בלאט 13 פון 20

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 9:53 am
דורך וויכטיג מאכער
און חרס'ל, איך האב פאר דיר נייעס, טאמער ווארסטו אז איינער זאל זיך מרחם זיין אויף דיר און "מנדב" זיין א הויז, גיי קויף דיר איין א שיינע פאר סענדוויטשעס, און פעלץ דיך גוט אן, און נעם א בענקל, און ווארט!!!

קיינער איז נישטא פאר דיר! יעדער איז דא פאר זיין טאש!

נאר וואס יא? ס'וועלן אי"ה נאך זיין אפאר יודן וואס "ווילן מאכן געלט", און זיי וועלן איינזעהן אז כדי "צו מאכן געלט" מוז מען קודם אראפפלאשן אפאר טאלער, און זיי וועלן צושטעלן גוטע דירות פאר זייער זייער ביליג, אזוי ארום וועלן זיך מענטשן ארויסציען אהין, און דאן וועלן זיי צוריקמאכן זייער געלט וואס האבן אינוועסטירט מיט רווחים.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 11:31 am
דורך ווינקל
חרס וויל האבן א שיינע דירה, פריוואט, א שיינע גארטן וכו'.

זאג נאר דו ווייסט וואס דאס קאסט??? דו ווייסט אז סאיז נישטא קיין מארקעט פאר דעם?

ס'איז יא דא? פארוואס בויעסטו נישט?????

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 12:00 pm
דורך lebediger berel
ווינקל האט געשריבן:איר האט בכלל נישט מסביר געווען פארוואס דער חסידישער עולם קויפט נישט קיין פריוואטע וואן-פעמעלי הויז.

איר שרייט קענטליך מיט א אנגעזויערטע ווייטאג אויף די בילדערס היתכן זיי מאכן געלט??? (כ'הער זיי האבן געלט.. דאס איז שוין שלא מענין).

אפשר קענסטו ערקלערן פארוואס די פילע פילע הייזער וואס ווערן געבויט אין די מאנסי געגנט און אין קרית יואל דורך פריוואטע מענטשן און די דעוועלאפערס באקומען ניט קיין גרייצער! פארוואזשע בויען די אלע מענטשן קאנדאס נישט וואן-פעמעלי הייזער??????


עפעס שטימט נישט דא (ויאכלו ענבים..?) אז איינער בויעט קאנדאס איז ער דאך א דעוועלאפער ? קען זיין ער איז א קליינער דעוועלאפער, אבער עס איז מער נישט קיין פרייוועט הויז

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 12:06 pm
דורך ווינקל
יעדער בויעט נאר איינס דערפון. שטימט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 1:42 pm
דורך lebediger berel
ווינקל האט געשריבן:יעדער בויעט נאר איינס דערפון. שטימט?


אז מען בויעט "איין" קאנדאמיניום, איז מען א פיצי דעוועלאפער פון "איי"ן קאנדאמיניום.

א קאנדאמיניום איז דאך שוין לכתחלה צוויי דירות. און ס'גייט ארויף עד אין שיעור

...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 1:58 pm
דורך קליקו
בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 2:07 pm
דורך ווינקל
קיליקו; דער בילד איז נישט זעהבאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 2:17 pm
דורך דארפסמאן
ביי מיר איז עס נאר א רויטע X

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 2:26 pm
דורך צום זאך
ס'דארף צו זיין א בילד פון די נייע יישוב ווי גאנץ וויליאמסבורג האט זיך אהינגעצויגן איש תחת דגלו ותאנתו (באגודלו). פונעם הינטערגרונד קען מען זען די ביהמ"ק השלישי בתפארתו.

אגב, איך זעה עס אויך נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 2:41 pm
דורך leiby
דאס איז די בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 3:04 pm
דורך קליקו
צום זאך האט געשריבן:ס'דארף צו זיין א בילד פון די נייע יישוב ווי גאנץ וויליאמסבורג האט זיך אהינגעצויגן איש תחת דגלו ותאנתו (באגודלו). פונעם הינטערגרונד קען מען זען די ביהמ"ק השלישי בתפארתו.

אגב, איך זעה עס אויך נישט.


סהאט מיר געקאסט א גוטע לאך :P

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 3:05 pm
דורך קליקו
קליקו האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:ס'דארף צו זיין א בילד פון די נייע יישוב ווי גאנץ וויליאמסבורג האט זיך אהינגעצויגן איש תחת דגלו ותאנתו (באגודלו). פונעם הינטערגרונד קען מען זען די ביהמ"ק השלישי בתפארתו.

אגב, איך זעה עס אויך נישט.


סהאט מיר געקאסט א גוטע לאך :P

אוי כאב פאגעסן א געוויין...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 24, 2011 5:15 pm
דורך קרעמער
קליקו האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:ס'דארף צו זיין א בילד פון די נייע יישוב ווי גאנץ וויליאמסבורג האט זיך אהינגעצויגן איש תחת דגלו ותאנתו (באגודלו). פונעם הינטערגרונד קען מען זען די ביהמ"ק השלישי בתפארתו.

אגב, איך זעה עס אויך נישט.


סהאט מיר געקאסט א גוטע לאך :P

אט אזוי דארף מען אננעמען א פריינטליכע שטעך פון א קאלעגע קרעטשמעריסט... ממך ילמדו וכן יעשו

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 10:10 am
דורך סתם_אזוי
קליקו כהאב הנאה פון דיר.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 11:54 am
דורך lebediger berel
http://www.bloomberg.com/news/2011-01-2 ... -says.html
כאטש איבער גאנץ אמעריקע טראסקעט די האויזינג מארקעט ווייטער

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:59 pm
דורך 1x1
Interview with @MenyHoffman of @PtexGroup about the new #PrestigeCondominiums in Monsey @ K"M 3-1-399# http://bit.ly/i4zfjB

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 2:58 pm
דורך lebediger berel
ער זאגט דארט אז טעקס איז ארום 4000 דאלער, און אז מ'קען באקומען א מארגידזש פון בלויז 3.5 פראצענט (12,000$) דאון פעימענט, אינטערעסאנט עס איז נישט צוכאפט געווארן ווי מצה וואסער ביז יעצט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 25, 2011 4:42 pm
דורך ווינקל
וויכטיג; דיין געדאנק פון אויפבויען הייזער אן אפליקעישנס, איז היינט עקסטער שווער, צוליב וואס די באנק בארגט נישט קיין געלט פאר קאנסטראקשן (כמעט).

ברויך מען האבן עטליעסט אינוועסטערס וואס זענען גרייט צו ריזיקירן, אז דער עולם וועט צום סוף מסכים זיין צו ווואס און וואו און ווי אזוי מען האט געבויעט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 9:41 am
דורך וויכטיג מאכער
ווינקל, איך עגרי מיט דיר אז ס'איז א גרויסע אינוועסמענט, און נישט יעדער האט דאס געלט, און נישט יעדער איז גרייט! אבער אנדערש גייטעס נישט!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 9:50 am
דורך וויכטיג מאכער
יעצט טראכטעך, למשל ווען איינער קויפט אפ א בילדינג אין מאנהעטן, ער האט 150 אפיסעס צו אפארטמענטס, קיינמאל גייטער נישט פרעגן פארדעם ווער ס'איז אינטערעסירט אריינצומופן אהין, ווייל ער קאנווינסד אז דער עולם פגר'ט פאר אפיסעס אין מאנהעטן!

און אפילו אין וויליאמסבורג, רוב אירע הייבן אן בויען אן איין אפליקעישן אפילו! ווען ער איז כמעט פארטיג בויען לייגטערעס אפיציעל ארויס אויף די מארקעט. און דאס איז אויך ווייל ער ווייסט אז דער עולם וויל דירות, סאו איך בוי, און דער עולם וועט שוין קויפן.


די זעלבע איז דא, ווען דער דעוועלאפער זאל זיין קאנווינסד אז דער עולם זוכט דירות, פארוואס דארפער אפליקעישנס פאר ער בויעט? ער זאל בויען, און דער עולם וועט שוין קומען!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:05 pm
דורך lebediger berel
קודם דארף מען אבער פארשטיין וואס גייט פאר, אז איינער אין מאנסי סטראגעלט צו פארקויפן א פערציג פופציג דירות פאר שפאט ביליג לויט די ניו יארקער פרייזן, עפעס ליגט דא אין די דירות אישו וואס פעלט נאך.
דערווייל מאך איך מיין ריסוירטש עס צו פארשטיין, ווער ס'האט צו זאגן זאל זאגן

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:09 pm
דורך lebediger berel
איך וויל קודם איבער'חזר'ן די אנגעבליכע מעלות פון דעם פרעסטיזש פראיעקט (גענומען פון קול מוואסער אינטערוויא)
חוץ וואס ס'איז שוין אין א באוואוינטע געגנט מיט אלע אלע געברויכן, ת"ת בתי מדרשים וכו' וכו'
טעקס וועט זיין בלויז ארום 4000$ א יאר (שפאט ביליג)
דאון פעימענט הויבט זיך אן ביי 12000$ (ממש גארנישט)
מ'שפארט זיך קאנטרי קעמפ עקספענס (צען אלפים כאטשיק ביי משפחה מיט קינדער).
יעצט פארוואס הרג'ט מען זיך נישט ביי די קעפ צו באקומען א דירה דארט ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:13 pm
דורך מי יודע
איך פרעג יעצט א שאלה ווי א תם ווייל איך ווייס נישט

איז אין מאנסי היינט צוטאג דא א פראבלעם און מאנגל אין דירות?

אויב נישט קען מען פארשטיין פארוואס ס'גייט נישט, ווייל נישט יעדער זוכט צו מאפן קיין מאנסי

און אויב יא, איז ווייטער דא א תירוץ, מארגעטשעס איז ביטער שווער, און מען גייט ממש דורך די גיהנם ווי לאנג מען זעט זיך ביים קלאזן (ואין חכם כבעל נסיון)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:17 pm
דורך תרנגול
בערל איך מיין זאלסט מאכן א באזונדערע אשכול צו דיסקוסירן די פרעסטידזש קאנדאו'ס, עס קען זיין אז ס'איז דא מאנכע וואס האבן מגיב צו זיין אין דעם נושא נאר זיי ווייסן נישט אז מ'דארף צוליב דעם אריינגיין אינעם חזקת הבתים אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:19 pm
דורך lebediger berel
מי יודע האט געשריבן:איך פרעג יעצט א שאלה ווי א תם ווייל איך ווייס נישט

איז אין מאנסי היינט צוטאג דא א פראבלעם און מאנגל אין דירות?

אויב נישט קען מען פארשטיין פארוואס ס'גייט נישט, ווייל נישט יעדער זוכט צו מאפן קיין מאנסי

און אויב יא, איז ווייטער דא א תירוץ, מארגעטשעס איז ביטער שווער, און מען גייט ממש דורך די גיהנם ווי לאנג מען זעט זיך ביים קלאזן (ואין חכם כבעל נסיון)


בקיצור היוצא פון דיינע ווערטער, עס איז "נישט" דא קיין פראבלעם פון דירות, עס איז "בלויז" דא א פראבלעם פון מארגידזשעס.
מעגליך ס'איז אזוי, אויב יא, דארף דער גאנצער פאקוס געטוישט ווערן, וואס האלט דער עולם ?