בלאט 7 פון 20

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:13 am
דורך דארפסמאן
וויפך דאון פעימענט ? 10-15% אדער מער ?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:20 am
דורך חיים של פרנסה
10 פראצענט

באמת ווענדט זיך אין יעדןס ווערט פאר א מארטגידזש
וואס פרטים אויף דעם וועל מיר רעדן זונטאג

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:22 am
דורך וויכטיג מאכער
חיים, פון עקספיריענס... מאך 2000 ס.פ. פאר 150,000 ס'וועט גיין בעסער.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 09, 2010 10:25 am
דורך חיים של פרנסה
א גוטער פארשלאג, מען וועט רעדן דערפון אי"ה

פארעפענטליכט: שבת אפריל 10, 2010 7:03 pm
דורך וואדקע
ס'קוקט אויס גאר גוט!
א נישטיגע 20 טויזענט פאר דאון פעימענט פאר א ריזיגע דירה!
איך וויל שוין געבען דאס געלט! עטס האט א פעיפעל אקאונט?

פארעפענטליכט: שבת אפריל 10, 2010 8:22 pm
דורך פינטעל
ר' חיים שליט"א
אויב האב איך נישט צירוקגעשיקט די אפלעקאציע, שטיי איך אויס צו צאלן מער ווי די א.ד. פרייזען?
אויב יא, וויפיל?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 9:54 am
דורך שמערי בערי
פינטעל האט געשריבן:ר' חיים שליט"א
אויב האב איך נישט צירוקגעשיקט די אפלעקאציע, שטיי איך אויס צו צאלן מער ווי די א.ד. פרייזען?
אויב יא, וויפיל?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 10:36 am
דורך פריילאך
אוי ר' חיים,
אילו עס וועט זיך ח"ו נישט זיך אויסארבעטן, האט זיך נאך אלץ אלעס געלוינט, פשוט צו ליינען דיין געשמאקע ארטיקלען, מתוק מדבש איינס ביי איינס.

ביידעוועי רעיא איז גערעכט אז די עירוב עקסטרעוועגאנזא האט אראפגעברענגט וויליאמסבורג, מיט אסאך דרגות אראפ.

בנוגע וויכי'ס פארשלאג, איך האב ארויסגעפרינט ר' חיים'ס מאמרים און געגעבען צו ליינען פאר די בעל'הבית'טע, אחוץ די גוט טיים וואס זי האט געהאט, מיין איך אז מען האלט שוין א סטעפ פארווערד מיט איהר.

קיפ אפ!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 11:03 am
דורך דארפסמאן
פריילאך האט געשריבן:ביידעוועי רעיא איז גערעכט אז די עירוב עקסטרעוועגאנזא האט אראפגעברענגט וויליאמסבורג, מיט אסאך דרגות אראפ.

נישט יעדער האלט אזוי

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 11:58 am
דורך רעיא מהימנא
אבער אסאך האלטען יא אזוי.....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 12:15 pm
דורך פריילאך
איך מיין אונז זאלן מיר נישט אריינגיין דא אינדעם ענין, נאכדערצו נאכדעם וואס ר' חיים זאגט אז דארט וועט זיין רואיג, אבער אזופיל וויל איך זאגן אז ריעל עסטעיט אין ווילי איז זיכער נישט ארויף דורך די קולי קולות דעם שבת נאכמיטאג...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 11, 2010 1:34 pm
דורך קרעמער
ביטע זיך האלטן צו די תקנות פונעם מקום. דער שמועס איבערן עירוב איז געשלאסן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 5:43 am
דורך חיים של פרנסה
העלאו א גוטע וואך, א וואך מיט ישועות א וואך מיט רפואות א וואך מיט אסאך אסאך געלט,
אזוי האט זיך דער הייליגער דברי חיים זי"ע געפירט צו זאגן. דאס איז אויך זייער פאסיג פאר אונז אין חזקת הבתים אפיס,

א וואך מיט ישועות: פאר אלע מחותנים, חתנים און כלות, וואס פארברענגען אויס צייט אויף זוכן א דירה (כמעט) אזויפיל ווי אויף זוכן די כלה קלייד,

א וואך מיט רפואות: פאר די אלע וואס ווילן נישט ארויס מופן ווייל עס פאסט זיי נישט וואס יענער וועט זאגן, אדער פאר די אלע עלטערן וואס מאכן ביטער זייערע קינדער בלויז פארן זאגן אז מען קען זיין א גוטע (בעסערע) טאכטער פון דערווייטנס.

א וואך מיט אסאך געלט: כפשוטו, סיי די וואס מופן וועלן דארפן אסאך געלט. און אויך די וויליאמסבורג'ע, דארפן אסאך געלט דא צו בלייבן.

מיר וועלן בארירן די נאך צוויי שאלות וואס זענען נאך איבערגעבליבן, דערנאך גיי מיר צו די מארטגעדזשעס וואס "וויכי" האט אראפגעשטעלט ווי א יסוד גדול ומגודל, און מיט אביסל רעכט גראדע.

4. פארוואס געדויערט דאס 3 יאר?
5 . וואס גייט זיין דארט שוין אויף דעם זומער?

קודם פשוט, עס שטייט דאך שלש שנים ערלים זאלן זיי זיין לכם.....
יעצט אזוי, באמת וואלט מען געקענט מופן פריער, נאר דער עולם וויל דאך נישט מופן אין א דארף, נאר ביז ווי לאנג עס איז דא א ציבור חשוב מיר זענען דאך שטאטישע,

און אויך איז די תלמוד תורה שטארקער אזוי מיט ווי מער עלטערן.

יעצט, מען קען נישט אנהויבן צו בויען ביז מען איז אפראווד לעגאל, ווייל דאס איז אזא גרויסע פראיעקט אז די פעדעראלע רעגירונג קוקט דאס אויך נאך, און ער ערלויבט זיך נישט א טעות אפילו בטעות. דערפאר וועט מען אנהויבן צו בויען ערשט ווען דער קאנדא בוק וועט אנקומען, דאס וועט מיינען אז די דירות זענען שוין אפיציעל אפראווד און באקומען א דירה נומער, און נאר דאן וועט מען מעגן געזעצליך נעמען דעפאזיטס, ווייל מען קען דיר שוין לעגאל זאגן "דירה נומער איינס צוויי דריי איז דיינס". (פארוואס קאנדא'ס? ס'איז ביליגער די טעקס).

ווען דאס איז שוין אזוי, מיינט דאס אויך אז דו באקומסט אזא "באנד", אז טאמער ווערט דער בעה"ב נעלם, וועט א אינשורענס קאמפאני דיך מטיב זיין, אדער וועלן זיי דיר צוריקגעבן דיין גאנצע דאון פעימענט, (עס גייט אריין אין עסקראו עניוועי, מ'גייט נישט נוצן דאס געלט צו בויען) אדער וועלן זיי ווייטער נעמען געלט פון דיר און דיר אויפבויען דאס הויז.
און צו די לעצטע שאלה, אויף דעם זוממער האפט מען צו מאכן דארט א אינפארמאציע בודקע, וואו דער עולם וועט קענען קומען שטענדיג טרינקען קאווע און איבערבייסן, דאווענען די לעצטע מנחה, לערנען א אידיש ווארט, עפענען א לעפטאפ צו ארבעטן און.. היימיש קרעטשמענען.... (וויכי? יעדן זונטאג פון 5 ביז 6:30)

און יעצט ר' וויכי, לכבודך וועלמיר ווידמענען א גאנצן פאראגראף,
די מארטגעדזשעס איז א גרויסע פראבלעם!
לאמיר קלאר אויסשמועסן דאס ענין.

ווי די היסטאריע אין אמעריטשקע האט באוויזן, האט זיך נאך יעדע רעסעסיע אלעס צושטייטעלעך צוריק אויפגע'ארבעט, שפעטער צו פריער, רעסעסיע מיינט נישט א מצב, ס'איז ענדערש א באגריף, ווען עס קומט אריין נומערן אין די שטאט קאמפיוטערס פון פארשידענע רעכענונגען, וועט דער טאטעל אויסקומען אזוי און אזוי , און אויב אזוי וועט דאס ווערן א רעסעסיע, דאס מיינט אז מען האט נישט גענוג געספענדט מאכט מען נישט קיין געלט וכו', מ'קען האבן נישט געמאכט געלט אין גוטע צייטן, מקען מאכן געלט אין שלעכטע צייטן, והא ראי' קוק זיך אום היינט.

ס'איז צרות אבער נישט צרות צרורות, און פאר די רעסעסיע אין די אזוי גערופענע גוטע צייטן איז אויך געווען געשריבן אין די פאמפלעטן פון די מוסדות כ"ש סאטמאר פאר כ"א כסליו אז אסאך בעלי פרנסות האבן פארלוירן געלט און קרן עזר זאגט נותנים זענען געווארן מקבלים, און ס'איז אמת אויך, אייביג פאר א דינער האט מען נישט געצאלט אכט וואכן,

נאר וואדען? איין אינדוסטרי פון הייזער האט אויפגעבליט, און אסאך פרנסות מיט דעם, מארטגעדזשעס, סעילס, פליפעכצער, אפרעיזערס, מאלדינגס, קארס, ליעסעס, און דער עולם פרויען זענען געווארן "ספענדעבל" און די מענער'ס בערזל "עקספענדעבל".
שוין, דאס האט זיך אפגעשטעלט, נו האט זיך אביסל אנגעהויבן לאון מאדיפיקעשן און שארט סעילס, א.א.וו. נאר די לייף סטייל וואס מען האט אדאפטעד אין די צייט האט זיך נעבעך אנגעקלעבט צו אונז, מען וועט זיך מוזן אראפזעצן אביסל כאפן דעם אטעם,
מיר קענען זיך נישט פארהוילן פונעם פאקט אז די גאנצע וועלט ליידט פון א הייזער צוזאמענבראך און א קרעדיט קריזיס, די שולדיגע זענען דאך ווי יעדער ווייסט די בענק, די געלערנטע פינאנציעלע אינסיטוציעס האבן דורכגעפאלן אין זייער אחריות און ארויס געגעבן לאונס אן א חשבון נאר ווייל פעני מעי און פרעדי מעק וועלן עס בלינדערהייט אפקויפן, און וואס האבן זיי געמיינט באבלס בלאזן אייביג? ספלאצט אמאל, פון ווי ווייס איך ווייל אין יארע 1980 האט די דיימאנד אינדוסטרי געוואקסן אזויהויעך אז נאר, פרעגט אייך נאך, ביז איין טאג האט זיך דער דיימאנד באבל צובאסט אין 47 האט צוזאמענגעקראכט, לאנדאן האט דעמאלטס געשפילט א גרויסע ראלע, (גראדע איז דאס געווען נאך די פטירה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע וואס ווי באוואוסט זענען אבאך מענטשן געווארן עשירים נאך די מלחמה על לא דבר, זייער שכל האט זיי נישט צוגעהאלפן דערצו, און עס איז טאקע באוואוסט, אז ער האט געזאגט "איך וועל מאכן אייגענע עשירים" כידוע המעשה ואכמ"ל, און דורשי רשומות האבן אנגעוויזן אז דעם רבינ'ס נאמען יואל בגי' 47, און ווען ער האט איבערגעלאזט די וועלט האט 47 סט געפלאצט), און אויך דאן האט מען זיך ערהוילט, טאקע, אסאך עשירים האבן טאקע דערלייגט, אבער אסאך נייע זענען נאכדעם געווארן עשירים, געלט קומט געלט גייט, נאר נישט אייביג קומט ער צוריק פון ווי ער איז געגאנגען, זעהט אויס אז איינער פירט דא די וועלט. און אין 1990 איז אויך געווען א שטיקל רעסעשאן, דאן האט מען זיך ערהוילט, עולם כמנהגו נוהג, נייע שוועריגקייטן ברענגען נייע אויפטרעפונגען, און יעצט וועט מען זיך אויך ערהוילן, קען דען א באנק עקזיסטירן אן ארויסגעבן מארטגעדזשעס? עס איז אזוי ווי א ישיבה ווארפט ארויס אלע תלמידים ווען יעדער איז שלעכט, וואס געשעט די ישיבה ווערט פארשפארט, נישטא קיין ישיבה אן קיין בחורים, נישטא קיין באנק אן לאונס. אנישט הייסט דאס נישט א באנק נאר אן אינוועסטמענט גרופ.

דערפאר איז צו האפן אז אין דריי יאר ארום וועט די מארטגעדזש געזעצן נאכלאזן און ווערן מער צוגענגליך, ווי מען קען זען אין פארבס, און אין ביזנעס וויק, ווער עס טוט באגלייטן אין די ביזנעס נייעס, אז דאס איז איינע פון די הייסטע טעמעס, וואס די גאס קוקט ארויס אויף.

און אפילו היינט, יעדער וואס איז בארעכטיגט באקומט א מארטגעדזש. דהיינו, ווער עס ווייזט אויף נארמאלע און אויסגעהאלטענע צעטלעך, און א הויז וואס דער פרייז שטימט אויף איר, און כ"ש ווער רעדט נאך אויב ער לייגט אראפ 25% באקומט ער פיין א לאון. נאר אונז דלפונים וואס צוליב די פארבלענדעניש פון די שטאטישע פראגראמען וואס געבן אונז אזוי פיל, זענען מיר למעשה נישט בארעכטיגט די לאון פון באנק, און באמת ווען וועלט וואלט ווען אייביג וועלט געווען, און די בענק געבן נאר נארמאלע לאונס, וואלטן דאך די בענק "קיינמאל נישט" געגעבן לאונס "נאר" אויף די היינטיגע מהלך, אז ווער עס האט גוטע אינקאם, א דירה מיט א פאסיגע פרייז, לייגט אראפ געהעריג געלט, באקומט א לאון, דאס איז דאך פשוט נארמאל אזוי.

נאר אזוי ווי מיר ווייסן אז מ'גיבט נעמט מען און אז מען שלאגט אנטלויפט מען, זענען ביידע כללים גילטיג, ווען מען האט געגעבן פ.ס. און חלק שמונה האט מען גענומען, און ווען א בראקער האט גע'אפפערט א מארגידזש האט מען אויך גענומען (ע"ש חבירו), און יעצט ווען דער ביטערער מצב "שלאגט" אין פנים בלייבט אונז איבער די צווייטע אפשען, אנטלויפט מען אין די בערג אריין. ווייל כשם שקיימת מצות סוכה זו כך אזכה לישב בסוכת עורו של לויתן. א סוכה'לע א קליינע גייט ארויף אויף א 6 הונדערט טויזענט דאלערדיגע דירה אין וויליאמסשפורג פון 1500 סקווער פינגערס, עורו של לויתן גייט ארויף אויף (חזקת הבתים) ווען משיח וועט קומען. (אוי, ווי פריער פליז.)

נאך א געדאנק, ביז יעצט ווען דו האסט געוואלט בעטן א חבר פאר א נאמ.. בער, נישט ברבים גערעדט, האט ער מורא געהאט אז דו קענסט איהם אנזעצן, (איך? קיינמאל נישט, איך באצאל אייביג אין צייט!) ווייל עס איז א "עכט טייערע" מארגידזש, נאך פאר די טעקס, און וואס וועט ער טון נאכדעם? ער וועט נישט קענען פארקויפן די דירה פאר די ריכטיגע פרייז, והא ראי' קוק וואס איז געשען היינט, אבער ווען איינער דארף נוצן א נאמען אין חזקת הבתים פאר די פרייז פון 220.000 און לאמיר זאגן ער זעצט איהם אן ח"ו, וואס איז געשען? ער האט א למעשה'דיגן ווערט פון 220.000, ער קען דאס ווייטער פארקויפן פאר דעם זעלבן, און האפענטליך פאר שוין א העכערן פרייז,האט ער איהם נישט בא'גנב'עט. וועט מען גרינגער זיך אן עצה געבן מיט נעמען.

אין א אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז דער דעוועלאפער האט צוזאמען געשטעלט א גרופע, פון מאני פיפעל, וואס זוכן צו אינוועסטירן זייער געלט, און היינט איז נישט דא עכט צופיל ווי צו אינוועסטירן פארזיכערטערהייט, און זיי מוזן ארויסזעהן די געלט פון די ביזנעס כידוע ליודעי חן, ע"כ אויב וועט מען דא אראפלייגן 30 פראצענט, וועט ער צושטעלן די מארגעדזש פאר 6.5%. און עס איז נישטא אזא פארזיכערטע פלאץ ווי צו האלטן געלט ווי א אידישע שטעטל וואס בויעט זיך, ווייל ווי מיר זענען אלע עדות קען מען מיט אידעלעך טון וואס מען וויל (זיי מודה!) , אנדערש ווי גוים למשל ארטיסטן וואס פאר יעדע שטות לייגן זיי עס אין עסקראו און רופן דיך אין קארט, אפילו א יונגערמאןגעט אמאל פארן לענדלאד מיט א הונדערטער צוויי ווייניגער פאר א תירוץ אז ער האט געפיקסט א דאך, איז דאס ווייט פון די לויער קאסטן און עגמת נפש, און ווען א גוי צאלט נישט רענט 3 חדשים און מען קלאפט אויף זיין טיר, ווערט מען געוואר אז ער וואוינט שוין נישט דא, ער פאקט צוזאם זיין האב און גוטס אין יו-האל טראק און מופט אוועק און פילט נישט שלעכט אז ער מעלדט נישט, לעומת זה אויב א יוד מופט אוועק ווייסן זיינע אלע קרובים און יעדער קומט כאפן די דירה, און זיי ווייסן אויך דעם אמת וואס מיר ווילן פארשטעקן, אז דאס איז עס. וויליאמסבורג מוז עפעס טון, טראכט אריין, ווען די דירות וועלן פארטיג ווערן אין 10 יאר ארום ביזן נומער פון 1600 דירות וועט וויליאמסבורג האבן נאך 60,000 חתונה געהאט קאפלס! וואס גייט זיין דא? דערפאר ארבעטן מיר יעצט.

מעלדונג! ווער עס וויל זיינע חתונה געהאטע קינדער זאלן וואוינען נעבן איהם זאל שוין שיקן א אפליקעשאן.

זאכן ענדיגן זיך נישט דא. טאמער וועט נישט זיין קיין אנדערע וועג פאר געלט, וועט דער דעוועלאפער סיי ווי אזוי מוזן
אויפקומען מיט א פלאן וואס זאל זיין גוט פאר אונז, ווייל פארגעס נישט: ער וויל פארקויפן די סחורה, ער פערזענליך האט שוין יעצט עפעס א הייזקע לנוח ולשמוח ערגעץ וואו.

וזאת למודעי, אז ער גייט אויס האלטן צוויי כוללים, פון 25 יונגעלייט א כולל, ס"ה 50 משפחות כולל יונגעלייט, אבער דאס איז צייט צו מעלדן ממש דערביי ווייל זיי וועלן זיין צו באקומען דעמאלטס פונקט ווי יעצט.

תם ולא נשלם פאר היינט, כאשר זכינו לקראותו, כן נזכה לעשותו,
הלואי, הלואי, הלואי, הלאוי בין איך א קעניג, יעדער אונטערטעניג הלואייייי.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 7:02 am
דורך thefact
ר' חיים פרנס איין ווארט WOW ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 7:05 am
דורך פריילאך
ר' חיים נ"י.

דאכט זיך אז עס איז ערגעץ געווען באשריבן, אז א רב (רבי) מיט זיין ישיבה זענען שוין איינגעשריבן צו קומען אינעם שטעטל.

איז דאס אמת? אויב יא, מעג מען וויסן נאר פון ווי קומט די רב, ווילי. ב.פ. וכדו'.

און בעיקר וואס גייט זיין, זיין אויפגאבע?

שטאטס רב, אייגענע ביהמ"ד וכו'.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 7:54 am
דורך lebediger berel
חייםל זיסער דא ביי די לינקע זייט איז דא א אויסוואל פון סמייליס, גיי אריבער און נעם דיר וועלכע דו ווילסט אין מיין נאמען, קענסט נעמען וויפיל דו ווילסט פון וועלכע דו גלייכסט, חוץ דעם :mrgreen: וועם איך קען בשום אופן נישט דערליידן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 11:30 am
דורך אינטעליגענט
געערטער פרנס ר' חיים;

כ'האב נישט איצט די ריכטיגע אויסדרוקן פאר דיין אבנארמאלן שכל הישר, שריפט, און באזעסענע צוגאנג.
וועסט זיך מוזן באגענוגן מיט די פאר ווערטער:
"ריזיג שבריזיי ריזיג ריזיגים"...
שוין אפגערעדט פונעם אינהאלט, וואס איז משמח די אנגעפלאגטע תושבי וומס והגלילות, וועלכע דארפן צאלן פינף וואכן וועידזשעס צו וואוינען פיר וואכן אין זיין לעכל..
ונזכה ונחיה..

_________
נאר איין קליינע הערה:
כ'ווייס בכלל נישט אויב סאיז נאך שייך צו טוישן, אבער אלע היימישע באלעבוסטעס ווייסן, אז א לאנדרי רום מוז זיין אויפן ערשטן שטאק. ווייל דארט דרייט זיך דער עקרת הבית דעם גאנצן ליבן טאג, און ס'איז אוממעגליך צו לויפן און סאפעווען אלע וויילע די צוויי שטאקן, פונעם טעפל צום וואש מאשין, און פון דארט צום אייוועלע וואס ברענט צו, צוריק צום טרוקענער וואס פייפט, און אראפ צום בייבי וועלכע קייכט וועגן דעם שמוציגן ווינדל וואס פארלאנגט א טויש. וכו'.

אגב, וואונדער איך מיך. פארוואס האב איך אין ערגעץ נישט געזעהן קיין זכר פון די אפליקאציעס? ס'ערשטע מאל איך הער דעטאלן איבער די מאדנע חזקת הבתים אדווערטייזמענטס, איז פון די דא, חיים פרנס עט היימישע קרעטשמע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 11:33 am
דורך יוסלמאן
אינטעליגענט: א נייע דאגה, אינדערהיים אין וויליאמסבורג דארף מען נישט מער ווי זיך געבן א דריי אויס אין קאך און מ'איז אין לאנדרי רום...

---

ר' חיים, א ריזיגן דאנק. כ'האב אסאך מגיב צו זיין אבער ווי נעמט "צייט"?!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 12:42 pm
דורך קרעמער
אינטעליגענט;

א צייט צוריק זענען געלאפן אדווערטייזמענטס וועגן חזקת הבתים אין "קלאסיפיידס" צעטל וואס פיגורירט לכאורה אין דיין שוהל, מעגליך אז דו נעמסט זיי נישט אין די הענט אריין.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 12:47 pm
דורך יהיה כן
ר' חיים מורא'דיג
אמת יעדעס ווארט
כ'האב נישט קיין געדולד צו שרייבן זוי סאך ווערטער וויפיל סקומצעך דיר
כקען דיר זאגן אין סמעדרעש פא אלעף פא

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 1:55 pm
דורך good_luck
דא האט איר אביסל אינפא. וועגען די דירות

http://www.docstoc.com/docs/document-pr ... d=27378379

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 2:02 pm
דורך דארפסמאן
אינטעליגענט די וואונסט און נאו יארק ? עס קוקט נישט אויס אזוי

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 23, 2010 10:36 am
דורך דארפסמאן
נא חיים פרנס, מיר ווארטן אויף אפדעיטס

פארעפענטליכט: שבת אפריל 24, 2010 7:35 pm
דורך געלעגער
חיים פרנס, א-וואו יעדער דא שרייבט,
ס'איז נישטא די ווערטער דיר צו באדאנקען און באוואונדערן דיין הערליכ'ן שריפט און דיין צייט וואס די גיבסט אוועק אונז מיטצוטיילן מיט כסדר'דיגע אפדעיטס אויף אלעס וואס טוט זיך אפ הינטער די קוליסן,

אבער איך גלייך וואו אינטעליגאנט האב קיינמאל נישט געזען רעדן אדער אן אפליקאציע דערפון,
איך גלייב נישט אז ווייל איך ליין נישט די צעטליך און מיין שול זאל איך קריגן א קנס און נישט קענען זיין פון די אידן וואס שרייבן זיך איין.

פארעפענטליכט: שבת אפריל 24, 2010 10:33 pm
דורך leiby
ס'איז אנגעקומען אויף די פאסט צו יעדעם.