לכתחילה אריבער האט געשריבן:לאמיר לייגען די פראגע א טראפ אנדערשט.
וואס איז די גאנצע לייגן די מציבה ביי די שבעה? איז עס אינדערהיים אויך אזוי געווען? בכלל זענען דא וואס לייגן ביי די שבעה, אנדערע ביי שלושים, אדער ר"ח אלול, צו גאר ר"ח סיון. אינדערהיים איז מען דאך נישט געלאפן אין ביה"ח דריי מאל א וואך, אלזא האט מען געלייגט איינמאל א יאר, אזוי האבעך פארשטאנעם בערך.
איך מיין אז די גאנצע "שנעל לייגן" נעמט זיך פון די היינטיגע "נעקסט קעיס" מאנטעליטעט. קען זיין כ'האב א טעות און עס יא א מקור, אדרבה איינער וואס איז באקאנט זאל ברענגען עפעס מקורות אויף די זמנים בכלל.
דער עיקר מנהג שטאמט פון אריז"ל (זעה שער המצות פרשת ויחי), וואס ער שרייבט אז עס איז דא 3 חלקי הנפש, איינס פון די איך מיין דער "נפש" דרייט זיך ארום די זיבן ימי אבילות בבית האבל, נאכדעם זוכט עס מנוחה און זי טרעפט נאר אויף די מצבה העכער מקום הנפטר, און וועגען דעם ווערט "מצבה" אנגערופן "נפש", וועגען דעם שרייבן די מקובלים אז מען זאל בשום אופן זיך נישט פארזוימען מיטן לייגן די מצבה.