דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17477
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

כלה אטמחר הטאבלקהים לטמטה אחתלזם עבארהים אזת מהצאוית ה' ואליא תחצאלהיחול כלהי עגזחבאתלזם אזת ה' וחילחעגזב אזתאכזם:
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

די מעשה איז געווען באשריבן לעצטנס אין א אויסגאבע - פארגעסן וואו - כ'מיין אין מאמענט.

די סוף פון די מעשה איז באקאנט, דער דיבוק איז אנגעקומען צום הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע וואס האט ממתיק געווען, עיי"ש
על "טעם וריח" אין להתווכח
באווארפען
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:23 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באווארפען »

יא דער אלטישקער האט א גוטען פענע.
אבער למען האמת איז וויכטיג צו באטאנען אז די מעשה אין אנדערע פארמען איז שוין פארשריבען אויף גאר אסאך צדיקים אין עס זעהט אויס ווי איינע קומט פון די אנדערע אבער די ערשטע מקור איז דוקא פון נתן הנביא (פון די שבתאים).
שמואל פוקס האט א שיעור דערויף אויף קולמע.
פאלעסיידס קומט אריין שטארק - איך וואוט פאלעסיידס
viewtopic.php?f=110&t=52694&start=14125#p3494391
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

באווארפען האט געשריבן:

ברענג אהער
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
באווארפען
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:23 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באווארפען »

שמו האט געשריבן:
באווארפען האט געשריבן:
יא דער אלטישקער האט א גוטען פענע.
אבער למען האמת איז וויכטיג צו באטאנען אז די מעשה אין אנדערע פארמען איז שוין פארשריבען אויף גאר אסאך צדיקים אין עס זעהט אויס ווי איינע קומט פון די אנדערע אבער די ערשטע מקור איז דוקא פון נתן הנביא (פון די שבתאים).
שמואל פוקס האט א שיעור דערויף אויף קולמע.
ברענג אהער
כוועל פרובירן. איך געדענק נישט די נומער. שוין איבער א יאר.
פאלעסיידס קומט אריין שטארק - איך וואוט פאלעסיידס
viewtopic.php?f=110&t=52694&start=14125#p3494391
אוועטאר
בסתיק
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 4:30 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתיק »

דל ואביון האט געשריבן:
כ'גלייב אז אויב איז עס אן אמת'ער מעשה איז דא נאך אידן דא וואס זענען באקאנט דערמיט, נו זאל א צווייטער נעמען די מייק...
יא,
אבער אזא פענע איז שווער צו טרעפן.
לחידודא

אויס שארפן אביסל די קאפ
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אין קורצן פון פריער:
נובארדיק איז איבערגעקערט!
דער טימבל האט פארשאפט אן ערנסטע טומל אין שטעטל, די נובהרדאקע האבן זיך זייט זיין התגלות זיך געשעמט ארויס צו ווייזן זייער פנים אויפן גאס, ווען טימבל האט נאר באוויזן זיין געזיכט אינדרויסן זענען די גאסן געווארן פיסט און ליידיג ווי יו"כ נכאמיטאג,
טימבל האט אויסגעקפויקט א יעדעמ'ס זינד, ער האט געהאט א ספעציעלע געשמאק אין זיך פארלייגן אויך תלמידי חכמים וענוותנים [בעיניהם] ער האט אנגעזייעט א פחד און בעיקר א שרעקליכער בושה.
אט ליינט ווייטער וואס איז מיט טימבל פארגעגאנגען.
*****
אין די קעניג'ס פאלאץ איז אנגעקומען די נייעס אז אין נובארדיק דרייט זיך אן אידישער מכשף ל"ע, אין יענע צייטן איז די כישוף זינד געווען פון די הארבסטע זאכן, דאס האט געקענט ברענגען טויט שטראף אויף דער וואס האט עוסק געווען אין כישוף,
די היימישע עסקנים זענען געוואר געווארן אז טימבל'ס לעבן געפונט זיך אין געפאר, מ'האט שוין געהערט שמועות אז די קעניג האט ארויס געגעבן א שטרענגע באפעל צו זויפארט ארעסטירן דעם אידישן 'מכשף'.

די פאניק אין שטעטל איז געווארן גאר גרויס, וואס איז טימבעלע נעבעך שולדיג אז דער נשמה אומללה האט זיך אויף אים אנגעטוהן, למעשה הענגט יעצט זיין לעבן על כף המאזניים...
די שיינע אידן אין נובארדיק זענען גראדע נישט געווען אזוי אנגעצויגן פאר טימבל'ס לעבן - "וְיָסֵר מֵעָלַי רַק אֶת הַמָּוֶת הַזֶּה" דאס איז געווען זייער איינציגסטע דאגה, זיי האבן שוין נישט באוויזן זייער פנים אין די גאס שוין א שיינע פאר וואכן, וואס איז ווערד זייער גאנצע תעניתעם וסיגופעם אויב די עולם זעט נישט זייער צוקניטטשטע מיוסר'דיגע שטערן...

ווילאנג דער טימבל האט מגלה געווען נסתרים איז די לעבן געווען גאר ביטער.

די פאר ערליכע אידן וואס האבן נישט חס געווען על כבודם האבן זיך מוסר נפש געווען און אנגעכאפט דעם טימבל און מיט צוגעבינדעדנע הענט האט מען אים באהאלטענערהייט ארויסגעשמוגעלט פון נובארדיק.

א גאנצע נסיעה האט דער דיבוק געהאט צו זינגען און צו זאגן, זיי האבן געדארפט צושטויפן צומאל זייערע אויערן צוליב זיינע נידעריגע רייד, איין מינוט האט ער געוויינט און געקלאגט אויף זיין נעבעכדיגער מצב, זיין נשמה איז נע ונד און קיין מנוחה האט זי נישט אבער פון די אנדערע זייט, רשעים אפילו על פתחה של גיהינום תשובה איז גאר ווייט פון זיי, ער האט גערעדט נידעריגע ממש נישט צו אויסהאלטן.

ווי פארט מען?
קודם ארויס פון די מקום סכנה.

אנגעקומען זענען זיי קיין קאזניץ.

זיי טראגן אריבער טימבלענען צו הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע

די רבי מיט זיינע רחמנות'דיגע אויגן געבט א בליק אויף דעם דיבוק, און זעט אז די מצב איז נישט קיין קינדער שפיל, די הייליגער צדיק נעמט זיך מאכן כוונות און יחודים, זיינע מחשבות זענען משוטט בעולמות העליונים און ער פראבירט צו ברענגען מזור ומרפה פאר דעם נעבעכדיגע נשמה וואס האט זיך פארלייגט אויף די בחור.

מיטאמאל פלאצט טימבל אויס מיט אן הילעכיגן געלעכטער.

טימבל: כא כא כא די רבי מיינט אז ער גייט מיך פארטרייבן מיט יעחידעם און שמות? דאס האב איך שוין געקענט אלס קליין קינד, אך בין דאך געווען בזמן חורבן הבית, די אלע כוונות און שמות זענען געווען גלוי וידוע לכל דרדקי איך בין דאך געווען דער בחור וואס האט געווארפן די ערשטע שטיין אויף זכריה הנביא! הא הא הא!!! רעד דיך נישט אפילו איין אז דאס גייט מיר העלפן!!! און דא האט די רוח זיך גענומען יערמליך וויינען "רבי דערשעק מיר נישט"!!!!!

די הייליגער רבי הייבט אויף זיינע אויגן און מיט א דערבארעמדיגער שטימע פרעגט ער די נשמה:
אויב אזוי, וואס דען איז די וועג אייך צו ברענגען די תיקון השלם? אזוי זיך ארום ווארפן אויפן חשבון פונעם אומשולדיגן בחור דאס האט דאך זיכער נישט קיין פשט.

טימבל: רבי, זייט מיין טויט וואנדערט מיין נשמה פון איין פלאץ צום אנדערן ללא מנוח, קיין איין תלמיד חכם האט זיך נישט דערוואגט צו פראבירן מלמד זכות זיין אויף מיר, ווער קען דען טרעפן א לימוד זכות אויף אזא גראבע נשמה ווי מיר? איך האב דאך צוגעפירט ו דעם אז יהרג במקדש ה' כהן ונביא!!
רבי לאמיר דיר זען מלמד זכות אויף מיר בפה מלא און ברענג מיר א תיקון!!!

די הייליגער מגיד טראכט, מיט א צוקנייטשטער שטערן שטייט ער ללא ניע, די אלע חסידים וואס זענען צאמגעלאפן צום רבינ'ס שטוב שטייען פארגליווערט, וואס גייט דא זיין???
די רבי טראכט, און טראכט, די נשמה שרייעט געוואלד!!!!!! וירא העם וינועו, די חסידים קענען קוים אטעמען, די אנגעצויגענקייט שפירט זיך אין די לופטן, עס הערשט א פחד און מורא, די פליגן האבן אויפגעהערט צו קראצן זייערע פליגלען מחמת המורא הגדול.

מ'קען שוין שניידן די אנגעוציגענקייט אין די לופטן, און די רבי רופט זיך אן צו די משמשים:
טראגט אים אריין אין מיין פראווע צימער ביטע.

די גבאים ציטערן צו טשעפענען טימבלענען, די רבי שטייט און ווארט "אויף וואס ווארטן ענק?? טראגט אים אריין"!!

אבער די משבק"ים שטייען פארגליווערט, חזקה עליהם פקודת רבם אבער מיט נשמות..... באהה.....

חושים די הויעכע געויבעטע לאנגיעריגע הויז בחור זעט אז פון די אלטע גבאים וועט קיין ישועה נישט אנקומען און גייט צו, ער כאפט אן טימבל מיט זיינע ברייטע ידיים מוכיחות, און די רוח נעמט זיך שרייען "לאז מיך אפ"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

די חסידים פארלירן זייער אטעם, אבער חושים מאכט קיין חשבונות ער דערלאנגט א פראסק פארן מחוצף "זיי שטיל דו פרעכע מתנגד! דא ביים רבין פאלגט מען פארשטאנען"???

ער טראגט אריין די בחור אין רבינ'ס צימער אבער דא האט טימבל באמערקט די הייליגער ספר זוה"ק ליגן אויפן טיש.

די יללות וואס זענען ארויס געקומען פון טימבל'ס מויל האבן שיהר טויב געמאכט די מענטשהייט, דער רוח האט זיך גענומען מאכן געוואלדעס והמקום היה לחרדת אלוקים!!
די רבי האט מיטאמאל באמערקט די זוה"ק אויפן טיש און ער שרייט צו די הויז בחור "ניין! ער קען דאס נישט אויסהאלטן! די הייליגע זוהר איז צו הייליג פאר אים!
טראג אים אריין אין די ווארט צימער".

חושים טראגט אים ארויס כאשר ישא האומן את היונק און ער טראגט אים ארויס צום ווארט צימער, די צימער וואס איז געווען מלא וגדוש מיט די המון העם וואס איז צוזאמגעקומען לחזות בנועם המעמד - זענען אנטלויפן בעוד רוחם בם.

איינע פון די בחורים באמערקט אז אויפן טיש אינעם ווארט צימער ליגט נישט מער און נישט וויניגער א - "ספר זוה"ק"!!! ער טראכט צו זיך מה הועילו חכמים? דא גייט זיך איבערשפילן דאס זעלבע, אבער ניין.

חושים לייגט אראפ טימבל אויף א באנק, טימבל איז רוהיג, די זוה"ק מאכט אים נישט נערוועז.
טרעסאנט....

איינער גייט צו און ער געבט א בליק אריין אינעם זוהר, ער עפנט נאר די ערשטע בלעטעל פארשטייט ער שוין אלעס.... די דרוק, דאס איז פון די בית הדפוס פון פלוני אלמוני וואס איז נישט די ערליכסטע מענטש.... נו שוין... א נשמה דאך שפירט עס עפעס.

צוריק צום רבין אין צימער:

די רבי שטייט פארטראכט, לאנגע מינון וואס פאר די חסידים דמו לנצח. די רבי איז הוגה בדעתו הקדושה וואס גייט מען טוהן מיט די נשמה אומללה וואס האלט נישט ביים נאכלאזן פאר דעם בחור???

די רבי הייבט אן צו טראכטן, "אפשר קען מען יא מלמד זכות זיין אויף די נשמה? וואס?????????? אויף אזא נשמה?????????? בשום אין אופן!. ער האט דאך צוגעברענגט די חורבן הבית און אזויפיהל אידיש בלוט פארגאסן...... אבער דאך...... כי לא ידח ממנו נדח"....

די רבי לאזט רופן חושים:
חושים, ברענג אים אהער דא.

חושים דער גיבור שלעפט אריין טימבל און די רבי נעמט זיך רעדן:

"איך קען דיר א טובה טוהן. אבער דאס איז נאר בתנאי אז דו גייסט מיר ווייזן דיינע מדריגות און דיין מהות הנשמה!

טימבל: יא רבי! איך בין מסכים אבער.....

די חסידים'ס אויער איז שוין אנגעשפיצט, אט גייען זיי זען במוחש ווי גאנצעטע שטיקלעך ספר גלגולים וואלגערן זיך דא לעבעדיג...

.... אבער נאר נישט דא!!!!!! נישט אינדערהיים, איך וויל אליינס ארויס גיין מיטן רבין, דארט אינדרויסן פון שטאט צווישן די פעלדער און וועלדער דארט קען איך מגלה זיין פארן רבין את אשר אוותה נפשו, פארשטייט זיך אויב די רבי וועט מיר ממציא זיין די מנוחה נכונה".

די חסידים, אביסל אנטוישט, זיי גייען נישט אלעס קענען מיטהאלטן, אבער דיים מה שראו ביז יעצט.

די הייליגער מגיד טוהט זיך אן זיינע בגדים עליונים, מיטן רעשוואלקע מיטן פעלץ, האלט אן די זילבערנע שטעקן און שפאנט ארויס מיטן בחור.

ברררררררר.... די פחד איז גרויס!!! די חסידים לויפן אריין אין שוהל און עס שטעלט זיך ספאנטאניש א מנין תהלים, די חסידים גיסן טייכן טרערן רייסן איין וועלטן אז די רבי זאל מצליח זיין צו מתקן זיין די נשמה עלובה.

דארט בעמק היער, די פייגעלעך טשיפטשען, די אלע חיות השדה שפירן אז עפעס נישט ווי געווענדליך גייט דא פארקומען, אלע אנטלויפן זע לחורו וזה למערתו, נאר די ביימער און די בלעטעלעך האלטן מיט וואס דא גייט פאר.

טימבל: רבי!!!!!! הושיענו!!!!!!!!!!!! טרעף א לימוד זכות און ראטעווע מיין נשמה!!!!!!!!!

די רבי:
בעצם קען מען דא טרעפן אן הלכה'דיגע לימוד זכות, עס קען גאר זיין אז איר האט יא געמעגט באשטיינערן די הייליגע נביא רח"ל....

טימבל שטייט און גלייבט נישט מה שאזניו שומעות.

די הייליגע מגיד איז ממשיך במליצתו: א שלעכטע נבואה וואס איז געהערט געווארן מפי ה' כל זמן די נביא האט דאס נאכנישט ארויס געזאגט מיטן מולי בפירוש קען דאס זיך נאך טוישן לטובה! און וויבאלד זכריה'ס נבואה איז געווען א שלעכטע נבואה כדי צו מעורר זיין לב ישראל לאביהם שבשמיים, נאכאלץ האט די נביא געדארפט זיך איינהאלטן און כובש זיין נבואתו און פראבירן מחזיר זיין לב ישראל אל אביהם שבשמיים דורך אן אנדערע וועג, און מיט דעם פראבירן צו ראטעווען כלל ישראל מכליון ושמד לויט ווי ער האט זיך מתנבא געווען בנבואת הזעם.

הגם וואס 'הכובש נבואתו איז חייב מיתה' האט זיך די נביא געדארפט מוסר נפש זיין און ראטעווען כלל ישראל! און פארדעם האט די בחור געטראכט אז זכריה האט נישט גוט געטוהן און מ'דארף אים באשטיינערן.

די רבי האט נארוואס געענדיגט זיינע רייד און א הויעכע עמוד אש האט זיך באוויזן פאר אים און ער האט זיך געטראפן מיט א נארמאלער געזונטער בחור כבראשונה.

נאך א שעה וואס האט זיך געשפירט ווי א יאר האבן די חסידים געזען די הייליגער רבי שפאצירט געמיטליך אנלאנענדיג אויף טימבל'ע די זיסער נובארדיקע בחור וואס האט מער קיין זינד נישט געטראפן אויף קיינעם והעיר נובהארדוק צהלה ושמחה.
--------

אופססס ראנג ניק.....
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום דינסטאג פעברואר 14, 2023 11:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17477
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שכח
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

שכויעך!
זא מעשה... כהאב עס קיינמאל פארדעם נישט געהערט.. כווייס נישט אויב איך וואלט אויסגעהאלטן אויב איך וואלט געטראפן די אשכול פאר אחשורוש האט עס צוגענדיגט...

יעצט האב איך א נייע תאוה, צו הערן סיפורי צדיקים נאר געשריבן אזוי...
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אין ספה״ק תפארת שלמה ווערט געברענגט די מעשה פון די דיבוק בשם הרה״ק המגיד מ׳קאזניץ זלה״ה אז די דיבוק איז געקומען צו הרב ר׳ יהודה החסיד משידלאווצי זצ״ל דא איז א לינק צו די מעשה ווי איר קענט דאס אליינס זעהן.
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=30

הרה״ק מ׳קאמארנא זצ״ל ברענגט א ענדליכע אבער אביסל א אנדערע מעשה. איך האב עס יעצט נישט צו די האנט. אפשר וועל איך עס נאכברענגען שפעטער אויב מעגליך.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

שכח פארן צוענדיגן!!!
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

דא איז די לשון פון הרה״ק מ׳קאמארנא זצ״ל אין ספה״ק נצר חסד על מסכת אבות. פרק ד׳ משנה ה׳
״כמו שסיפר מרן אלקי הריב"ש זצ"ל שבערי אשכנז היה צדיק אחד ואמר קודם פטירתו שימות במיתה משונה ע"י רוצחים וכבר הוא היה מאה פעמים בעולם הזה ובכל פעם נהרג שהוא היה בזמן המקדש ראש סנהדרין חריף וחכם ולמד בסם המות של תורה והוא היה הראשון שהכה על לחי ופנים של זכריה הנביא אתה עם הארץ מתנבא בנביאות ועל ידו נפלו עליו עמי הארץ רשעים גמורים והרגו אותו וצוה שיכתבו על מצבתו פ"נ מי שהרג זכריהו הנביא ואמר שכבר הוא מתוקן״
חבר
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

שכוח @דריטער, אין א.ד. מאמענט וואו סאיז געווען באשריבן באריכות ווערט אויך דערמאנט אז דער דיבוק אין געווען אין א אידישע שטוב שבת ווען די טיש האט זיך אויפגעדעקט איז דער דיבוק צוגעצויגן געווארן אהין און אנגעכאפט שטארק זאגנ'דיג אז די חצונים האבן א שליטה אין א אויפגעדעקטע שבת'דיגע טיש.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

חבר האט געשריבן:

יאפ... כהאב פארגעסן די פרט.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
חבר האט געשריבן:
שכוח @דריטער, אין א.ד. מאמענט וואו סאיז געווען באשריבן באריכות ווערט אויך דערמאנט אז דער דיבוק אין געווען אין א אידישע שטוב שבת ווען די טיש האט זיך אויפגעדעקט איז דער דיבוק צוגעצויגן געווארן אהין און אנגעכאפט שטארק זאגנ'דיג אז די חצונים האבן א שליטה אין א אויפגעדעקטע שבת'דיגע טיש.
יאפ... כהאב פארגעסן די פרט.
@דריטער, ווי ווערט די מעשה געברענגט מיט די נאווארדאקע גירסא און אז דאס איז געשען ביים קאזניצער מגיד?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ הרב אחש... דער דריטער (קומט דיר נישט אזא ביליגע נאמען) פארן נעמען די מיה און ענדיגן די מעשה

אפי' מיר האבן געקענט דעם סוף (נאכן זעהן דעם לינק), איז נאך אלץ געשמאקער דאס צו ליינען דא אזוי בא'טעמ'ט.
חן חן לך

ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

פיינע נייעס דער אנהייב, און אויך דער סוף.
ייש"כ אחשורוש פארן מסיים זיין.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

שמו האט געשריבן:
ייש"כ הרב אחש... דער דריטער (קומט דיר נישט אזא ביליגע נאמען) פארן נעמען די מיה און ענדיגן די מעשה

אפי' מיר האבן געקענט דעם סוף (נאכן זעהן דעם לינק), איז נאך אלץ געשמאקער דאס צו ליינען דא אזוי בא'טעמ'ט.
חן חן לך

ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה.
העלאו!!!! :oops: :oops: :oops:
איך פארלאנג א בקשת מחילה ברבים אויסטוהן די שוך מיט 10 דיינים און דריי אויסגעלאשענע לעכט!
[ביי זיידעניו'ס ציון]
אוועטאר
מאנטרעאל אויג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 9:52 pm
לאקאציע: קאנאדא

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטרעאל אויג »

אחשוורוש!! כהאב געמיינט ביסט א טיפוש... זייער שיין פארענדיגט
ברררר ס'איז קאלט
l'hiver est arrivé
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
ייש"כ הרב אחש... דער דריטער (קומט דיר נישט אזא ביליגע נאמען) פארן נעמען די מיה און ענדיגן די מעשה

אפי' מיר האבן געקענט דעם סוף (נאכן זעהן דעם לינק), איז נאך אלץ געשמאקער דאס צו ליינען דא אזוי בא'טעמ'ט.
חן חן לך

ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה.
העלאו!!!! :oops: :oops: :oops:
איך פארלאנג א בקשת מחילה ברבים אויסטוהן די שוך מיט 10 דיינים און דריי אויסגעלאשענע לעכט!
[ביי זיידעניו'ס ציון]
ווער גייט היינט נאך מיט שיך נאך די קראקס עפאכע
דיינים, זאג מיר פון וועלכע פראקציע, פון טעגלאש, אדער הודו-טעגלאש
דריי פארלאשינע ליכט האב איך גענוג
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

שמו האט געשריבן:
ווער גייט היינט נאך מיט שיך נאך די קראקס עפאכע
דיינים, זאג מיר פון וועלכע פראקציע, פון טעגלאש, אדער הודו-טעגלאש
דריי פארלאשינע ליכט האב איך גענוג
;l;p-
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מאנטרעאל אויג האט געשריבן:
אחשוורוש!! כהאב געמיינט ביסט א טיפוש... זייער שיין פארענדיגט
א טיפוש מעג נישט שרייבן??????
אוועטאר
מאנטרעאל אויג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2022 9:52 pm
לאקאציע: קאנאדא

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטרעאל אויג »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
מאנטרעאל אויג האט געשריבן:
אחשוורוש!! כהאב געמיינט ביסט א טיפוש... זייער שיין פארענדיגט
א טיפוש מעג נישט שרייבן??????
ער מעג שרייבן אבער ער וואלט נישט געשריבן אזוי גיט.
ברררר ס'איז קאלט
l'hiver est arrivé
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: דער דזשוק איז אריין אינעם בחור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מאנטרעאל אויג האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
מאנטרעאל אויג האט געשריבן:
אחשוורוש!! כהאב געמיינט ביסט א טיפוש... זייער שיין פארענדיגט
א טיפוש מעג נישט שרייבן??????
ער מעג שרייבן אבער ער וואלט נישט געשריבן אזוי גיט.
כהער ווא דו זאגסט....
איך קען אסאך טיפשים וואס שרייבן גאנץ שיין סאו נעווער מיינד.

מ'דארף זיין א טיפש צו זיין א שרייבער, דאס איז אן ארבעט וואס מ'מאכט נישט קיין סאך דערפון....
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”