(אינעם אויסגאבע איז די נאמען 'אוי זיידע')
וואו ביסטו פארשווינדען, וואו ביסטו אוועק,
ווי כ'וויל דיך זעהן, ווי כ'בענק אן א עק.
מיט חכמה פונקן פול, דיינע טיפע אויגן,
א לאסט מיט פארשטאנד, אויף דיין רוקן געבויגן.
צובראכען צוקלאפט, אין פיזישען זין,
גאנץ און שטארק גייסטיש, נתפעל כ'בין.
קנייטשען אויפן שטערן, גרויסע און קליינע,
יעדע האט א מיין, די אייגענע געשיכטע זיינע.
זיי דערציילן א וועלט פון פיין, ליידן פיל,
פון יארן פארביי, זיי שרייען שטיל.
אוי קאשמארן ביטער, אוי צרות אסאך,
זיי זינגען טרויער לידער פון מוצארט און באך.
אבער די לעבענס לוסט די טיפע,
נאך א טאג נאך א מינוט די שאיפה.
דאס איז אלס געווען,
יעדער האט דאס געזעהן!
פון וואנעט די שטארקייט, פון וואנעט די קוראזש,
אנהייבן פריש, נאך די שרעקליכע רעש?
די לויטערע אמונה, קיינע פראגעס,
גארנישט איז שווער, גאר קיינע דאגות!
ביים סדר נאכט, אויפן היסב בעט ברייט,
מיט די מצה אויף די פלייצע אויף משיח גרייט!
כ'האב קיין איינונג, ווי זעהט אויס א מלאך,
עס מוז זיין ווי יענער אויסזעהן, דיין לאנגע בארד ווייס ווי קאלעך.
א געזיכט וואס שיינט ווי טויזענט זינען,
א פייער אין הארץ, טוט זיך דארט געפינען.
א דאווענען א ברכה, טיפע קרעכצן אן א צאל,
אוי וויי ווי איך בענק נאך דיין שמע ישראל.
וואס פארצייל איך די קינדער, ווי גיב איך זיי צו פארשטיין?
א גלות אמעריקע מיט ג-ט ב"ה איין!
כ'האב געוויסט אז איין טאג וועט קומען די צייט,
אבער סוף כל סוף בין איך נישט געווען גרייט!
זיי ווייטער שטארק , יעצט אז דו ביסט דארט,
אויף די וועלט געקעמפט, זיי ממשיך אויפן גוטן ארט.
פון דיינע פירות נישט פארגעס,
פון דיין אייביגע אינטערעס,
פאר אונז כסדר בעיט,
עס איז נישט שפעיט.
די ריכטיגע ישועה אין די נאנטע טעג,
זאל דער גואל זיין אויפן וועג.
און דיך ווידער זעהן מיין ליבע פריינד,
אוי זיידע טייערע הלוואי זאל עס שוין זיין היינט.