בלאט 17 פון 20

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:29 pm
דורך געלעגער
פון וועלגע אשכול רעדסטו מי חכם?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:32 pm
דורך מי חכם
איך געדענק נישט די קעפל, און כאב אינזין געהאט צו שרייבן אז כמיין דו ביסט נאכנישט גנווען מנהל דעמאלטס, סאיז נאך געווען א טאליבאנע ווערטשאפט.. (קרעדיט י.ש.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:45 am
דורך גוגל
Connecticut איז א שעה פון בארא פארק פארוואס מאכט מען דארט גארנישט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 12:46 am
דורך Ron Paul
ווייל דארט שיסט מען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 3:17 am
דורך טהור-עיניים
חיים של פרנסה האט געשריבן:וואס וואלט איר געזאגט, צו איינע פון די צוויי אפציעס.

1. א דירה אין פאללסבורג צו קויפן. 2 שטאק, 1350 סק. פיס פער שטאק. איין הויז א פאמיליע, און דו צאלסט $170.000
2. א בנין פון רענטלס, 20 משפחות, א דירה פון 3 בעדרום'ס,950 פיס. 900 רענט. א 4 בעדרום דירה פון 1250פיס פאר $1000.

אייערע ענטפערס וועלן גענוצט ווערן צו רעכנען אונזערע נעקסטע שריט בעז"ה.

ביי די וועי. מיר פארן מארגן אין קאנטרי צו די מוסדות תפארת אבות צו קענען ברענגען א גריס פון די לעכטיגע קינדערלעך.


ביי מיר איז קלאר דער ערשטער אפשן. צו מופן אין קאנטרי וויל איך א אייגענעם הויז מיט א גערטנדל ארום, נישט קיין געדונגענע לעכל מיט ניינצן נודניקעס אונטער די פוס און איבערן קאפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 8:04 am
דורך שנאפס
א שאלה?! זיכער די ערשטע אפציע

די פראגע איז וויפיל מארגעטש מען קען ארויסנעמען אויף דאס הויז, לוא יהא איך האב א גוטע קרעדיט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:10 am
דורך פריילאך
געשטימט נומער איינס.

וואס טוט זיך מיט די גריס פון די קינדערלעך פון תפארת אבות? עס ווערט שוין קאלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 11:56 am
דורך בעל דעת
רבותי נעמט ענק אריין אין קאפ
וועלכע סאטמארער אינגערמאן וואס וויל נישט מאפען אין א שטאט וואס האט 3 גרויסע מסודר'דיגע קהילות, 3 תלמוד תורה'ס, 4 בתי חינוך,3 בתי חיים'ס ,10 גראסעריס, 60 שילן
אזא איינער האלט נישט ביים מופען ער האלט סתם ביים מאלען וואסער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 4:22 pm
דורך חיים של פרנסה
חידושים איז אויפן וועג.

איך וועל אייך נישט הלטן געשפאנט,

דערווייל ווער עס קען וואוטען אויף אפשען 1 אדער 2 ביטע האלט זיך נישט צוריק,

איייערע מיינונגען ווערן אויפגעברענגט ביי די מיטינגס.

א דאנק

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2012 6:03 pm
דורך קיווי סטראבערי
איך וואלט אויספראבירט קודם אופציע 2 אויף א שטיק צייט, קודם זאל איך זעהן צו איך בין צופרידן פון די פלאץ, די איינוואוינער וכו', און דערנאך אויב ס'געפעלט מיר וואלט איך מיך אוודאי געפרייט צו קויפן פאר די פרייז וואס מ'אפפערט דא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 12:41 pm
דורך שאינו יודע
בעל דעת האט געשריבן:רבותי נעמט ענק אריין אין קאפ
וועלכע סאטמארער אינגערמאן וואס וויל נישט מאפען אין א שטאט וואס האט 3 גרויסע מסודר'דיגע קהילות, 3 תלמוד תורה'ס, 4 בתי חינוך,3 בתי חיים'ס ,10 גראסעריס, 60 שילן
אזא איינער האלט נישט ביים מופען ער האלט סתם ביים מאלען וואסער


איך האב שוין געשריבן די געדאנק עטליכע מאל, איך האב הנאה אז נאך איינער האלט אזוי

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 12:42 pm
דורך שאינו יודע

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 12:47 pm
דורך שנאפס
וואס איז דארט אין ניובורג?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 3:28 pm
דורך שאינו יודע
וואסערפאל האט געשריבן:כ'וויייס נישט צו ס'קומט דא אריין, מיט עטליכע וואכן צוריק האט מיר א אינו יהודיה אינספעקטארין געזאגט אז נעבן ווי זי וואוינט (ערגעץ צווישן ניובוירג אין פארט-דזשערוויס) האטזי געזעען א נייע סיין מיט 'היברו לעטטערס', ווייסט עמעציר פון וואס זי רעדט? עפעס מאכטזיך דארט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:36 pm
דורך הבדלה וויין
חיים של פרנסה האט געשריבן:וואס וואלט איר געזאגט, צו איינע פון די צוויי אפציעס.

1. א דירה אין פאללסבורג צו קויפן. 2 שטאק, 1350 סק. פיס פער שטאק. איין הויז א פאמיליע, און דו צאלסט $170.000
2. א בנין פון רענטלס, 20 משפחות, א דירה פון 3 בעדרום'ס,950 פיס. 900 רענט. א 4 בעדרום דירה פון 1250פיס פאר $1000.

אייערע ענטפערס וועלן גענוצט ווערן צו רעכנען אונזערע נעקסטע שריט בעז"ה.

ביי די וועי. מיר פארן מארגן אין קאנטרי צו די מוסדות תפארת אבות צו קענען ברענגען א גריס פון די לעכטיגע קינדערלעך.


אלץ איינער וואס האט נישט אזוי לאנג געטוען די עקסטרעמע שריט און ארויסגעמופט פון די שטאט, ווי אויך בין איך געווען אביסל אינוואלווד אין א פראיעקט, קען איך זאגן מיין מיינונג פון אביסל עקספיריענס.
די צווייטע אפשען איז לכאורה די בעסטע, צוליב עטליכע סיבות:
1. עס איז מער פראקטיש צי קודם דינגען א דירה ווען מען מופט אויף א פרעמדע פלאץ, אזוי איז מען נישט גארנישט משועבד אויב עס ארבעט זיך נישט אויס, און אויך קען מען גרינג טוישן געגענט אין די נייע שטאט.
2. ווען איינער וואוינט ביז יעצט אין די שטאט, ע"פ רוב וועט ער זיך נאכנישט קענען ערלויבן צו קויפן אן אייגענע דירה, איבערהויפט ווען ער האט נאכנישט קיין געסטעטלטע פרנסה אין די נייע שטאט.
3. משפחות פון גרעסערע קינדער, דיי וואס דארפן די גרויסע הייזער, וועלן שווערער מופן, רוב פון זיי זענען שוין געסטעלט אין די שטאט אדער האבן זיי שוין אויפגעגעבן, ווי אויך האבן זיי א גרעסערע פראבלעם מיט די ת"ת און סקול'ס פאר די קינדער, און עס זייער שווער צי עפענען אלע כיתות אויפאיינמאל, און עס זאל נאך זיין א גוטע סקול.
אזויפיל וואלט איך יא געזאגט אז עס זאל זיין א דריי בעדרום דירה מיט אן עקסטערע פלעי רום/ספרים שטוב, וואס דאס געט צי די הרחבת הדעת פאר די בני בית, וואס זי איז גענוג מקריב מיט'ן ארויסמופן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 5:55 pm
דורך דער קוטשער
ר' חיים, 3 בעדרום'ס אין 950 ספ איז נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען, איך וואלט געגלויבט דאס איז עפעס א טייפאו טעות.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 08, 2013 3:32 pm
דורך שאינו יודע
קראנט געהערט פון א כלי ראשון, אז די אזוי גערופענע "נייע ישוב" אין אפסטעיט פאר די מיטן אכטער קומט שוין צו א פרייליכע ענדע, אזוי ווי יעצט ענדיגט זיך די יאר וואס מען מוז דארט וואוינען, די עולם הייבט אן צוריקצומופן בקרוב,

ובזה נסתיים פרק חלמא טבא חזיתי במסכת חולם חלום

לא נתנשי מנך פרק חלמא טבא, הדרן עלך ודעתן עלך

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 11:07 am
דורך חיים של פרנסה
דו זעהסט אויס, אז דו וואוינסט אין א קליינע דירה און דו ביזט צופרידן אז יענער פאלט אדורך אזוי ביזטו פריי פון דיין גילטי קאנטשעס פארוואס דו אליין האסט נאכנישט ארויס געמופט.

אבער דו וועסט זיין סאך מער צופרידן פון די גוטע נייעס, וואס איז אויפן וועג.

דזשאסט א בארואיגונג'ס פיל פאר דיר..
סוף וואך וועט דיר בעסער ווערן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 12:35 pm
דורך שאינו יודע
נאך א דורכפאל, איך וואוין ברוך השם אין א שיינע ליכטיגע גרויסע לופטיגע דירה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 12:36 pm
דורך שאינו יודע
און אויב עפעס קוקט אויס אז דו ביסט זייער נערוועז, אזא אויפרייס קומט נישט סתם אזוי

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 12:47 pm
דורך leiby
גוטסקייט זעהט מען זיכער נישט אין דיין פאריגע תגובה. (סארי)

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 4:40 pm
דורך פריילאך
אפשר בבחינת "שאינו יודע"

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2013 12:00 am
דורך שטארק זיך
שאינו יודע האט געשריבן:קראנט געהערט פון א כלי ראשון, אז די אזוי גערופענע "נייע ישוב" אין אפסטעיט פאר די מיטן אכטער קומט שוין צו א פרייליכע ענדע, אזוי ווי יעצט ענדיגט זיך די יאר וואס מען מוז דארט וואוינען, די עולם הייבט אן צוריקצומופן בקרוב,

ובזה נסתיים פרק חלמא טבא חזיתי במסכת חולם חלום

לא נתנשי מנך פרק חלמא טבא, הדרן עלך ודעתן עלך

דיין כלי ראשון איז אולי מצטמק ורע לו; מיר האבן אינפארמאציע אז דער ציבור דארט פגר׳ט (מליצה) דארט צו פארבלייבן.

דעריבער וויל אייך זאגן ״שאינו יודע״ ער ווייסט נישט ״לישאול״ ברויך ער צו פרעגן... נישט סתם לאזן פאלן אומאינפארמירטע סטעיטמענטס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2013 1:13 am
דורך שוועמל
דער אמת איז אז נישט יעדער איז געמאכט צו גיין וואוינען אין מאנטיסעלא, ממילא ווען איינער שרייט חלומות קען גאר זיין אז ער איז פון די יעניגע.

איך למשל האב נישט קיין פראבלעם דערמיט אבער מיין ווייב וועט אויף קיין פאל נישט מסכים זיין צו וואוינען איזאלירט. נאך א זעלבסט-עקזעם האב איך איינגעזען אז די חילוק איז אין אונזער נאטור, מיין ווייב איז מער אקטיוו בעת איך בין מער פאסיוו (אדער קעירלעס). זי קען נישט אויסהאלטן אנע דאקטאר אנע געהעריגע גראסערי אן די 'נירביי' שאפפינג געשעפטן אן איר משפחה וכדומה. ממילא איז דער אפציע ביי מיר אראפ פון טיש און איך רעד נישט אפ כאטש איך שטיץ שטארק (בדעתי) יעדן פרואוו צו אנטוויקלען א נייער ישוב.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2013 1:18 am
דורך שטארק זיך
נאך א חילוק צווישן אייך מיט די פלונית; איר האט וויטואלע באציאונגן בעת זי האט ניכט...

איך זאג בלויז..