אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
מאנטאג דצמבר 06, 2010 1:50 pm
דער עמך איד צאלט היינט אין ווילי סאך מער וואו ער וועט דארפן צאלן ערגעץ אנדערש, דאס איז די ארבעט צו זען צו דער בעל בית פון א דעוועלאפמענט קען אראפ קומען גענוג נידריג אז דער עמך זאל קענען ארויף קריכן
Advertisement
מיטוואך דצמבר 08, 2010 1:42 pm
אוי זאגסטו גוט ר' בערל. גיסט מיר אריין אויל (סידעך חנוכה, ניין?) אין די טרוקענע קאלטע ביינער. איך האלט שוין קוים אויס די הויכע רענט פאר א פיצי דירה. א מחיה צו הערן אז ס'רעדט זיך פון עטליכע מעגליכע פראיעקטן. און דער אמת איז אז איך האב שוין כמה פעמים געקלערט אזוי אז יעצט דארף דעך זיין א גוטער געלעגענהייט עפעס צו טאן, טאקע פאר די סיבה וועלכע דו שרייבסט דא. עס זענען דאך דא איבער אמעריקא, הונדערטער אנגעהויבענען, און אפילו כמעט געענדיגטע, דעוועלאפמענטס, וועלכע מען דארף קענען איבערנעמען פאר גענוג ביליג צו קענען עפעס מאכן דארט.
נו, יאגט אייך צו, העלפט מיר זיך ארויס זען פון דעם לעכל דא.
מיטוואך דצמבר 08, 2010 1:49 pm
טהור, מיר טוען, סטעי טונד
ביי דע וועי.
לויט קעיס שיללער וועט הויזינג פרייזן פאלן נאך ארום 10 פראצענט. (חוץ אין ווילי ביפי)
מיטוואך דצמבר 08, 2010 2:02 pm
אין ווילי קען נישט פאלן
אויב עפעס: קראכן..
מיטוואך דצמבר 08, 2010 9:11 pm
אין קיין שום אידישע געגענט איז נישט צופיל געפאלן, אפילו דארט ווי עס איז געפאלן, איז עס אבער פיל ווייניגער געפאלן ווי די עוורידש פון די דערנעבענדיגע גוי'ישע געגענטער.
און דאס איז אלעס דערפאר ווייל דער דימענד איז נאך גענוג שטארק און דער סופליי איז נישט איבריג שטארק.
זונטאג דצמבר 19, 2010 7:52 pm
באמבאסטיש האט געשריבן:374 - ר' בעריש פריעד איבער דירות קריזיס (ר' הערשל פריעדמאן)
גאר א רייכן אינטערוויו.
אין קורצן די מעין פוינט: אנשטאט אז די דעוועלעפאר זאל אויפקומען מיט א פלאץ און דערנאך שלעפן צו זיך מענטשען ארבעט מען אויף פארקערט, א דעטע בעסס פון יעדער וואס איז גרייט צו גיין און זעהן ווי ווייט און וואס מ'קען דאס בעסטע צושטעלן. איך האלט זייער פון דעם גאנג.
זונטאג ינואר 02, 2011 10:19 am
חרס
אויב דאס איז דער פראבלעם, זאל מען אויפקומען מיט עפעס א פראגראם פאר מיידלעך פון צענטע קלאס און העכער מסביר זיין אז מ'מוז נישט דוקא וואוינען אינטערן מאמעס פארטוך, ודוק
זונטאג ינואר 02, 2011 10:33 am
אין ארץ ישראל איז אויך געווען אמאל אז אלע זענען געבליבן אין ירושלים, און היינט ואינען היימישע יידן אין אסאך שטעטלך, אוועק פין די עלטרען.
זונטאג ינואר 02, 2011 12:35 pm
מיט א טיפערן טראכט:
איך וואלט ווען -צוזאמען מיט נאך 500 אינגעלייט - געמופט ערגעץ אנדערש אין ניו יארק, אבער נאר מיט א הבטחה אז די פרייזן אין וומסב"ג גייען קיין ברעקל נישט אראפגיין לכבוד דעם, איך בין נישט גרייט אויף אזא מסירת נפש אז אנדערע זאלן מרויח זיין
דינסטאג ינואר 04, 2011 5:17 am
פאר צוויי וואכן צוריק האב איך זיך געטראפן מיט א היימישן איד וועלכער וואוינט אין קליוולאנד, און מיר האבן זיך צושמועסט אביסל. שמועסענדיג זענען מיר אנגעקומען צום ענין פון דירות, און ער זאגט מיר: אין ניו יארק איז דא א פראבלעם פון דירות? דאן קומט קיין קליוולאנד. ער זאגט אז יעדער איד אין וויליאמסבורג און בארא פארק וועלכער פארמאגט א הויז, קען דאס פארקויפן, און מיט דעם געלט קויפן אין קליוולאנד א שיין הויז, און עס וועט אים נאך בלייבן גענוג אויף צו קויפן נאך אפאר הייזער פאר די קינדער, אזוי אז דאס וועט לעזן דער פראבלעם פון וואוינען לעבן די קינדער\עלטערן.
ער זאגט מיר אז דער האוזינג מארקעט אין קליוולאנד האט אזוי געטראסקעט, אז מען קען קויפן שיינע הייזער, רעדי טו מואוו אין פאר ערגעץ צווישן זעכציג און אכציג טויזענט דאללער. און דאס איז א שטאט ווי דער גאנצער אידישער אינפראסטרוקטור איז שוין דא. מען דארף נאר קומען און 'נעמען' די הייזער.
ער זאגט מיר אז אויך בניינים פאר מוסדות זענען דא אוועילעבל גענוג און נאך, פאר כמעט בחינם. נו רבותי, לאמיר זיך אויפהייבן און גיין. עס איז אינגאנצן זעקס שעה מיט א קאר פון ניו יארק, בערך אזוי ווי מאנטריאל, נאר אן די גרעניץ. און עס איז א גרויסע שטאט, מיט שאפינג, דאקטוירים, פעקטאריס, שפיטעלער, עירפארט, און אלעס וואס אחב"י האבן ליב צו האבן לעבן זיך.
נו, ווער וויל קומען
דינסטאג ינואר 04, 2011 10:42 am
סאיז גראדער א גוטע געדאנק סשוין העכסט צייט ארויס צי גיין פונעם באבעל וואס מיר לעבן, פארוואס נעמן זיך נישט אפאר עסקנים צי די ארבעט?
דינסטאג ינואר 04, 2011 11:55 am
חרס הנשבר האט געשריבן:כ האב גערעדט מיט א געוועזענער עסקןן אין די פרטים - ער זאגט אויז די הויפט פראבלעם זענען די חושבע נשים צדקניות.. זיי ווילען דייקא וואוינען סמוך ונראה צום שאפינג סענטער.. און דייקא אויף לי עעועניו.. ווי אויך לעבן דעם באליבטען מאמע - שוועסטער ( וואס מען הערט זיך נישט אויף קריגען....)
אויך דארף מען אבאכט געבן אז די וואס שרייבען זיך איין זיך איין - זאל זיין אנשים יראי השם - בעלי בתים חשובים. ערליכע כולל יודען - מלמדים ובני עלי'.. נישט קיין אזוי גערופענע אפפאל וואס זיכען צו אנטלויפען פון די שטרענגע אויגען פון עלטערן שווער שוויגער עלטערן בעניינם רוחניים ..
אויך וויס איך נישט אויב מאנסי וןואלט מצליח געווען אן סקיוורא וויזשניץ דערנעבן...
איך אדערעסיר עס נאר שנעל אביסעל פעסטעמיסטיש - אבער שטארק דערפאר.. ומי יתן אוי הלוואי...
יא דאס איז א עיקר וואס די עסקנים דערמאנען נישט
עס פעהלט זיך אויס נשים צדקניות עסקניות צו מאכן א פרויען פאראיין וואס פארשטייען די פרואישע געברויכן, און אויסארבעטן לפי צרכיהם סזאל זיי שמעקן
דער אמת איז די עלטערע דור פרויען איז די וויכטיגע זאך ווייל איך קען א משפחה אין א"י וואס די עלטערן האבן זיך אוועקגעצויגן און א נייער יישוב, און היינט צו טאג האבן זיינע קינדער און אייניקלך הייזער באקוועם און שיין אהן האבן אדורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהנם, הגם די עלטערע איד האט מען אויסגעלאכט, אבער די מענטשן וואס האבן אים אויסגעלאכט זענען א פארגאנגענהייט און זיינע קינדער און אייניקלעך [און די אלע וואס לאכן פון אנדערע זאכן ווייטער נאר אויף די פארגאנגענע געלונגענע אקטן זענען זיי אויך א מחותן אין אנערקענען זייערע חכמה...] דאנקען אים און געדענקן אים לטובה, און פארברענגען אינאיינעם אלע שמחות רוהיג און שיין
דינסטאג ינואר 04, 2011 7:43 pm
הערט, מיין אידענע איז גרייט צו גיין. נישט מארגן, נאר נעכטן. זי זוכט נישט צו זיין לעבן עלטערן, געשוויסטער, וכדו'. זי וויל אבער יא איין זאך. נאך עטליכע היימישע פרויען, זי זאל האבן פשוט מיט וועמען צו טוישן א ווארט. (זי וואלט אפילו געגאנגען קיין יוהופיצוויל) און איך האב גראדע גערעדט מיט איר וועגן קליוולאנד, פשוט צו הערן וואס זי זאגט דערצו. זאגט זי, איך גיי גערן, אפילו אסאך ווייטער, בפרט אז דאס איז טאקע א שיינע גרויסע שטאט, נישט עפעס א העק, אבער ברענג מיר נאך דריי פיר היימישע משפחות, איך זאל האבן מיט וועמען א ווארט אויסצורעדן, און די קינדער זאלן דאס אויך האבן. איך וויל ס"ה נישט זיין די איינציגסטע. און איך מיין אז דאס איז זייער שכל'דיג און ריכטיג גערעדט.
נו, געגאנגען, רבותי, פארגעסט פון עסקנים. יעדער מענטש איז א עסקן, מען הייבט זיך אויף און מען גייט עטליכע משפחות צוזאמען. ווען אנדערע וועלן זעהן די הצלחה פון די זאך וועלן זיי אויך קומען צו לויפן.
מיטוואך ינואר 05, 2011 10:13 am
טהור-עיניים האט געשריבן:הערט, מיין אידענע איז גרייט צו גיין. נישט מארגן, נאר נעכטן. זי זוכט נישט צו זיין לעבן עלטערן, געשוויסטער, וכדו'. זי וויל אבער יא איין זאך. נאך עטליכע היימישע פרויען, זי זאל האבן פשוט מיט וועמען צו טוישן א ווארט. (זי וואלט אפילו געגאנגען קיין יוהופיצוויל) און איך האב גראדע גערעדט מיט איר וועגן קליוולאנד, פשוט צו הערן וואס זי זאגט דערצו. זאגט זי, איך גיי גערן, אפילו אסאך ווייטער, בפרט אז דאס איז טאקע א שיינע גרויסע שטאט, נישט עפעס א העק, אבער ברענג מיר נאך דריי פיר היימישע משפחות, איך זאל האבן מיט וועמען א ווארט אויסצורעדן, און די קינדער זאלן דאס אויך האבן. איך וויל ס"ה נישט זיין די איינציגסטע. און איך מיין אז דאס איז זייער שכל'דיג און ריכטיג גערעדט.
נו, געגאנגען, רבותי, פארגעסט פון עסקנים. יעדער מענטש איז א עסקן, מען הייבט זיך אויף און מען גייט עטליכע משפחות צוזאמען. ווען אנדערע וועלן זעהן די הצלחה פון די זאך וועלן זיי אויך קומען צו לויפן.
דו ווייסט ניטאמאהל וואספארא צדיקת זי איז!
מיטוואך ינואר 05, 2011 10:51 am
עפעס האב איך איבערגעהערט אין שטוב פון א פרישע געגנט אין לאנג איילענד, פאר כך וכך הונדערט משפחות. איינער ווייסט וואס איך רעד?
מיטוואך ינואר 05, 2011 11:57 am
ווי ר' חיים האט מיר געשיקט אין טעקסט עטליכע טאג צוריק, זאגט ער אז עס וועט זיין נייעס אין א 2-3 וואכן.
מיטוואך ינואר 05, 2011 4:04 pm
קרעמער האט געשריבן:עפעס האב איך איבערגעהערט אין שטוב פון א פרישע געגנט אין לאנג איילענד, פאר כך וכך הונדערט משפחות. איינער ווייסט וואס איך רעד?
לויט וואו איך הער איז עס "איינע פון אסאך פלענער" וואס ליגן אויפן טיש
מיטוואך ינואר 05, 2011 4:08 pm
קליקו האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:הערט, מיין אידענע איז גרייט צו גיין. נישט מארגן, נאר נעכטן. זי זוכט נישט צו זיין לעבן עלטערן, געשוויסטער, וכדו'. זי וויל אבער יא איין זאך. נאך עטליכע היימישע פרויען, זי זאל האבן פשוט מיט וועמען צו טוישן א ווארט. (זי וואלט אפילו געגאנגען קיין יוהופיצוויל) און איך האב גראדע גערעדט מיט איר וועגן קליוולאנד, פשוט צו הערן וואס זי זאגט דערצו. זאגט זי, איך גיי גערן, אפילו אסאך ווייטער, בפרט אז דאס איז טאקע א שיינע גרויסע שטאט, נישט עפעס א העק, אבער ברענג מיר נאך דריי פיר היימישע משפחות, איך זאל האבן מיט וועמען א ווארט אויסצורעדן, און די קינדער זאלן דאס אויך האבן. איך וויל ס"ה נישט זיין די איינציגסטע. און איך מיין אז דאס איז זייער שכל'דיג און ריכטיג גערעדט.
נו, געגאנגען, רבותי, פארגעסט פון עסקנים. יעדער מענטש איז א עסקן, מען הייבט זיך אויף און מען גייט עטליכע משפחות צוזאמען. ווען אנדערע וועלן זעהן די הצלחה פון די זאך וועלן זיי אויך קומען צו לויפן.
דו ווייסט ניטאמאהל וואספארא צדיקת זי איז!
קען זיין, אבער אויב יא האט עס זיכער צו טון מיט פילע אנדערע זאכן, דאס אלייינס קומט פשוט פון אביסל קאממען סענס (וואס איז גארנישט אזוי קאממאן אין די טעג)...
מיטוואך ינואר 05, 2011 4:11 pm
lebediger berel האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:עפעס האב איך איבערגעהערט אין שטוב פון א פרישע געגנט אין לאנג איילענד, פאר כך וכך הונדערט משפחות. איינער ווייסט וואס איך רעד?
לויט וואו איך הער איז עס "איינע פון אסאך פלענער" וואס ליגן אויפן טיש
וואס מיינסטע צו זאגן דערמיט? ס'איז עפעס משנה אז ס'איז דא אסאך פלענער? פון די "סאך" פלענער ביז יעצט איז נאך גארנישט געווארן... לאמיר האפן אז דאס איז איינס און א קנאקעדיגס
מיטוואך ינואר 05, 2011 4:33 pm
יאך מיין, אז כ'וועל זיך נעמען שטופן מיין איצטיגע דירה'לע ביז לאנג איילענד וועליך שנעלער אנקומען אהין, ווי דעראוילעם אין ווילי וועט זיין דארט.........
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 12:10 am
חרס איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס איר רעדט, איך בין נישט קיין ליטוואק און מיין אידענע אויך נישט, און (ליידער) לערן איך נישט אגאנצן טאג, אבער מיין אידענע איז גרייט צו גיין, ווייל זי פארשטייט אז דא קען מען נישט. בדרך הטבע האב איך נישט קיין האפענונג צו קענען קויפן א הויז אדער דירה (שטייצעך, חוץ אויב איך וועל האבן מזל ווי טעד וויליאמס, אבער איך האב נישט קיין גאלדענעם שטימע...) און דארט יא. און אויטאמאטיש אז הויזינג קאסט נארמאל, איז דאס גאנצע לעבן מיט א צוואנציג פראצענט ביליגער בערך, און צוליב דעם לויט זיך צו גיין.
און מאך א חשבון, עס איז נישט אזוי ווייט און אלע אנדערע מעלות איז דא. ממילא, אויב האט זי נאר מיט וועמען צו טוישן א ווארט, און זיך נישט פילן ווי עפעס א ווארעם אים די כריין, איז זי גרייט צו גיין. כאטש מיר זענען ביידע היימישע חסיד'ישע אידן (און גראדע אינטערעסירט אונז גאנץ ווייניג אלע פאליטיק און מחלוקת'לעך).
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 1:22 pm
נישט אזוי צובראכן ווי 'חרס' (שובבים?) און נישט אזוי אפטימיסטיש ווי 'טהור'...
אונזערע פרויען דארפן האבן א מעשע ברעין וואש און בעיקר דארפן זיי וויסן, אז צייטן האבן זיך געטוישט, און טאמער גייט נישט זיין קיין טוישינגען, זאל דער אויבערשטער אפהיטן.
ווערן אינדעפענדענט פון ליע עוו. און פון די ווילי געזעלשאפט.
טייערער טהור, ווען דיין ווייב וואלט געווען פון די העכערע ליטווישע וואלסטו אויך געצאלט א פרייז דערויף, זיי צופרידן.
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:25 pm
אפאר נערישע פראגעס, אויב איך האב רעכט צו פרעגן.
1) פארוואס מופן נישט סאטמערער חסידים קיין קרית יואל? א שכן מיינער גייט ארויסמופן אהין, א 6 רומיגע דירה, פאר 220 טויזענט דאלער, בערך 1700 סקווער פיס, אויך פארקינג, סטארידזש. (ער זאגט מיר דאס איז עפעס א ספעשיל פרייז, צוליב עפעס אן עפרדעבל געזעץ פון י ווילידזש דארט) אבער אויך אנדער דירות קאסטן בערך 300 טויזענט. פארוואס מופן זיי נישט ארויס?
2) פארוואס מופן נישט מענטשן קיין מאנסי, וואו הערליכע דירות קאסטן צווישן 300 און 4 הונטערט טויזענט דאלער?
3) פארוואס מופן נישט פרומע מענטשן ארויס קיין קאשוי, וואו מען פארקויפט דירות פאר 250 טויזענט דאלער?
4) פארוואס מופן נישט ארויס קיין נייטרא, מענטשן וואס האבן ליב אזא סארט לעבן?
5) פארוואס מופן נישט פאפא חסידים קיין פאפא שטעטעל, וואו עס איז שוין דא ביליגע דירות?
6) פארוואס מופן נישט קלויזענבוירגער חסידים קיין יוניאן סיטי, וואו עס איז שוין דא ביליגע דירות?
7)פארוואס מופן נישט וויזניצער חסידים קיין גיבערס, וואו עס איז שוין דא ביליגע דירות?
8) פארוואס מופן נישט מענטשן ארויס קיין לעיקוואד, כאטש די וואס גלייכן דעם סטייל?
עס איז דא א תירוץ, וואס יצחק אלקים שווארץ האט געענטפערט ביים קרן עזר דינער, פארגאנגענעם וואך. (און דאס איז אויך די תירוץ פארוואס מען האט אראפגענומען א חלק פון חיים דוד דעסער דרשה פון פאריאר, וואו ער האט גערעדט פון וויליאמסבורגע דירות)
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:28 pm
וואס איז דו תירוץ?
איך קוק אויס אומוויסנד?
דאנערשטאג ינואר 06, 2011 5:37 pm
prowed jew האט געשריבן:וואס איז דו תירוץ?
איך קוק אויס אומוויסנד?