בד"ה - הרה"ח ר' ישראל דוד וויינבערגער ז"ל - מוהל מומחה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 24, 2015 3:00 pm

אייביג א שמייכעל געהאט; ווען איך האב געזעהן דעם שמייכעל און דאס רואיגקייט האביך געוויסט אז דאס קינד איז אין גוטע הענט אפילו אין זיין הויכען עלטער.

כ'האב געמיינט אז ער איז געווען עלטער.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג מארטש 24, 2015 3:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21571
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 24, 2015 3:01 pm

יהיה כן האט געשריבן:איז דאס געווען זיין קאר'ס פזמון???, (אנדערש פארשטיי יאך נישט)

בד"ה, טאקע נישט געווען מיין מוהל, אבער מיין זון'ס יא

געהאט צווויי גאלדענע רעכטע הענט, פלינק, עד זקנה ושיבה

א רשימה בניו וחתניו:
בנו ר' משה נתן,
בנו ר' מאיר
חתנו ר' אלי' קאהן מסאנפעטער שליט"א
חתנו ר' חיים מאיר סאנדער
ווער נאך?

ר' יעקב מרדכי.
ר' מנחם.
חתנו ר' שמואל מרדכי ליעבערמאן
חתנו ר' אביגדור הכהן רז"ב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מארטש 24, 2015 3:04 pm

יהיה כן האט געשריבן:איז דאס געווען זיין קאר'ס פזמון???, (אנדערש פארשטיי יאך נישט)

יא
בד"ה, טאקע נישט געווען מיין מוהל, אבער מיין זון'ס יא
געווען מיינס, און צוויי פון מיינע קינדער


ער האט מיר געזאגט אז ער האט א פונקטליכע חשבון פון אלע ברית'ן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 24, 2015 3:22 pm

כ'געדענק שוין נשיט די נומער פון ברית'ן וואס ער האט געמאכט, אבער עס איז פיל ווייניגער ווי מען שטעלט זיך פאר.

ער האט מיר אמאל געזאגט, אז אויב כ'הער איינער האט געמאכט "ווער ווייסעך וויפיל" ברית'ן איז עס ליגענט, ווייל מען קען נישט מאכען פראקטיש מער ווי א געוויסע נומבער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 24, 2015 4:25 pm

ר' ישראל דוד איז נישט געווען א מוהל מאז ומקדם אויפן מאסשטאבליכן פארנעם. ער האט זיך מער אריינגעלייגט דערינען, וויפיל עס וועט זיך הערן מאדנע, ווען ער האט פענסיאנירט.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 24, 2015 4:34 pm

ביי די רוסישע ברית'ן איז ער שוין געווען אויף פענסיע?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 pm

איי וויי, האמיר רבי ישראל דוד'ן אויך פארלארן. דאס איידלקייט און בא'חן'קייט פון אזא פארצייטישן אידל.

וי להאי שופרא דבלי בארעא.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 24, 2015 9:39 pm

וואס אן אייניקעל פון ר' ישראל דוד האט מיר געזאגט. ער איז געווען א מוהל און געמאכט ברית'ן לאקאל. ער האט פענסיאנירט א צירקע פינף און דרייסיג יאהר צוריק און דאן אנגעהויבן מיט די ברית'ן אין רוסלאנד. אז מען מאכט דעם חשבון איז רוסלאנד דאן געווען אונטערן אייזערנעם פארהאנג, וואס דאן איז כמעט אוממעגליך געווען צו פארען אהין און אוודאי צו מאכען ברית'ן
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 24, 2015 9:43 pm

אזוי רעדנדיג. ר' ישראל דוד איז געווען מוהל ביי מיר און רבינו יואל זי"ע סנדק.
בוי זיך זעלבסט

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג מארטש 24, 2015 10:25 pm

אז מ'רעדט פון ר'ישראל דוד ע"ה דערמאן איך זיך וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי א ברית בערך א האלב יאר צוריק, און איינער פון די אנוועזנדע האט אים איידעלערהייט געפרעגט וויאזוי ער וואגט זיך נאך צו מאכן א ברית אין די עלטער, האט ר' ישראל דוד גענומען א גלעזל וואסער און געזאגט דעם אינגערמאן אז אויב די וואסער שאקלט זיך אפילו במשהו אין זיין הענט איז ער נישט מוהל ביים ברית, דארט זענען געשטאנען אסאך מענטשן און יעדער איז געווען עדות אז די וואסער איז געשטאנען גלייך כאילו ס'ליגט אויפן טיש! און דאס איז געווען ביי 93 יאר

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דינסטאג מארטש 24, 2015 10:31 pm

איך האב גענוצט רבי ישראל דוד ע״ה ביי א ברית פון קינד פאר אפאר יאר צוריק אין זיינע אכציגער יארן. ער איז געווען בעסער וואו אנדערע יונגעלייט מוהלים וואס איך האב געהאט שפעטער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 24, 2015 11:21 pm

איי ר' ישראל דוד, זיין בחנ'טע צוגאנג צו יעדן אן אויסנאם, זיין צופרידענע שמייכל לויפענדיג פון איין ברית צום צווייטן און אינצווישן נאך עפעס אריינכאפן פון די סעודת מצוה ברית. מקען דאס נישט פארגעסן.

איך וואלט געשאצט ארום 4 טויזענט קינדער אויף זיין קאנטע מאכט סענס?

תנצבה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דינסטאג מארטש 24, 2015 11:38 pm

בד"ה
איז. באקאנט ווען ס'איז געווען די לעצטע ברית ביי אים?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג מארטש 24, 2015 11:51 pm

בד"ה, האמיר אים ב"ה זוכה געווען צו קענען און נוצן.

דער לעצטער ברית איז דוכט זיך געווען ביי אן אור-אייניקל פאר עטליכע וואכן (חדשים) צוריק, הארט פאר'ן אוועקפאלן.

יהא זכרו ברוך!

_______

כ'געדענק מ'האט געשמועסט דא אויפ'ן וועלטל פינעם פאר א תקופה צוריק (געווען א מבוכה אויב זיין טאטע האט נאך געקענט זען דעם דברי חיים), אויב עמיצער קען לינק'ן...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג מארטש 24, 2015 11:59 pm

ר' ישראל דוד'ס מוהל טאשקע.
צוגעלייגטע
IMG-20150324-WA0010.jpg

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך מארטש 25, 2015 6:50 am

שוועמל האט געשריבן:איי ר' ישראל דוד, זיין בחנ'טע צוגאנג צו יעדן אן אויסנאם, זיין צופרידענע שמייכל לויפענדיג פון איין ברית צום צווייטן און אינצווישן נאך עפעס אריינכאפן פון די סעודת מצוה ברית. מקען דאס נישט פארגעסן.

איך וואלט געשאצט ארום 4 טויזענט קינדער אויף זיין קאנטע מאכט סענס?

תנצבה

אין א צירקע פון איבער פערציג יאהר קאן עס גאר מעגליך זיין. עס ווערט צוטיילט אויף ארום הונדערט בריתן פער יאהר, וואס איז מעגליך פאר א איינצעלנעם מענטש נאכצוקומען מיט א רוהיגקייט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מארטש 25, 2015 8:52 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ר'ישראל דוד ע"ה דערמאן איך זיך וואס איך האב מיטגעהאלטן ביי א ברית בערך א האלב יאר צוריק, און איינער פון די אנוועזנדע האט אים איידעלערהייט געפרעגט וויאזוי ער וואגט זיך נאך צו מאכן א ברית אין די עלטער, האט ר' ישראל דוד גענומען א גלעזל וואסער און געזאגט דעם אינגערמאן אז אויב די וואסער שאקלט זיך אפילו במשהו אין זיין הענט איז ער נישט מוהל ביים ברית, דארט זענען געשטאנען אסאך מענטשן און יעדער איז געווען עדות אז די וואסער איז געשטאנען גלייך כאילו ס'ליגט אויפן טיש! און דאס איז געווען ביי 93 יאר

wow

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך מארטש 25, 2015 10:09 am

א א ביזי מוהל קען אנקומען צו זעקס הונדערט בריתות א יאר רואיגערהייט. פארגעסט נישט אז בריתות מאכט אין יעדן איינציגן טאג פון דינסטאג משפטים ביזן סאמע יום הקדוש.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 25, 2015 10:19 am

שטארק זיך האט געשריבן:א א ביזי מוהל קען אנקומען צו זעקס הונדערט בריתות א יאר רואיגערהייט. פארגעסט נישט אז בריתות מאכט אין יעדן איינציגן טאג פון דינסטאג משפטים ביזן סאמע יום הקדוש.

און ערב סוכות און שבועות אינדערמיט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך מארטש 25, 2015 10:28 am

צווייפעל האט געשריבן:בד"ה

זעלטענע זאך, זיין טאטע איז נאך געפארן קיין צאנז.


ווי אזוי האט זיין טאטע געהייסען און ווי אלט איז ער געוועהן בשנת תרל"ו?

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך מארטש 25, 2015 10:37 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:בד"ה

זעלטענע זאך, זיין טאטע איז נאך געפארן קיין צאנז.


ווי אזוי האט זיין טאטע געהייסען און ווי אלט איז ער געוועהן בשנת תרל"ו?

עיין כאן !
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מיטוואך מארטש 25, 2015 3:11 pm

האלטענדיג א אור אור אייניקל
צוגעלייגטע
IMG_0598.JPG

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 6:05 pm

שטארק זיך האט געשריבן:א א ביזי מוהל קען אנקומען צו זעקס הונדערט בריתות א יאר רואיגערהייט. פארגעסט נישט אז בריתות מאכט אין יעדן איינציגן טאג פון דינסטאג משפטים ביזן סאמע יום הקדוש.


ביי מיין אינגל איז ער אנגעקומען שפעט, און זיך פארענטפערט אז ער האלט שוין ביי די דריטע ברית היינט, ביי די סעודה האט ער זיך געיאגט זאגנדיג אז ער דארף גיין צו נאך א ברית

דאס איז געווען אביסל מער ווי צוויי יאר צוריק
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 6:22 pm

איך האב אים מכבד געווען אויף מוהלות וואס די ברית איז געווען שב"ק. און פרייטאג ציפרי האט ער מיך גערופען אז ער מיז זיך אפזאגען ווייל ער דארף אוועק פארן אויף שבת און א פארווארפענע געגענט אויף א ברית . און אויב ער גייט נישט וועט נישט זיין די ברית בזמנו און ב"ה דא איז דא געניג מוהלים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג מארטש 27, 2015 11:02 am

נחמן נתן האט געשריבן:איי וויי, האמיר רבי ישראל דוד'ן אויך פארלארן. דאס איידלקייט און בא'חן'קייט פון אזא פארצייטישן אידל.

וי להאי שופרא דבלי בארעא.

צו זיין מומחיות'דיגן מוהל'שאפט האט צוגעגעבן זיין פערזענליקייט כדאמרן, ווער רעדט נאך זיין יראת שמים.

ווען איז ער ל"ע נתאלמן געווארן ל"ע, דאכט זיך מיר עפעס נישט צו לאנג צוריק, אמת?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט