רבי יששכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"ב חשון תרפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הוגי תורה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:01 pm

תגובהדורך הוגי תורה » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 3:01 pm

כן, זה יו"ל מדי שבוע ע"י:
חברת הוגי תורה - ישכר באהליך
דקהל חסידי בעלזא מכנובקא
לקבל הגליון: hoigyetorah.belz@gmail.com
לעצט פאראכטן דורך הוגי תורה אום דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 2:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 8:37 pm

הוגי תורה האט געשריבן:כן, זה יו"ל מדי שבוע ע"י:
חברת הוגי תורה - ישכר באהליך
דקהל חסידי בעלזא מכנובקא
לקבל הגליון: hoigyetoreh.belz@gmail.com


אה שלום עליכם וועלקאמין טאו די אייוועלט......
参考专家

הוגי תורה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:01 pm

תגובהדורך הוגי תורה » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 1:13 am

בתוך הגליונות סדרת מאמרים מיוחדים על אודות תקופת כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע בראצפערט, אונגארן
מאמר א
https://app.box.com/s/bjqceigr29vxys2lqld0
מאמר ב
https://app.box.com/s/xjbcw54kq0gawvpia1i9
מאמר ג
https://app.box.com/s/3i8qgkbqzabid0hz0c49

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג מארטש 30, 2015 5:05 pm

איז באקאנט נאך וועמען דער בעלז׳ער רב ז״ל האט געהייסן ישכר דוב?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג מארטש 30, 2015 5:25 pm

דער שווער פונעם שר שלום האט געהייסן ר' ישכר בער רמר"ז
הנותן לשכוי בינה...

שפכי
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

תגובהדורך שפכי » מאנטאג מארטש 30, 2015 8:07 pm

דארף מען מברר זיין אויב ישכר דוב מיט ישכר בער זענען טאקע די זעלבע נאמען.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 30, 2015 9:04 pm

שפכי האט געשריבן:דארף מען מברר זיין אויב ישכר דוב מיט ישכר בער זענען טאקע די זעלבע נאמען.

... דארף מען ערשט מברר זיין וואס 'די זעלבע נאמען' מיינט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מארטש 31, 2015 12:02 pm

אויפ׳ן בעלזער רביצינ׳ס מצבה שטייט בת ר׳ ישכר דוב בער.

שפכי
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

תגובהדורך שפכי » דינסטאג מארטש 31, 2015 1:30 pm

הסרפד האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:דארף מען מברר זיין אויב ישכר דוב מיט ישכר בער זענען טאקע די זעלבע נאמען.

... דארף מען ערשט מברר זיין וואס 'די זעלבע נאמען' מיינט.

פאר אסאך יארן צוריק האב איך אונטערגעהערט א שמועס פון עפעס א ברוך און בערל, האט ברוך דארט מחדש געווען אז ישכר בער איז נישט דאס איבערטייטשונג פון "ישכר דוב" נאר "בער" איז מלשון "בעריס" וואס דאס איז די "דודאים" פון וואס יששכר בן יעקב איז געבארן.
לעצט פאראכטן דורך שפכי אום דינסטאג מארטש 31, 2015 9:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מארטש 31, 2015 4:42 pm

אן אויסגעדראשענע נושא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

איטשע
שר האלף
תגובות: 1885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 01, 2015 7:50 am


נח הערש
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:45 pm

תגובהדורך נח הערש » דינסטאג יולי 07, 2015 2:17 pm

עס איז דא א תורה פון הייליגען בעלזא רב ז"ל אויף אשה כי תזריע אז א נשמה וויל נישט אראפקומען אויף די וועלט פאר מען זאגט איהר צו אז עס וועט זיין א אויסגעהאלטענע מקוה, איינער וויסט מער פרטים?

נח הערש
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:45 pm

תגובהדורך נח הערש » דינסטאג יולי 07, 2015 2:19 pm

ווי קען איך עס טרעפען?

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג יולי 14, 2015 3:10 pm

אבל כבד:
צוגעלייגטע
winners_auction_16_lots_import_0_4_2.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יולי 14, 2015 7:27 pm

נחמן נתן האט געשריבן:אבל כבד:

credit: virtual judaica
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

לכבוד די ניין און אכציגסטע יארצייט זיע"א.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 1:58 am

ווען די מיטעלע בעלזא רב רבי יהושע'לע זצוק"ל האט באזוכט די שטאט קראקא,זענען זיך צונויף געקומען אסאך תלמידי חכמים פון די געגנט אים אפצוגעבען זיין ריכטיגע כבוד,א'טייל פון זיי ווארטענדיג אריין צו גיין צום בעלזא רב, האבן זיי געשומעסט אין לערנען מיטן זון רבי ישכר דוב (בערניו) וואס האט באגלייט דעם פאטער.

איינער פון די גאונים פונעם שטאט אין אזוי נתפעל געווארען, אז ווען ער איז אריין צום בעלזא רב האט ער מיט א'גרויסע התרגשות פארציילט ווי ער האט הנאה געהאט פון זיין זון'ס גאונות מיט חריפות מיט זיין טיפן און קלארען פארשטאנד,און ער האט צו געלייגט,"צו אייער בערניו וועט זיין א'גרויסע רבי קען איך נישט וויסען,נאר אז ער וועט קענען ווערן א'גרויסע רב דאס בין איך זיכער".

האט אים די מיטעלער בעלזא רב גענטפערט,מיין טאטע (שר שלום פון בעלזא זיע"א) האט באזוכט די רבי רבי איציקל פון לובלין זיע"א,( הייליגע "חוזה" ) און אימער ער איז אריין צום רבי זיע"א איז די עיקר געבעט זיינע געווען אז ער זאל האבן לייטישע קינדער,בשעת מיין ברודער ר' אלעזר איז געבוירן,איז מיין טאטע געווארען פיל מיט פרייד און געזאגט ברוך ה' מיר האבען זוכה געווען אז מ'האט ערפילט אונזערע געבעט,און מ'האט אונז אראפ געברענגט א'הויכע נשמה.

האט די מיטעלער בעלזא רב רבי יהושע'לע זיע"א ווייטער פארגעזעצט,ס'איז אונז שטענדיג געווען א'וואונדער,ווי אזוי האט מען איבער געלאזט מין עלטערע ברודער ר' אלעזר וואס די צאנזער רב זיע"א האט עדות געזאגט אויף אים,ער האט א'הייליגע גוף,און ער איז אינגאנצען א'הייליגע בכור,און פונקט מיך האט מען אויסדערוויילט צו ירשענען דעם טאטענס בענקל,אבער נאך וואס יעך האב נאכגעקוקט די געפירעכץ פון מיין זון בערניו ,האב איך פארשטנען אז די טאטע האט געקוקט מיט אויפענע אויגן אויפן צונקופט,און נישט געוואלט אז בעלזא זאל פארלירען א'כלי מפואר וואס דאס איז מיין זון וואס איר רעדט דערוועגען.
נאך א'קורצע קרעכץ האט די מיטעלע רב אויסגעפירט " א'דין בכורה איז נאר ביי גשמיות'דיגע זאכען,וואס א'טאטע יארשענט פאר א'קינד,אבער הייליגע השגות און רוחניות'דיגע מעלות באלאנגט עס נישט צו די דינים פון איינטיילען ירושות,און ס'האט נישט קיין דין בכורה".

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 8:28 am

פין וואנעט נעמט איר דער מעשה?
参考专家

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

המקור לסיפור.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 9:09 am

מומחה יוחס האט געשריבן:פין וואנעט נעמט איר דער מעשה?

פון די גליון מיט די נאמען "דברי תורה לפרשת השבוע" ,וואס די בעלזא חסידים געבן ארויס וואכענטליך.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2480
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די זיידע האט אים געקרוינט פאר א'מנהיג ישראל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 11:31 am

אמאל האט זיין זיידע הרה"ק רבי שלום זיע"א די ערשטע בעלזא רב סוף ימיו ווען ער איז בלינד געווען לא עלינו,געהערט ווי קינדעלעך שפילן ארום,האט ער זיי געפרעגט זייערע נעמען,ווען מ'איז אנגעקומען צום אייניקל'ס נאמען בערניו (רבי ישכר דב) האט ער געבעטן אז מ זאל אים צו רופען און אים געזעצט אויף זיין שויס,און אים אריינגערוימט אין אויער עפעס פאר א'פאר לאנגע מינוט'ן,און ער האט אויסגעפירט,
"ווען דו גייסט זיצן אויפן רעבישע בענקל זאלסטו געדענקען מיינע רייד".

נאך ווען ער איז אראפ פונעם זיידענס שויס,האט אים זיין טאטע די מיטעלע בעלזא רב געפרעגט וואס האט דיך די זיידע געזאגט? האט ער גענטפערט אז ער געדענקט נישט,און אזוי האט זיך עס איבערגע'חזרט ווען ער איז אריין לעול המצות,און ווידער אזוי ביי זיין חופה טאג,האט אים זיין טאטע געפרעגט וואס האט דיך די זיידע געזאגט ווען ער האט דיך אוועק געזעצט אויף דיין שויס? האט ער אים אלס גענטפערט,אז ער געדענקט נישט די רייד,און ס'האט אים זייער געארט אז ער האט נישט געקענט זאגן זיין טאטע די רייד,און ספעציעל ווען ער האט געשפירט אז זיין טאטע האט געמיינט אז ער געדענקט עס ,אבער וויל עס אים נישט זאגען.

ווען מ'האט ארויף געזעצט רבי ישכר דוב אויפן טאטע'ס בענקל האט ער כסדר געקרעכצט און זיך אנגערופן ווי אזוי געטרוי איך זיך זעצן אויפן טאטעס בענקל,ווען מיין טאטע האט געוואוסט און מעורר רחמים געווען אויף כלל ישראל,און יעך בין נישט ראוי דערצו , און ער האט זיך כסדר גערגעגט דערויף.

ווען די שבעה פונעם טאטע האט זיך גענדיגט האט ער זיך געזעצט לערנען פלייסיג ,און ער האט געפענט א'חומש שמות צו לערנען פרשת תרומה וואס איז דעמאלטס געווען די סדרה,און ס'האט זיך אים געעפענט די פסוק אין שמות "ויען משה ויאמר והן לא יאמינו ליו לא ישמעו בקולי כי יאמרו לא נראה אליך ה'",און די מינוט האט ער זיך דערמאנט וואס די זיידע זיע"א האט אים געזאגט אסאך יארן פריער זיצענדיג אויף זיין שויס,און ער האט פארגעשטעלט די גאנצע שמועס וואס ער האט געהאט מיטן זיידע.

די זיידע האט אים געפרעגט וואס האסטו געלערנט היינט אין חדר?, האט ער אים גענטפערט אז די רבי האט פארציילט די מדרש (שמות רבה ב,ב),אמרו רבותינו כשהיה משה במדבר,ברח ממנו גדי ורץ אחריו עד שהיגיע לחסות,כיון שהיגיע לחסות נזדמנה לו בריכה של מים ועמד הגדי לשתות,כיון שהיגיע משה אצלו אמר אני לא הייתי יודע שרץ הית מפני צמא,עיף אתה,הרכיבו על כתיפו והיה מהלך,אמר הקב"ה יש לך רחמים לנהוג צאנו של בשר ודם,כך חייך אתה תרעה צאני ישראל.

האט ער אים געפרעגט וואסזשע נאך האסטו געלערנט אין חדר היינט?, האט ער געזאגט אז זיין רבי האט פארציילט פון די אנטפלעקונג פון די אייבירשטער צו משה רבינו אין די סנה,און האט אים געזאגט ועתה לך אשלחך אל פרעה והוצא את עמי בני ישראל ממצרים,און וואס משה רבנו האט געזאגט צום אייבערשטען "והן לא יאמינו לי ולא ישמעו בקולי",האב איך געפרעגט מיין רבי היתכן משה רבינו האט אזוי ליב געהאט דאס אידישע פאלק און שטענדיג ממליץ טוב געווען אויף זיי, זאל ער אזוי רעדן ?,

האט מיין רבי געזאגט האסט גוט געפרעגט ,און די ענטפער איז,וויבאלד משה רבינו האט געוואוסט און געגליבן, אז זיכער וועט די אייבירשטער ארויס נעמען די אידישע פאלק פון מצרים,נאר ער האט געוואלט הערן אז די אייבירשטער וועט זיי אויסלייזן כאטשיג זיי זענען אין די נידריגסטע מדריגה,און מיט דעם האט משה רבינו אנגעגרייט די קומענדיגע דורות אז די צדיקים פונעם דור זאלן קענען ממליץ טוב זיין אויף זיי און זיי ציען א'ישועה,און נאך לערענט מען פון די פסוקים,אז א מנהיג ישראל טאר נישט זיין א'עניו ווען ס'קומט צו איד'נס וועגען.

אויך דיך, האט די ערשטע בעלזא רב אויסגעפירט צום אייניקל, "וועסט נאך זיין א'מנהיג ישראל,און דו דארפסט וויסן ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער,ווען רבי ישכר דב האט פארציילט די מעשה האט ער צו געלייגט און געזאגט אז פון די מינוט וואס ער האט זיך דערמאנט די מעשה האט ער אויפגעהערט זיין פארוויטאגט און צער.

האט רבי ישכר דב צוגעלייגט אז מיט די זיידעס ווערטער איז אים פארענטפערט געווארן א'קשיא,די גמרא זאגט (שבת צז,א) אמר ריש לקיש החושד בכשרים לוקה בגופו דכתיב והן לא יאמינו לי וגו' וגליא קמיה קןב"ה דמהימני ישראל,ממאי דלקה דכתיב ויאמר ה' לו עוד הבא נא ידך בחיקך וגו' לכאורה איז שווער פארוואס איז משה רבינו געשטראפט געווארען?, ער האט מסביר געוועכן פארוואס די איד'ן גייען אים נישט גלייבען,כי יאמרו לא נראה אליך ה' ,מיט זיין גרויס ענוה האט ער געהאלטן אז די איד'ן וועלען נישט געלייבן אז נאר צו אים האט זיך די אייבירשטער אנטפלעקט,נישט אז ער האט געמיינט אז די איד'ן פעלט זיי אמונה אינעם אייבירשטען?,

נאר די תרוץ איז פארענטפערט מיט די זיידעס אויבענדערמאנטע ווארט ,אז א'מנהיג ישראל בשעת ער טוט פאר טובת כלל ישראל, טאר ער זיך נישט האלטן קליין און זיין א'עניו,און ווועגען דעם איז ער באשטראפט געווארן.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:23 pm


אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 5:29 pm


מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 6:26 pm

רימאנובער, א דאנק פאר די שיינע סיפורים.

איך האב הנאה צו ליינען, שרייב נאך אויב דו קענסט פליז.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יוני 15, 2016 5:30 pm

אן אינטערעסאנטער מודעה אינעם דאר היום, יום חמישי, אפריל 22, 1926.
צוגעלייגטע
דאר היום, יום חמישי, אפריל 22, 1926.GIF
דאר היום, יום חמישי, אפריל 22, 1926.GIF (14.48 KiB) געזעהן 3680 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 3:26 pm

האם מהרי"ד מבעלזא הינו הראשון שנקרא על שם זקנו רבי ישכר דוב רמר"ז, או שמא היו נכדים אחרים שכבר נקראו בשם ישכר דוב לפניו ???

הדבר חשוב עבורי, כי עדיין לא ברור אצלי שנת פטירתו של רבי ישכר דוב רמר"ז... [שהרי מה שנכתב בהרבה מקומות שרבי ישכר דוב רמר"ז נפטר בשנת תקס"ד זה טעות גמורה ללא שום ספק].
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 10:58 pm

לא, בפשטות הוא לא הי' הראשון.
מרן מהר"ש הי' לו גיס בשם ר' חיים לייב [לא זכור לי אם הי' בנו של הרה"ק ר' ישכר דוב רמר"ז או חתנו], והוא הי' לו בן בשם "ישכר דוב".
את זה ראיתי פעם, אבל לא זכור לי יותר פרטים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 10 געסט