ווי אזוי העלפט מען א חבר וואס מוטשעט זיך מיט יענע מחלה ר"ל?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
ווי אזוי העלפט מען א חבר וואס מוטשעט זיך מיט יענע מחלה ר"ל?
איך האב א זייער נאנטע חבר וואס ליידער איז זיינס א קליין קינד דיאגנאזט געווארן מיט די ביטערע מחלה רח"ל, איך האב נישט קיין שום פארשטאנד אין די מעדיקל פיעלד ממילא פארשטיי איך גארנישט וואס דאס מיינט, אבער איך זעה א טאטע פלאגט זיך, די משפחה צופאלט (יעדען טאג פארט מען קיין מענהעטן אויף טריטמענטס) די עלטערען אפגעמוטשעט און די קינדער צוזייט און צושפרייט, אלזא די הארץ רייסט, און ביי מיר אין קאפ פליען דארך אסאך מחשבות ווי אזוי דארף איך זיך אויפפירן אין אזא צייט, איך וויל בעטן פון דער וואס האט (ליידער) עקספיריענס זאל מיטטיילן די ידועות און די געפילן:
כדי צו קען ריכטיג פארשטיין וואס מיין חבר מאכט מיט, און א אביסל די ווערטער וואס איך הער פון איהם איבער די נושא, כדי איך זאלנישט דארפן איבער פרעגן נאר פארשטיין אויפ'ן ווינק (אז ...מיינט אז מ'האט מורא אז די פיאות הייבט אן ארוספאלן וכדומה) וויל איך וויסן:
1)איך וויל וויסן באופן מקיף וואס די מחלה איז.
2)וואס מיינט רעדיעשן, קימא, סורגערי.
3)וואס איז געווענטליך די פראסעס, דהיינו וויפיל וואכן\חדשים פרובירט מען דעם עצה אדער די צווייטע עצה.
איינמאל איך פרשטיי די ענין, וויל איך וויסן וואס דארף זיין מיין צוגאנג צו מיין חבר (וואס אגב פרובירט מישט צו רעדן וועגן די פרשה מיט סתם מענטשן)
אוודא האב איך איהם גע'אפערט וועלעכע הילף ער דארף נאר אבער אויב קען איל קומען צו איהם אנטראגן אז איך גיי טוען כך וכך וועט עס זיין אסאך גרינגער פאר איהם צו נעמען.
1)וואס זענען די זאכן וואס מ'קען אנטראגען ארויסצוהעלפן.
2)האבן מענשטן ליב אז א נאנטע פרעגט כסדר וואס איז די מצב (וואס פארשטייט זיך אז אמאל איז די ענטפער בעסער און אמאל שוואכער).
3)דארף מען רעדן כסדר פאזיטיוו, אדער זיך וויסנדיג מאכן פון די מעגליכקייט אז ליידער גרייט מען זיך מקריב צו זיין א קרבן.
4)איז דא זאכן וואס מ'טאר קיינמאל נישט פרעגען.
איך ווייס אליין נישט וואס זענען אלע געדאנקן וואס דארפן יעצט ווערן באהאנדלט, אדרבה איש את רעהו יעזורו ולאחיו ואמר חזק
והשי"ת ישלח רפואה שלימה לכל חולי ישראל במהרה.

לעצט פארראכטן דורך פר בן בקר אום דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איז דא א מוסד וואס הייסט RCCS איך מיין דארט וועסטו טרעפן די ענטפער פאר אלע דיינע פראגעס, וה' ישלח רפו"ש לכל חולי ישראל
http://www.rofehcholim.org/
http://www.rofehcholim.org/
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
1) די דארפסט גארנישט וויסען איבער די מחלה - און ווי אזוי עס ארבייט, כדי צי העלפן דיין חבר.
2) עס איז בכלל נישט שייך צו זאגען קיין כללים דערין, עס פינקט ווי די זאלסט פרעגן אז די ווילסט פארשטיין ווי אזוי א קאר ארבייט, עס איז דא ליידער צענדליגער פארום׳ס פון די מחלה און ווי אזוי איר צי היילען.
3) די דארפסט גארנישט אריינרעדן איבער די מחלה, לאז עס איבער פאאר די פערפשענעלוס..
4) פרעג נישט קיין שאלות, אויב וואלענטירט ער נישט צו זאגן דיין לאזמנוחה.
די קענסט בדרך כלל העלפן מיט:
1) זאגען תהילים.
2) זיכער מאכען - אויב דיין חבר קען באשטיין - אז בשעת די שווערע דורוכגאנג עס ווארט זיי אפ נאכטמאל ווען זיי קימען אהים.
3) בעביסיטינג פאר די אנדערע קינדער.
4) מיט געלט אויב ער נוטיגט זיך דערין.

איך האב געהאט א נאענטן וואס האט זיך געמוטשעט מיט די מחלה נוראה,
איך וואלט געזאגט אז די 2 וויכטיגסטע הילף וואס די קענסט געבן
1) געלט (אויב ער לאזט זיך)
2) זיך אנטראגן צו טראגן און ברענגן דאס קינד אז די מאמע זאל קענען בלייבן אינדערהיים, (נישט אלעמאל דארפן די עלטערן מיטקומען) ס'איז וויכטיגער אז די שטוב זאל נישט זיין צופארן ווי אז זי זאל זיין מיטן קינד, (פארשטייט זיך אז וועסט קודם דארפן קאנווינסן די עלטערן דערצו)
3) אין א טאג וואס זיי זענען פארנומען מיטן קינד, אפפערן סאפער פאר די שטוב,
הכלל, זיכער מאכן אז די שטוב זאל בלייבן גאנץ בשעת די משפחה גייט דורך די טראומא,

והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
קיין עצות דארף דיין ער לכאורהנישט פון דיר דערנאך וואס עס איז היינט צוטאגס דא ארגאנאזאציעס וואס העלפן ארויס מיט די זאכן, ער דארף פון דיר איין זאך, דאס איז דיין הארץ, און וואס די קענסט טון איז צו זען אז זיין שטוב זאל נישט ווערן צופארן, און אז עס זאל עם אנקומען די גרינגסטע וואס עס קען, איך גלייב צו גיין אין שפיטאל אדער צו דאקטורים האט ער נישט קיין פראבלעים ווייל ער קען נוצן חסד, אבער איין זאך איז דא וואס נאר א נאנטער קען טון, צו זען אז די שטוב זאל נישט צופאלן, זען אז דארט זאל זיין יעדע נאכט סאפער, די קינדער זאלן גיין געהעריג אין חדר, זיי זאלן האבן מיט וועם צו גיין שבת אין שול און אזוי אויך איינער וואס זאל מיט זיי לערנען אין די צייט וואס די טאטע איז אין שפיטאל אא"וו, און דאס קען נאר משפחה אדער נאנטע חברים העלפן.
איך בין איינמאל מער נישט געדאכט פארברענגט מיט מיין קינד אין שפיטאל אריין און ארויס פאר אפאר חדשים, די אפמוטשענישט פון נישט זיין אינדערהיים און לאזן די קינדער אויף הפקר איז זייער א שווערע דורכגאנג, קאונסאלטינג און עצות פאר די קרענק האב איך געהאט גענוג, אבער צו האלטן די שטוב מסודר איז געווען זייער שווער, איך האב נאך געהאט דעמאלטס א קליינע שטוב איז נישט געווען אזוי געפערליך, אבער פאר א שטב געבענטשט מיט קינדער איז דאס זייער שווער, און די דארפסט געבן דיין הארץ און זען ארויסצוהעלפן דאן זאלסטו וויסן געסטו אלעס

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
בס"ד
א צייט צוריק האט א יונגערמאן, מיינס א נאנטער קרוב (אבער נישט צו נאנט), נישט מער געדוכט דורכגעמאכט די ביטערע פרשה, ב"ה ארויס געהיילט.
עס איז נישט געווען גענוג קרבות צו רעדן פון בעביסיטינג וכדומה, אבער מיר דאווענען אויף איין פלאץ, און איך האב באמערקט אז ער שעמט זיך אביסל צו רעדן אין דעם מצב, דערקענט אויפ'ן פאות-בארד, און דער עולם האט זיך אויך געשעמט צוצוגיין צו אים נישט וויסנדיג וויאזוי.
כ'מיין אז די בעסטע זאך וואס כ'האב אים געקענט טאן איז געווען צו שמועסן, קופקען מיט אים "נארמאל," ווי גארנישט וואלט געווען. אמאל אמאל האט ער מיר דערציילט וואס ער גייט דורך מעדיציניש, אבער ווייטער אלעס נארמאל, פשוטו כמשמעו.
איך האב געקענט זעהן עס האט אים ממש מחי' געווען, און געוויזן פאר'ן עולם אין שולכ'ל אז "ס'בייסט נישט" און מ'קען רעדן נארמאל, און מען דארף רעדן נארמאל. מען דארף נישט אנטלויפן.

ב"ה איך האב נישט קיין ערפארונג מיט די גרויזאמע מחלה ל"ע, השי"ת זאל ווייטער העלפן, און שיקן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל, אבער איך האב באמערקט אז זינט איך דריי מיך צווישן מענטשן מיט א וואלקער, וועלן מענטשן אוועקוקן פון מיין ריכטונג און מיינען אז איך דארף פריוואטקייט. דער אמת איז אז פריוואטקייט האב איך שוין געהאט גענוג, אפגעזיצן אפאר וואכן איינזאם אינדערהיים, אז איך קום ענדליך צווישן ציבור איז א סימן אז איך וויל זעהן דעם עולם און רעדן מיטן עולם, עס איז נישט קיין חסרון צו כאפן א בליק, פרעגן וואס מאכסטו וויאזוי גייט עס, רעד צו מיר כאילו לא היה...
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7784
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
אוויא יאנטל זאגט, שמועס מיטנען ווי א נארמאלער מענטש, די מענטשן פילן ווי מצורעים, פלוצלונג זעצט מען זיך נישט אויף איין באנק מיט זיי (אין די וואכן שולן), כאילו עס איז קאנטעידזשיאוס...
ער וויל זיך פילן נארמאל, סאו גיב אים די פילינג, אויב רעדט ער וועגן זיין אישו, רעד צו אים דערפון ווילער נישט, שטופ נישט אריין די נאניע.
און שוין

דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
וויפיל געלט איר וועט געבן איז קיינמאל נישט איבעריג און אזא צייט,
יעדע ריר קאסט אפ שווערע געלטער, פארן, קימען, געז אדער טעקסי, קויפן אן איבערבייס אינטערוועגנס, איבערלאזן פאר די קינדער צומאל צו גיין קויפן א סאפער אין טעיק אוט וכדו',
בקיצור ווען די שטוב ווערטשאפט איז נישט אינגאנצן ווי געהעריג קאסט עס שווערע געלטער

אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
- גלגלשלג
- שר חמש מאות
- תגובות: 990
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
- לאקאציע: טיף באגראבען
עס האט מיר פארציילט א חבר וואס זיין נאנטע קרוב איז געווען אין שפיטאל מיט א קינד ל"ע ער האט ארויסגעהאלפן מיט געוויסע קלייניקייטן די שטוב זאל זיך האלטן בסדר ער האט ארויפגעלייגט די קינדער אויפן באס, אריבערשיקען עסן אין שפיטאל אן פרעגן פארדעם, אפשערן די אינגלעך וכדו'
ה' ישלח מהרה רפואה שלמה אמן
ה' ישלח מהרה רפואה שלמה אמן
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
-
- שר חמישים
- תגובות: 68
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:05 am
- לאקאציע: וואו דער מחשבה איז
וואס דו זאלסט נישט זאגן? ''דו ווייסט ווי סאך מאל איך האב אויסגעזאגט תהלים פאר דיר'' דו ביזט אזא רחמנות! קיינער וויל נישט זיין 'א' רחמנות, 'א' רחמנות מיינט א שפלותדיג'ע זאך
וואס דו קענסט יא זאגן? ''איך כאפ התפעלות וואו אזוי דו האלסט דיך'' -''דו געסט מיר חיזוק ווען איך זעה דיר ארומגיין געהריג'' ''איך אין דייינע שיך וואלט שוין לאנג געכאפט א נערווען בראך'' בקיצור געב אים דער געפיל פון התפעלות וואו אזוי ער האלטס זיך, און ער מאכט א גוטע רושם, וואו ער איז פעסט און נישט פאלוירן, בדוק ומנוסה, פאר יעדע מענטש וואס גייט דורך שווערע מצבים- אבער מען דארף נאך אלץ ניצן דער מוח, וויאזוי עס צו זאגן, און צו וועמן, און ווען.
וואס דו קענסט יא זאגן? ''איך כאפ התפעלות וואו אזוי דו האלסט דיך'' -''דו געסט מיר חיזוק ווען איך זעה דיר ארומגיין געהריג'' ''איך אין דייינע שיך וואלט שוין לאנג געכאפט א נערווען בראך'' בקיצור געב אים דער געפיל פון התפעלות וואו אזוי ער האלטס זיך, און ער מאכט א גוטע רושם, וואו ער איז פעסט און נישט פאלוירן, בדוק ומנוסה, פאר יעדע מענטש וואס גייט דורך שווערע מצבים- אבער מען דארף נאך אלץ ניצן דער מוח, וויאזוי עס צו זאגן, און צו וועמן, און ווען.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
בס"ד
לכאורה דארף מען ערגעץ אנהויבן, א יסוד בכלליות, און נאכדעם גיין לויט זייערע אנווייזונגען צו אנדערע וואס טוען יעדער פרטים פאר זיך.
לכאורה, דעמאלט, גייט מען ערשט צו חי לייפליין, וואס קענען קעיר נעמען אויף אזויפיל חלקים, און בכלליות צו קאארדינירן די מצב, און נאכדעם גיין צו דעם פאר אינשורענס, דעם פאר קינדער אקטיוויטיס, דעם פאר חיזוק און סופארט גרופעס, דעם פאר שמחה אין שפיטאל, דעם פאר רעגירונג הילף און פערמיטן וכו'.
בשורות טובות און א פרייליכן שבת קודש.

- moshele11211
- שר האלף
- תגובות: 1271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm
פר בן בקר האט געשריבן:וואס איז די פראסעס צו באקומען א פארקינג פערמיט פאר א דיסיעבלד?
און וואו טוט מען דאס?
http://epermits.nyc.gov/ePermits/Wf/Login_Frame_htm.jsp
- שרייבטאראפ
- שר חמישים
- תגובות: 90
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm
למעשה: וויאזוי העלפט מען א חבר וואס מוטשעט זיך מיט יענע מחלה
מחותן האט געשריבן:1) די דארפסט גארנישט וויסען איבער די מחלה - און ווי אזוי עס ארבייט, כדי צי העלפן דיין חבר.
2) עס איז בכלל נישט שייך צו זאגען קיין כללים דערין, עס פינקט ווי די זאלסט פרעגן אז די ווילסט פארשטיין ווי אזוי א קאר ארבייט, עס איז דא ליידער צענדליגער פארום׳ס פון די מחלה און ווי אזוי איר צי היילען.
3) די דארפסט גארנישט אריינרעדן איבער די מחלה, לאז עס איבער פאאר די פערפשענעלוס..
4) פרעג נישט קיין שאלות, אויב וואלענטירט ער נישט צו זאגן דיין לאזמנוחה.
די קענסט בדרך כלל העלפן מיט:
1) זאגען תהילים.
2) זיכער מאכען - אויב דיין חבר קען באשטיין - אז בשעת די שווערע דורוכגאנג עס ווארט זיי אפ נאכטמאל ווען זיי קימען אהים.
3) בעביסיטינג פאר די אנדערע קינדער.
4) מיט געלט אויב ער נוטיגט זיך דערין.
יפה ונכון דברת וענית!
עצות האט ער גענוג. געטרייע הילף, מיט אמת'ע הארץ, דאס נויטיגט ער זיך אין גאר אסאך.
וואס זאלסט נישט טוהן
1) פרעג נישט אויס קיין דעטאלן און פרטים.
2) גיב נישט קיין אומגעבעטענע עצות.
3) ווארף נישט אריין קיין ספיקות אין די באהאנדלונג-דאקטער-מהלך-עסקנים וואס ער האט אויסגעקליבן, דאס איז דאס ארגסטע.
4) קראס נישט אריבער די גאס ווען דו זעהסט איהם, און האק נישט אפ דיין געווענליכע ביז-היינטיגע שייכות מיט זיי.
וואס זאלסט יא טוהן
5) זיי דא פאר די משפחה, אפפער צו העלפן וואס דו קענסט-ווילסט מיט אן אמת, נישט קיין אויף-יוצא-צו-זיין (כלומר צו מאכן א טשעק אין דיין בוק... יא שוין געטון די חסד-אוו-די-דעי), און טוה צו דער זאך, אמור מעט ועשה...
6) האלט דוקא יא אן א נארמאלע אנגייענדע קשר, לויט וויפיל יענער אפרישיעיט.
7) העלפט ארויס מיט שטיצע, פיזישע, פינאנציעלע, וויפיל דו קענסט זיך ערלויבן, די משפחה גייט געווענליך נישט אן מיט'ן געווענליכען פרנסה-רוטין, און די הוצאות זענען נאך גרעסער, און דו קענסט זיי מחי' זיין.
סך הכל: האב שכל, יש קונה עולמו בשעה אחת!!!
דו קענסט זיין דער וואס ראטעוועט זיי בשעת'ן טרענקן.
אדער קענסטו זיין, דער וואס דרייט זיך אויס און קוקט די אנדערע זייט (נישט איידער ער כאפט א סעלפאון בילד - אדער צוטראגט יענעמס צרות אין די גאנצע שטאט....!!) - און פארענדיגן דעם שמועס נאו, קען יא פליעז פעסס דאון די קעטשאפ....!!!!!
-
- שר מאה
- תגובות: 168
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am
שרייבטאראפ האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:1) די דארפסט גארנישט וויסען איבער די מחלה - און ווי אזוי עס ארבייט, כדי צי העלפן דיין חבר.
2) עס איז בכלל נישט שייך צו זאגען קיין כללים דערין, עס פינקט ווי די זאלסט פרעגן אז די ווילסט פארשטיין ווי אזוי א קאר ארבייט, עס איז דא ליידער צענדליגער פארום׳ס פון די מחלה און ווי אזוי איר צי היילען.
3) די דארפסט גארנישט אריינרעדן איבער די מחלה, לאז עס איבער פאאר די פערפשענעלוס..
4) פרעג נישט קיין שאלות, אויב וואלענטירט ער נישט צו זאגן דיין לאזמנוחה.
די קענסט בדרך כלל העלפן מיט:
1) זאגען תהילים.
2) זיכער מאכען - אויב דיין חבר קען באשטיין - אז בשעת די שווערע דורוכגאנג עס ווארט זיי אפ נאכטמאל ווען זיי קימען אהים.
3) בעביסיטינג פאר די אנדערע קינדער.
4) מיט געלט אויב ער נוטיגט זיך דערין.
יפה ונכון דברת וענית!
עצות האט ער גענוג. געטרייע הילף, מיט אמת'ע הארץ, דאס נויטיגט ער זיך אין גאר אסאך.
וואס זאלסט נישט טוהן
1) פרעג נישט אויס קיין דעטאלן און פרטים.
2) גיב נישט קיין אומגעבעטענע עצות.
3) ווארף נישט אריין קיין ספיקות אין די באהאנדלונג-דאקטער-מהלך-עסקנים וואס ער האט אויסגעקליבן, דאס איז דאס ארגסטע.
4) קראס נישט אריבער די גאס ווען דו זעהסט איהם, און האק נישט אפ דיין געווענליכע ביז-היינטיגע שייכות מיט זיי.
וואס זאלסט יא טוהן
5) זיי דא פאר די משפחה, אפפער צו העלפן וואס דו קענסט-ווילסט מיט אן אמת, נישט קיין אויף-יוצא-צו-זיין (כלומר צו מאכן א טשעק אין דיין בוק... יא שוין געטון די חסד-אוו-די-דעי), און טוה צו דער זאך, אמור מעט ועשה...
6) האלט דוקא יא אן א נארמאלע אנגייענדע קשר, לויט וויפיל יענער אפרישיעיט.
7) העלפט ארויס מיט שטיצע, פיזישע, פינאנציעלע, וויפיל דו קענסט זיך ערלויבן, די משפחה גייט געווענליך נישט אן מיט'ן געווענליכען פרנסה-רוטין, און די הוצאות זענען נאך גרעסער, און דו קענסט זיי מחי' זיין.
סך הכל: האב שכל, יש קונה עולמו בשעה אחת!!!
דו קענסט זיין דער וואס ראטעוועט זיי בשעת'ן טרענקן.
אדער קענסטו זיין, דער וואס דרייט זיך אויס און קוקט די אנדערע זייט (נישט איידער ער כאפט א סעלפאון בילד - אדער צוטראגט יענעמס צרות אין די גאנצע שטאט....!!) - און פארענדיגן דעם שמועס נאו, קען יא פליעז פעסס דאון די קעטשאפ....!!!!!
גאנץ פראקטישע רייד צו א ריכטיגן צוגאנג, פאר א מצב וואס קיינער זאל זיך נישט געפונען ל"ע, אבער ליידער טרעפן זיך אסאך ה"י,
און ווייסן נישט וואס ווען און וויאזוי זיך צו באנעמען.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
ווי אזוי העלפט מען א חבר וואס מוטשעט זיך מיט יענע מחלה ר"ל?
אין די טעג קומען פאר עטליכע פאנדרעיזינג אקציעס פאר די גאר באשיידענע ארגענעזאציע "כפים". פארוואס זאג איך באשיידען? ווייל ס'איז לא יאומן כי יסופר וויאזוי אן ארגענעזאציע גייט אן אזוי ברייט פארצווייגט און שוין פאר אזויפיל יארן מיט אזא באשיידענע שטילקייט. און ס'איז לעולם זיכער אז ווען נישט די הכרח וואלטן זיי קיינמאל נישט ארויס אין די עפנטליכקייט צו דערציילן איבער זייערע טעטיקייטן. און ס'איז טאקע א פאקט אז רוב מענטשן זענען גאר אומבאקאנט וועגן די הפלא'דיגע פעולות פון דער ארגענעזאציע.
איך ווייס נישט ווי אנצופאנגען צו דערציילן וועגן זייערע ענדלאזע פעולות לטובת חולי ישראל ומשפחתותיהם, ווייל ס'איז צו פיל. כ'קען אייך אבער אזויפיל זאגן אז ווען איר העלפט כפים דאן העלפט איר ארויס חולי ישראל בתכלית השלימות, ווארום די פעולות פון כפים זענען בתכלית השלימות.

גם אני מצטרף לדברי הרב בן בוזי שליט"א.
דברים כדרברונות
בן בוזי האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווי אנצופאנגען צו דערציילן וועגן זייערע ענדלאזע פעולות לטובת חולי ישראל ומשפחתותיהם, ווייל ס'איז צו פיל. כ'קען אייך אבער אזויפיל זאגן אז ווען איר העלפט כפים דאן העלפט איר ארויס חולי ישראל בתכלית השלימות, ווארום די פעולות פון כפים זענען בתכלית השלימות.
דברים כדרברונות
לאמיר נאר זאגן איין זאך פון פילע אנדערע. זיי האבן וואלאנטירן(אזויווי אסאך ארגאניזאציעס האבן), אבער במו עיני ראיתי ווי די וואלאנטירן זענען אייביג דא אין די גרעסטע היצן אין פרעסטן. אפילו בעידן שימחתא אין זייער אייגענע משפחה (אדער זיי זענען נעכטן אליינס א כלה געווארן בשעטו"מ) וועלן זיי נישט אויפגעבן זייער וואלאנטירשאפט.. און קלאר שטעלען אז די פאציענט דארף אינגאנצן נישט פילען גילטי. זייער וואלאנטירן זענען נישט סתם מיידעלעך פון סקול ארויסגעפיקט, נאר זיי זענען די 'בעסטע' פארהאנען פשוטו כמשמעו. געשיקט, סבלנות ווי הלל, צושטעלן פאן פאר זיי, און קענען אויך הענדלען א גאנצע משפחה קינדער אויף אמאל... רבותי, דאס קען מען נישט מסביר זיין, דאס מוז מען אליינס זען! און די באשעפער זאל העלפן אז קיינער זאל נישט דארפן צוקומען צו דעם.
(און יא. זייהאבן אויך געוויסע אנדערע גוט באצאלטע 'העכטס געלונגענע' העלפערס פאר אנדערע סארט ארבייט, אבער נישט אלעמאל ווייסט בכלל די פאציענט דערפון).