שבת "קרבתנו" זיך צו דערנענטערן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אופס.... כ'מוז דא מאכן נאך א נ.ב.!!

נישט חלילה פארללוירן דעם דור מיינעך פארלוירן חלילה, נאר צו די מלחמה מיטן אינטערנעט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעטשמע מאן האט געשריבן:נאך איינמאל מיין באמערקונג, לכבוד לכתחילה.
.......

כ'האב זיך לאו דוקא געשטעלט אויף די שבת, נאר אויף די נקודה וואס האט געשטערט דעם עולם מיט דעם שבת. קען זיין די מציאות דא איז געווען אנדערש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

קרעטשמע מאן האט געשריבן:צווייטענס, פאר שבת האט מען אראפגעלייגט דא דעם פראבלעם מיטן שבת אז מ'גייט חוקר זיין אמונה בדרך חקירה, למעשה איז אזאנס נישט פארגעקומען. ס'יא געווען געציילטע דרשות בנוגע אמונה, [ללמוד, דאס איז פאר דיר.] אבער נישט בדרך חקירה, נאר פונקט ווי אנדערע בעלי דרשנים רעדן פון אמונה.

הייסט ס׳איז נישט גיווען פאר די ציל פון מקרב זיין די שוואכערע עלעמענט. נאר סתם פאר מבקשים וואס ווילן גאר העכערס פון וואס מען סערווירט זיי. קען זיין. אדרבא אויב יא אשרי חלקם. עס וואלט געוועהן ראטזאם איבערצוליינען מיינע תגובות. איך קען באשטיין צו הערען תשובות אויף די צוויי שאלות וואס כ׳האב געפרעגט ביפאר שבת.
ללמוד וללמד האט געשריבן:
אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:לבקשת הציבור, האב איך פארשאפט די תוכן הדיבורים. מ'האט מיר אויך געשיקט די אריכות הדברים וואס איז צו לאנג אהערצושטעלן אבער עס פארמאגט ציטאטן פון גאר הייליגע מקורות איבער אונזער אמונה צרופה ופשוטה. עס איז נישט קיין קונץ אפצושפעטן און אוועקמאכן יעדע דבר קדוש וואס ווערט גערעדט מיט אן אמת דורך א אדם גדול, מיטן תירוץ אז מען האט איהם אנגעדריידט, מיט דעם קען מען דעם גאנצן יודישקייט איינווארפן חס ושלום. מען דארף מיט אן אפען הארץ און מיט אן אמת'דיגקייט מקבל זיין דברי אמת המסורה לנו מאבותינו ורבותינו און נישט זוכן צו פארשטיין בעסער.

איך זעה נישט וואס דו פארשטייסט נישט קיינער מאכט נישט אוועק א אדם גדול און אויך נישט זיינע ווערטער די שאלה איז נאר צו עס האט עפעס ציטהון מיט שבת קרבתנו און אנדערע ווערטער צו מען גייט דארט רעדען חקירה וכו'

אין הכי נמי! מיט דעם האט איהר רעכט ווייל ווי עס שיינט האט ער נישט דערמאנט קיין שום ספעציפישע "שבתון" און בלויז גערעדט בדרך כללי וואס פון דעם דארף יעדער אליין מאכן די חשבון ביי יעדן איטליכן פאל און דערגיין וואס דארט וועט זיין.

באזירט אויף די ווערטער פון ווינער רב שליט"א וועט די כור המבחן אין אונזער פאל זיך ווענדן לכאורה און די צוויי שאלות:

1) וועט פארקומען א שאלות ותשובות סעסיע ווי מען וועט אדער קענען פרעגען שאלות און מחשבות אויף אמונה וואס קומען אויפן געדאנק פון מענטשן אין פארשידענע מצבים, אדער אפי' אויב נישט יעדער וועט פרעגן, איז דא א חשש אז עס וועלן ארויפגעברענגט ווערן דורכן בעל דרשן שאלות און דיסקוסיעס וואס מענטשן קענען האבן איבער דעם. טאמער יא, דאן אפי' אויב די תירוץ וועט זיין אמונה פשוטה און נישט חקירה איז אבער לויט די ווערטער פון די רמב"ם די סקונדע ווען עס ווערט דיסקוסירט און אריינגעטראכט, אן ערנסטע שאלה פון ולא תתורו זו מינות.

2) ווילט איהר א סימן צו די ציהל פון די אמונה סעסיא איז אריינפרעדיגן אמונה צרופה וטהורה בדרך המסורה, אדער בדרך "אויפווייזן" די אמונה בה' (וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער חקירה) דאן קוקט ווער דער בעל דרשן איז. איז די בעל דרשן אן איש צדיק וואס איז פון קינדווייז אן אויפגעהאדעוועט מיטן תמימות'דיגע אל תטוש תורך אמך'דיגע אמונה פשוטה און וועט פרובירן חודר זיין לחדרי בטן פון די צוהערער אז די איינציגע עצה זיך צו האלטן פעסט מיט די אמונה אין יעדע נסיון איז נאר דורך חזר'ען און חזר'ען דעם אני מאמין און געדענקן נאכאמאל און נאכאמאל אונזער הייליגע מסורה וואס מיר האבן אן א הפסק מקבל געוועהן ביז מתן תורה יציאת מצרים וכו', דאן ווייסט איהר אז איהר זענט אויפן גוטן טרע"ק, אבער טאמער מוזט איהר ברענגן א בעל דרשן אייך אויפצוווייזן די ריינקייט פון אמונה דורך א בעל תשובה, דורך א שוואכער בעל מסורה, אדער גאר א גר צדק, און אייער געפיל איז אז ווי ווייטער א מענטש איז פון דיין הייליגער קבלה אלץ מער אויפווייז איז דאס אויפן אמונה, דאן איז בעל כרחך אז עס גייט מטעם חקירה.

ללמוד וללמד האט געשריבן:איך זעה נישט קיין טענה׳רייען. קיינער האט דערווייל נישט געטענה׳ט אז מ׳טאר נישט גיין. מ׳האט סך הכל געזאגט וואסערע שאלת מען דארף זיך פרעגן וואס זאל זיין די כור המבחן. עס קען זייער מעגליך זיין אז די תוצאות פון די תשובות אויף די שאלות וועט זיין פאזיטיוו.

בקיצור: ווער איז געוועהן די רעדנער פון די צוויי דריי אמונה דרשות, און וויאזוי האט ער דאס איבערגעגעבן. אדרבא. הלוואי הערן מיר א דערקוויקענדע תשובה. מחכה לתשובתו, ללמוד וללמד
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

ללמוד, דו ווייסט נישט וואס חקירה מיינט. ואין כאן המקום להאריך.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:לכתחילה, גיוואלדיג.

(איין זאך נאר, זענען מיר דער דור וואס כלל ישראל האט פארלוירן צום אינטערנעט?...)

אין א געוויסע זין יא! ליידער. עס איז א עקסטערע שמועס.

(נ.ב. לאו דוקא יעדער דא, איך רעדט פון די דור וואס איז היינט צווישן 26 און 35 בערך.)

זיי זיך מסביר ביטע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובה דורך Greeneryid »

ללמוד, דא שטעקט דיין טעות. דו הייבסט אן מיט די הנחה אז וואס מען האט דארט גערעדט איז נישט אויסגעהאלטן חוץ אויב איינער וועט דיר אויפווייזן אנדערש. קיינער דארף דיר נישט קומען זאגן ווער און וואס צו באקומען דיין הסכמה. עס ליגט אויף יעדן אינגערמאן וואס האט באצאלט פארן שבת צו זיכער מאכן פאר זיך אויב פאר אים איז עס אויסגעהאלטן. די מציאות איז אז לא ראי זה כראי זה, איינער קען אויסהאלטן און ליינען און הערן מער און איינער ווייניגער. אפילו אויב ללמוד האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן מיט דעם אלעם איז דער וואס האלט אנדערש נאכנישט קיין שגץ, מאדערנער, אדער אפילו שוואכער פון ללמוד. אפשר נאך בעסער און וועגן דעם קען ער הערן זאכן וואס ללמוד וואלט לכבוד דעם אויפגעגעבן אידישקייט און ער נישט.
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

תגובה דורך משגיח תמידי »

ללמוד וללמד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:כמדומה אז יאוואדזשנע רב שליט"א (ער קען טאקע נישט קיין ענגליש, אבער א בארד האט ער א קליינע......) למשל, א סאטמארער, אבער קען נאך אזוי רעדן פון אמונה שמחת החיים, השקפה וכו' וכו' וכו', האסט עם שוין אמאל אויסגעהערט???????

געפעלט מיר די מענטשן וועלכע וועלן אלס מיינען יענעמס גראז איז גרינער....
האסט שוין אמאל געהערט ר' ישעי' ווייס, אדער ר' אייזיק קרישעוועסקי שליט"א????, וואס פעלט פון זיי?? וואס טרעפסטו ביי די מגולחים וואס וועסט נישט הערן פון זיי??

ר׳ יהי' כן איך בין מיך מחולק אויף דיר במחילת כבודך
ווייסט איהר ווער איז גיווען די בעסטע רעדנער איבער אמונה פאר מיר??? ״מיין טייערע מאמע!!!״
וואס איז אזוי שוער דאס צו פארשטיין????
זי האט געפלעגט און געפרעדיגט אין מיר פרי און אווענד ״רעכטע הענטעלע אויף די אויגן, שמע ישרא׳ וגו׳״ ה׳ לי די אייבירשטער איז מיט מיר, ולא אירא און כ׳האב נישט מורא פון קיינעם נאר פון די הייליגע באשעפער אליין״!
און איך מוז אייך זאגן איך שטיי פון דער זייט און קוק צו מיין עקרת הבית תחי׳ - זי איז אויך ב״ה גאנץ א פיינע רעדנער אין וויאזוי איבערצוגעבען די אמונה


טויזענט פראצענט גערעדט, יא אונזער חשוב עלטערן האבן אריינגעלייגט און לייגן ארייו אמונה און אונז, למשל ווען א קינד האט מורא זאגט מען דער אייבערשטער היט דיך, און אזוי ווייטער. דעס וואס אונז זאגן פאר אונזערע קינדער אז דער אייבערשטער באט אונז ליעב, דעס אליינס מאכט אז סיי זיי און סיי ביי אונז ווערט אריינגעבאקן אמונה און ליעבשאפט צום אייבערשטען,
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

מיללער האט געשריבן:

אייוועלט איז נישט וויענער ביהמ"ד, און קיין איין שרייבער דא איז נישט ווינער רב שליט"א!







איך האב געהערט היינט פון א חשובער רב עני טיים אזוי גרויס ווי ווינע רב און א שיל האט ער אויך עני טיים ווי וויענע שיל און ער האט היינט געזאגט פאר א חבורה בעלי בתים אז אזעלכע שבתנו'ס קענען צומאל חרוב לייגן יסודות פון אסאך באטייליגטע וואס נאך הינדערט שבתונ'ס וועט עס נישט קענען צוריקלייגן אין אים
איך האב געפרעגט דעם רב צו ער לאזט עס זאגן אויף אייוועלט אויך
האט ער געזאגט מען מעג עס נאכזאגען ווי אימער אז אזעלכע צוזאמקומען קען שאטן פאר אסאך מענטשן
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מי יודע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:לכתחילה, גיוואלדיג.

(איין זאך נאר, זענען מיר דער דור וואס כלל ישראל האט פארלוירן צום אינטערנעט?...)

אין א געוויסע זין יא! ליידער. עס איז א עקסטערע שמועס.

(נ.ב. לאו דוקא יעדער דא, איך רעדט פון די דור וואס איז היינט צווישן 26 און 35 בערך.)

זיי זיך מסביר ביטע

אין כאן מקומו. די אשכול איז גענוג צופארן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:

אייוועלט איז נישט וויענער ביהמ"ד, און קיין איין שרייבער דא איז נישט ווינער רב שליט"א!







איך האב געהערט היינט פון א חשובער רב עני טיים אזוי גרויס ווי ווינע רב און א שיל האט ער אויך עני טיים ווי וויענע שיל און ער האט היינט געזאגט פאר א חבורה בעלי בתים אז אזעלכע שבתנו'ס קענען צומאל חרוב לייגן יסודות פון אסאך באטייליגטע וואס נאך הינדערט שבתונ'ס וועט עס נישט קענען צוריקלייגן אין אים
איך האב געפרעגט דעם רב צו ער לאזט עס זאגן אויף אייוועלט אויך
האט ער געזאגט מען מעג עס נאכזאגען ווי אימער אז אזעלכע צוזאמקומען קען שאטן פאר אסאך מענטשן

אויב האט ער געלאזט זאגן אויף אייוועלט אין זיין נאמען דיין אפשר זאגט איר דער נאמען פין דער חשובע רב................
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

עס פעלט נישט אויס נאך צען בלעטער וועגן דעם חשובן רב.

קבל את הנקודה ממי שאמרו, א רב האט רעכט צו זאגן אז עס קען שאטן, און א ניק האט אויך רעכט צו זאגן זיין מיינונג, מען דארף נישט זיין אזוי עמפינדלעך צו הערן אז ס'דא זאכן וואס טויגן נישט.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובה דורך בוידעם »

אקעי אידן, שוין מוצאי שבת קרבתנו. מען האט שוין מעביר סדרה געווען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, מען קען שוין גיין ווייטער.
רצונינו לעשות רצוניך.
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

ווי ווייטער? סקומט נאך א קרבתנו שבת
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:

אייוועלט איז נישט וויענער ביהמ"ד, און קיין איין שרייבער דא איז נישט ווינער רב שליט"א!







איך האב געהערט היינט פון א חשובער רב עני טיים אזוי גרויס ווי ווינע רב און א שיל האט ער אויך עני טיים ווי וויענע שיל און ער האט היינט געזאגט פאר א חבורה בעלי בתים אז אזעלכע שבתנו'ס קענען צומאל חרוב לייגן יסודות פון אסאך באטייליגטע וואס נאך הינדערט שבתונ'ס וועט עס נישט קענען צוריקלייגן אין אים
איך האב געפרעגט דעם רב צו ער לאזט עס זאגן אויף אייוועלט אויך
האט ער געזאגט מען מעג עס נאכזאגען ווי אימער אז אזעלכע צוזאמקומען קען שאטן פאר אסאך מענטשן

גייט מיך נישט אן ווי א גרויסע שול ער האט איך וויל וויסען איין זאך צו ער האט גערעד פין קרבתנו און צו ער ווייסט וואס דארטען איז געווען?
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

יא

...
וואס איז די גרויסע מאלער?? אז די קענסט דערהייבן אז רבנים לאזן יא, קען אויך דערהייבן ווען רבנים זאגן אנדערש, מען מעג זיין פאזיטיוו צו יענעמ'ס דעה
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

תגובה דורך צושויער »

מ'האט אפשר פארלוירן די ערשטע דור אינטערנעט נוצער אויף ביטול הזמן ביטול תורה און תאות עוה"ז [ודאי עשו תשובה], אבער, מ'פארלירט היינט די צווייטע דור אינטערנעט נוצער צו השכלה הארורה און תאות מינות דמשכי אשר כל באיה לא ישובון.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

מי יודע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:לכתחילה, גיוואלדיג.

(איין זאך נאר, זענען מיר דער דור וואס כלל ישראל האט פארלוירן צום אינטערנעט?...)

אין א געוויסע זין יא! ליידער. עס איז א עקסטערע שמועס.

(נ.ב. לאו דוקא יעדער דא, איך רעדט פון די דור וואס איז היינט צווישן 26 און 35 בערך.)

זיי זיך מסביר ביטע

גראדע פארשטיי איך וואס לכתחילה וויל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

ירוחם האט געשריבן:ללמוד, דו ווייסט נישט וואס חקירה מיינט. ואין כאן המקום להאריך.

ב״ה!!! יישר כח פאר די קאמפלימענט...
(אבער די רמב״ם, מהר״ם חגיז, און דרך פקודיך האבן יא געוואוסט)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:לכתחילה, גיוואלדיג.

(איין זאך נאר, זענען מיר דער דור וואס כלל ישראל האט פארלוירן צום אינטערנעט?...)

אין א געוויסע זין יא! ליידער. עס איז א עקסטערע שמועס.

(נ.ב. לאו דוקא יעדער דא, איך רעדט פון די דור וואס איז היינט צווישן 26 און 35 בערך.)

זיי זיך מסביר ביטע

גראדע פארשטיי איך וואס לכתחילה וויל.

נו אםשר ערקלערסטו עס, א באזונדע אשכול צו אין אישי, ס'איז מיר נוגע....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

תגובה דורך צווייפעל »

הרב לכתחילה'ס ווערטער קען מען ערקלערן, אז די ערשטע צען יאר פונעם אינטערנעט, איז עס נאך נישט געווען גע'אסר'ט דורך די רבנים, זיי האבן נישט געהאט קיין מושג וואס דאס איז, מהאט נישט פארגעהאלטן קיינעם, סאיז געווען אזא כמו דאבל סטענדערט לייף, יעדער האט מיט געהאלטן, מהאט אבער נישט גערעדט דערפון, סאיז געווען א בושה צו זיין א 'הייד פארק שרייבער' אדער אפי' ליינער.. סא שטילערהייט האט עס געמאכט חרבנות.
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובה דורך א איד אין גלות »

ירוחם האט געשריבן:ללמוד, דו ווייסט נישט וואס חקירה מיינט. ואין כאן המקום להאריך.

אסאך מאכן דעם קוגל, ווען מען הארעוועט אויף אמונה סטעמפלט מען עס אפ אלס חקירה, אמונה פשוטה איז אויך א לימוד, עס קומט נישט פון זיך אליינס.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

ללמוד וללמד האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:ללמוד, דו ווייסט נישט וואס חקירה מיינט. ואין כאן המקום להאריך.

ב״ה!!! יישר כח פאר די קאמפלימענט...
(אבער די רמב״ם, מהר״ם חגיז, און דרך פקודיך האבן יא געוואוסט)

במחילת כבודך, וויבאלד דו ווייסט נישט די חילוק צווישן חקירה און אמונה, ווייסטו נישט פון וואס דער רמב"ם און דער מהר"ם חגית רעדן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובה דורך רמונים »

א איד אין גלות האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:ללמוד, דו ווייסט נישט וואס חקירה מיינט. ואין כאן המקום להאריך.

אסאך מאכן דעם קוגל, ווען מען הארעוועט אויף אמונה סטעמפלט מען עס אפ אלס חקירה, אמונה פשוטה איז אויך א לימוד, עס קומט נישט פון זיך אליינס.

דיין קוגל מאכן שוין אסאך היינט.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובה דורך קרעפטיג »

בוידעם האט געשריבן:לאקשן קוגל איז מסוגל אויף אמונה. אזוי זאגט מען נאך בשם הצדיקים.

טאקע אזוי ? וועלעכע צדיקים, וואו ווערט דאס געברענגט ? כ'גלייך עס נישט אבער אויב ס'איז מסוגל צו אמונה הייב איך אן צו עסן.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

Greeneryid האט געשריבן:ללמוד, דא שטעקט דיין טעות. דו הייבסט אן מיט די הנחה אז וואס מען האט דארט גערעדט איז נישט אויסגעהאלטן חוץ אויב איינער וועט דיר אויפווייזן אנדערש.

ביטע אינטערשטרייכען די זאץ ווי איך האב געמאכט אזא הנחה. א דאנק
נ.ב. - איך ווארט צו הערן א באריכט איבער ווער עס איז געוועהן די רעדנער איבער אמונה און אפשר קען איינער מיטטיילען עטליכע שטריכן וואס מ׳האט געזאגט וויאזוי מען דארף איבערגעבען פאר די קינדער די אמונה פשוטה.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”