בלאט 16 פון 20

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 10:51 am
דורך משה קארנפעלד
אויב דער פראדוקט איז ווערד פארן ציבור קען איך נישט זאגן, אבער איך פערזענליך וואלט גרייט געווען צו גיין פאר די 1,700 פאר 1,300, אויב עס איז נאך אלעם, אלעם און אלעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 11:59 am
דורך שאלת_חכם
משה קארנפעלד האט געשריבן:אויב דער פראדוקט איז ווערד פארן ציבור קען איך נישט זאגן, אבער איך פערזענליך וואלט גרייט געווען צו גיין פאר די 1,700 פאר 1,300, אויב עס איז נאך אלעם, אלעם און אלעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 12:12 pm
דורך חיים של פרנסה
נעכטן האב איך גערעדט צו איהם, האט ער מיר געזאגט, אז דעם פארגאנגענעם יום העקב איז געווען מיטינג ויימען האט באשטימט אז נען וועט קענען צושטעלן 1600 סקווער פיס פארצוועלעף מאות הכל בכל מכל כל
א

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 12:37 pm
דורך צולייגער
העלמיר איביר געבן די באליבאסטע, כמיין 'איי עם די באס, באט שי איז די באס דרייווער'

!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 12:42 pm
דורך משה קארנפעלד
חיים של פרנסה האט געשריבן:נעכטן האב איך גערעדט צו איהם, האט ער מיר געזאגט, אז דעם פארגאנגענעם יום העקב איז געווען מיטינג ויימען האט באשטימט אז נען וועט קענען צושטעלן 1600 סקווער פיס פארצוועלעף מאות הכל בכל מכל כל
א


איך האבן שוין אנגעטון די סיט-בעלטס, די באקסעס ליגן שוין אינעם האדאסי, כ'ווארט נאר אז די דירה זאל זיין(קאלעכן וועל איך שוין, דזשאסט געב אהער די שליסלן), און מ'צינדט אן דעם מאטאר. ויסעו!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 21, 2011 3:57 pm
דורך פריילאך
http://www.yideotube.com/#2701

א באנדע לצים ווילן עפענען א שטעטל..........

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 1:29 am
דורך טהור-עיניים
יוי זענען די חברה גוט. מיט נאך צוויי דריי אזעכע ליטוואקעס, האבן זיי א פערטיגן שטעטל. וואס עפעס א שטעטל, א גאנצע שטאט, א לאנד...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 8:51 am
דורך חיים של פרנסה
נאך אלע דזשאוקס, זעהט יעדער איין אז א נייע ישוב איז א "מוז", לאמיר נאר האפן אז די גוטע וועט ווערן אנגעשריבן נאך היי יאר.

[איבער די עצם לינק מוז מען צולייגן, אז עס איז א חסרון אז א היימישער שפילט אויף א ווידיאו מיט א אשה צוזאמען, לא כך למדונו רבותינו,]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 7:05 pm
דורך קורץ און שארף
אוי איז די ווידאו גוט.

די עקטערס זענען זייער גוט, אבער די קאמערע האט עפעס נישט אזוי פראפעסיאנאל אפגעכאפט די זאך

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 26, 2011 1:22 am
דורך טעלעפאן

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 27, 2011 1:05 pm
דורך פלארידא
חיים של פרנסה האט געשריבן:[איבער די עצם לינק מוז מען צולייגן, אז עס איז א חסרון אז א היימישער שפילט אויף א ווידיאו מיט א אשה צוזאמען, לא כך למדונו רבותינו,]

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 27, 2011 1:18 pm
דורך שנאפס
ערעב חיים, עפעס פארשריט איז שוין דא מיט אייער לעצטע פלאן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 8:32 pm
דורך חיים של פרנסה
רעדנדיג צו די ערשטע קוואל, הייסט דאס יעצט אז ער גייט נישט בויען ביז ווי לאנג די מארקעט פון קויפערס ווערט א ביסל בעסער

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:25 pm
דורך גוגל
וואס איז מיט מיין עסקרא געלט וואס איך האג געגעבן 3 יאר צוריק?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:10 am
דורך חיים של פרנסה
אלעס ליגט אין זעלבן לעדל אומגערירט, עס לוינט נאך אלס צו האלטן ווייל עס איז גענוג א קליינע סכום, און אויב עפעס ווערט, זאלסטו האבן א דין קדימה אויף די ביליגע פרייז

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 4:03 pm
דורך משמש
לויט מיין אינפארמאציע גייט זיך די קומענדיגע וואך עפענען א אפיס איבער די נייע געהיימע שטעטל וואס ווערט געפירט דורך ר' משה ש.

האט איינער דעטאלן איבער דעם? מעג מען שוין רעדן דערפון דא אויפן וועלטל?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 7:18 pm
דורך חיים של פרנסה
מיר ווארטן דערויף בכליון עינים.

אפילו עס איז שוין ארויס געגאנגען דעיטס ווען עס גייט זיך עפענען, אבער מיר זענען גרייט עני טיים ווייל די פלאן איז אסטראנאמיש געוואלדיג

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 7:54 pm
דורך מאנ-יימער
ר' חיים וואס זענען די פלענער? דעטאלן?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 8:29 pm
דורך נאטורליך
מיין אידענע רוימט מיר היינט אריין אין אויער בסוד סודות אז עס גייט זיך עפענען א שטעטל, זי קען נישט זאגן ווי, גיי צו איי-וועלט דארט שרייבט מען דערוועגן.
איך קום צו לויפן, פשיהא מען גייט מופן. ווי? אה דאס פרוביר איך אויסגעפינען. קען מיר איינער העלפן?
איינער משה א. ב"ר ב.ג. ש. פון ה. סטריט עפענט א שטעטל אין ____ך , דאס הייסט ער האט שוין די שליסל'ן און דארף פשוט אויפמאכן.
עס איז צווישען ברוקלין און טאהש, עס גייט קאסטן צווישן 110.000.77 און 400.00.95 טויזענט דאללאר, אומגעפער.
דער אפיס פאר אפליקעישאנ'ס עפנט זיך אט אט, מען וועט מעלדן אין ד____________ ששש איינער קען זיך אינטערהערן.
שיקט א דעפאזיט פון 49._____ $$ צו _ _ _ _וויטש נ"י וואס נעמט אן דעפאזעט'ס אין געהיימעניש פאר 000 ? סקווער פיס.
איר ווילט זיין פון די עשרה ראשונים ? קומט אהער טשעקן דריי מאל א טאג פאר פרישע אפדעיט'ס. 389 משפחות האבן זיך שוין געמאלדן, עס וועט זיין א נוטראלע תלמוד תורה און מיידל סקול. א וועד משמרת ....
עלמער שנעל גיין אנזאגן די בשורה פאר די אשת חבר, זאל זי כאטש וויסן אלע איינצעלהייטן און שלאפן רואיג אז אינגיכן וועלן מיר זיך אוועק שלענגלען פון די קליינע הייזקע מיט די ציריסענע בויד.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 19, 2012 8:43 pm
דורך מאנ-יימער
קודם איז פארענטפערט געווארן פארוואס מ'זעהט מער נישט נאטורליך פאר די אויגן, דאס איז זינט זיין ווייב האט זיך אנגעפאנגען דרייען דא.

צווייטנס האב איך ארויסגענומען א מאפע פון ניו יארק ביז טאהש און נישט געטראפן קיין איין נאמען פון א קאונטי, ווילידזש אדער שטעטל וואס ענדיגט זיך מיט א ענדע כאף

דריטנס, נאטורליך איז נאך אלס אומנאטורליך גוט, פוינט טעיקן. ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 10:50 pm
דורך חיים של פרנסה
וואס וואלט איר געזאגט, צו איינע פון די צוויי אפציעס.

1. א דירה אין פאללסבורג צו קויפן. 2 שטאק, 1350 סק. פיס פער שטאק. איין הויז א פאמיליע, און דו צאלסט $170.000
2. א בנין פון רענטלס, 20 משפחות, א דירה פון 3 בעדרום'ס,950 פיס. 900 רענט. א 4 בעדרום דירה פון 1250פיס פאר $1000.

אייערע ענטפערס וועלן גענוצט ווערן צו רעכנען אונזערע נעקסטע שריט בעז"ה.

ביי די וועי. מיר פארן מארגן אין קאנטרי צו די מוסדות תפארת אבות צו קענען ברענגען א גריס פון די לעכטיגע קינדערלעך.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:03 pm
דורך וואסערפאל
כ'וויייס נישט צו ס'קומט דא אריין, מיט עטליכע וואכן צוריק האט מיר א אינו יהודיה אינספעקטארין געזאגט אז נעבן ווי זי וואוינט (ערגעץ צווישן ניובוירג אין פארט-דזשערוויס) האטזי געזעען א נייע סיין מיט 'היברו לעטטערס', ווייסט עמעציר פון וואס זי רעדט? עפעס מאכטזיך דארט?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:11 pm
דורך מי חכם
עס איז שטארק מסתבר אז דארטן איז עס, זינט עס הייסט 20 מינוט פון מאנרא. פון די אנדערע זייט, איז עס אביסל שלימזלדיג ווען מען פרובירט עס צו באהאלטן פונעם אייגענעם עולם כדי ״סזאל נישט אנקומען צו די גוים״, און דערווייל ווייסן די גוים דעון נאך פאר די אידן...

ווער עס דארף וויסן מער דעטאלן איבער דעם פראיעקט, זענען די מנהלים פון אייוועלט וואס האבן אראפגענומען א אשכול וואס איך האב געעפנט דערוועגן א האלב יאר צוריק.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:17 pm
דורך geek
Option 1

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:26 pm
דורך מאנ-יימער
geek האט געשריבן:Option 1