Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מאנטאג ינואר 17, 2011 10:41 pm

לידיעתי צוליב אינערליכע פאליטיק

Advertisement

מאנטאג ינואר 17, 2011 10:42 pm

אינערליך?...

מאנטאג ינואר 17, 2011 10:44 pm

משיח האט געשריבן:איך ווארט ס'זאל זיך צוזאמנעמען א קבוצה פון 20-30 היימישע יונגערלייט, און זיך אריבערצוען קיין סטעטן איילנד.
ווער ס'איז גרייט זאל זיך מעלדן צו מיר אין אישי...
איך גיב - בל"נ - די ערשטע $1000 פאר די לאקאלע בית המדרש!

סטעטן איילענד איז אונטער בלומבערג מיט זיינע פארקינג טיקעטס?

א"כ מה הועילו חכמים?

מאנטאג ינואר 17, 2011 10:47 pm

משיח האט געשריבן:אגב,
איך ווארט ס'זאל זיך צוזאמנעמען א קבוצה פון 20-30 היימישע יונגערלייט, און זיך אריבערצוען קיין סטעטן איילנד.
ווער ס'איז גרייט זאל זיך מעלדן צו מיר אין אישי...
איך גיב - בל"נ - די ערשטע $1000 פאר די לאקאלע בית המדרש!


ווערעזענא ברידזש איז צו טייער ס'גייט ארויף יעדע שטיק צייט נאך אביסל וועט קאסטן א צוואנציגער אריבער צופארן...... אה!! מ'קען גיין מיט די פערי!

עניוועי וויפיהל ביליגער איז דארטן, ווי לויפן די פרייזן?

מאנטאג ינואר 17, 2011 10:48 pm

שוועמל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:איך ווארט ס'זאל זיך צוזאמנעמען א קבוצה פון 20-30 היימישע יונגערלייט, און זיך אריבערצוען קיין סטעטן איילנד.
ווער ס'איז גרייט זאל זיך מעלדן צו מיר אין אישי...
איך גיב - בל"נ - די ערשטע $1000 פאר די לאקאלע בית המדרש!

סטעטן איילענד איז אונטער בלומבערג מיט זיינע פארקינג טיקעטס?

א"כ מה הועילו חכמים?


יאָפ! ס'עט זיין די זעלבע פארקינג טיקעטס און די זעלבע שלעפערישע ארבעט ביי די שניי וכו' וכו'

דינסטאג ינואר 18, 2011 12:16 am

די פאקט האט געוויזן פארקערט!

דינסטאג ינואר 18, 2011 12:17 am

צו זיין קלארער, ס'איז נישט קיין מעידזשער זאך! ס'גיבט נישט צו גארניש!!!

דינסטאג ינואר 18, 2011 12:42 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:צו זיין קלארער, ס'איז נישט קיין מעידזשער זאך! ס'גיבט נישט צו גארניש!!!


זיי זיך בעסער מסביר ביטע, כ'פארשטיי נישט אויף וואס דו בעיסד דעם כלל,

"קרית יואל" האט זיך געגרינדעט דורך די אלטע סאטמערע רבי זי"ע און איז א סוקסעס,

"שיכון סקווירא" האט דער סקווירא רבי זי"ע געגרינדעט מיט סוקסעס,

"קרית טאהש" דורך טאהש'ער רבי שליט"א לאיו"ש האט שיין מצליח געווען,

"מאנסי" וואס איז געווארן שטארק באזעצט דורך היימישע אידן קומט זיך שטארק צו באדאנקן דער וויזניץ'ער רבי שליט"א וואס האט דארט געגרינדעט זיין שיכון,

יוניאן סיטי, נייטרא, קאשוי, גיבערס, געהערן אלע צו קהילות//קרייזן,

יעצט ווייז דו מיר "איין" יישוב וואס האט מצליח געווען אן דעם וואס א מנהיג אדער קהילה זאל עס האבן געגרינדעט

דינסטאג ינואר 18, 2011 12:55 am

דו רעדסט ווען די רבי מופט ארויס? דאס איז גאר א נאנדער מעשה...

איך רעד ווען א רבי זאל עס אפיציעל אינדארסן, אבער נישט אהינמופן!

ביי די וועד הדירות וואס מער ווי 50 פראצענט אפליקעשנס איז געווען פון חסידי מהר"א, און די וועד הדירות האט ארויסגעשטעלט א בריוו פון הנהלת המוסדות סאטמאר מהר"א אז זיי גייען זיכער מאכן אז די מוסדות גייט קלאפן.. בלא בלא בלא... וואס האטעס אויפגעטוהן? נאר אז מענטשן פון אנדערע חסידותער זאלן ארויספאלן, און דאס האט שטארק צוגעגעבן צום דורכפאל! און וויפיל איך ווייס האטעס נישט צוגעברענט קיין איין נייע מענטש!

וואס יא? דערווייל איז אלעס דורכגעפאלן, און ווי געזאגט בין איך קאנווינסט אז די איינציגסטע וועג צו סוקסעס איז בויען און פארקויפן!

דינסטאג ינואר 18, 2011 1:14 am

איך בין מחולק מיט דיר, וועד הדירות האט שוין געהאלטן נענטער ווי סיי וועלכע אנדערע פראיעקט ווען נישט די מארגעדזש קריזיס (ווי דו האסט געשריבן אויבן), די פאקט אז חסידי מהר"א זענען געשטאנען דערונטער האט עס נאר נענטער געמאכט צו א ריאלעטי לדעתי, ווייל אזוי האט כאטש איין קרייז געשפירט א דירעקטע שייכות דערצו

בדרך הטבע גייט נישט געשען אזא מציאות פון א נייע יישוב (אין אפסטעיט) אן דעם וואס א מנהיג, קהילה, קרייז, זאל שטיין אונטער דעם אדער לכה"פ עס צושטופן! און ס'איז א שאד יעדע פעני צו אינוועסטן!

דינסטאג ינואר 18, 2011 9:57 am

איך האלט ווי וויכי. און אין אמתן אריין וואלט איך געווען פון די מענטשן וואס אויב עס איז זייער ביליג וואלט איך אהינגעפארן מיט 20 30 משפחות.

דינסטאג ינואר 18, 2011 10:24 am

שוועמל האט געשריבן:פיין ביי מיר האסטו געפועל"ט איך בין גרייט צו גיין קיין קליוולאנד.
אבער וויזוי איבערצייגט מען די ווייבער שול מיטצוקומען?

זי טענה'ט אז יעדער וואס מופט קיין קר"י מאנסי אד"ג וויל צוריקקומען (פרעג אירע פרענדס);
ס'יז זייער שווער ארויסצוגיין פונדערהיים וואקן מיילן ביז א גראסערי וכדו';
די בערג מיט א קעריזש - אוי אידאס שווער;
וואוינען אליינס אן שכנים אזוי ביי די נעקסטע טיר - מיט וועם וועלן די קינדער פארברענגען;
בארגן א איי, אדער א מילך - נישטא פון וועם;
א שמחה אין משפחה - דאס פארן איז א אפקומעניש;
א בעביסיטער ביי א שמחה וכדו' נישטא ווער;

וכו

קודם כל במחילת כבודך דאס איז שטותים! מיינע עלטערן האבן ארויסגעמאפט יארן צוריק קיין קרית יואל צוליב מאנגן אין א דירה, און היינט דאנקן זיי דעם אייבערשטן אז זיי וואוינען נישט אין וויליאמסבורג, קען זיין ס'איז דא מענטשן פארקערט, אבער איך גלייב אז א גרעסערע פראצענט איז צופרידן (און ווי לאנג דו וועסט נישט וואוינען אין קרית יואל אדער אפילו מאנסי וועסט עס נישט פארשטיין)
בערג מיט קערידזש איז שווער? ביג טיים!
און מורא האבן ארויסצולאזן א קינד אויפן גאס איז גרינגער?
זיצן איינגעשפארט מיט 10 קינדער אין א 3 רומיגע דירה איז באטעמטער?
איך וואוין איך קרית יואל, איך האב ב"ה גענוג שכנים פון וועם צו בארגן מילך אדער אייער, און אפילו ווען נישט איז שוין היינט דא פאון ארדערס דאר טו דאר דעליווערי פון אלע גראסערי אדער שלמי'ס אן קיין באזונדערע אפצאל
א שמחה אין די משפחה?
ב"ה מיין משפחה און ס'איז דא אסאך אזעלכע משפחות וואס דער פראבלעם קלאפט אויס אויף די וויליאמסבורגער, ווייל רוב משפחה וואוינט אין קרית יואל
און בכלל איז עס א טו וועי סטריט, וויליאמסורגער דארפן פונקט אזוי גיין צו קרית יואלע שמחות, ממילא איז עס דא בעיקר געוואונדן ווי רוב משפחה וואינט, פארן איז א אפקומעניש נישט קיין חילוק ווי דו וואוינסט

דינסטאג ינואר 18, 2011 10:30 am

הרב אייער קיכל, איך בין געווען אינוואלווד ביי די וועד הדירות, און איך זאג דיר אז די בריוו פון די הנהלת המוסדות האט טאקע געמאכט געוויסע מענטשן פיהלן קאמפטעבל אז מ'קען אהינגיין, אבער האט למעשה נישט געברענגט קיין נוצן! נאר ווי געשריבן יעדע זאך וואס מ'האט צוגעזאגט, האט געמאכט אז מ'זאל פארלאנגען נאך און נאך, ביז ס'האצעך פארצויגן אינעם מארטגידזש קריזיס אריין.

און די פאקט איז אויך אז מיט דעם וואס ס'איז געווארן א מהר"א שטעטל האט מען פארלוירן אסאאאך קוואליטי מענטשן!

דינסטאג ינואר 18, 2011 10:58 am

אייער_קיכל האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:צו זיין קלארער, ס'איז נישט קיין מעידזשער זאך! ס'גיבט נישט צו גארניש!!!




"מאנסי" וואס איז געווארן שטארק באזעצט דורך היימישע אידן קומט זיך שטארק צו באדאנקן דער וויזניץ'ער רבי שליט"א וואס האט דארט געגרינדעט זיין שיכון,


וואס???????????????

קרעדיט????????????

קדוש וטהור יאמר לו!!!!!! אבער קרעדיט????????????

בזכותו איז מאנסי מער נישט מאנסי! זיין קהילה מיט די סאטמארע קהלה האבן געטאן דאס ערגסטע לגבי דירות קריזיס!! אנשטאט צו מוטיגן דאס פארברייטערן פון מאנסי והגלילות, האבן זיי געמוטיגט דאס פארסארדינען מאנסי וואס מוטיגט דאס פרייזן הייבן, און קאנדא בויען, טרעפיק אנגעלייגטקייטן

אלעס ביז פארדרייען הימל שרייענדע פאקטן וואס פראסקעט אונז אלע אין פנים אריין!!!!

דינסטאג ינואר 18, 2011 11:45 am

ענדליך איינמאל וואס איך קען עגריען מיט קליקו. אבער... באראוהיג דיך, נישט אזוי שארף.

דינסטאג ינואר 18, 2011 11:54 am

סתם_אזוי האט געשריבן:ענדליך איינמאל וואס איך קען עגריען מיט קליקו. אבער... באראוהיג דיך, נישט אזוי שארף.

גלייב מיר דאס איז מיט גרויס איינגעהאלטנקייט, מער פאקטן איבער די נושא פארבלייבט שטעקן אין מיר חלקם ווייל גילוי חלקם וואס מקען אפטייטשן ערגער ווייל היינט פארשטייט מען שוין נישט די מצבים פון די יארן פון די גרינדונג פון מאנסי און די חצרות סקוירא ויזניץ רחמיסטריווקא, און חלקם וועט מען פשוט לאכן און נישט גלייבן איז למאי דאס ארויפברענגן

איז איינעם איינגעפאלן אז מאנסי איז געווען א הערליכע פשוטע הייליגע שטאט מיט ר' ראובן און זיין ישיבה ר' שמעלקא און נאך צענדליגע הייליגע גאונים וואס האבן געוואוינט אין די שטאט, און דאס אלעם איז ווי פארוואסערט געווארן, פארוואס? פארוואס? פארוואס? האבן זיך דען נישט ארויסגעצויגן הונדערטער משפחות און געזוכט א רוהיג און געניטע אידישען לעבן? האבן דען נישט אנדערע גוטע אידן געוואלט זיך אהינציען?

אבער וואס גייט אונז אן די אויבערדערמאנטע?
מען קען טאן די זעלבע פונדאסניי, נארוואסדען [אבער צודעם וועסטו שוין נישט מסכים זיין(:] מען דארף אנגרייטן א מעכטיגע ווידערשטאנד הן לגבי די בילדערס הן לגבי אנדערע מוטיוון וואס שטייען גרייט און לאקערן אויף א יעדע אידיש סביבה וואס וועט זיך אנטוויקלן ארויסצונעמן פריוואטע הנאות.

אוי סטוט זייער וויי :(

דינסטאג ינואר 18, 2011 12:16 pm

שוין צייט צו גרינדן אן אייוועלט'ל אינעם אמת'ן וועלט, גאנץ אייוועלט - און מען רעדט דא פון קרוב צו 2,000 ניקס! - וועט זיך אויפאיינמאל ארויסריקן קיין ווייסעכוואו צווישן יעהופעץ און בינגהעמטאן (די אנדערע), און פון דארט איז שוין א קאצן-שפרונג צו שאפן מוסדות, חתונה זאלן, און ביזנעסער.

דינסטאג ינואר 18, 2011 12:24 pm

קרעמער האט געשריבן:שוין צייט צו גרינדן אן אייוועלט'ל אינעם אמת'ן וועלט, גאנץ אייוועלט - און מען רעדט דא פון קרוב צו 2,000 ניקס! - וועט זיך אויפאיינמאל ארויסריקן קיין ווייסעכוואו צווישן יעהופעץ און בינגהעמטאן (די אנדערע), און פון דארט איז שוין א קאצן-שפרונג צו שאפן מוסדות, חתונה זאלן, און ביזנעסער.


וואו איז די פרויען אפטיילונג אין אייוועלט? :mrgreen:

דינסטאג ינואר 18, 2011 12:28 pm

פנימה

דינסטאג ינואר 18, 2011 1:37 pm

קליקו, איר זאל מיר אנטשולדיגן הונדערט מאל אבער אייער טענה איז די זעלבע ווי די טענות פון אלע גויאישע שכינים ארום ווי אידן באזעצן זיך און פון די אפסטעיט גוים אין די קעטסקילס, זיי רעדן זיך אפ אז זיי וואוינען שוין יארן א רואיג לעבן און די אידן רוקן זיך אן און נעמען איין די גאנצע געיגענט וואס מאכט חרוב דאס רואיגקייט...

וויאזוי פונקטלעך וואלט מאנסי געדארפט אויסקוקן לשטיתך? בלייבן מיט פארם'ס און פיסטע פעלדער און אויף יעדע גאס זאל זיין צוויי דריי 1 פעמעלי הייזער כדי דו זאלסט קענען לעבן רואיג? קענסט דיך גיין קויפן א פריוואטע ווילא אין וועסטטשעסטער קאונטי פאר גוט געלט... ס'דא אסאך דערפון דארט, פאר א מנין קענסטע גיין קיין קאשוי אדער נייטרא

דו האלסט אז די אלע איגנעלייטלעך וואס האבן חתונה אין מאנסי דארפן זיך תיקף קויפן א פריוואטע 1 פעמעלי האוז? ווי דארפן זיי וואוינען אז נישט אין א אפארטמענט?

מאנסי איז גענוג גרויס אין שטח, ס'איז דא גענוג און נאך גאסן פון לויטער פריוואטע הייזער פאר די וואס זוכן דוקא רואיגקייט, און גענוג פלאץ פאר קאנדאמיניום דעוועלאפמענטס, קיינער האט נישט חרוב געמאכט קיינעמס לעבן, א איד פרייד זיך ווען עס שפרודלט מיט אידישע קינדער און להבדיל דער גוי שעלט

דינסטאג ינואר 18, 2011 2:08 pm

איך וועל דיר נישט טוישן און נישט אלע תושבים וואס זיצן "באקווועם" אין זייערע מויז לעכער

אבער קענסט מיר מסביר זיין פארוואס נאר חסידישע אידן האבן נישט קיין איזאלירטע גרעסערע יישוב וואס מוואוינט איש על מחנהו תחת דגלו ותחת תאנתו?

הונדערטער יישובים אויסגעשפרייט לענגאויס די גאנצע וועלט איז דא חרדישע אידן קהלות שלימות! נאר חסידישע אידן וואוינען נישט נאר אין אנגעשטופטע ערטער?

ענפער נישט "בלייבן מיט פארם'ס און פיסטע פעלדער און אויף יעדע גאס זאל זיין צוויי דריי 1 פעמעלי הייזער כדי דו זאלסט קענען לעבן רואיג? קענסט דיך גיין קויפן א פריוואטע ווילא אין וועסטטשעסטער קאונטי פאר גוט געלט... ס'דא אסאך דערפון דארט, פאר א מנין קענסטע גיין קיין קאשוי אדער נייטרא" ווייל איך רעד נישט פון דעם איך רעד ווי אזוי מאנסי האט אויסגעקוקט פאר 20-30 יאר צוריק! אזא יישוב זיך איך, איך האב ליב אידישע קינדער אבער אידישע קינדער וואס האבן ווי צו ארומלויפן און לעבן מיט הרחבה נישט קינדער אין קעידזשעס! אונטער אנגייענדער פראגראמען וואס מוז ווערן צוגעשטעלט בכל עת ועונה ווי זיי וואקסן אויף מיט א מין ארומגענומענקייט וואס פלאצט אויס ביי א גרויס חלק ווען מווערט ערוואקסן מיטן פולען טעמפא

דינסטאג ינואר 18, 2011 2:36 pm

קליקו האט געשריבן:אבער קענסט מיר מסביר זיין פארוואס נאר חסידישע אידן האבן נישט קיין איזאלירטע גרעסערע יישוב וואס מוואוינט איש על מחנהו תחת דגלו ותחת תאנתו?

ווייל אונזער געבורטס ראטע איז העכער (אפשר מיט דעם האסטע אויך א פראבלעם... ווייס איך נישט) און מיר האבן זיייער א גרויסע פאפולאציע, ס'טרעפט זיך נישט אזוי שנעל אזא יישוב וואס זאל ערלויבן א פרייוועט הויז מיט א פייגן בוים צו דער זייט פאר יעדע משפחה באזונזער, הלואי ווען יא....

דינסטאג ינואר 18, 2011 3:40 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:אבער קענסט מיר מסביר זיין פארוואס נאר חסידישע אידן האבן נישט קיין איזאלירטע גרעסערע יישוב וואס מוואוינט איש על מחנהו תחת דגלו ותחת תאנתו?

ווייל אונזער געבורטס ראטע איז העכער (אפשר מיט דעם האסטע אויך א פראבלעם... ווייס איך נישט) און מיר האבן זיייער א גרויסע פאפולאציע, ס'טרעפט זיך נישט אזוי שנעל אזא יישוב וואס זאל ערלויבן א פרייוועט הויז מיט א פייגן בוים צו דער זייט פאר יעדע משפחה באזונזער, הלואי ווען יא....

מקען אפשר קלערן אז מאיז נישט יוצא בהידור דעם לשבת יצרה... הייסט דען דאס אז מ'באזעצט די וועלט? :roll:

סמיר סתם אזוי שווער געווען ווייל ביי נונז חסידים איז געווען שטארק די עבודה פון נשמת און ווערן איבערגענומן פון שבח והדיה לה' יתברך, און די וועסט אוודאי געוויס טרעפן מקורות אויף די פאקט אז די מענטש ווערט איבערגענומען פון נפלאות הבורא ווען ער איז אין דעם שאטן און אין דעם סביבה, אונזערע רביס פלעגן גיין שפאצירן אין די פעלדער אין די שטאט, [נישט דייקא די ברסלבר פינאמיע].
אגב איז דא א הלכה אז א שטאט מוז האבן א פעלדער ארום לנוי, זעהט אויס אין גלות איז נישט דא דייקא קיין ענין צו פארסירן אידישע געזעצן הלמאי אונז זעמער אונז גלות זאל מען כאטש הנאה האבן פון די גוטע חלקים דערפון, אז די ענינים באלאנגען פאר די שטאטישע "שלעכטע" געזעצן און נאטירליכע געמיינדע גרופעס וואס מען "מוז" און סאיז אמצוה זיי אונטערצוגראבן.

און טאקע ווייל מיר האבן ב"ה גרויסע משפחות וואלט זיך ענדערש געפאסט צו וואוינען אינדרויסן!

דינסטאג ינואר 18, 2011 4:37 pm

ווי איך האב נעכטן געזען און א קאשוי גליון אז נאך 24 דירות גייען זיין פארטיג אויף פסח און קרית קאשוי, אפשר וועלן זיי זיך נעמען בויען מער אזוי וועט עס אפשר העלפן א חלק

מיטוואך ינואר 19, 2011 3:29 am

קליקו האט געשריבן:די איינציגע עצה לדעתי איז צו טרעפן א מעיאר וואס איז א אוהב ישראל און צוזאמען מיט א חשובע ז' טובים, זאלן אונטערנעמן א סיסטעם וואס זאל באמת בלאקירן איעדע געלט גייציגער שפיצל וויפיל מעגליך כדי א יישוב זאל קענען בלייבן עפארדיבל


וואדקע האט געשריבן:א מעיאר מיט ז טובים.. רבנים זאלען בלאקירן.. דאס איז אלעס שטותים, די איינציגסטע עצה איז אז ס'זאל זיין א פרעזידענט א אוהב ישראל וואס זאל זיכער מאכען אז אין די חרדישע געגנטער פארקויפט מען דירות האלב די פרייז


גאר גוטע עצות, אבער עס איז פארט נישט גענוג, איך מיין מען דארף רעדן מיטן פויפסט (אדער גאר טרעפן א נייעם פויפסט, א אוהב ישראל) ער זאל שטעלן א קארדינאל פאר אמעריקא א אוהב ישראל, און צוזאמען וועלן די אלע אוהבי ישראל - פויבסט, קארדינאל, מעיאר, אפשר אויך אפאר גאווערנארס אוהבי ישראל, און דער פרעזידענט דער אוהב ישראל - ארבעטן אומערמידלעך צוצושטעלן שיינע דירות פאר ביליג פאר היימישע אידן.

יא, נאר דאס קען עפעס אויפטאן...


נ.ב. קליקו איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א קאמוניסט


קליקו האט געשריבן:
למשל יעצט מאכט זיך אויף צוויי גרויסע סופערמארקעטס אין רט 59 פלאס קליין'ס, נו ווער גייט פארדינען? די מציאות איז אז דאס מאכט נאר שווערער אז די הייזער זאל'ן פאלן מיט פרייזן. גוט שבת.


אפשר קענסטו בעסער מסביר זיין וואס דו מיינסט מיט דעם. ווייל איך פארשטיי נישט וואס איז דער פראבלעם. פון די נייע סופערמארקעטס אין רט 59 גייען פארדינען א סך היימישע אינגעלייט וואס גייען האבן דארט דזשאבס, און אויך די בעלי בתים וועלכע איוועסטירן אין די סטארס. וואטס ראנג עבאוט דעט?
שרייב א תגובה

Advertisement