווייטאג, ווייל סיי לויט מיין מיינונג, און סיי לויט זיין ראש ישיבה'ס קלארע מיינונג, באלאנגט ער נישט צו גיין.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מיטוואך יוני 10, 2015 1:00 pm

דיין זון איז טאקע א כלי מפואר אבער פון ווי ווייסטו אויב די דרשות וועלן אים נישט צוניצקימען יארן ארים אין אפיס
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יוני 10, 2015 1:04 pm

ישמחו האט געשריבן:פארוואס שטותים????

איך טראסט עפעס נישט מיין זון'ס ראש ישיבה אים צו מחנך זיין גענוי ווי מיין גייסט אין שטוב??

מיין זון איז א כלי מפואר, ווייסט פונקט וויפיל ער מעג און דארף, און איך ווייס קלאר אז זיין ראש ישיבה איז קעגן אזא כינוס, נאר ער דארף שיקן זיינע בחורים בלויז ווייל "יעדער" שיקט, ווייל "מ'האט" באשלאסן צו מאכן א כינוס.

זאג נאר, יעדע דריטן חודש איז מיין זון'ס ישיבה אין א קריזיס פון גשמיות. קען מען זיך אויך ווענדן צו די "כלל ישראל - ובחרת בחיים" פארזארגער? אדער זיי זענען בלויז דא פאר בילדער אין סטעדיומ'ס??

מאך נישט קיין טעות, מיין זון גייט גיין, ווייל זיין ישיבה הייסט גיין און זיין חסידות גייט, אבער איך שרייב פון ווייטאג, ווייל סיי לויט מיין מיינונג, און סיי לויט זיין ראש ישיבה'ס קלארע מיינונג, באלאנגט ער נישט צו גיין.

רוף אן דיין ראש ישיבה און האלט אים פאר פארוואס ער טוט א זאך אקעגן זיין אייגענע ווילן און מיינונג.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מיטוואך יוני 10, 2015 1:13 pm

אויב איך מעג פרעגן וועלכע חסידות גייט נישט?

ראלי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 12, 2015 5:46 pm
לאקאציע: בלומינגבורג

תגובהדורך ראלי » מיטוואך יוני 10, 2015 1:15 pm

?איינער ווייסט צו קווינס ישיבה גייט צו דעם כינוס
כווייס שוין סאך פאר דיר

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מיטוואך יוני 10, 2015 1:15 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:פארוואס שטותים????

איך טראסט עפעס נישט מיין זון'ס ראש ישיבה אים צו מחנך זיין גענוי ווי מיין גייסט אין שטוב??

מיין זון איז א כלי מפואר, ווייסט פונקט וויפיל ער מעג און דארף, און איך ווייס קלאר אז זיין ראש ישיבה איז קעגן אזא כינוס, נאר ער דארף שיקן זיינע בחורים בלויז ווייל "יעדער" שיקט, ווייל "מ'האט" באשלאסן צו מאכן א כינוס.

זאג נאר, יעדע דריטן חודש איז מיין זון'ס ישיבה אין א קריזיס פון גשמיות. קען מען זיך אויך ווענדן צו די "כלל ישראל - ובחרת בחיים" פארזארגער? אדער זיי זענען בלויז דא פאר בילדער אין סטעדיומ'ס??

מאך נישט קיין טעות, מיין זון גייט גיין, ווייל זיין ישיבה הייסט גיין און זיין חסידות גייט, אבער איך שרייב פון ווייטאג, ווייל סיי לויט מיין מיינונג, און סיי לויט זיין ראש ישיבה'ס קלארע מיינונג, באלאנגט ער נישט צו גיין.

רוף אן דיין ראש ישיבה און האלט אים פאר פארוואס ער טוט א זאך אקעגן זיין אייגענע ווילן און מיינונג.

גוט געפרעגט,
יא יא, ער קען זיך נישט קעגען שטעלן פעסט מיט זיין מיינונג מיט וואס ריפט ער זיך ראש ישיבה? ווי אזוי טראסטו אים מיט דיין זין?
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך יוני 10, 2015 1:27 pm

קאווע באנדל האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:פארוואס שטותים????

איך טראסט עפעס נישט מיין זון'ס ראש ישיבה אים צו מחנך זיין גענוי ווי מיין גייסט אין שטוב??

מיין זון איז א כלי מפואר, ווייסט פונקט וויפיל ער מעג און דארף, און איך ווייס קלאר אז זיין ראש ישיבה איז קעגן אזא כינוס, נאר ער דארף שיקן זיינע בחורים בלויז ווייל "יעדער" שיקט, ווייל "מ'האט" באשלאסן צו מאכן א כינוס.

זאג נאר, יעדע דריטן חודש איז מיין זון'ס ישיבה אין א קריזיס פון גשמיות. קען מען זיך אויך ווענדן צו די "כלל ישראל - ובחרת בחיים" פארזארגער? אדער זיי זענען בלויז דא פאר בילדער אין סטעדיומ'ס??

מאך נישט קיין טעות, מיין זון גייט גיין, ווייל זיין ישיבה הייסט גיין און זיין חסידות גייט, אבער איך שרייב פון ווייטאג, ווייל סיי לויט מיין מיינונג, און סיי לויט זיין ראש ישיבה'ס קלארע מיינונג, באלאנגט ער נישט צו גיין.

רוף אן דיין ראש ישיבה און האלט אים פאר פארוואס ער טוט א זאך אקעגן זיין אייגענע ווילן און מיינונג.

גוט געפרעגט,
יא יא, ער קען זיך נישט קעגען שטעלן פעסט מיט זיין מיינונג מיט וואס ריפט ער זיך ראש ישיבה? ווי אזוי טראסטו אים מיט דיין זין?


א זאך וואס איז נישט קיין סכנה אדער א עוון פלילי, מיינט נאך נישט אז ס'איז נארמאל.
שובבים תורות איז נישט אזא וויכטיגע זאך פאר בחורים צו הערן, איז דען אמאל איינגעפאלן צו מאכן א כינוס פון "אלע בחורים" איבער שובבי"ם?

3 יאר צוריק איז די טעמע געווען פריש, און נישט יעדער האט מיטגעהאלטן די "SPEED" און דעם שרעקליכן גאלאפ פון די אינטערנעט און סמארט-פאונס, און קיין איינציגע אפראוואד פילטער איז נאכנישט געווען - אבער היינט איז הימל און ערד.

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » מיטוואך יוני 10, 2015 2:58 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
ישמחו האט געשריבן:פארוואס שטותים????

איך טראסט עפעס נישט מיין זון'ס ראש ישיבה אים צו מחנך זיין גענוי ווי מיין גייסט אין שטוב??

מיין זון איז א כלי מפואר, ווייסט פונקט וויפיל ער מעג און דארף, און איך ווייס קלאר אז זיין ראש ישיבה איז קעגן אזא כינוס, נאר ער דארף שיקן זיינע בחורים בלויז ווייל "יעדער" שיקט, ווייל "מ'האט" באשלאסן צו מאכן א כינוס.

זאג נאר, יעדע דריטן חודש איז מיין זון'ס ישיבה אין א קריזיס פון גשמיות. קען מען זיך אויך ווענדן צו די "כלל ישראל - ובחרת בחיים" פארזארגער? אדער זיי זענען בלויז דא פאר בילדער אין סטעדיומ'ס??

מאך נישט קיין טעות, מיין זון גייט גיין, ווייל זיין ישיבה הייסט גיין און זיין חסידות גייט, אבער איך שרייב פון ווייטאג, ווייל סיי לויט מיין מיינונג, און סיי לויט זיין ראש ישיבה'ס קלארע מיינונג, באלאנגט ער נישט צו גיין.

רוף אן דיין ראש ישיבה און האלט אים פאר פארוואס ער טוט א זאך אקעגן זיין אייגענע ווילן און מיינונג.

זייער פשוט.
ער האט נישט דעם קוראזש וואס מהר"א מסאטמאר און אדמו"ר מבאבוב האבן געהאט צוויי יאר צוריק, צו זאגן און טוהן וואס זיי האלטן אמת'דיג, אפילו קול מבשר און "אלע" צייטונגען, "יעדער" און "יעדער" איז געגאנגען.
(גיי נישט יעצט אריין אין דיסקושענס אויב זיי זענען געווען גערעכט אדער נישט, כ'רעד פונעם פאקט).

יא, נישט יעדער קען זיך קריגן מיט די גאס.

לאמיך מאכן א ביישפיל, ווען אדמו"ר מסקולען און אדמו"ר מוויען באשליסן פאר צען יאר צוריק צו מאכן א כינוס כלל ישראל פאר בחורים איבער גיין צו חתונות, און הגאון רבי אליעזר געלדצעהלער ז"ל האלט פונקט פארקערט לתועלת הבחורים, איז נארמאל צו באצווינגען "זיין" מיינונג וויאזוי צו פירן "זיין" ישיבה, דורך נעמען אלע בחורי ניו יארק רבתי אין א סטעדיום???

פירן א ישיבה מיט בחורים איז א אומנות, נישט יעדער קען דאס און נישט יעדער איז מצליח, אבער די וועלכע האבן די שליסלען דערצו האבן די פולסטע רעכט צו באשליסן וואס ס'איז דער תועלת פון זיינע תלמידים, און מ'קען אים נישט באצווינגען דורך אנדערע וועמען די השגחה עליונה האט נישט אריינגעלייגט אין דעם סוג, צי זיי האבן בכלל נישט קיין ישיבות, אדער זיי מוטשען זיך יעדן זמן פון פריש צו "סורווייווען" מיט א מספר מצומצם פון תלמידים, וד"ל.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 10, 2015 3:08 pm

מיין מיינונג....
אז אזא סארט 'כיונס' זאל האבן אן עפעקט, דארף דאס פאסירן נאר איינמאל אין דריי שמיטות, אויב ווערט עס א אפטע ערשיינונג, פארלירט עס די השפעה, אזוי ווי א קול קורא פון רבנים, וואס טראגט היינט א קנאפע ווערט....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Burach_Nussen, dont care, Google [Bot], א גוטן, איד_איד, בעל דמיון, בשבילי נברא, יאנקעל פעדראטשיק, רעסטאראנט און 51 געסט