איר פנים ווייס ווי א מלאך
שטייט זי אין א צימער אהן קאלאך
אויפען בעטל ליגט ער דארט
און רירט זיך נישט פון ארט
די דאקטורים האבען שוין אויפגעגעבן
אבער אהן איהם.. ואס האב איך פון מיין לעבן
אטעמען ...מיט ווייערן און מאשינען
ליגט ער דארט צוזאמגעבונדען
מיט וואסער אירע אויגן ווערט פיל
א מחוצפדיגע טרער'ל גליטשט זיך
אבער אהן קיין גבול
איר געוויין פארמערט זיך
אירע הענט זי שטרעקט אויס
דעם תהילים'ל נעמט זי ארויס
אויסגעניצטע בלעטער מישען
דאס בלאסען געזיכט אויפען קישען
אנא ד' הושיעה נא
אנא ד' הצליחה נא
זי הערט נישט פון מאשינען זייערע פייפערייען
צו אן אנדערע פלאנעט איר געטאן באפרייען
און דאן פון אירע מחשבות ארויס
געשטארקט ביז גאר
זכרני השם ברצון עמך
אויף די אייגענע פיס ארויס
פון דא וועט ער נאך די יאר
כי אנו בטוחים על רחמיך.