ביים שפיטאל בעט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #34)

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויף וואס וואויט איר; אויף א סקעיל פון 1-5 וועלכע שטעלט איר עס?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג ינואר 30, 2015 8:31 pm

פאעזיע
3
3%
אדער גראמען
17
20%
1)קריעטיוו
4
5%
2)
5
6%
3)
5
6%
4)
4
5%
5)
4
5%
1)פליסיקייט פון גראמען/פאעזיע
1
1%
2)
2
2%
3)
6
7%
4)
7
8%
5)
6
7%
1)אווער אל רעיטינג
2
2%
2)
3
3%
3)
9
10%
4)
3
3%
5)
5
6%
 
סך הכול שטימען: 86

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

ביים שפיטאל בעט (פאעזיע פארמעסט ווינטער תשע"ה #34)

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:31 pm

געדענקט אפצוגעבן א יישר כח און רעיטן די ארטיקל, די שרייבער'ס ווארטן צו הערן אן אמת'ע אפשאצונג פון אייך.



איר פנים ווייס ווי א מלאך
שטייט זי אין א צימער אהן קאלאך
אויפען בעטל ליגט ער דארט
און רירט זיך נישט פון ארט

די דאקטורים האבען שוין אויפגעגעבן
אבער אהן איהם.. ואס האב איך פון מיין לעבן
אטעמען ...מיט ווייערן און מאשינען
ליגט ער דארט צוזאמגעבונדען

מיט וואסער אירע אויגן ווערט פיל
א מחוצפדיגע טרער'ל גליטשט זיך
אבער אהן קיין גבול
איר געוויין פארמערט זיך

אירע הענט זי שטרעקט אויס
דעם תהילים'ל נעמט זי ארויס
אויסגעניצטע בלעטער מישען
דאס בלאסען געזיכט אויפען קישען

אנא ד' הושיעה נא
אנא ד' הצליחה נא
זי הערט נישט פון מאשינען זייערע פייפערייען
צו אן אנדערע פלאנעט איר געטאן באפרייען

און דאן פון אירע מחשבות ארויס
געשטארקט ביז גאר
זכרני השם ברצון עמך

אויף די אייגענע פיס ארויס
פון דא וועט ער נאך די יאר
כי אנו בטוחים על רחמיך.
לעצט פאראכטן דורך נישט אום דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:39 pm

ס'ווערט ליידער קאלעמוטנע אויפן הארצן, ס'שפיגלט אפ וואס ס'קומט ליידער פאר, אבער דער אויספיר פונעם שיינעם שריפט איז שטערקער ווי אלעם, ווייל תהלים מיט בטחון העלפט ווי און ווען אימער. יש''כ פאר די הארציגע פאעזיע.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:13 pm

יא, נאר מיט ביטחון!

גאר גוט צולייגט

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:27 pm

זייער הארציג און שיין!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:31 pm

זייער שיין און הארציג געשריבן. אביסעל קורץ, כ'וואלט געוואלט נאך אביסל פון די פעדער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:44 pm

אוי רפאנו ה' ונרפא
הער דעם געשריי
חולים און זייער וויי
קרובים, שטארק זיי
זאג שוין די
ווייל עד מתי
הייל אויס געטריי
הבט וראה
פאר דיר א שפיי
ותחתוך חיים לחי .
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 11:19 pm

עםם.. קוים געקומען צום טעם און שוין א שארט סטאפ?? פארוואס..?? שרייב נאך!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מוצ"ש ינואר 24, 2015 8:53 pm

גערעכטער האט געשריבן:זייער הארציג און שיין!

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מוצ"ש ינואר 24, 2015 9:35 pm

ידיד האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:זייער הארציג און שיין!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג ינואר 25, 2015 11:47 am

אמן כיה"ר.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 27, 2015 11:03 am

זייער הארציג!!
קודם די צובראכענקייט און דערנאך די טרייסט, זייער שיין!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט