פריעדמאנ'ס פאטאגראפי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

פריעדמאנ'ס פאטאגראפי

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך מאי 06, 2015 2:02 am

פריעדמאנ'ס פאטאגראפי - ווערט האט נאך נישט געהערט פון פריעדמאנ'ס??
איך האב שוין געהערט פון זיי אבער נאך ווי.......

אט הערט אביסל וואס דא גייט פאר... ב"ה עס איז נאר אויף שמחות

פאר ווער עס האלט נישט מיט, עמיר דא אביסל ריפרעשן די מח.
איך האב שוין לאנג נישט געשריבן אזוי געהעריג , זינט איך האב חתונה געהאט ווייסט דאך יעדער ווי פארנומען איך בין
ב"ה די שנה ראשונה האט זיך נישט לאנג צוריק גענדיגט, מען קען שוין אביסל אטעמען.

יעצט אוודאי עט איר מיר נישט גלייבן אז מארטש 24 אויפדערנאכט איז די פארהייראט צערעמאניע פארגעקומען
איז פאר דעם האב איך אנגעהויבן מיט פריעדמאנס פאטאגראפי - זיי האבן פאראייביגט די מעמד
זיי האבן ערמעגליכט דעם אויפווייזונג וואס איך וועל אייך אייביג קענען אויפווייזן - אפאר בילדער זענען אפי' - שווארץ אויף ווייס
אז יא! מארטש 24 איז עס געווען - איך האב פיקטשערס (קרעדיט זעמל)

****

היינט אויפדערנאכט איז פארגעקומען די גורל'דיגע צוזאמענשטויס פון אדמו"ר מ'שלעפשיץ מיט אדון פריעדמאן
איצטערט אויפדערנאכט איז געשען דעם אזוי לאנג ערווארטעטן באגעגעניש
ווי מען וועט דורך פאליטיק פערפעקט איינגעלעגענהייטן מאכן דעם באשלוס וואס און ווען וועט יא אדער נישט זוכה זיין
אריינצוגיין אינעם שוין אזוי אויך הערליכן אלבום.

והנה און אט!
איך קום אריין אינעם קארידאר אום 7:30 נאכמיטאג שארף
(א פיצי קורצע הקדמה) ווער עס ווייסט ווי אזוי די זאכן גייען ווייסט אז עס איז שוין געקענסל'ט געווארן א שיינע
פאר עפפאונטמענטס, א סאמע שיינע טעלעפאון קאלס אהער און אהין איבער ווען מען גייט מאכן די אלבום
שוין אפאר מאל אראפגעגאנגען צו זיי זאגן אז איך גיי צוריק קומען א צווייט מאל און א דריט מאל
איך מוז אייך זאגן - די קאסטאמער סערוויס וואס זיי האבן איז א זעלטענהייט
[אזוי איר וועט ווייטער זעהן באריכות].

איך שפאנציר אריין מיט א בעג בילדער, מיין אשת חיל האט אראפגעשריבן פונקטליך ווי יעדע בילד ליגט ביי איר שוועסטערס אלבום
די דריטע פיקטשער גייט גיין אזוי ווי אונזער שכנ'ס אלבום ווייל זי האט 4 בלומען מער, די אנדערע פעיזדש גייט זיין אזוי די ברודער
וואס האט אמאל געחלומ'ט פון א אלבום, אזוי איז אפגעשריבן א יעדעס איינציג בילד, כיוצר ביד החומר.

מען זעצט זיך אראפ - איך זעץ מיר נענטער צו די וואנט, אויב איך ברויך אנלעהנען די קאפ זאל איך קענען כאפן א דרימל בניחותא
מיין אשת חיל נעמט ארויס איר וואפן - א פעקל פיקטשערס, איך נעם ארויס מיין טעלעפאון און מר. פריעדמאן א פען און פעיפער.

על פי חשבוני - האב איך אזוי צוגעגרייט אז אין 5 מינוט פון יעצט זעמיר אינדרויסן טא פארוואשע זאל איך מיר זוכן צרות
איך זיץ שטיל אין די זייט, די פראגראם הייבט זיך אן.

אבער מר. פריעדמאן האט אנדערש געטראכט, ער האט זיך אנגעגרייט א טעלער פיינע מעלאנע מיט א באטל סעלצער
ער רופט זיך אזוי אן, דעיס איז פאר מיר, דא שארט ער זיך צו צום טעלער מעלאנע, די סעלטצער מיט 2 גלעזלעך רוקט ער נענטער צו מיר
"דאס איז פאר דיר"

איך וואלט מיך געטוישט מיט דיר עניטיים" איז מיין ענטפער

עניוועי סע הייבט זיך אן, פיקטשער 1 לייג מער לינקס פיקטשער צוויי נענטער אהער צו צו - פיקטשער 3 מיט פיקטשער 4...............
נאך א האלבע שעה ווער איך דארשטוג, איך עפן דעם סעלצער אזוי שטייטלעך סע זאל נישט אנשפריצן אלע געווער
איך וויל נישט צוריק קומען דא נאכאמאל.

דער מר. פריעדמאן זאגט מיר אזוי העפליך, שכח פארן אכטונג געבן סע זאל נישט רינען.
(ענק זאג איך אויס די סוד) איך האב מיר אליינס געמיינט - איך האב א נייע רעקל איך קען נישט עפארדן נאס צו ווערן - איא!

נאך א שעה גייט דורך - מען האלט שוין ביים 3טן פעטער ער קען עם גוט נאך פונדערהיים
מיין זיידע האט ער געמיינט איז גאר א צווייטער, ער טעהנט ער קוקט אויס פונקט ווי עם (זאל נישט אויסגערעדט זיין)

יעצט הייבט מען זיך אן צו טענהן - וועלעכע פיקטשער - דעי האט ער צוגעמאכט די אויגן
די אנדערע האט א פעטער צוגעמאכט די אויגן, דעי, יענע, די אנדערע, דער מר. פריעדמאן מיט אזא רוהיגקייט שלאגט פאר
זיינע פייבאלן, אזוי זיס ווי ער איז מסביר.

די זייגער רוקט זיך, ער איז געגאנגען ברענגן מעלאנע פאר אונז, אוי איז עס געווען א גוט שטיקל רויטע מעלאנע
די וואס מען קלאפט אן פארדעם צו זעהן אויב סע מאכט א ווידער קול פארן אויפשניידען.

נאכן אויפשניידען איז ער אזוי שיין רויט, אזוי געשמאק און זיס אזוי הערליך און רייף, אַך ווי גוט די שטיקל מעלאנע איז
פאר דעם אליין האט זיך שוין געלוינט אראפצו קומען.

די צייט פליעט מען האלט שוין 11 אזייגער, איך פלאץ שוין, געבארגט די קאר האב איך מיט'ן צוזאג
ביז א שעה בין איך צוריק יעצט האלט מען שוין 4 שעה איך האב נאך 10 שיעפע פיקטשערס גראד צו מאכן
דעיס גייט נאך נעמען א שיינע שטיק צייט.

דא נעמט ער זיך פארציילן איבער דזאבס וואס ער האט געהאט, גראדע האט ער מיר געוויזן אפאר הערליכע אפשאונס (OPTIONS)
וואס ער מאכט פאר קליענטן, עס איז גאנץ שיין געווען.

שוין ענדליך חצות לילה, אקעי אביסל פאר חצות, נאך חצות, איך געדענק שוין נישט, אבער מיד בין איך שוין זיכער גוט שטארק פעסט
איך בין אזוי הונגעריג, מיד און שלעפעריג.

א סטאפ ביי VIP פאר טועמיה א שאכטל לעבער ווייניגער ביי עם
א שאכטל לעבער מער ביי מיר - שלום על ישראל

****

וואס איך נעם ארויס פון די מעשה איז ווי פאלגענד:
פיקטשערס זאלן ווערן גע'אסרט ביי יודישע שמחות
(ביי די מענער זייט עכ"פ)

אויב זענט איר מחליט איר ווילט נישט אנמאכן שלום בית פראבלעמען (ווער וויל דען האבן פראבלעמען)
איר זענ מסכים אויף בילדער - דאן הערט מיר גוט צו

פריעדמאנס פאטאגרעפי איז די וועי טו גא!

די סערוויס וואס ער האט היינט צוגעשטעלט איז אויסערגעווענליך
די רוהיגקייט, געלאסענקייט, די סערוויס איז מעכטיג

די קוואליטי פיקטשערס איז אויבנאם פאל הערליך
ועל כלם די מעלאנע איז עפעס אויזטערליש געוועזן - שכח

(פארן האלטן מיין ווייב ביזי - A-1 PLUS)
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך מאי 06, 2015 6:04 am

חחחחחח


פיינע מעלאנע דאס

?וואסיז דאס 7:30 נאכמיטאג שארף
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך מאי 06, 2015 8:48 am

און דו האסט נאך געהאט כח אפצושרייבען?

מאזעל טוב צום אניווערסערי, און א דאנק פארען ארויסווישען א שמייכעל.....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מאי 06, 2015 1:08 pm

שלעפשיץ באשרייבונגען איז די וועי טו ענדשוי!

טענקס מיסטער פריעדמאנס פאטאגרעפי פארן נישט קענסלען שלעפשיץ'ן! שכרך הרבה מאוד
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 06, 2015 1:39 pm

שלעפשיץ, ביסט אין די ראנג ליין!!!

אזוי אראפצולייגען א קאמפאניע מיט א געשמאק, פאר דעם באצאלט מען!!

זיס געשריבן, לאכעדיג, זאפטיג! שלעפשיץ איז דע מען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מאי 06, 2015 2:08 pm

גוט גוט, שטארק הנאה געהאט.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך מאי 06, 2015 2:24 pm

שלעפעשיץ ;l;p-
ארויס געשלעפיצט א שמייכל,
ייש"כ.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 06, 2015 3:19 pm

פריעדמאן'ס פאטאגראפיע מיט שלעפשיצער פאראגראפיע
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך מאי 06, 2015 3:43 pm

שמאטע האט געשריבן:שלעפשיץ באשרייבונגען איז די וועי טו ענדשוי!

טענקס מיסטער פריעדמאנס פאטאגרעפי פארן נישט קענסלען שלעפשיץ'ן! שכרך הרבה מאוד
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך מאי 06, 2015 3:46 pm

זייער שיין, הנאה געהאט
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מיטוואך מאי 06, 2015 4:03 pm

זייער שיין אראפגעלייגט
העמיר ווארטען צי הערן א באריכט ווען די וועסט באקימען דיין אלבום, מיר האמיר שוין בר מצוה געמאכט און מיר ווארטען נאך אלץ דערויף (נישט ביי פריעדמאן פארשטייט זיך). האסט מיר דערמאנט יענע צייטען, ווי דע פיקטשער קימט און ווי דע אא"וו

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך מאי 06, 2015 4:43 pm

חחחחח טענקס שלעפשיץ פארן מאכן שמייכלען!

יעצט עמיר ווארטן צו הערן פריעדמאן'ס זייט פון די מעשה....
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מאי 06, 2015 6:08 pm

זיס. ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך מאי 06, 2015 8:52 pm

אה א גרויסן יישר כח פאר די אלע תגובות.

עס מוז מיר א הנאה אייך צו מאכן שלעפשיץ - איך מיין שמייכלען!
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך מאי 06, 2015 9:00 pm

שוין איבער א יאר פון די חתונה,
וואף
וואף

די צייט לויפט

אוועטאר
טויסט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 12:18 pm

תגובהדורך טויסט » מיטוואך מאי 06, 2015 10:38 pm

#פארןהאלטעןמייןווייבביזי

זאג, וויפיל קאסט אזא עדוועטאריעל? איך קען באשטעלן איינס?

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג מאי 18, 2015 9:23 am

לא כל הרוצה ליטול את המעלאנע.......

זיצט א יונגערמאן ביי פריעדמאנ'ס און ווארט אויף זיין מעלאנע
ער ציהט אויס די צייט, זוכט א בילד אהער זוכט אהין

ער האלט אין איין קוקן בייים טיר אפשר גייט ער שוין ברענגען דעם טעלער - און גארנישט

ענדליך פאר'ן ארויסגיין - נאך אפאר שעה, רופט ער זיך אן:
איך האב געווארט און געווארט און ווי איז מיין מעלאנע??

***
אזא פנים טראגט מען ווען מען ווארט אויף כבוד.

פריעדמאנס האט געבעטן בכל לשון של בקשה, ווער עס ברויך עפעס זאל בעטן
ווילסט סעלטצער? נישט קיין פראבלעם, בעהט מיין קינד

די זילביגע גייט פאר די בילדער אפציעס
וואס דו ווילסט מוזטו ארויס זאגן מיטן מויל - דברים שבלב אינן דברים

די זעלבע וויל דער בורא כל עלמים
קינד מיינס איך וויל דיר געבן מער וויפיל דו ווילסט נעמען
אבער טוה מיר און דיר א טובה - בעהט פון מיר וועל איך דיר געבן!!
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מאי 18, 2015 11:24 pm

האסטו פילע בילדער פון דיין וועדינג? אויב האב איך יענע נאכט נישט געהאט נאכטמאל, דאן איז גאר מעגליך אז איך האב געלאנדעט ביי דיין הייראטס צערעמאניע, און אפשר איז פערהאן א בילד צוויי פון מיר דארט
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2255
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מאי 19, 2015 12:50 pm

דער זאך אליינס בכבודו ובעצמו ובצורתו
צוגעלייגטע
A001_full.jpg

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » דינסטאג מאי 19, 2015 5:46 pm

חחח!!
שלעפשיץ, דו ביסט פיינע נייעס!
מען זעט ווייניג אזוינע ווי דיר דא.

קיעפ איט קאמינג...

להוסיף, דו ביסט פריעדמאן?
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דינסטאג מאי 19, 2015 5:50 pm

האמיר שוין געהאט מיט דעם פריעדמאן, פיינע נייעס דער
שלעפשיץ, איר זיינט נאך בעסער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג מאי 21, 2015 5:55 pm

הערליך האט געשריבן:האמיר שוין געהאט מיט דעם פריעדמאן, פיינע נייעס דער
שלעפשיץ, איר זיינט נאך בעסער


;l;p- ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

ביזנעס און פינאנץ אויף קול מבשר

תגובהדורך ליינער » דינסטאג יוני 09, 2015 8:23 pm

נומבער #56 איז מיט מר. פריעדמאן
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט