פרשת שמיני

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והתקדשתם והייתם קדושים כי קדוש אני ה' אלקיכם,
והתקדשתם - מען זאל זיך הייליגען דאס איז מרמז אויף מים ראשונים, והייתם קדושים - איז מרמז אויף מים אחרונים כי אני ה' אלקיכם - איז מרמז אויף ברכת המזון.
(ילקוט שמעוני)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

והתקדשתם והייתם קדושים,
והתקדשתם - אויב איר וועט זיך אליינס אביסעל הייליגען והייתם קדושים - וועל איך אייך מער הייליגען הבא לטהר מסייעין אותו.
והתקדישתם והייתם קדושים, והתקדשתם - אויב איר וועט זיך הייליגען אויף די וועלט והייתם קדושים - וועט איר זיין הייליג לעולם הבא.
(מסכת יומא דף ל"ט)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמר רבי יודן בן מנשה, ווען די תורה רעכענט אויס די סימני בהמה טמאה איז ביי די בהמות וואס האבן איין סימן טהרה און איין סימן טמא, רעכענט די תורה קודם די סימן טהרה און דערנאך די סמני טמאה, צו ווייזן אז מען דארף זיך קודם באנוצען מיט א ריין לשון.
(מדרש רבה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקרא משה אל מישאל ואל אלצפן וגו' קרבו ושאו וכו' "
אויף דעם ווארט קרבו איז דא צוויי טעמים א תלישא גדולה און א גרשיים, ווייל ווען משה רבינו האט געהייסען מישאל ואלצפן אריין גיין אין קדשי קדשים ארויס טראגען די גופים פון נדב ואביהוא האבען זיי זיך שטארק געפארכטען (בפרט נאך דעם ווי זיי האבען געזעהן די מיתה פון נדב ואביהוא) און משה רבינו האט זיי געמוזט זאגען צוויי מאהל וועגען דעם שטייט צוויי טעמים אויף דעם ווארט "קרבו" צו ווייזען אז צוויי מאהל האט משה רבינו געזאגט צו זיי "קרבו".
(ילקוט ראובני)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וישא אהרן את ידו אל העם ויברכם
ס'שטייט אין פסוק וישא אהרן את ידו אל העם ויברכם – מען ליינט ידיו (זיינע הענט) און געשריבען איז ידו (זיין האנט) מרמז צוזיין אז ביי ברכת כהנים דארף מען ביידע הענט האלטען צוזאמען ווי איין האנט.

אויך לערענט מען פון דא ארויס אז כאטש די כהנים דארפען אויפהייבן ביידע הענט דארף די רעכטע האנט זיין אביסל העכער, אז אפילו מען ליינט ידיו ביידע הענט שטייט אבער וישא ידו אז איין האנט די רעכטע זאל מען אויפהייבען העכער.

(בית יוסף סימן קכ"ח בשם הגהות מיימוני)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דרש דרש משה (י טז)
חז"ל זאגן (קידושין ל.) "דרש דרש חציין של תיבות", דאס מיינט אז דער האלב פון די ווערטער פון דער תורה ענדיגט זיך מיט די ערשטע 'דרש', און דער צווייטער האלב תורה הייבט מיט זיך אן מיט דער צווייטער 'דרש'.
מיט דעם לערנט אונז די תורה הקדושה אז אפילו מען האט שוין אסאך געלערנט און גע'דרש'נט, זאל מען אלעמאל טראכטען אז מען האלט נאך אלטס ביי די חצי התורה, ווייל מען דארף כסדר איבער חזר'ן אפילו דאס וואס מען האט שוין געלערנט.
ישמח משה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שמיני - שמונה - שמינה
דער רמז ווערט געברענגט אז ווען עס פאלט אויס די קביעות השנה אזוי ווי היי יאר, קומט אויס אז מען ליינט פרשת (שמיני) אכט *(שמונה) מאהל איז עס מסוגל אויף א פעט (שמינה) יאר (מיט השפעות טובות) .
*שבת פרשת צו ביי מנחה, מאנטאג און דאנערשטאג פאר פסח, ערשטען טאג פסח (שבת) ביי מנחה, אחרון של פסח (שבת) ביי מנחה, מאנטאג און דאנערשטאג פון די וואך נאך פסח און שבת פרשת שמיני ביי שחרית.
(מפי השמועה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"ותצא אש מלפני ה' ותאכל אותם וימתו לפני ה'".

אסאך טעמים זענען געזאגט געווארן אין די חז"ל, וואס האבן די הייליגע בני אהרן נישט גוט געטוהן, וואס וועגן דעם זענען זיי אזוי הארב געשטראפט געווארן, אז זיי זענען געשטארבן?

א. רבי אליעזר האלט, (מובא ברש"י) אז זיי האבן געפסק'ענט א הלכה פאר זייער רבי משה, און מיר האבן א כלל אז אויב איינער פסק'ענט א הלכה פאר זיין רבי איז חייב מיתה. זיי האבן געפסק'ענט, אז כאטש אפילו א פייער קומט אראפ פון הימל צו פארברענען די קרבנות, פון דעסטוועגן איז א מצוה אז א מענטש זאל אויך אנצינדן א פייער.

ב. רבי ישמעאל זאגט, (גם כן מובא ברש"י) אז זיי זענען אריין געגאנגען אין די משכן טוהן די עבודה נאכדעם וואס זיי האבן געטרינקען וויין און דאס איז אן איסור וואס מען איז אויף דעם חייב מיתה, אזוי ווי די תורה וועט ווייטער לערנען אין דעם פרשה. רבי ישמעאל לערענט דאס ארויס, וויבאלד די תורה לערנט אונז דעם הלכה באלד נאכדעם וואס זיי זענען געשטארבן, איז א סימן אז וועגן דעם זענען זיי געשטארבן.

פרעגט דער רמב"ן, ווי אזוי קען מען זאגן אז דאס איז געווען זייער חטא וואס וועגן דעם זענען זיי געשטארבן, זיי זענען נאך נישט געווארנט געווארן דערויף, אויב אזוי, פארוואס זענען זיי געווען חייב מיתה, פארדעם וואס מען האט זיי גע'אסר'ט דאס צו טוהן?
וועגן דעם זאגט דער רמב"ן, אז דאס איז נישט נאך א פשט פארוואס זיי זענען געשטארבן, דאס איז נאר א הסבר פארוואס זיי זענען צוגעקומען צו מאכן די טעות וואס זיי האבן געמאכט. זייער חטא איז געווען איינע פון די אנדערע פשטים וואס די חז"ל זאגן, נאר כדי צו פארשטיין, ווי אזוי קומט צו זיי אזא טעות, איז די תירוץ ווייל זיי זענען געווען שתויי יין, און דאס האט זיי צוגעברענגט צו מאכן זייער טעות.
די מפרשים ווילן ענטפערן אויף דער רמב"ן'ס קשיא, אז אין אמת'ן איז די אזהרה געווען פארדעם וואס זיי זענען געשטארבן, נאר די תורה האט עס געשריבן שפעטער, לויט דעם כלל פון "אין מוקדם ומאוחר בתורה".

ג. דער רבינו בחיי ברענגט אין פרשת יתרו, אז זיי זענען געשטארבן ווייל זיי האבן אנגערירט די בארג סיני בשעת קבלת התורה, וואס דארט שטייט בפירוש אז אויף דעם איז דא אן עונש מיתה. יעצט האט דער אויבערשטער זיי אפגעצאלט, ווייל דעמאלס האט דער אויבערשטער נישט געוואלט צושטערן די שמחה פון קבלת התורה.

ד. זיי זענען נישט געשטארבן וועגן זייער אייגענע חטא, נאר וועגן די חטא פון אהרן וואס ער האט געמאכט די עגל.

ה. בשעת מתן תורה האבן זיי געקוקט אויף די שכינה הקדושה צו שטארק און דורך דעם זענען זיי געווען חייב מיתה.

ו. רבי יוסי הגלילי זאגט, אז זיי זענען געשטארבן ווייל זיי זענען אריין געגאנגען אין די קדשי קדשים, ווי זיי האבן נישט געטארט גיין.

ז. רבי עקיבא האלט, אז זיי זענען געשטארבן ווייל זיי האבן מקריב געווען א זאך וואס זיי האבן נישט געדארפט מקריב זיין, און דאס ווערט אנגערופן א "אש זרה", וואס מען איז חייב מיתה אויף דעם.

ח. דער רבינו בחיי זאגט אין פרשת יתרו, אז נדב ואביהוא האבן יא זוכה געווען צו עולם הבא און זייער שטארבן איז געווען זייער כפרה. וועגן דעם דערמאנט די תורה וועגן זייער שטארבן אין אנהויב פרשת אחרי מות, ווי עס רעדט זיך פון די עבודת יום הכפורים, וואס דאס טוט פארגעבן די עבירות, צו ווייזן אז זייער עבירה איז פארגעבן געווארן און זיי זענען אריין לחיי עולם הבא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מרן אדמו"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרן אדמו"ר »

ואל בני ישראל תדבר לאמר וגו' כי היום ד' נראה אליכם
רש"י זאגט אז השי"ת וועט זיך באווייזען להשרות שכינתו במעשה ידיכם.
מען קען דאס מפרש זיין מיט א ווארט פון די שינאווער רב די דברי יחזקאל זצ"ל וואס איז מפרש די משנה אין אבות (פרק ב' משנה א') רבי אומר איזהו דרך ישרה שיבור לו האדם וועלכע וועג איז די ריכטיגע וועג אז די מענטש זאל זיך אויסוועלן, כל שהוא תפארת לעושי' די וועג וואס איז שיין פאר די וואס טוט עס, ותפארת לו מן האדם און עס איז שיין פאר די מענטשן, דארף מען פארשטיין די לשון פון "שיבור" אז מען זאל "אויסקלויבן" עס וואלט געדארפט שטיין איזהו דרך "שילך" וואס איז די וועג וואס מען זאל גיין.
ענטפערט די דברי יחזקאל אז יעדע מענטש דארף אויסקלויבן א דרך אין עבודת השם וואס איז ריכטיג פאר אים און א וועג וואס ער קען צו דעם צוקומען און ארבעטן לויט זיינע מדריגות און נישט טוען די עבודה וואס אנדערע מענטשן טוען אפי' די אנדערע מענטש איז א צדיק גמור, ווייל א מענטש דארף דינען השי"ת לויט זיינע מדריגות און כוחות און וויפיל ער קען דערגרייכן, דאס זאגט די משנה איזה דרך וועלכע וועג איז די ריכטיגע וועג, שיבור אז די מענטש זאל אויסוועלן "לו" פאר אים, כל שתפארת לעושי' די וועג וואס איז צוגעפאסט פאר אים לויט זיינע כוחות און זיינע מדריגות, און דורך דעם וועט זיין אז תפארת לו מן האדם אפי' פון אנפאנג קוקט עס נישט אויס גוט פאר אנדערע מענטשען וועט די סוף זיין אז עס וועט זיין שיין פאר אנדערע מענטשן וויבאלד ער טוט לויט זיינע מדריגות און ער שפרינגט נישט לויט אנדערע מדריגות.
(הרב הק' ר' משה מסאמבור ז"ל האט געזאגט ווען הרב הק' ר' צבי מרומאנוב ז"ל איז אים געקומען מקבל פנים זיין, א ווארט פון רבי שמעלקא מ'ניקלשבורג ז"ל אז לכאורה איז שווער וואס עס שטייט אין די משנה איזהו דרך שיבור לו האדם, מיר האבן דאך נאר איין תורה אויב אזוי וואס איז שייך זיך צו אויסוועלן א וועג ווי אזוי זיך צו פירן, נאר עס איז דא אסאך מיני וועגן און ענינים ווי אזוי צו דינען השי"ת און געווענליך איז א יעדע מענטש אפגעהיטן און איין זאך מער ווי אין א צווייטע זאך ווי למשל איינער איז אפגעהיטן מער אין לימוד התורה, און איינער אין עבודה, און איינער אין גמילות חסדים, און איינער אין תעניתים, וכדומה, און די אמת איז אז אלע ענינים און אלע אופנים זענען ריכטיג און אלעס קומט אן צו די זעלבע פלאץ, נאר וויבאלד יעדע מענטש איז אנדערש און האט א אנדערע טבע ווי די צווייטע וכדומ' וועגן דעם האט יעדע מענטש א באזונדערע וועג, און דאס זאגט די משנה איזהו דרך שיבור לו האדם וועלכע וועג זאל די מענטש נעמען אז ער זאל ארבעטן אויף דעם "די מערסטע", אויף דעם זאגט די משנה כל שתפארת לעושי' אז עס זאל זיין א וועג וואס דאס איז זיכער די ריכטיגע וועג פאר אים, און דאס זאל ער אויסוועלן צו טוען די מערסטע, אבער ער דארף אכטונג געבן אז ער זאל זאל נישט וועגן דעם משפיל זיין די עבודה פון אנדערע מענטשען וואס פירן זיך מיט א אנדערע דרך נאר עס זאל זיין ותפארת לו מן האדם אז די עבודה פון אנדערע מענטשען זאל אויך זיין שיין אין זיינע אויגן.)
דאס האט משה רבינו געזאגט פאר כלל ישראל אז יעדער זאל נעמען א דרך צו דינען השי"ת לויט זיינע מדריגות און לויט זיינע כוחות און מען זאל נישט קוקן ווי אזוי די חבר טועט נאר יעדער זאל האבן זיין אייגענע וועג, און דאס האט ער געזאגט כי היום ד' נראה "אליכם" ווייל היינט וועט זיך השי"ת באווייזען "צו ענק" דאס מיינט צו יעדעם עקסטער ווייל יעדער דינט השי"ת לויט זיין מדריגה, און דאס זאגט רש"י שתשרה שכינה במעשה "ידיכם" אין די ארבעט פון "ענקער" הענט ווייל יעדער האט די אייגענע ארבעט און מען טועט נישט נאך די ארבעט פון די חבר.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אם אין איש השתדל להיות איש, אפירגעברענגט לתועלת הלומדים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א פאר הערה'לעך
א
וישא אהרן את ידיו קרי ידו כתיב
און רש"י שרייבט אז די ברכה איז געווען יברכך יאר ישא
זעהט עפעס אויס אז עס איז נישט געווען ממש דוכנ'ען מיט ברכת כהנים
נאר סתם א ברכה אזוי ווי א טאטע צו א קינד פרייטיק צו נאכט
ויתכן אז דעמאלס מעג אפילו א כהן נישט בב' ידיו לפי הגר"א
ועל זה כתב ידו בלשון יחיד
ב
יין ושכר אל תשת
יש לחקור צו איז דער איסור טרינקען ווען מען גייט טוהן די עבודה
אדער איז דער איסור טוהן די עבודה אויב מען האט געטרינקען
ובפשטות הלשון בפסוק איז משמע ווי צד א'
ונפק"מ לענין איסור חצי שיעור לשתות פחות מרביעית
דשתוי לא מיקרי אבל בכל זאת נחשב שותה
ג
ופרסה איננו מפריס = לשון הוה
ופרסה לא יפריס = לשון עתיד
ופרסה לא הפריסה = לשון עבר
אין מלבי"ם איז ער שיין מסביר די חילוקים
עס איז תלוי ווי ווייט די שפאלט איז געגאנגען אויב בכלל
ד
ונטמתם בם
הגרי"ז זאגט אז נאר די עבירה איז מטמטם נישט די נאטור פון די בשר חיות הטמאות
נאר זיי פרעגען אז אויב אזוי דארף א בעיבי נישט חושש זיין פון א מינקת גויה
ער טוט דאך נישט קיין עבירה
נאר קען זיין אז אזוי ווי עס זענען דא דראגס וואס למעשה זענען זיי מטמטם א מענטש ווייל דאס איז יא זייער נאטור
איז יתכן אז חלב גויה איז בטבע מטמטם א אידיש הארץ
ה
אין די הפטרה פון מחר חודש בייזערט זיך שאול אויף יהונתן ווען ער זאגט אז דוד איז געפאהרען צו א משפחה אנגעלעגענהייט
איז א ביסעל שווער וואס האט שאול געמערקט אין די מימרא פון יהונתן אז ער זאל אים אזוי אריינזאגען
נאר קען זיין אז יהונתן האט געזאגט אז דוד האט אים געבעהטען ועתה אם מצאתי חן בעיניך אמלטה נא ואראה את אחי
אמלטה איז א לשון פון אנטלויפען פון א סכנה
דערפאר האט שאול זיך געבייזערט אז יהונתן נעמט אהן דוד'ס בליק אויף דער מצב
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך האב געהערט נאכזאגען בשם אםםםם דענק נישט - שמיני שמונה שמֱנה, אז אויב מוועט ליינען פרשת שמיני אכט מאל דעמאלטס שמֱנה וועט זיין פעטע און סוועט זיין אסאך שפע
יאנקעל די פופציגער
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

jkup50 האט געשריבן:איך האב געהערט נאכזאגען בשם אםםםם דענק נישט - שמיני שמונה שמֱנה, אז אויב מוועט ליינען פרשת שמיני אכט מאל דעמאלטס שמֱנה וועט זיין פעטע און סוועט זיין אסאך שפע

אה זייער שיין יאסעלע! (קרעדיט: יואל לעבאוויטש)
הנותן לשכוי בינה...
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

דער צעהלים'ער רב ז"ל האט אמאל געוויזן פאר מיין זיידן ז"ל א פלא'דיגער בעל הטורים, אויפן פסוק [י"א, כ"ט] וזה לכם הטמא בשרץ השורץ על הארץ זאגט דער בעה"ט 'השורץ' איז בגימטריא 'כשעורה' ווייל זיין שיעור איז כשעורה, והוא מרפסין איגרא דער שיעור פון כשעורה איז ביי א עצם אדם, משא"כ א שרץ איז דאך בכעדשה?

וחשבתי על צד הדחק אז אפשר מיינט ער גארנישט 'שעורה' נאר 'שערה' [אין פסוק שטייט 'השרץ' חסר ווא"ו וואס איז בגי' 'שערה' חסר ווא"ו], וכונתו למה שאמרו במשנה חולין קכ"ו ע"ב אז א ביצת השרץ וואס איז געלעכערט איז טמא, ובגמ' שם וכמה נקיבתה? כחוט השערה, כ"ז נ"ל לגודל הקושיא.

msp האט געשריבן:יין ושכר אל תשת
יש לחקור צו איז דער איסור טרינקען ווען מען גייט טוהן די עבודה
אדער איז דער איסור טוהן די עבודה אויב מען האט געטרינקען
ובפשטות הלשון בפסוק איז משמע ווי צד א'
ונפק"מ לענין איסור חצי שיעור לשתות פחות מרביעית
דשתוי לא מיקרי אבל בכל זאת נחשב שותה

ס'איז א בפי' גמ' ב"מ צ' ע"ב:
בעא מיני' ר' יונתן מר' סימאי חסמה מבחוץ מהו [ער האט חוסם געווען די פי הפרה פאר ער האט איהר אריינגעטראגן אין פעלד] 'שור בדישו' אמר רחמנא, והא לאו בדישו הוא, או דלמא 'לא תידוש בחסימה' אמר רחמנא, א"ל מבית אביך [כהנים] אתה למד, 'יין ושכר אל תשת אתה ובניך אתך בבואכם', בבואכם הוא דאסור, הא מישתי ומיעל שרי? ולהבדיל בין הקודש ובין החול אמר רחמנא [און אז ער איז אנגעטרונקן קען ער דאך נישט מבדיל זיין]? אלא מה התם בשעת ביאה לא תהא שיכרות, הכא נמי בשעת דישה לא תהא חסימה, עכ"ל הגמ'.

[וז"פ אז אויב זאגט מען ווי צד א' מוז די שתי' געטוהן ווערן לאחר ביאה, ווייל אויב טרונקט ער בחוץ וואס איז איהם מגדיר אז ער גייט טוהן באלד עבודה?]

דרך אגב, אויף די גמ' איז דא א געשמאקע הגהה פון ר' ישעי' פיק, ר' סימאי האט גענטפערט פאר ר' יונתן 'מבית אביך אתה למד' איז משמע אז ר' יונתן איז געווען א כהן, און אין סנהדרין ע"א ע"א איז משמע אז ער איז נישט געווען א כהן, וכונתו צו וואס ר' יונתן זאגט דארט אויף דעם וואס ר' שמעון זאגט אז א בן סורר ומורה לא הי' ולא עתיד להיות, זאגט ר' יונתן 'אני ראיתיו וישבתי על קברו', איז אויב איז ער געווען א כהן ווי האט ער געקענט זיצן אויף זיין קבר? ומתוק הוא.

msp האט געשריבן:ונטמתם בם
הגרי"ז זאגט אז נאר די עבירה איז מטמטם נישט די נאטור פון די בשר חיות הטמאות

דאכציך אז אין רמב"ן שטייט אז ס'איז די נאטור.

ובזה תי' בחת"ס מה שהקשה ר"ר יונתן, אזוי ווי חזיר וועט דאך מותר ווערן ['חזיר' ע"ש שעתיד להחזירה לישראל] זאל נישט העלפן קיין ביטול ווייל ס'איז דאך א דבר שיש לו מתירין? ותי' בחת"ס דע"כ וועט לעתיד נשתנה ווערן די טבע פונעם חזיר, קומט אויס אז דער יעצטיגער חזיר וועט קיינמאל נישט מותר ווערן.

-----

מעודי נתקשיתי אין די מעשה פון יונתן ודוד [הפטורת מחר חודש], זיי האבן זיך אפגעשמועסט גאנצע סימנים ווי אזוי דוד וועט וויסן אויב ער קען בלייבן אדער ער מוז אנטלויפן, יונתן וועט שיסן א פייל אינעם פעלד וואו דוד איז באהאלטן און אויב וועט ער זאגן פאר זיין משרת כך וועט עס זיין א סימן כך, און אויב וועט ער זאגן כך וכך וועט דוד וויסן פארקערט, כאילו דוד האט זיך נישט געקענט טרעפן דארט מיט יונתן פא"פ, למעשה אבער נאכ'ן גאנצען שפיל ווען יונתן האט געזאגט די סימן אז דוד מוז אנטלויפן, האט יונתן אהיים געשיקט זיין משרת און דערנאך איז דוד ארויסגעקומען צו יונתן, איז וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע שפיל?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א שיינע צושטעל
איען יענע גמרא דארט איז דא א גאנצע נידון אויך לגבי אמירה לגוי
ונפק~מ לענין יש שליחות לגוי לחומרא ואכמ~ל
די שאלה לענין יונתן ודוד ביזטו בר מזלא דידי מיר איז אויך שווער שוין א צייט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

jkup50 האט געשריבן:איך האב געהערט נאכזאגען בשם אםםםם דענק נישט - שמיני שמונה שמֱנה, אז אויב מוועט ליינען פרשת שמיני אכט מאל דעמאלטס שמֱנה וועט זיין פעטע און סוועט זיין אסאך שפע

עיין כאן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך האב נאכנישט געטראפן קיין תירוץ מספיק, פארוואס ביי די ערשטע פסוק ויאמר אל אהרן קח לך עגל בן בקר לחטאת ואיל לעולה תמימים, שטייט די ווארט תמימים, און ביי די פסוק ושור ואיל לשלמים שטייט נישט די ווארט תמימים, נאר עס שטייט ושור ואיל לשלמים לזבח לפני ה'.

נאך איז שווער אויף דעים, ביי די פסוק פון אהרן קח לך עגל וגו', שטייט די ווארט תמימים נאך די ווארט "לעולה", דאס מיינט אז די ווארט תמימים גייט ארויף אויף די גאנצע זאך וואס מען האט גערעדט ביז יעצט, דהיינו עגל בן בקר לחטאת, ואיל לעולה, און די ביידע זאלן זיין תמימים.

אבער ביי די קומענדיגע פסוק ואל בני ישראל תדבר לאמר, שטייט די ווארט תמימים פאר די ווארט לעולה, דהיינו קודם שטייט קחו שעיר עזים לחטאת, ועגל וכבש בני שנה תמימים, און דערנאך שטייט לעולה. לויט דעים איז משמע אז די ווארט תמימים גייט נישט ארויף אויף די גאנצע זאך, אויך אויף די חטאת, נאר עס גייט נאר ארויף אויף די ווערטער ועגל וכבש בני שנה, און אויף דעים זאגט די פסוק אז עס דארף זיין תמימים. (ווייל טאמער עס וואלט ארויפגעגאנגען אויף די גאנצע זאך, אויך אויף די חטאת, וואלט די ווארט תמימים געדארפט שטיין נאכדעים וואס מען ענדיגט רעדן פון ביידע קרבנות, נאכדעים וואלט געדארפט שטיין תמימים, דערווייל שטייט דאס אינמיטן רעדן פון די קרבן עולה).

אין אברבנאל פרעגט ער בכלל פארוואס עס מיז שטיין די ווארט תמימים, מען ווייסט דאך שוין פון פרשת ויקרא אז יעדע קרבן לה' דארף זיין תמימים, עס טאר נישט האבן קיין מום, ער ענטפערט דארט אביסל על דרך רמז, ועדיין לא מצאתי תירוץ מספיק לכל הנ"ל על דרך הפשט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

שוטה האט געשריבן:מעודי נתקשיתי אין די מעשה פון יונתן ודוד [הפטורת מחר חודש], זיי האבן זיך אפגעשמועסט גאנצע סימנים ווי אזוי דוד וועט וויסן אויב ער קען בלייבן אדער ער מוז אנטלויפן, יונתן וועט שיסן א פייל אינעם פעלד וואו דוד איז באהאלטן און אויב וועט ער זאגן פאר זיין משרת כך וועט עס זיין א סימן כך, און אויב וועט ער זאגן כך וכך וועט דוד וויסן פארקערט, כאילו דוד האט זיך נישט געקענט טרעפן דארט מיט יונתן פא"פ, למעשה אבער נאכ'ן גאנצען שפיל ווען יונתן האט געזאגט די סימן אז דוד מוז אנטלויפן, האט יונתן אהיים געשיקט זיין משרת און דערנאך איז דוד ארויסגעקומען צו יונתן, איז וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע שפיל?

ראה מש"כ בזה המשנה הלכות [י"א תע"ד]
וכתבתי עוד במקום אחר לפמ"ש (שמואל א' כ') בהפטורה מחר חודש והסכימו ביניהם דוד ויהונתן שלא יבא דוד לסעודת ראש חודש וז"ל ויאמר יהונתן לדוד ושלשת תרד מאד ובאת אל המקום אשר נסתרת שם ביום המעשה וישבת אצל האבן האזל, ואני שלשת החצים צדה אורה לשלח לי למטרה, והנה אשלח את הנער לך מצא את החצים אם אמר אמר לנער הנה החצים ממך והנה קחנו ובאה כי שלום לך ואין דבר חי ה' ואם כה אמר לעלם הנה החצים ממך והלאה לך כי שלחך ה' ויהי ממחרת החדש השני ויפקד מקום דוד ויאמר שאול אל יהונתן בנו מדוע לא בא בן ישי גם תמול גם היום אל הלחם וגו' ויהי בבקר ויצא יהונתן השדה למועד דוד ונער קטן עמו ויאמר לנערו רץ מצא נא את החצים וגו' ויאמר הלא החצים ממך והלאה וגו' ויאמר יהונתן לך לשלום וגו' ע"ש כל הענין.
וכבר שאלו אם רצה יהונתן להחבא לדוד ולהגיד לו דעת שאול על מה לו עם החצים והנער ולעשות כל אלה יבא ויגיד לו בסתר וכמו שהסכימו ביניהם, הלא ממילא אמר מה שרצה להגיד, אבל כנראה פשוט דאינו דומה אמירה לעשיה והוא הפעולה העושה רושם למעלה, ולכן אמר שיעשה מעשה סימנים ולא בדיבור לבד. ובמשה רבינו נטה ידך על השמים ויהי וגו'. ועיין רמב"ן עה"ת פ' לך עה"פ ויעבור אברם בארץ עד מקום שכם, (י"ב ו') אומר לך כלל תבין אותו בכל הפרשיות הבאות כו' אמרו רבותינו כל מה שאירע לאבות סימן לבנים ולכן יאריכו בכתובים בספר המסעות וחפירת הבארות ושאר המקרים וכולם באים ללמד על העתיד כי כאשר יבא הנקרה לנביא משלשת האבות יתבונן ממנו הדבר הנגזר לזרעו, ודע כי כל גזירת עירין כאשר תצא מכח גזירה אל פועל דמיון תהיה הגזירה מתקיימת על כל פנים, ולכן יעשו הנביאים מעשה בנבואות כמאמר ירמיהו שצוה לברוך והיה ככלותך לקרא את דברי הספר הזה תקשור עליו אבן והשלכתו אל תוך פרת ואמרת ככה תשקע בבל וגו'. וכן ענין אלישע בהניחו זרועו על הקשת ויאמר אלישע ירה ויור ויאמר חץ תשועה לה' וחץ תשועה בארם, ונאמר שם ויקצוף עליו אי האלקים ויאמר להכות חמש או שש פעמים אז הכית את ארם עד כלה ואתה שלש פעמים תכה את ארם ולפיכך החזיק הקדוש ברוך הוא את אברהם בארץ ועשה לו דמיונות בכל העתיד להעשות בזרעו והבן זה ע"ש. עכ"ל.
ובקצרה, אז די מטרה פון די סימנים איז נישט גיווען בכלל א עצה כדי זאל בלייבן א סוד וכדו', נאר עס איז גיווען א סארט "מעשה" לעשות רושם למעלה.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

סידיראם האט געשריבן:נאך איז שווער אויף דעים, ביי די פסוק פון אהרן קח לך עגל וגו', שטייט די ווארט תמימים נאך די ווארט "לעולה", דאס מיינט אז די ווארט תמימים גייט ארויף אויף די גאנצע זאך וואס מען האט גערעדט ביז יעצט, דהיינו עגל בן בקר לחטאת, ואיל לעולה, און די ביידע זאלן זיין תמימים.

אבער ביי די קומענדיגע פסוק ואל בני ישראל תדבר לאמר, שטייט די ווארט תמימים פאר די ווארט לעולה, דהיינו קודם שטייט קחו שעיר עזים לחטאת, ועגל וכבש בני שנה תמימים, און דערנאך שטייט לעולה. לויט דעים איז משמע אז די ווארט תמימים גייט נישט ארויף אויף די גאנצע זאך, אויך אויף די חטאת, נאר עס גייט נאר ארויף אויף די ווערטער ועגל וכבש בני שנה, און אויף דעים זאגט די פסוק אז עס דארף זיין תמימים. (ווייל טאמער עס וואלט ארויפגעגאנגען אויף די גאנצע זאך, אויך אויף די חטאת, וואלט די ווארט תמימים געדארפט שטיין נאכדעים וואס מען ענדיגט רעדן פון ביידע קרבנות, נאכדעים וואלט געדארפט שטיין תמימים, דערווייל שטייט דאס אינמיטן רעדן פון די קרבן עולה).

כתב בהעמק דבר שם וז"ל בני שנה תמימם לעלה. הקדים כאן תמימם ולא כמקרא הקודם, כדי ללמדנו דקאי גם על השנה ולא של מנין עולם, ועי' ערכין דל"א במשמעות שנה תמימה, וע' מש"כ להלן י"ב ו' וס' שמות י"ב ה': עכ"ל.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

בההיא עניינא איז כדאי צי בריינגען מש"כ כאן הזוהר הקדוש וז"ל-
ואיל לעולה תמימים, תמימים, תמים מבעי ליה? אי תימא דעל איל ועגל קאמר, לאו הכי, דהא תרוייהו לא סלקין לעולה דהא כתיב לעולה תמימים, ועגל- לחטאת סלקא, מהו תמימים וכתיב איל, אלא אילו דיצחק לקרבא לגבי פרה דאדכר תרי זימני בקרא חד דכתיב (בראשית כב) וישא אברהם את עיניו וירא והנה איל וגו' הא חד, וחד וילך אברהם ויקח את האיל הא תרי, ויעלהו לעולה, ועל דא איל לעולה תמימים תרי איל דאיהו תרי, ועל דא (ויחי רמא א) גבורות תנינן ומנייהו מתפרשין לכמה אחרנין:
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ים רויבער האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:איך האב געהערט נאכזאגען בשם אםםםם דענק נישט - שמיני שמונה שמֱנה, אז אויב מוועט ליינען פרשת שמיני אכט מאל דעמאלטס שמֱנה וועט זיין פעטע און סוועט זיין אסאך שפע

עיין כאן



https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1645380#p1645380


-----------

א שטיקל אור החיים הק'

אור החיים הק' שמיני.PNG
אור החיים הק' שמיני.PNG (240.88 KiB) געזען 1998 מאל
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

שוטה האט געשריבן:
מעודי נתקשיתי אין די מעשה פון יונתן ודוד [הפטורת מחר חודש], זיי האבן זיך אפגעשמועסט גאנצע סימנים ווי אזוי דוד וועט וויסן אויב ער קען בלייבן אדער ער מוז אנטלויפן, יונתן וועט שיסן א פייל אינעם פעלד וואו דוד איז באהאלטן און אויב וועט ער זאגן פאר זיין משרת כך וועט עס זיין א סימן כך, און אויב וועט ער זאגן כך וכך וועט דוד וויסן פארקערט, כאילו דוד האט זיך נישט געקענט טרעפן דארט מיט יונתן פא"פ, למעשה אבער נאכ'ן גאנצען שפיל ווען יונתן האט געזאגט די סימן אז דוד מוז אנטלויפן, האט יונתן אהיים געשיקט זיין משרת און דערנאך איז דוד ארויסגעקומען צו יונתן, איז וואס האט אויסגעפעלט די גאנצע שפיל?

איך האב יעצט גיזען ברענגען פון דער צדיק הירושלמי ר' מיכל הומינר, וואס איז מבאר אז דאס אלס האט ער גיטאהן ער זאל נישט דארפן מטמא זיין זיין מויל מיט לשה"ר אפילו סי איז לתועלת, דערפאר האט ער דאס גיטאן ע"י רמז.
ואגב, וועל איך ברענגען מש"כ שם המלבי"ם וז"ל ואני שלשת החצים. הוא מליצה על לשון הרע שנקרא חץ בכתובים, ונקרא לישנא תליתאי שהורג שלשה, כדברי חז"ל בערכין (טו ב). ר"ל בסימן זה יתברר לך מה פעלו חצי המלשינים בלב שאול עכ"ל.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”