א שמוציגע מקוה - - - א צענט'ער צו מנין

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

א שמוציגע מקוה - - - א צענט'ער צו מנין

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מאי 20, 2015 12:37 pm

יעה, די האק מיט'ן קעפל!
 
הערט א געשיכטע פון יארע תשע"ה, אדער ווי זי איז באוויסט אין די שיכטען און קרייזען אלס 'יארע תש15' א שטיק צייט צוריק.
לאחרונה האבן מיר איינגעהאנדעלט 24 קלענערע גלעזערנע 'שאט קאפס' ‏צו ניצען אויף שמחות אי"ה אין וואס די משתתפים זאלן קענען אנגיסן די משקה המשכר מיט א שיעור '2 אונסין'...

נו, ברויך מען דאך טובל'ן די קאפ'סעס. וואס טיט מען?
נאך מאלטיפעל טרייאוטס און גורלות און כוללי חצות'ס און עין הארע'ס איז געפאלן די פליכט אויף מיר משום כמה סיבות. מעינלי, אלס האסבענד. און סעקאנדערי צוליב א היקש מיט א מה מצינו אלס די טייטש וואס די נשים לערנען אריין אינעם "כי כבד אכבדך" (דער וואס איז מכובד וועל איך מכבד זיין‏ - פירוש עמק על השא"ס). ועל כלם מיט א 'קם ליה בדרבה מיניה'... והמבין יכין ויכין את boyעז... וד"ל וק"ל ואכמ"ל בשכמל"ו... זאצקאלאלאל"א.

הכלל, 15 מינוט פאר מיין קביעות'דיגע מנין מעריב שטעלט זיך האב איך זיך געגרייט צו פארלאזן ס'שטוב. כ'האב מיך צורעכט געמאכט ס'אנצוג, אנגעטוען ס'‏קאפעלוטש, צאמגענומען די פייקעס, און היידא. כ'ווען מיינע טריט צום שול'כל אין מיין געגענט מיטשלעפענדיג 2 וואל-מארט באגאזשען מיט 12 קאפ'סעס פער באגאזש, צוטיילט און סעטס פער 6 (דהיינו, יעדע 6 גלעזלעך ליגט אין איין באקסעל. 24 גלעזלעך = 4 באקס'לעך. 2 באקס'לעך פער זעקל).

אנקומענדיג אין ס'מעדריש שפאן איך צו צים אינטערשטען פאליש, דארט איז דא א טיר אריין צום 'מקוה אפערעשאן צימער'. ס'געפינט זיך דארט די גרויסע בוילערס וואס הייצן די מקוה - וואס ברענגט ארויס די אינערליכע ווארעמקייט פון א יוד ווען מען ווייקט זיך פאר'ן דאווענען אין א פיינע הייסע/ווארעמע מקוה. אויך די דרייערס וואס טריקענען די נאסע - אומגעוואשענע - האנטוכער און די פרישע לעכער. און אויך איז דארט פארהאנען א השקה בור מיט מי גשמים. און יא! די פעימעס 'ראבערנע / פימבזען האלץ שטאפער' איז אויך דארט! יעה! קאנגראטולעשאנס!.

נו, מ'‏צורעכט זיך ס'רעקל. מ'מאכט שיף ס'קאפעלוטש אז די ביסל לופט וואס איז נאך פארהאן אינעם שטיקיגען צימער זאל קענען גרינגערהייט לאנדען אויפ'ן מצח און אביסעל אפקילען די שוויץ וואס זאמעלט זיך דארט אן אלס רעזולטאהט פון די בעפארשטייענדע עבודות הפרך.

מיט פארזיכטיגקייט שטעלט מען די ערשטע טריט אויפ'ן דינעם העלצעל וואס טיילט אפ צווישען מיר און די פייכט-נאסע-ווערעמע-דעמפיגע וואסער אינעם מי גשמים בור. כ'מאך זיכער אז ס'איז געניג פעסט מיר צי האלטן דערויף. יא, ס'קוקט אויס זיכער. 

פארזיכטיגערהייט שטעל איך אראפ די צווייטע פוס אויפ'ן האלץ. כ'מאך זיכער אז איך שטיי פעסט... יא... אלעס קוקט אויס אין בעסטען ארדענונג... מ'קען זיך נעמען צי די עבודה.

כ'בייג מיך אראפ אויף איין פוס. כ'הייב אן אויפמאכן ס'ערשטע באקסל גלעזלעך. כ'לייג זיי אויס אין א רייע. און כ'הייב אן טובל זיין איינס - ביי - איינס. 

א טינק. א ברענג ארויס העכער'ן אויבער פלאך אריינצוכאפן א אטעם. ווידער א טינק, און ווידער א ברענג ארויף צום אויבערפלאך פאר א אטעם. און א דריטע טינק. און ארויס אינדרויסען אויף א דערנעבענדיגען האלץ מיט'ן קאפ אראפ אז ס'וואסער זאל ארויסרינען דורך 'גרעוועטי'...

אזוי האט מען געמאכט איינס... צוויי... דריי... פיר...

(פעסט פארווארד...)

11... און 12.
פיין! גענדיגט די ערשטע הקפה פון 2 שאכטלעך גלעז'ער. 
כ'פארפאק זיי צוריק אינעם שאכטעל. און כ'לייג ז'יי צוריק אינעם זעקל. כ'שטעל אוועק דעם זעקל אויף די זייט און כ'נעם אפיר די צווייטע זעקל מיט די צווייטע סעט שאכטלעך גלעז'ער.

כמעשי בראשון כך מעשי בשניה. כ'נעם אפיר ס'ערשטע, כ'טינק. כ'הייב. כ'טינק ווידער. כ'הייב. כ'טינק... וחוזר חלילה וחלילה וחס איינס און נאכאיינס און נאכאיינס... 

געמיינט האב איך אז ס'וועט נישט נעמען מער ווי 5 מינוט, דערווייל יושב בשמים ישחק! (ביג טיים!).

ביים זעקסטען גלעזעל האב איך משום איזה סיבה 'אפגעשאקעלט' דעם גלאז, און...

נו, לאמיך זעהן צו איר קענט ציטרעפען וואס ס'פאסירט ווען מען שאקעלט א גלאז העכער א השקה בור און אלעס ארום איז צידריקט און פארשוויצט מיט א דאמפ פון טריקענע קעמיקעלס מיט האנטוכער גערוכ'ן פאר'משזר'ט און געפלאכטן.. הא? איר ווייסט וואס ס'פאסירט?! 

אט אזוי! גוט געזאגט! יא יא, ס'גלאז האט געזאגט 'אנא בעי למהוי קדם מלכא... די אויבערשטע וואסער (פון די גלאז) און די אינטערשטע וואסער (פונעם בור) האבן זיך נישט געוואלט שיידן... לא נתנשי מנך ‏ולא תתנשי מנן... אזוי האבן זיי זיך ארומגעריסען אנדעם וואס איך זאל בכלל קענען האבן א מיינונג דערין. ביז "עת" אשר יגור-נו בא... די אינטערשטע וואסערן האבן צום געזיגט און מיט די באקאנטע טראמאזירענדע "פלופ - פלופ - פלופפ! געזאנג" האבן זיי צוריק אראפגעשלעפט דעם גלאז אריין אינעם בור. אראפ ביז דיכדיכוי של נפש... "צללו כאבן במים גשמים"... מים רבים לא יכלו לכפות את 'הו-אהא-וואף!' וואס האט זיך דאן ארויסגעריסען מיט שטומעניש פון די מוח קעמערלעך באטראכטענדיג די סיטואציע... (כ'האב שוין כמעט געהאט קולמע אויף די ליין, כ'האב אבער נישט געטראפען ווער ס'זאל מיך אינטערוויוען על אתר... נעבעך... נישטאמאל האט איינער געקענט הנאה האבן פונעם ספעקטעקאל... איי...)

נאכ'ן קומען צוזיך פונעם טראגישען קלאפ האבן מיר זיך ב"ה געקענט צוזאמקלויבען די "מחשבות" און טראכטען "וויאזוי? - פון וואו? - מיט וואס?" ברענגט מען צוריק דעם ושמח נפשינו בישועתך.

א שנעלע בליק איבער'ן שלאכטפעלד האט אונז געוויזען אז ס'איז אנוועזענד א אלטע צובראכענע און צעריסענע נעץ (נעט) וואס האט שוין ווארשיינליך געזעהן פיל בעסערע זמנים ווי דאס וואס ס'גייט יעצט בייוואוינען. 

מיט גרויס געניטקייט האבן מיר אפירגענומען דעם נעץ, אכטונג גיבענדיג יעדע ריר אז איינע פון די צענדליגע אנגעלייגעכצער אין די ארומ-געגענט זאל זיך נישט מיטכאפן מיט'ן לאנגען שטעקן פונעם נץ החמה... 

אדהכי האבן מיר אנגעצינדען די פלעשלייט אויפ'ן פלפון, און אפירגעזוכט דעם גלאז אינעם שמוציגען בור. 

ענדליך מ'האמיר וועריפייד אז מ'זעה מיר ס'גלאז. מען קען אנהייבען מיט די אפערעשאן ארויסצונעמען די מינע גרעבער פון די טשילע וואסערען...

מיט גרויס געניטקייט ווי א שלימזל וואס האט שוין מערערע עקספיריענס אין אזאנע פעלער האב איך קאנטראלירט דעם האלב צוקאליטשטען נעץ אינעם בור ביז איך האב באוויזען צי אריינכאפן דעם גלאז אינעם נעץ אריין.‏ אריין אינעם נעץ! איך הייב שטייטלעך אן ארויפברענגען דעם גלאז ביים וואנט פונעם בור, זיכערמאכענדיג יעדע רגע אז די חרוב'ע נעץ בייגט זיך נישט די פארקערטע ריכטונג אויסגיסענדיג דערביי די אינהאלט - וואס ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז עס מיין גלאז....

ענדליך כ'האב עס באוויזען! יגעת ומצאת תאמין זאגן אונז חכמינו ז"ל... ממש אזוי איז געווען דא די ענין! מ'האמיר ערהאלטן צוריק דעם גלאז!

מיט א דערלייכטערטען געמיט‏ גראד איך זיך אויס די רוקן, כ'באטראכט מיט הנאה דעם קליין גלעזל וואס האט באוויזען ברוב תמימותה צי בייגען דעם קעמל פונעם רוקן (#וואטעווער). כ'בייג מיך איין עס צו פלאצירען נעבן אירע געשוויסטער גלעזלעך...

און דאן. . . . 

. . . . ‏"די באקאנטע טראמא-זירענדע "פלופ - פלופ - פלופפ!יי געזאנג‏ הערט זיך ווידעראמאל.... 

כ'קוק ארום... כ'זוך רעכטס. לינקס. פארענט. הינטע.... אופס... יאפ, דא זעה איך ווי ס'פעלט א אנדערע גלעזעל... וואס איז? גארנישט ספעציעל. נאר ביים זיך בייגען צו פארפאקן די געראטעוועטע גלאז האט מיין רעקל - ווי אפגגעשמועסט מיט'ן שר הליצנות - געגעבן אזא ש'מיר-נישט-דיר-ניש שטיפ א צווייט גלעזעל, אריין אינעם בור אריין... אודך/עודך כי עניתני...

נו, א יוד איז זיך נישט מייאש אזוי שנעל... והעיקר שלא לפחד כלל!  

גלייך איז מיר ארויפגעקומען אין געדאנק "א רגע!! ס'איז דאך נישט קיין צופאל אז ס'זאל פאלן גלעזלעך אין בור אריין סתם אין די וועלט אריין אן קיין שום סיבה. ס'איז זיכער אז עפעס א השגחה פרטיות ווערט דא אקטיוויזירט". 

כ'האב שוין געוואלט לאזן דעם גלאז אינטען אינעם בור, אין פאל אז פון הימל וויל מען נישט אז כ'זאל 24 גלעזלעך, און אז איך גיי מיך עקשנ'ן און ארויסנעמען די גלאז וועט ווארשיינליך אריינפאלן א אנדערע גלעזעל, נו - האב איך געטראכט מיט מיין פארשלאפען מוח - ציוואס פעלט מיר אויס די איבערשפיל פון די פארשוויצטע מערכה?! כ'לאז דארט דעם גלעזל און פטור א נ'ייסעק...

אבער מצד שני נראתה לו דמות דיוקנה של אבינו יעקב וואס איז צוריקגעגאנגען פאר פכים קטנים (ממש ענליך צו אונזער פאל... קליינע קריגעלעך אויף די אנדערע זייט טייך ווס. קליינע גלעזלעך אויף די אנדערע זייט בור...). און כ'האב באשלאסן אז איך גיי ארויסנעמען די גלאז און אז דער אייבערשטער וויל נישט אז כ'זאל האבן 24 און ער וועט אריינווארפן א צווייטס וועל איך עס דארט לאזן... אבער אויב קומט עס ארויס גאנץ דאן איז עס א סימן אז עפעס אנדערש קומט דא פאר.

נו, עומד ושוטה, געטראכט און געטיפש'ט... כ'נעם אפיר דעם נעץ צום צווייטען מאל, וכמעשי בראשונה כך מעשי בשניה. מ'זוך מיר אפיר מיט'ן פלעשלייט דעם גלאז און מ'ריקט אריין דעם שמוציגען נעץ עוד הפעם און שטייטלעך שלעפט מען אפיר דעם גלאז (דאס מאל האב איך שוין טאקע געהאט מער עקספיריענס וויאזוי צי קאנטראלירען דעם נעץ צום צופרידענהייט פון אלע באטייליגטע - נעמליך, איך...).

ענדליך איז עס אינדרויסען. 

כ'הייב אן צוריקפאקן אלעס מיט גרויס פארזיכטיגקייט (כ'זוך נישט קיין כיבוד נאכאמאל!) און בשעת מעשה טראכט איך צו זיך וואס איז פשט פון די עפיזאד? וואס קען עס מיינען? ס'קען דאך נישט זיין סתם על לא דבר.

- - -

בשעת דאס אלעס האט זיך אפגעשפילט אינעם מי גשמים/כלים מקוה העדקוואדערס, איז אינעם צימער וואו עס געפינט זיך די אריינגאנג צום מי גשמים/כלים מקוה בור פארגעקומען א ענגע מנין מעריב. די מנין האט שוין געהאלטן נאך שמונה עשרה. יעדער, אפילו די שטייט'סטע מתפלל האט שוין אויך אויסגעטרעטען (און אפילו נאכגעקוקט א טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה אינעם‏ מאור ושמש וואס איז געליגען פארענט פון אים...)

אבער... דער בעל תפילה זאגט נישט קדיש...

וואס גייט פאר???

פארוואס זאגט ער נישט קדיש???

וואס מיינט ער דא איז???

פאר א ענטפער אויף די אלע שאלות קומט קומענדיגען מיטוואך אווענט אין זאל פון קאנטינענט...

חחחח! שטותים... קומט נישט אינערגעץ קומענדיגען מיטוואך! ש'טא פארוואס... כ'וועל אייך דערציילען וואס דארט איז פארגעגאנגען. (כ'האב אייך סתם געוואלט צידרייט מאכן... - ביטע לאזט וויסען די רעזולטאטען - מיט דאנק, די פארוואונדעטע).

איז אזוי. 
ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז דא פארגעקומען א וויאזויהייסטעס, ווען איינע פון די מתפללים האט באונס אדער בשוגג אדער אפילו במזיד פארלאזט די מנין ווי נאר ער האט אויסגעטרעטען שמונה עשרה.
* הג"ה: לכאורה האט יענער שויניש געציילט ספירה מיט א ברכה סאו ער האט נישט געהאלטן ביים אויסווארטען עד הסוף. אדער האט ער נישט געציילט נעכטען קיין ספירה און ער וועט נישט קענען ציילען היינט מיט א ברכה - אנלעס ער וועט זיך כאפן ערגעץ ווי דורכ'ן טאג און ציילען ספירה... אדער, איז ער פשוט ארויס פאר א רגע געברויכען און ער איז צוריקגעקומען אפאר מינוט דערויף.

האיך שיהיה. איז נישט געווען קיין מנין ווען דער עולם האט אויסגעטרעטען שמונה עשרה... נו, שטייט מען און מען ווארט... (איי פרעג פארוואס ס'קיינעם נישט בייגעפאלן צו גיין אין היכל הבית מדרש רופן איינעם צו משלים זיין?!. א קאשע אויף א מעשה...).

און דאן, אין ברען פון זייער דילעמא - ווי אליהו הנביא אליין - שפאנציר איך מיר ארויס פונעם השקה/כלים מקוה צימער'ל גלייך אריין אין די פארוואונדערטע אויגען פון 9 אידן וואס האבן געהאלטן ביים שוועל פון יאוש שלא מדעת... און איך - נישט כאפענדיג אז איך בין דא דער נייע געווארענע צענ'טער צי משלים זיין מנין - שפאן אדורך דעם גאנצען ציבור ביז מעריב זייט וואו עס געפינט זיך די טירן ארויס פונעם צימער. ווען ביים לעצטען טריט הער איך איינעם צוצ'קען און נו'קען צו מיר. 

כ'ווארף א בליק אין יענעמ'ס ריכטונג. און כ'זעה ווי זיינע אויגן שרייען האפענונג און בקשה... ער צייגט מיר מיט די האנט עפעס מאדנע זאכן.

קודם ווייזט ער מיר אז ער האט 10 פינגער - דאנק גא-ט פארדעם! - דערנאך ווייזט ער מיט מיט'ן טייטל פינגער אויף אראפ ווען מיט'ן קאפ גיבט ער א קליינע נייג אראפ מיט פרעגענדע בליקן (מיי גאש!... וואס פרעגסטו?! גיין אינדע'רערד?!... בשי-מויפן!!)‏.

ענדליך - ווארשיינליך זעהנדיג מיין פארלעגענהייט - האט ער באשלאסן אז ס'פיקוח נפש, און פיקוח נפש איז דוחה אפילו יום כיפור שחל בשבת. האט ער 'ארויסגעזאגט' בפה מלא "איר קענט אפשר משלים זיין א רגע פאר א קדיש?".

יא. אודאי! - אז א יוד בעט, בינעך געבליבען.

איי, די פארלייכטערונג אטעם וואס מען האט ארויסגעהערט פונעם ציבור דערשלאגענע אידן איז געווען עפעס שאי אפשר לשער... די לופט כוואליעס אינעם ‏ציבור האבן גערוישט פון התרגשות און התרוממות... דער בעל תפילה גופא האט געשאקעלט און געוואקעלט ווי א בלעטעל אינעם שטורעם וואס גיבט זיך אינטער צום ברויזענדען ווינט אן קיין קעגענשטאנד... איי מי פילל ומי פילל... ווער האט געגלייבט.... 

גענדיגט קדיש. ס'מצב איז לייכטער. 
כ'מאך זיכער אז דער בעל תפילה איז נישט קיין חיוב. נאופס. ברוך השם. נו, קען איך דאך שוין ארויסגיין. 

ארויסגייענדיג כאפ איך מיך די קעפל פון די ארטיקעל.... 

נעמליך; דער ציבור החרדי וואס גייט זיך מארגען טובל זיין אין די מקוה גייט האבן א שמוציגע השקה בור צוליב וואס ס'האט געפעלט א צענטער צו מנין... 

איר כאפט נאכאלץ נישט?!

גוט, כ'וועל עס מסביר'ן.
איז אזוי. וויבאלד הקב"ה איז יודע הנסתרות, מה שהיה ומה שיהיה, האט ער געזעהן אז ס'וועט פעלן א צענטער צום מנין האט הקב"ה אריינגעשליידערט צוויי מאל מיינע פכים קטנים און מיך געמאכט ארבייטען עקסטערע 5 מינוט עס ארויסצינעמען מיט'ן שמוציגע נעץ אלעס כדי אז איך זאל ארויסגיין פונעם מקוה צימער ווען אלע 9 מתפללים האבן שוין אויסגעטרעטען אזוי אז איך זאל קענען זיין דער צענ'טער צו משלים זיין א מנין.

ווייל טראכט אריין. אויב גיי איך ווען ארויס 5 מינוט פריער (ווי עס וואלט געברויכט זיין בדרך הטבע) וואלט איך ארויס ווען די מנין וואלט זיך "געשטעלט שמונה עשרה" און ווען זיי וואלטן אויסגעטרעטען און זיך געטראפען מיט בלויז 9 מתפללים וואלטן זיי מן הסתם געדאווענט היינט ותיקין אויפ'ן זעלבען ארט אן אהיימגיין...

נו, יעצט פארשטייט איר שוין פשט אינעם:
"א שמוציגע מקוה - - - א צענט'ער צו מנין" ?

האטס מיר אלע א גוטן טאג און א לעכטיגען תמיד!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 20, 2015 12:51 pm

שמאטע!!!!!!!! משוגענער!!!!!!!!!! משוגענער!!!!!!!!!!!! משוגענע!!!!!!
מ-ש-ו-ג-ע-נ-ע-ר!!!!
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך מאי 20, 2015 1:07 pm

חחחחחח! שמאאאטע דו!

סתם, צו לאזן וויסן די רעזולטאטן, יוי בין איך צודרייט!!!...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 20, 2015 1:09 pm

בוידעם האט געשריבן:שמאטע!!!!!!!! משוגענער!!!!!!!!!! משוגענער!!!!!!!!!!!! משוגענע!!!!!!
מ-ש-ו-ג-ע-נ-ע-ר!!!!

מיין מאמע לאזט נישט רעדן מיאוס'ע ווערטער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 20, 2015 1:12 pm

זאלסט אודאי הארכן דיין מותר שתחי'.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מאי 20, 2015 1:19 pm

עטלחיע מאל אויזגעשפיקן אין א געלעכטער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 20, 2015 1:27 pm

איך האף מ'אט מיר נישט אראפגערעכנט גן עדן, אזאנס זיך געווארפן, מליצות, אינעם מילץ אריין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך מאי 20, 2015 1:42 pm

אזוי שיין ארויסגעברענגט א טיפע נקודה פון זעהן די השגחה פרטית אין יעדע פאסירונג, איינגעוויקעלט אין אזא הומאריסטישער מאנטל, יישר כח
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך מאי 20, 2015 1:55 pm

שמאטע !!!!!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מאי 20, 2015 2:07 pm

שמאטע .. ביזט גארנישט קיין שמאטע..

אזאנס אין אזעלכע צו אראפלייגן געהאלטן אין די זייטן..

געוואלדיג !! שיין אין זיס
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום מיטוואך מאי 20, 2015 2:09 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
参考专家

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מיטוואך מאי 20, 2015 2:08 pm

בוידעם האט געשריבן:שמאטע!!!!!!!! משוגענער!!!!!!!!!! משוגענער!!!!!!!!!!!! משוגענע!!!!!!
מ-ש-ו-ג-ע-נ-ע-ר!!!!

שוגענער.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 20, 2015 2:14 pm

כִיכִיכִיכִיכִיכִיכִיכִיכִי!!! חַאחַאחַאחַאחַאחַאחַאחַא!! כָאכָאכָאכָאכָאכָאכָאכָא!! חֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶע!!

און איבער אלעם, א שיינע געדאנק!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6706
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך מאי 20, 2015 2:22 pm

שיינע נקודה דורך געוואלדיגע הומאר און געשמאקע שפראך.

טענקיע
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מאי 20, 2015 2:31 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כִיכִיכִיכִיכִיכִיכִיכִיכִי!!! כזה :smile: חַאחַאחַאחַאחַאחַאחַאחַא!! כזה :grin: כָאכָאכָאכָאכָאכָאכָאכָא!!כזה :P חֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶעחֶע!! כזה :lol:

און איבער אלעם, א שיינע געדאנק!! כזה ;l;p-
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 20, 2015 2:33 pm

גערעכטער!!

כזה ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מאי 20, 2015 2:35 pm

געלאככככט.

כככ'מיין צו זאגן, געליינט, און אסאךךךך געלאככככט...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מאי 20, 2015 2:36 pm

אזוינס צוזאם געלאכט, ווי נעמט מען אזעלכע פייבעלער??

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך מאי 20, 2015 2:52 pm

אן ארטיקעל איינס אין דער וועלט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 20, 2015 3:37 pm

זעלטן ווען אין די לעצטע פאר יאר וואס איך האב אזוי געלאכט צו מיר ביים ליינען אן ארטיקל און הנאה געהאט פון מיסתמא יעדע שורה באזונדער!

שמאטע איז פון די מענטשן וועמען איך וועל נישט וועלן אויסלאזן זיינס א אשכול.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך מאי 20, 2015 3:55 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:שיינע נקודה דורך געוואלדיגע הומאר און געשמאקע שפראך.

טענקיע


זאג מיר נאר איין זאך, ווי שטארק האסטו אנגעכאפט די סעלפאון ווען דו האסט עס געהאלטן העכער די וואסער ביים זוכן ס'גלעזל?
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך מאי 20, 2015 4:13 pm

שמאטע!!!
ווייסט ווי אזוי איך קוק יעצט אויס
ווי דיין אוועטער

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » מיטוואך מאי 20, 2015 4:14 pm

געב איבער א יישר כח אין שטוב פארן דיר שיקען טובל'ן די גלעזלעך

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מיטוואך מאי 20, 2015 4:17 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך מאי 20, 2015 4:44 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:שמאטע !!!!!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
משהמשה
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2015 5:41 pm

תגובהדורך משהמשה » מיטוואך מאי 20, 2015 5:01 pm

geek האט געשריבן:געב איבער א יישר כח אין שטוב פארן דיר שיקען טובל'ן די גלעזלעך


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון, דערבארומדיג'ער און 21 געסט