אן איבריגע שטעקן האט איינער?

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

אן איבריגע שטעקן האט איינער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער טעראפיסט איז היינט געקומען צו מיר דאס ערשטע מאל און ער זאגט אז איך ערהויל מיך ב"ה פיין, און אנשטאט א וואלקער איז מיר גענוג צו גיין מיט די הילף פון א שטעקן.

זאגט ער אבער אז אויב איך וויל די אינשורענס זאל דאס באצאלן, דארף איך בעטן א צעטל פונעם דאקטער, און עס קען דויערן אפאר וואכן ביז זיי באשטעטיגן דאס, און עס איז א שאד די צייט צו ווארטן דערויף, ווייל א שטעקן קאסט נישט אזוי טייער.

פרוביר איך קודם מיין מזל אויב איך קען פארשאפן פון אונזער געמיינדע דא אזא שטעקן, מאכט זיך דאך אמאל אז איינער האט דאס אמאל געדארפט און יעצט זאמלט עס שטויב אין קעלער אדער בוידעם, ביטע גיבט מיר א מעלד. יישר כחכם.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

If you wanna buy, contact me
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ביינונז אין געמיינדע געפינט זיך זיכער, די שאלה איז נאר צו דאס יעניגע וועט דיר ארויסגעבן (משום חשש גילוי, או מפני ער דרייט זיך נישט יעצט דא)

איך טראכט נאר, אפשר קענסטו גיין צו אן היימישער וואס פארקויפט עס, און איהם מסביר זיין די סיטואציע, אפשר וועט ער דיר עס געבן אויף בארג ביז די אינשורענס וועט עס באצאלן. אפשר וועט ער בעטן משכון, באט, נישט מער.
...
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

דאכט זיך מיר אז א סקוטער איז גערינגער און פראקטישער ווי א שטעקן
ס איז דא ספעיציעלע גמ"ח'ן דערפאר (שטעקענעס ווייסיך נישט צו זיי האבן ווייל ס דאכט זיך אט אף סטייל)
יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן »

עין טובה האט געשריבן:ביינונז אין געמיינדע געפינט זיך זיכער, די שאלה איז נאר צו דאס יעניגע וועט דיר ארויסגעבן (משום חשש גילוי, או מפני ער דרייט זיך נישט יעצט דא)

איך טראכט נאר, אפשר קענסטו גיין צו אן היימישער וואס פארקויפט עס, און איהם מסביר זיין די סיטואציע, אפשר וועט ער דיר עס געבן אויף בארג ביז די אינשורענס וועט עס באצאלן. אפשר וועט ער בעטן משכון, באט, נישט מער.



or you can try a family where the grand father passed away recently
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מצאתי!
גמ"ח צרכי רפואה
718-853-1039

זיי וועלן דיר גערן בארגן א שטעקן, א סקוטער און אפי' א וויל טשעיר....
...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכאורה,
זעענדיג דעם קעפל האב איך זיך אנגעהויבן וואונדערו, אז דו ווילסט איינעם אנבויקערן מיט א שטעקן, גייטס אריין אין פייטינג אשכול..

דו זוכסט א קראטש אדער א שטעקן (פון עלטערע מענטשן)? וואס איז שלעכט מיט א שירעם..

א קראטש גלייב איך איז שווער צו טרעפן ווייל די פאציענטן ווארפן עס אוועק ביי שריפת חמץ מיט איין שמחה אז מ'יז פטור געווארן דערפון און האפנטליך מער קיינמאל נישט דארפן נוצן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די גמ"ח וואס איך האב דערמאנט האט אין סטאק, פון דיע וואס ווארפן עס נישט אוועק ביי שרפות חמץ
...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

dim האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז א סקוטער איז גערינגער און פראקטישער ווי א שטעקן
ס איז דא ספעיציעלע גמ"ח'ן דערפאר (שטעקענעס ווייסיך נישט צו זיי האבן ווייל ס דאכט זיך אט אף סטייל)

א סקוטער נוצט מען אין פאל וואס מען טאר נישט נוצן דעם פוס, אין מיין פאל איז רעקאמענדירט איך זאל אדרבה, ווי מער נוצן דעם פוס, און אויף דעם איז גוט א שטעקן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עין טובה האט געשריבן:מצאתי!
גמ"ח צרכי רפואה
718-853-1039

זיי וועלן דיר גערן בארגן א שטעקן, א סקוטער און אפי' א וויל טשעיר....

יישר כח. דערווייל האב איך שוין באקומען אפאר אפפערס אין אישי פון אייוועלטניקער, איך האף אז כאטש איינס פון די אלע וועט זיך אויסארבעטן, אנדערש וועט מען זיך ווענדן צום גמ"ח אי"ה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוועמל האט געשריבן:לכאורה,
זעענדיג דעם קעפל האב איך זיך אנגעהויבן וואונדערו, אז דו ווילסט איינעם אנבויקערן מיט א שטעקן, גייטס אריין אין פייטינג אשכול..

דו זוכסט א קראטש אדער א שטעקן (פון עלטערע מענטשן)? וואס איז שלעכט מיט א שירעם..

א קראטש גלייב איך איז שווער צו טרעפן ווייל די פאציענטן ווארפן עס אוועק ביי שריפת חמץ מיט איין שמחה אז מ'יז פטור געווארן דערפון און האפנטליך מער קיינמאל נישט דארפן נוצן.

א שירעם צובייגט זיך ווען מען לייגט דערויף צופיל געוויכט, איך זוך א געהעריגן שטעקן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קראטשעס האב איך אויב דו ברויכסט...
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מטעמים האט געשריבן:קראטשעס האב איך אויב דו ברויכסט...

יישר כח, אבער איך מיין אז א שטעקן איז באקוועמער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכאורה א האלצערנע איז גוט אדער דוקא א זילבערנע?
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

א שטעקן-זמן גרמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

שוועמל האט געשריבן:לכאורה,
זעענדיג דעם קעפל האב איך זיך אנגעהויבן וואונדערו, אז דו ווילסט איינעם אנבויקערן מיט א שטעקן, גייטס אריין אין פייטינג אשכול..

דו זוכסט א קראטש אדער א שטעקן (פון עלטערע מענטשן)? וואס איז שלעכט מיט א שירעם..

א קראטש גלייב איך איז שווער צו טרעפן ווייל די פאציענטן ווארפן עס אוועק ביי שריפת חמץ מיט איין שמחה אז מ'יז פטור געווארן דערפון און האפנטליך מער קיינמאל נישט דארפן נוצן.

ווען איך האב געזען דעם קעפל האב איך געטראכט אז א שטעקן קען צוניץ קומען די וואך, ס'גייט דאך משפטים :lol:
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

פאטאקי08 האט געשריבן:לכאורה א האלצערנע איז גוט אדער דוקא א זילבערנע?

הראש שלו לא נפגע תודה לקל
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

בנימין הלוי האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:לכאורה א האלצערנע איז גוט אדער דוקא א זילבערנע?

הראש שלו לא נפגע תודה לקל

הא הא ;l;p-
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בנימין
גיב עס צייט ער וועט נאך אמאל טראגן א זילבערנע.
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום פרייטאג פעברואר 13, 2015 9:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

איינער האט אמאל געפרעגט ר' מאיר וועבערמאן ז"ל פארוואס ער גייט מיט א פלענע שווארצע שטעקן און נישט מיט א זילבענע אזוי ווי אנדערע רבנים. האט ער געענטפערט "זיי טוט וויי די קאפ מיר טוט וויי די פוס"
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

לסדר אם יקום והתהלך בחוץ על משענתו... ...רק שבתו יתן ורפא ירפא
דער אייבערשטער זאל די פאררעכענען די טעג וואס איר זענט אפגעזיצן אין שפיטאל און אינדערהיים מיט די יסורים אפצוקומען פאר אלעם.
ורפא ירפא און איר זאלט האבן א גאנצע רפואה בגשמיות וברוחניות אויף אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים, קיינמאל נישט וויסן פון צער אדער ווייטאג נאר פון נחת ושמחה אושר ועושר מתוך הרחבת הדעת.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר רעדט פון א Cane ? קאסט 10 -20 טאלער בס"ה אויף אמעזאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

לכאורה ארבעט שוין נישט אפאר וואכן פון ווי זאל ער האבן עקסטרע $10-20
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח "כרם" פארן האנט-דעליווערן א פיינע שטעקן!

תשואת חן חן לך.

קענסט פארציילן די מעשה מיט די השגחה פרטית וויאזוי דער שטעקן איז אנגעקומען צו דיר.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עס זאל דיר אויך גאר גאר שנעל ווערין איבעריג
זאלסט קענען שטיין ווי א שטעקען
גיין זאלסט נישט גלייך ווי א שטעקען נאר בייגען די אברים נארמאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

די מעשה איז אזוי
איך עפען קיינמאל נישט די געזונטהייט אשכול
נעכטן נאכט נאך מעריב אין בהמ"ד האב איך געמוזט אהיים לויפן פאר א מינוט אנקימענדיג צו מיין פראנט יארד זעה איך א שטעקן הענגען דארט אבער אזוי ווי איך האב מיך געאיילט האב איך נישט געפעיט עטענטשען צו עס אוועק ווארפן
איך קום צוריק אין שוהל מיין חברותה (אויך א "אייוועלטניק") ליינט מיר פאר הויך אז לכאורה דארף א שטעקן ....
ווען איך בין אהיים געקומען האב איך געטשעקט אויב ס'איז א גאנצע שטעקן נאך דעים וואס איך האב געזעין אז יא האב איך געזאגט צו מיר אליינס דאס איז הרב לכאורה'ס. איך האב ב"ה אויסגעפירט מיין שליחות

די אייבישטער זאל העלפן זאלסט עס שנעל קענען אריין לייגן אין די פורים באקס
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”