צושויער האט געשריבן:נוצר תאנה יאכל פריה. הרב מיללער אדאנק אייערע שטענדיגע אפדעיטס לאתרינו, מיטן אהערברענגען יעדע דבר של ענין צו אונזערע אויגן, האבן מיר דעם כתב יד פון דעם "שלמה צבי שפירא" אזוי ארום קענען מיר אפשר זען צי דאס כתב ענדלט אין זיין כתב ? דא איז זיין חתימה געברענגט דורך מיללער. איז ער אויך דער וואס ווערט דערמאנט אלס רב פון די אלע שטעט?
דער דאנק קומט נישט פאר מיר נאר פאר די וואס האבן זיך מטריח געווען מעתיק צו זיין דא"ח פון דעם גאון וצדיק נסתר בתוך הסתר, זצ"ל.
די יארען וואס די אראבער האבן שולט געווען אויפן הר הזיתים, איז דארט געווארן א חורבן פעם שמעתי אז זיי האבן געגראבן, פעם שמעתי, אז דארט איז געפאלן א גראנאט צו א באמבע, ווען מען האט מסדר געווען דעם הר הזיתים נאך די ששת ימי אפילה, האט מען געטראפן במקום קבורתו א לאך
צושויער האט געשריבן:און וואס איז געשען צו ר' משה לעלובער'ס קבר ?
גם הקבר שלו נעלם ע"י הערבים. וכשעליתי לשם להשתטח במקום קבורתו עם [נכדו] אאמו"ר היקר ז"ל הכ"מ, ראיתי שכתבו שם על הקיר: "פ"נ רבינו משה איש האלקים מלעלוב, ולא ידע איש את קבורתו". ושמעתי ששאלו את נכדו ש"ב ועט"ר כ"ק אדמו"ר הרה"ק רמ"מ מלעלוב זי"ע: היתכן ששלטו הערלים בקברו, וענה: "במקום שנקברים לא בהכרח ששם נשארים".
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
יציב פתגם האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די בילדער. וואס איז די פשט פון די ווערטער "פה היה נטמן" אויף די מצבה פון הרב מבארנוב?
דאס איז די גאליציאנער חלקה - וואו הגה"צ ר' משה ארי' זצ"ל איז אויך נטמן געווארען שפעטער.
רוב חלקה איז חרוב ונחרב ממש געפערליך, אבער אין אפיס פון די גאליציאנער חברה קדישא איז פארהאן א פונקטליכע מאפע פון די חלקה - ווי אויך די פנקסים, און אויב אחד מן המשפחה איז געקומען אויפשטעלן א פרישע מציבה האט מען געשטעלט לפי מקום החלקה א מציבה און געשריבן "פה היה/היתה נטמן.
אני לעצמי האב א באבע וואס ליגט דארט משנת תרס"ז און מ'האט אויפגעשטעלט א מציבה במקום מנוחתה לפי רשימת הפנקסים (הפנקס האורגינלי הוא לפי עת פטירתם, משם רשמו פנקס לפי סדר החלקות ומשם רשמו בפנקס לפי שמות הנפטרים) המונחים בחברה קדישא החסידים
דער עורך המאמר שענקט נישט קיין דאנק פאר חברי עולמינו היקרים הי"ו, כבין אים דן לכף זכות אז ער האט עס אליין מעתיק געווען.
נישט אייוועלט האט ממציא געוועהן דיע בריעווען. עטץ זענטס נישט אפילו די ערשטע היימישע שרייבערס זיך צו באנוצן מיט די פקידים ואמרכלים ארכיוו. איז פארוואס דארף מען באשולדיגן דעם כותב המאמר - אפילו מיט לימודי זכות בצידו - אומזינסט?

אייוועלט האט עס גראדע יא מגלה געווען פארן פובליקים אז די בריוון פון הה"ק הרנ"ח געפונען זיך דארט,
זאת ועוד, עכשיו אחר החקירה נתוודע לי אז דער עורך המאמר האט קלאר זיך באנוצט מיט די העתקות פון חברינו היקרים
dovidal האט געשריבן:דזיקוב מיט טריסק !!! מוראדעג והמבין יבין אין ספר ממלכת החכמה פון יצחק אלפסי איבער ראפשיץ והמסתעף שרייבט ער "",אז דער ספר אמרי נועם איז תמיד געלעגן אויפן טיש פון טריסקער מגיד" כידוע שכמעט לא ראו ספרים על שלחנו רק לוח
אינעם נייעם ערשינענעם ספר מרכבת יחזקאל י"ל ע"י כולל חבת ירושלים = ברענגין זיי א בריוו פון רבי נפתלי חיים צום שינאווער רב ווי ער שרייבט בתוך הדברים "אז טאמער דער היילגער טריסקער מגיד וועט ארויף קיין ארץ ישראל וועט זיין ויקרב פורקניה " ראה שם באריכות , עכ"פ זעה מיר די געוואלדיגע הערצה וואס ער האט געהאט צום טריסקער מגיד זי"ע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal האט געשריבן:דזיקוב מיט טריסק !!! מוראדעג והמבין יבין אין ספר ממלכת החכמה פון יצחק אלפסי איבער ראפשיץ והמסתעף שרייבט ער "",אז דער ספר אמרי נועם איז תמיד געלעגן אויפן טיש פון טריסקער מגיד" כידוע שכמעט לא ראו ספרים על שלחנו רק לוח
הסרפד האט געשריבן:עטץ זענטס נישט אפילו די ערשטע היימישע שרייבערס זיך צו באנוצן מיט די פקידים ואמרכלים ארכיוו. איז פארוואס דארף מען באשולדיגן דעם כותב המאמר - אפילו מיט לימודי זכות בצידו - אומזינסט?
אייוועלט האט עס גראדע יא מגלה געווען פארן פובליקים אז די בריוון פון הה"ק הרנ"ח געפונען זיך דארט,
זאת ועוד, עכשיו אחר החקירה נתוודע לי אז דער עורך המאמר האט קלאר זיך באנוצט מיט די העתקות פון חברינו היקרים
גראדע האט מיר דער ספר שיצא לאור בשנת תשמ"ח מודיע געוועהן איבער דער פקידים ואמרכלים פון אמסטערדאם וכו' ארכיוון http://www.hebrewbooks.org/30493 און איך האב עס דארט געהאט באגעגענט בשעתן נישטערן די 16 ועוד פנקסים.