אוועק אוועק...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

אוועק אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס"ד

פארשלאסן, פארכאפט
שטויסט, קלאפט
אין נעץ געוועב
געפלאכטענע קלעב
צו איך געווין
אדער די שפין?

א שטויס, א ריק
א שאקל, א פליק
מיט איין זעץ
ארויס פון נעץ
פליעט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

אהער אהין, רעכטס לינק
שלעפט, שטופט, שרייט, וואונק
אריין מער
ארויס גאר שווער
רעדער צוויי
באגראבן אין שניי

א שאקל, א פליק
די גאז א דרוק
ווי אן אויגנבליק
אויפאמאל
ארויס פון טאל
רייזט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

פארמאכטע ריגל
קאלטע ציגל
מויערן, גראטעס
מייזן, לאטעס
קיין גליד רירן
פארשלאסענע טירן

קאפען, זעצן, שטופ א שטויס
שלעפן רוקן, קיין וועג ארויס
א ריק מיט קראפט
א לאך עס שאפט
אנטלויפט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

שאקלט שלעפט, פלאטערט שפרונגט
די מצב ענג, אין בלאטע זונקט
איר אייגן זיגל
מיט שנאבל, פליגל
מלחמה פירט
קאמף פלאנירט

א געזונטע שטויס
געראטעוועט ארויס
מיט לעצטע כח
די פליגלען הויעך
זי פלאטערט מיט שרעק
אוועק אוועק...

*

שיעבוד, פיין
קלעם, געוויין
אין בלוט פארטינקען
טומאה איינגעזונקען
באו-מים-עד
צרות, לייד

מיט שטעקן, פעקל
מצות זעקל
רויט בלוטיגע שוועל
בחפזון, שנעל
גרייט, מען שטייט
מען גייט מען גייט

פאראייניגטע כח
דערהייבן הויעך
טומאת מצרים
געווען מסיים
ארויס אן שרעק
אוועק אוועק...

*

בחזפון, שנעל
זיך געבן א שטעל
זאגן ניין!
נישט ווייטער גיין
אן טענה'ריי
זאג, איך גיי!

דעם יצר'ס נעץ
איין געזונטע זעץ
דיין אייגענע כח
דערהייבן הויעך
אנטלויפן אן שרעק
אוועק אוועק...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

פארפאלען, ענדע צדיק, ביזט גוט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער גוט!! שיינע פאעזיע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אייזן גוט!

פאעזיע בתפארתו
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

נישט האט געשריבן:אייזן גוט!

פאעזיע בתפארתו
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מיין אטעם מיין מחשבה
אוועק אוועק
די יסורים פונעם עבר
אוועק אוועק
אן עתיד בא יבא
נאנט נאנט
קרא ישע לעם נדבה
נאנט נאנט.

ש'כח ענדע'לע
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מעסיוו!! מעסיוו!!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

צווייפעל האט געשריבן:פארפאלען, ענדע צדיק, ביזט גוט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גערעכטער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:פארפאלען, ענדע צדיק, ביזט גוט.


ס'איז קיינמאל נישט פארפאלן. גוט גוט.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

זייער שיין ענדע צדיק
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איינער האט אנטדעקט טאלאנט!
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איך האב עס שוין איבערגעבליקט אבער דאס גייט נישט אזוי אויף איין פיס, דאס דארף געהעריגע ישוב הדעת, אבער דרס יא, ענדע דו ביזט מעסיוו נייעס!!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
שווייצע זייגער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווייצע זייגער »

לוי יצחק האט געשריבן:מעסיוו!! מעסיוו!!
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

נישט נארמאל שיין. זייער זייער קריעיטיוו און קלאר.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

WOW!
דאס איז אויסערגעווענליך!
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

דער פאעזיע איז עדות צו נאך טאלאנט וואס ענדע פארמאגט און צוגאב צו זיינע אלע אנדערע גאט געבענטשטע טאלאנטן, אדאנק ענדע עס איז זייער קינצלעך אראפגעלייגט, ברענג נאך.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך האב לעצטענס אסאך געזיכט און גענישטערט און די פאעזיע אוצרות דא, און כ'האב געזעהן טאקע אסאך שיינע און גיטע זאכען, אבער דעס שטיקעל... איז עפעס נישט נארמאל, שוין אפאר וואכען וואס איך קען נישט אראפ נעמען מיינע אויגן פון דעם פאום, איך קיק עס איבער און איבער און כקען נישט אויפהערען, עפעס אויסטעריש קינצלעך, קריעטעוו, און ווארעם, און ס'האט אויך א געוואלדיגע מעסעדזש וואס איך פערזענלעך האלט אז ס'איז זייער וויכטיג און געט זייער א סאך צו.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

כ'האב אבער אפאר הארות, אבער אזוי ווי איך זעה אז ס'איז שפעט געווארען, וועל איך מיר אי'ה ציריק קערען און א צווייטע געלעגנהייט.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שכוח פארן ארויפברענגען, דאס איז מאסיוו!!!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ייש״כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

שקויעך אויך פאר'ן ברענגען. עניני דיומא, גאולת מצרים, שובבים, געוואלדיג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת היענה »

הערליך!
איז דא א וועג צו לייקן?
;l;p-
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

@ענדע צדיק........................... (איים ספיטשלעס...)
א לייק איז שוין נישט גענוג...
נעם א... ווייסטו וואס מאך אויף די פענטרי קאבארד און נעם וואס דו ווילסט...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ייש"כ
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”