אנטדעקט!!! פנקס הקהילה

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

אנטדעקט!!! פנקס הקהילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שאור לא ימצא בבתיכם, די דאזיגע פסוק מיט די ענליכע דערצו איז כלל ישראל מקיים יאר איין יאר אויס, מיט אלע כוחות טוט מען דעם חמץ אויסראטן אזוי אז ווי נאר עס איז סוף זמן שריפת חמץ וועט איר קיין ברעקעלע חמץ נישט טרעפן אין קיין שום אידיש הויז, אשרי העם שככה לו אז עס געפונען זיך אין איר מענטשן וואס הגם זיי האבן גענוג עצות ווי זיך ארויסצודרייען פון אזא שווערע ארבעט דאך וועלן זיי מכירה לנכרי/ביטול נאר נוצן פאראינשורענס, אשרינו!

די זעלבע איז ביי די אפיסעס און ארבעטס פלעצער, מען רייניגט עס לכבוד פסח, ובפרט אויב איז עס אזא מקום וואס מען וועט איר נוצן אום יו"ט.

נישט אנדערש איז די גורל פון אונזער היימישער קרעטשמע, אז עס קומט אריין דער הייליגער נאכט, דער סדר נאכט, הערשט אויך אינעם ווירטואלן קרעטשמע א סדר, אלעס איז ציכטיג און ריין, קיין ברעקעלע חמץ איז נישט דא צו טרעפן אין איר, יעדעס ווינקעלע גלאנצט פון א העכערע שיין, וואו אימער מען זאל נאר קוקן איז עס פסח'דיג.
אבער אין די צייט וואס איבעראל איז די ריינקייט און זויבערקייט א ענן פורח, מיט די ערב פסח ווינט איז זי אנגעקומען און מיט די מוצאי פסח בלאז וועט זי אוועקפליען, איז עס דא ביינונז אינגאנצן אנדערש, דאס ציכטיגקייט דא קומט פון א גאנץ יאר וואס די געטרייע הנהלה טוען שטיין אויף די וואך אז די חמץ ברעקעלעך זאלן נישט אראפפאלן און אודאי זיך נישט אנקלעבן, דא ווייסט יעדערער אז די שאור שבעיסה איז בבל יראה ובבל ימצא אויך פון מוצאי פסח ביז ערב פסח (דאס קען אפשר זיין פשט פון אונזער נאמען "איי"וועלט, על שם הפסח'דיגע אויר וואס דא שוועבט א גאנץ יאר, וכידוע איז דאך אייער פון די הויפט אינגרידיענס פון פסח...).

איין זאך וואס עס שטערט שוין די הנהלה א לענגערע צייט איז די בעיסמענט, אינעם קרעטשמע זעלבסט איז טאקע דא די הנהלה וואס הייבן אויף יעדעס ברעקעלע, אבער מי יודע וואס עס טוט זיך אין בעיסמענט, מען זיצט דא אין קרעטשמע, אמאל פאלט אראפ א שטיקעלע חמץ צום בעיסמענט, אמאל גייט איינער אראפ און לאזט בטעות איבער זיין האלבע סענדוויטש, וכדמבואר היטב בשו"ע ובפוסקים ווען מען דארף יא בודק זיין א אוצר און ווען נישט, עס איז נאר אינטערעסאנט אז די משל וואס די גמרא געבט איז דייקא ביי פעסלעך וויין, לרמז עלינו ועל קרעטשמתינו...

האט זיך די הנהלה קאנטאקטירט מיט מיר, מיט די בקשה דאס צו טון.
שערי תירוצים ננעלו זאגן זיי מיר, אלע יארן האבן זיך די פארבעטענע ארויסגעדרייט מיטן אויסרייד אז עס איז זיי שווער צו ליינען כתבי יד מיט אלטע שריפטן, אנדערע האבן געזאגט אז עס איז געפערליך שטויביג דארט. ביי דיר אבער - זאגט מיר די הנהלה - גילט נישט קיינע פון די אויסריידן, מיט כת"י ביסטו באקאנט פון די הוצאת ספרים און פון די שטויב ביסטו דאך באשיצט דורך'ן שמאטע אויפן מויל...
א ברירה האב איך געהאט? עפעס הכרת הטוב מוז איך דאך צוריקווייזן, האמיר זיך גענומען צו די ארבייט.

לאנגע חדשים האב מיר פארברענגט אין בעיסמענט, בערג מיט שטויב האב איך אפגעווישט, הויפענעס מיט אלטע ביכער און חפצים האב איך אוועקגעריקט.
מיטאמאל איז די ארבעט געקומען צו א האסטיגן אפשטעל! צו מיינע אויערן האבן דערגרייכט די קוויטש וואס מיין אייגענע מויל האט ארויסגעגעבן! (עס גייט בערך ווי ביים רעדן אין א מייק פארנט פון א ספיקער, די ספיקער זאגט וואס דער מייק הערט, דערנאך הערט די מייק אויך די קול יוצא מפורש פונעם ספיקער און איז גורם א העכערונג אין די קול וואס די ספיקער געבט ארויס און דאס הערט ווייטער די מייק ווערט ער נאך העכער וחוזר חלילה וחס, ביז מען קומט צום פוינט ווי דער ספיקער לאזט ארויס די לאנגע דינע אבער קוויטשעדיגע קול, וואס אין רעאקציע דערצו פארמאכט יעדער איין אויג אוו עפנט די מויל קרום...)
וואס איז געשעהן?! הערט אייך צו!
אז איר דרייט זיך ארום אין קרעטשמע האט איר שוין אודאי באמערקט אז יעדע תגובה/הודעה איז געשריבן געווארן דורך איינעם, קיין איינס איז נישט אליינס אנגעקומען דא... ביי יעדע תגובה שטייט ווער עס האט עס געשריבן און איר קענט קליקן אויפן נאמען צו זעהן אביסל דעם דין וחשבון פון איהם, וואס איז ער, וואס האט ער שוין געשריבן, וואו דרייט ער זיך ס'מערסטע, ועוד.

עטליכע מאל שטויסט מען זיך אן אין תגובות וואס עס האט געשריבן אדונינו ר' Anonymous, משום איזה סיבה איז זיין נאמען נישט קיין לינק און מען קען איהם נישט באטראכטן פון די נאנט.
די פשט דערפון איז פשוט און שוין עטליכע מאל געזאגט געווארן ביני כותלי קרעטשמתינו, דער כותב איז דער'הרג'ט!
מחמת איזה סיבה האט די הנהלה מחליט געווען איהם צו ווארפן און דעריבער איז אזא ניק שוין נישט קיין נמצא אז עס זאל מעגליך זיין צו קוקן זיין פראפייל.
ווער איז ער אבער געווען? אט דאס איז געווען די קוויטש! מיר האבן אלץ געוויסט אז די פנקס הקהילה ווי עס איז פארשריבן די שמות הנפטרים איז פארלוירן געגאנגען, מיר האבן עס געטראפן!!


---

מיר וועלן גיין כמנהג רבותינו חותמי הקולות קוראות - ע"פ סדר הא"ב.
יתכן אז מחמת יושן הכתב האבן מיר פארפעלט עטליכע אבער דא האט איר א העתקה פון ס'רוב:
טוירמס ענד קאנדישאנס; ווען איך ליין פון דא און ווייטער איז עס מיטן תנאי כפול הקודם למעשה אז איך גיי בשום אופן ניצן אפי' נאר איינס פון די לינקס אויף ארויפצוברענגען יענע אשכול, אויב יא, וועל איך מנדב זיין $100 פאר הוצאת ספרים אדער וועל איך מעתיק זיין א עמוד.

1) אבימלעבט'עלע
2) איבערדרייער
3) א יודעלע
4) באני רעביט
5) בין לאדין
6) בלימפ
7) בר חורין
8) גרוינעם
9) גר ותושב
10) הינדל
11) דיפלאמאט
12) הער איך
13) חברה מאן
14) חחחכאכא
15) חיות דאקטער (בערך אזוי)
16) יא ס'מיך
17) ירח_בן_יומו
18) יענער
19) כלבין דחציפין
20) מפוקל
21) משה מענטש
22) נפתלי צירלזאהן
23) סעקעלהיד
24) קוף
25) רוני
26) שטורעםנט
27) שמערל
28) eli

אזוי אויך איז דא געוויסע וואס זיי זענען פארמעקט געווארן, אבער א מצבה מיט זייער נאמען האט מען איבערגעלאזט:
אויך דא וועלן מיר גיין מיט די סדר הא"ב, נאר אנפאנגען וועלן מיר מיט ענינא דיומא...
1) מרס. פסח
2) מבית עבדים
3) אהבת ישראל
4) איציקל
5) גאסט
7) וואלף בער
8) זאגסט מיר
9) שוין זאל זיין אזוי
10) זלאטשוב כולל
11) חותמו אמת
12) טישטוך
13) מאנקי (לויט ווי קרעמער שרייבט איז דאס געווען קוף וואס איז אינגאנצן פארמעקט, מן הסתם האט מען איהם פשוט געעפנט א נייע ניק, נישט "געטוישט" די אלטע)
14) מקוה_איד
15) עולם_מלא
16) עולם_2
17) רזונדל
18) שלימיאל
19) cocojumbo
20) diet
21) moviejoey
22) yoshe puper

דאס איז אלע וואס געפונען זייך ביי אונז אין בעיסמענט, מעגליך אז אין די בעיסמענט פונעם מנהלים אפיס איז דא נאך, אבער מען האט מיר נישט ערלויבט דארט צו פסח מאכן...

דריי איבער דעם קאמפיוטער סקרין.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

גוט גוט..
'מרס פסח' רעדט צו 'הער נאר', דאס האסטו אויסגעלאזט.
הק' איש ימיני
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

עפעס שמעקט מיר נישט דא,
איינער ווייסט דעם ענגלישען דאטום פון צוויי טעג ארום?
(העשטעג...... ........ דעי)
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:עפעס שמעקט מיר נישט דא,
איינער ווייסט דעם ענגלישען דאטום פון צוויי טעג ארום?
(העשטעג...... ........ דעי)

זאג נישט אויס, ס'יז אינטערסאנטער ווען דער עולם רישט זיך נישט פון פאראויס...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

געפונען נאך צוויי געמעקטע, זיי האבן אבער גארנישט געהאט געשריבן דערפאר האב איך נישט געוויסט פון זיי בעפאר.

די סמעטענע און היימישע קרעטשמע

"היימישע קרעטשמע" פארשטיי איך דאס פארמעקן, אבער "די סמעטענע", מה פשעו ומה חטאתו?? איי געס עס פעלט מיר ידיעה אין היסטאריע פונעם סייט
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מיסטעריעז האט געשריבן:געפונען נאך צוויי געמעקטע, זיי האבן אבער גארנישט געהאט געשריבן דערפאר האב איך נישט געוויסט פון זיי בעפאר.

די סמעטענע און היימישע קרעטשמע

"היימישע קרעטשמע" פארשטיי איך דאס פארמעקן, אבער "די סמעטענע", מה פשעו ומה חטאתו?? איי געס עס פעלט מיר ידיעה אין היסטאריע פונעם סייט

ס'איז דאן געווען א פורום 'די סמעטענע' אולי משום הא.
הק' איש ימיני
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מיסטעריעז האט געשריבן:אבער "די סמעטענע", מה פשעו ומה חטאתו?? איי געס עס פעלט מיר ידיעה אין היסטאריע פונעם סייט

זעה דא
ס'געווען אמאל א פארום וואס האט געהייסען "סמעטענע". דארט האט מען אריינגעשטעלט אזאנע אשכולות וואס מען האט קאנסידערט "געלונגען!". 
מיט די צייט איז אנטשטאנען א פראבלעם אז ס'האט געפירט צו אומגעוואונטשענע געפילען צווישען. והכל על מקומו יבא בשלום.

ביי עפענונג פון די היינטיגע‏ "היימישע דשורנאל" פארום ‎‎האט גראדע אויך געהערשט א שטיקעל מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי מ'וועט באשליסען וועלכע ארטיקלען ס'איז ראוי אריינצוגיין אין יענע פארום. און איר קענט טאקע באמערקן די‎ ‏'דינע ליניע'‏‏ אויף וואס די מנהלים האבן זיך געשטעלט אין די "ברוכים הבאים" אשכול.‏

איך האף אז דאס איז גענוג אינפארמאציע.‏

דשורנאל‏
viewforum.php?f=73‎‎
ברוכים הבאים
viewtopic.php?f=73&t=10741
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יעפ, איבער גענוג.
א עקסטערע דאנק פאר די לינק צו די דזשורנאל פארום
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אז די מאנטריאלע אשכול איז ארויפגעברענגט געווארן האב איך מיר דערמאנט פון אונזער מאנטריאלער נייעס ברענגער דובי.
וועלנדיג זעהן ווען ער האט די לעצטע מאל באזוכט דא, זעה איך אז: עס עקזיסטירט נישט אזא באנוצער!
דאס זעלבע איז מיטן פותח האשכול ק.נ.א. וועטער ביורא, קענסט מיך?.

דאס איז א אנדערע סארט אויסמעקונג, זיי עקזיסטירן אבער זיי זענען פארמעקט (אויסגעשפארט?).

ווייסט איינער וואס מיט זיי איז געשעהן?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שמאטע האט געשריבן:ס'געווען אמאל א פארום וואס האט געהייסען "סמעטענע". דארט האט מען אריינגעשטעלט אזאנע אשכולות וואס מען האט קאנסידערט "געלונגען!".

געטראפן

בילד
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

אחראי דולה ומשקה, נישטא מער.
memberlist.php?mode=viewprofile&u=136
זיך תגובות פון באנוצער האט נישט קיין ענליכע ווערטער.
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

נגיד האט געשריבן:אחראי דולה ומשקה, נישטא מער.
memberlist.php?mode=viewprofile&u=136
זיך תגובות פון באנוצער האט נישט קיין ענליכע ווערטער.

די סקרין-שאט קומט גראדע פון א אשכול איבער זיין פטירה...

ער איז אבער נישט פארמעקט, זיינע 83 תגובות קענסטו נישט טרעפן ווייל זיי זענען געשריבן אין מנהלים פארומס
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מיסטעריעז האט געשריבן:אזוי אויך איז דא געוויסע וואס זיי זענען פארמעקט געווארן, אבער א מצבה מיט זייער נאמען האט מען איבערגעלאזט:

א פרישער [תרתי משמע] איז אומגעקומען אויף אזא אופן.
קאפ_שטיק
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מיסטעריעז האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אזוי אויך איז דא געוויסע וואס זיי זענען פארמעקט געווארן, אבער א מצבה מיט זייער נאמען האט מען איבערגעלאזט:

א פרישער [תרתי משמע] איז אומגעקומען אויף אזא אופן.
קאפ_שטיק

עפעס קוקט אויס ווי ער האט זיך אליין גענומען דאס לעבן, ער האט געשריבן בעפאר אז ער גייט פון דא. אפשר איז דאס דער תירוץ איבער דער ערשיינונג.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

הק' איש ימיני
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

גערעכטער האט געשריבן:האיש משה

דו מיינסט עס ערנסט?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מיסטעריעז האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:האיש משה

דו מיינסט עס ערנסט?

אפפס.. יעצט זעה איך אז דער איז 'משה מענטש'.
כ' האב עס געשריבן נאכן זעהן נאר מאשקע'ס תגובה.
הק' איש ימיני
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מיסטעריעז האט געשריבן:א אנדערע סארט אויסמעקונג, זיי עקזיסטירן אבער זיי זענען פארמעקט (אויסגעשפארט?).

און דער "תמימות'דיגע בחור" האט זיך נעבעך געבעטן מען זאל מיט איהם אויך אזוי מאכן, ונעתרו לבקשתו.

זיין אוועטער, זיין חתימה און זיינע תגובות (די וואס זענען שוין פארמעקט), אלעס האט געשריגן: "ווארפט מיר ארויס פון דא!".
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אבישי בן פורת איז אויכעט נחסם.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א אשכול וואס איז מאדנע, אנע פשט האט ער געעפנט, ואיננו!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

"אלץ ווייסער" (א אישי קען מען אים שיקן, דאס איז אביסל פאני...)
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

נגיד האט געשריבן:"אלץ ווייסער" (א אישי קען מען אים שיקן, דאס איז אביסל פאני...)

דו מיינסט אלץ-ווייסער, ער איז נישט פארמעקט נאר נחסם פארדעם קען מען איהם שיקן פריוואטע מעסידזשעס.
אלץ ווייסער איז א אנדערע ניק.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

וואס עפעס איז נחסם.
פאר א גוטע סיבה ב"ה.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

היינט האב מיר זיך אין איינעם וואס מען האט געשיקט מאכן א געדאטשקע אין חצר פון קרעטשמע, אבער ער האט מיטגענומען אלע זיינע תגובות (לויט די רעאקציע פונעם עולם, קומט דא א ב"ה...).
נתן דוב
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אין די יעצטיגע מינוטן איז מרנא ורבנא נחתם געווארן.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”