בלאט 2 פון 20
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 02, 2009 8:01 am
דורך משה קארנפעלד
לעבעדיגער, לייען איבער די פאר תגובות פון גרינע מיטוואך, קוק נאכאמאל איבער
די פד"פ וואס ער האט געברענגט, און נאכדעם לייען די נייעס וואס ביקסאד ברענגט, און אדרבה זיי מסביר די צומישעניש.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 02, 2009 9:20 am
דורך lebediger berel
לויט מיין אינפארמאציע איז עס היינו הך, און ס'איז גארנישט קיין צומישעניש, דאס וואס ביקסאד האט געברענגעט זאגט ווי פאלגענד
The town Planning Board accepted the final environmental impact statement, with conditions, for 1,613
homes and about 60,000 square feet of retail space at Exit 109 off Route 17
פארשטייט זיך אז ס'איז דא ווארשיינליך נאך אסאך פרטים, אבער דאס זעט עס אויס, און איך האלט אז זיי האבן שוין גערעדט צופיל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 02, 2009 9:59 am
דורך משה קארנפעלד
אבער א שורה פריער שטייט;
Berman’s project does not have final approval, but has been a source of controversy in the hamlet of Rock Hill
וואס שטימט נישט מיט די צעטל וואס זיי האבן ארויס געשטעלט, אויסער די גאנצע מאדנעקייט וואס מען זעט אין דעם שטיקל נייעס, וואס ווארפט א שלייער אויף די חזקת הבתים פראעקט, אויב עס האט נאך נישט געהאט ביז יעצט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 02, 2009 10:19 am
דורך lebediger berel
די ווארט "פיינעל אפראוועל" האט אסאך פשטים, איך וועל זאגן בקיצור וואס די זאך איז.
אויב מעג מען שוין יעצט גראבן הייסט עס לאמיר עס אנרופן "פיינעל - פיינעל"
דערווייל איז שוין זיין פראיעקט אפראווד אז מ'קען דארט בויען דעם "סכום" פון הייזער אויב מ'וועט צושטעלן געוויסע אינפראסטרוקטור און פארשטייט זיך אקטועלע פלענער וויאזוי צו בויען די הייזער, דאן וועט די בילדינג דעפארטמענט דארפן ארויסגעבן אלע פערמיטן און דעמאלט קען מען גראבן.
סייוויזוי, כ'האב געמאכט אביסל ריסוירטש, און ליינט איבער מיין פריערדיגע תגובה.
איר ווייסט דאך מיין מיינונג, מ'דארף יעדן וואס טוט דערין העלפן, און ס'וועט זיך סוף כל סוף עפעס איינגעבן. כ'ווייס נאך נישט וואו, אבער ערגעץ גייט עפעס אמאל ווערן.
און איך וויל זיכער נישט האבן קיין חלק אין שטערן חלילה, על כן לאמיר נישט גראבן ווייטער, ספעציעל אז ער בעט נישט קיין געלט דערווייל.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 13, 2009 9:49 pm
דורך צום זאך
מיר איז זייער געפאלן אן ארטיקל אין "די צייטונג" סוכות אויסגאבע, ווי די חזקת הבתים והבורות חברה זענען מסביר פארוואס זייער פלאן גייט זיך ענדערש אויסארבעטן ווי אלע אנדערע וואס האבן פרובירט בעפאר..
וז"ל: אנדערש ווי א געווענליכע שטעטל, וועלכע הייבט זיך אן אלס אן ארץ לא זרועה מען בויעט עטליכע צענדליגער הייזקעלעך, מ'איז אנגעוויזן אויף א גרופע פון מערסטענס צענדליגער נחשונים דורכצוגיין די התחלות קשות און שוויצן, און עס נעמט נאך לאנגע יארן ביז די געגנט גייט ארויס פון א דארף קאטעגאריע, צו א שטעטל, וועט די איצטיגע שטעטל גראד אנצוהייבן א וויבלנדע אידישע געגנט.
הייסט עס אזוי, די אלע אנדערע פריערדיגע פלענער פאר א נייע יישוב האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב וואס זיי האבן געצילט אויף געגענטער אין טיפן מדבר אריין ווי קיינער האט נישט געוואלט זיין פון די עשרה הרוגי מלכות.. כ'מיין עשרה נחשונים זיך אהין צוציען, משא"כ חזקת הבתים וואס איז אראונד די קארנער פון בארא פארק גייט מען לכתחילה אהינגיין מאסנווייז, נישט בלויז אפאר נחשונים.. אין אזא פאל זאגט מען; איך הער זאגן...
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 6:09 pm
דורך CID
ווי איך זעה האבן זיי זיך לעצטענס אויף געוועקט
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 7:00 pm
דורך קרעמער
נישט סתם. אפאר יונגעלייט אין מיין ביהמ"ד זענען אקטיווע עסקנים דארט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 7:01 pm
דורך דער גראפיסט
נו אפשר ברענגט איינער מער דיטעילס אויך וועגן די קארטלעך וואס זענען אנגעקומען אויף די פאסט
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 9:45 pm
דורך בילקע
די איינציגסטע סיבה פארוואס דעיס האט מער שאנסן ווי אנדערע איז
אז מער מענטשן זענען דעספערט פאר א נערמאלע דירה פאר א
ציגליכענע פרייז ווי א יאר ציריק
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 9:47 pm
דורך פאכמאן
לא זכינו להבין
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 11:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האב נישט קיין געדולד אלעס דורכצוליינען, אבער איך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
די וועד הדירות, וואס איז געווען א פראיעקט וואס האט שוין געהאלטן אט אט ביים פארווירקליכט ווערן, איז אויך דורכגעפאלן, און טאקע צוליב איין סיבה, און דאס איז מארטגעדזשעס!!! קיין שום באנק גיבט היינט נישט קיין מארטגעדזש אן א גוטע קרעדיט, און א גוטע אינקאם...
מיין פראגע צו די יעצטיגע עסקנים, וויזוי גייט איר סאלווען דעם פראבלעם?
אויב האט איר נישט קיין פלאן בנוגע דעם פראבלעם, איז א שאד אייער מיה און פלאג, ס'וועצעך נישט אויסארבייטן...
אויב יא, ווילעך אייך זאגן ס'זענען דא אפאר הונדערט יודן גרייט צו מופן, זייטס נישט ביזי מיט אפליקעישען'ס, נאר נעמטס ענק בויען!!!! סא'שאד יעדע מינוט... מ'טארעס נישט לאזן פאר מארגן!!! דער עולם ברויך דירות!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:04 am
דורך רעיא מהימנא
איינעיר פין דעי פראדזעקט האט מיר מסביר געוועהן אביסל פין דעם. מען גייט בויען 1600 דירת אין לויף פין די קימענדיגע 9 יאר. ס'גייט זיין ציטיילט אין דריי טיילן, יעדע דריי יאר נאך א שטאפל. ווי פארשטייצעך וועלען די פריערע דירת זיין ביליגער ווי די שפעטעריגע, אבער די פרייזען וועלען זיין זייער זייער ביליג. דאכט זיך מיר אז א דריי שטאקיגע הויז וועט קאסטען ארים 200 טויזענט דאלער!!!!!!
די הייזער גייען זיין געבויט פיר ציזאמען (עטעטשד.) די לאט איז ביי עקזיט 109 פין די סעווענטין.
די מעלת מער פין די אנדערע פראדזעקטס:
מ'בויט אסאך מער דירת אויפאמאל
ס'איז נישט טיף אין די קעסטקילס
ביליגער ווי די אנדערע
און נאך - האט ער מיר געזאגט, איך געדענק שוין ניש אלע פרטים..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:11 am
דורך סתם_אזוי
אבער, וויכי איז גערעכט.
זיי האבן עפעס אן איידיע וועגן מארטגיטשעס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:28 am
דורך lebediger berel
זיי האלטן נאך אסאך פאר מארגיטזשעס, אויב וועלן זיי דורך ברעכן די ערשטע פאזע שוועריקייטן וואס זיי האבן מיט די לאקאלע רעגירונג און מיט די שכנים, און זיי וועלן טאקע קענען צושטעלן דעם איפראסטרוקטור פאר ביליג אזוי ווי זיי זאגן (כ'האב נישט קיין אהנונג וויאזוי, ווייל דערווייל איז דארט א מדבר שממה) וועט מען קענען באקומען מארגידזשעס פאר די ביליגע הייזער, דער פראבלעם מיט מארגידזשעס איז בעיקר פון 250,000$ און העכער אבער דא וועט דאך די גאנצע דירה לכאורה נישט קאסטן קיין סאך אלזא איז עס נישט קיין פראבלעם.
ווער ס'וויל בעסער פארשטיין דעם נושא זאל ליינען די ארטיקלען וואס מיין חבר האט געשריבן אין די דירות פראבלעם ארטיקלען אשכול און כ'האב עס געלייגט אונטער מיין נאמען (כ'האב דאך געמוזט האבן אפאר תגובות צו ווערן א שר האלף, נישט אזוי ?)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:30 am
דורך וויכטיג מאכער
סתם אזוי, האסט מיך פלעין אויסגעכאפט...
איך זאג נאך איין מאל קלאר, אך האף און ווארט אז אזא פלאן זאל זיך אויסארבייטן...
די שאלה איז, קען מען צושטעלן מארטגעדזשעס???
ס'איז א שאד די טינט, די קיבארד... מ'קען שרייבן וואו גרויס ס'גייט זיין, וואו נאנט ס'איז וכד'... ווי לאנג ס'איז נישטא קיין פלאן צו פארשאפן מארטגעדזשעס, איז נישטא פון וואס צו רעדן.
--------לעבעדיגער בערל האקט אריין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:32 am
דורך וויכטיג מאכער
בערל, ביי די וועד הדירות איז אויך געווען א גרויס חלק אונטער 250,000 דאלערדיגע מארטגעדזשעס, די באנק טראסט היינט נישט קיינעם אן א קרעדיט... איך ווייס אז אונטער 250,000 איז גרינגער, אבער נאך אלץ שווער... און אן א פלאן פון פאראויס, איז א שאד די אפליקעישן פי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:43 am
דורך יוסלמאן
וויכי, מ'זאגט אז ס'וועט נאך אביסל זיין אז די באנק וועט מיד ווערן פון זיצען אזויפיל ליידיג ווייל כמעט קיינער קען נישט האבן א מארגעדזש, אזוי אז זיי וועלן אביסל נאכלאזן, אבער לכאו' נישט פאר אונזער היימישער עולם, וד"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 8:54 am
דורך lebediger berel
די אפליקעישאן פי פון 135 איז ריפאנדעבל עניטיים, אזוי שטייט אויפן צעטל. ס'איז נאר צו ווייזן אז דער אפליקאנט מאכט נישט סתם משוגע די מענטשן.
פאר די רעקארד: איך שטיץ נישט דעם פראיעקט און כ'האב גארנישט קעגן דעם. אבער וואס איז אמת איז אמת, דער ועד הדירות האט אנגעפאנגען זייערע פלענער ווען מארגידזשעס איז געווען די גרינגסטע, און זיי האבן געענדיגט ווען מארגידזשעס איז געווען די שווערסטע, איצט ווערט שוין צוביסלעך אלץ גרינגער, מ'קומט אויף מיט נייע וועגן און די רעגירונג איז מורא'דיג אינטערעסירט מענטשן זאלן קויפן און לייגן געוואלדיגע פרעשור אז די בענק זאלן געבן מארגידזשעס.
אויך דארף מען פארשטיין אז מארגידזשעס איז נאר געווען איינס פון די פראבלעמען (אפשר טאקע דער עיקר) אבער ס'איז געווען נאך פראבלעמען און איך וויל יעצט נישט אריין גיין דערין. קענסט דאך זען אז ווען זיי זענען ארויס געקומען מיט רענטלס איז עס אויך נישט געגאנגען. אבער ס'איז נישט כדאי איבערצו'חזר'ן אלטע פראבלעמען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 9:54 am
דורך וויכטיג מאכער
בערל, וואס ס'איז געווען ביי וועד הדירת, ווייס איך אביסל בעסער פון דיר, איך האב אסאאך וואלאנטיר'ד דארט... (סאצעך טאקע אנגעהויבן נאכדעם וואס זיי האבן געליינט וואס איך שרייב דא) אלע קליינע פראבלעמען וואלטן דעם פראיעקט נישט געשטערט, דארט איז געווען גענוג געלט... די מארטגעדזש פראבלעם האטעס אין דער ערד געלייגט...
און דיין פראגע וועגן רענטל'ס, דער עולם האט נישט געוואלט קיין רענטל'ס, נאר קויפן... און איך פארשטיי זיי...
און בעריש'ל טייערע, ס'איז אמת אז דעמאלטס איז געווען די מעין קריזיס... אבער מ'קען נישט בויען א פראדזשעקט בלויז ווייל "מ'האפט"... אדרבה, פראביר צו נעמען א מארטגעדזש... קוים וואס מ'האט מיך אפראוו'ד פאר א קאר די וואך... און איך קען ווייזן אינקאם, אבער נישט קיין מעידזשער קרעדיט...
נאך איין מאל, איך האף און איך ווארט אז ס'זאל זיך שוין איינמאל דורכברעכען... און איך בין גרייט צו וואלאנטירן פאר דעם פראיעקט, אבער נאכדעם וואס איך קום שוין פון דארט, פילעך אז דאס איז די שליסל...
"פאר ס'איז נישט דא א פלאן וויזוי דער עולם זאל פינאנצירן זייערע הייזער, איז א שאד יעדע דאללער אינוועסמענט, און יעדע ברעקל ארבייט און טינט!!!"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 10:51 am
דורך lebediger berel
וויכטיג מאכער האט געשריבן:בערל, וואס ס'איז געווען ביי וועד הדירת, ווייס איך אביסל בעסער פון דיר, איך האב אסאאך וואלאנטיר'ד דארט... (סאצעך טאקע אנגעהויבן נאכדעם וואס זיי האבן געליינט וואס איך שרייב דא) אלע קליינע פראבלעמען וואלטן דעם פראיעקט נישט געשטערט, דארט איז געווען גענוג געלט... די מארטגעדזש פראבלעם האטעס אין דער ערד געלייגט...
און דיין פראגע וועגן רענטל'ס, דער עולם האט נישט געוואלט קיין רענטל'ס, נאר קויפן... און איך פארשטיי זיי...
און בעריש'ל טייערע, ס'איז אמת אז דעמאלטס איז געווען די מעין קריזיס... אבער מ'קען נישט בויען א פראדזשעקט בלויז ווייל "מ'האפט"... אדרבה, פראביר צו נעמען א מארטגעדזש... קוים וואס מ'האט מיך אפראוו'ד פאר א קאר די וואך... און איך קען ווייזן אינקאם, אבער נישט קיין מעידזשער קרעדיט...
נאך איין מאל, איך האף און איך ווארט אז ס'זאל זיך שוין איינמאל דורכברעכען... און איך בין גרייט צו וואלאנטירן פאר דעם פראיעקט, אבער נאכדעם וואס איך קום שוין פון דארט, פילעך אז דאס איז די שליסל...
"פאר ס'איז נישט דא א פלאן וויזוי דער עולם זאל פינאנצירן זייערע הייזער, איז א שאד יעדע דאללער אינוועסמענט, און יעדע ברעקל ארבייט און טינט!!!"
איך בין א גרויסער ריזיגער בער, מאך מיך נישט פאר אזא קליינע בערעלע. (דו ווייסט מיין סייז? 90X68 פיקסלים. 98 KB)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 11:36 am
דורך פריילאך
ווי אזוי זונגט ר' ירמי':
הלוואי הלוואי הלוואי הלוואי....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 11:47 am
דורך דארפסמאן
שכוח פאר אלע מגיבים, מיין בנ"ב איך שוין געווארען פרייליך (זי האט געמיינט אז עס איז און וויליאמסבורג)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 12:11 pm
דורך lebediger berel
אויף לי צווישן ראס און ווילסאן ?
זאג איר ס'איז ביי עקזיט 109 אויפן 17
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 11, 2010 10:51 pm
דורך בילקע
איינער זאגט מיר אז דער אייזנבערג האט שוין געבויט א גרויסן
פראדזשעקט פין עטליכע הינדערט דירת אין לייקוואד אין פין דארט
נעמט ער זיין קאנפידענץ פאר דעי פראדזשעק מיין אפיניען איז אויב
פארטיגט ער הינדערט צי הינדערט פיפציג דירות אויף איינמאל אין
מיט אלע ציגעהערן וואס עס פעלט זיך אויס פאר א אידישע שטעטל
האט ער א גיטן שאנס סזאל זיך אויס ארבטן ווי איך פארשטיי פין
איינעם וואס קען אים איז דא די געלט צווישען אים מיט זיינע פארטנעס
צי קענען גיין אויף אזא אויפן אבער איין זאך זעט מען קלאר אז צי בויען
קאסט בערך פינעף אין זיבעציג דאלער א סקווער פיס אדער אפילע
ווייניגער ווייל אז ער קען געבן א דירה פין אכט הינדערט סקווער פיס
פאר אכציג טויזנט דאלער אין ער מאכט נאך געלט אויף עס ……………
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 12, 2010 7:03 am
דורך וואדקע
רעיא מהימנא האט געשריבן: די לאט איז ביי עקזיט 109 פין די סעווענטין.
.
רעיא מהימנא האט געשריבן:די מעלת מער פין די אנדערע פראדזעקטס,
ס'איז נישט טיף אין די קעסטקילס
האיך יתקיימו שניהם?