ברעיקינג: (אינסייד אינפארמעישאן) נייע היימישע שטאט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 05, 2019 12:08 pm

עולם השקר האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עס געפעלט מיר וואו דו פאשטייסט קיינמאל נישט מיין פוינט, איך מאך נישט אוועק, איך זאג נאר סאיז ווייט נישט גענוג,
דאס וואס דו פרעגסט צו סאיז מעגליך? אויב מהאט גענוג געלט און מדארף נישט צוקומען צום קאסטומער פאר סאיז פארטיג איז מעגליך, אז נישט איז טאקע דער פראבלעם, וואלט ווען בלומניגבורג זיך געקענט אביסל מער איינהאלטן וואוינען שוין היינט דארט לענ"ד פינף הונדערט משפחות, איך ווייס שוין מ'וועט קומען שרייען און טענה'ן, איך גיי אבער נישט איצט אריין דערין.
וועגן וואודבארי זאגסטו אליין דעם חילוק


איך פארשטיי אייער פוינט זייער גוט , איר האלט אז יעדער זאל זיך קומען דורעכרעדן מיט אייך פאר יעדער טריט א שריט אין די נושא פון נייע געגענטער , נא, איך וויל זיי זאלן מיר שיקן א טשעקל :lol: , אנטשולדיגט, ווען איך זע א זאך ווס קען מאכן פראבלעמען לויט מיין שכל בין איך ווי א נער מגיב דא און מ'פארשטייט נישט וואס איך זאג סא טיס נאט מיי פאלט, סארי און איך האלט אז איר האט א פוינט און איר האט שטארק ארויס די נושא וועגן איר טוט שוין דערין יארן און איך מאך אייך נישט אוועק בכלל ,אבער וויזוי עס זאל נישט זיין קען זיין איר כאפט נישט מאכט איר אוועק יעדן שטעטל לעצטענס וועגן סאיז נישט ווי עס שמעקט אייך אינגאנצען כהאף אז נישט, אבער ווען כפיל אז סאיז נוגע למעשה (פאר קאסטומערס) האלט איך מיך צוריק צו קריטיקירן ווייל כ'וויל נישט האבן קיין שייכות אין שטערן א פראיעקט, כ'האב מיך איינגעהאלטן ביי דס און בב"ג ווילאנג כ'האב צום סוף געטוישט מיין מיינונג א פולן 180 דעגרי אויף דס - ספעשל נאכדעם וואס זיי האבן א גוטן וואוטשער פראגראם.

מיין גאנצע פוינט אין דעם אשכול איז געווען מער ווייניגער אז איר האט געזשאמפט וועגן די פרייז , לויט די פרייז פון די אינוועסטמענט איז עס גאר ביליג אפילו עס קאסט 200 מיליאן אינפרעסטרוקטשער אין די לאנג ראן
איך זע ס'דארף נאך צייט און אריכות מעגליך שפעטער אין די וואך וועל איך בעסער מסביר זיין
לויט וואס אנדערע אינוועסטערס האבן באצאלט איז דאס א פערטעל פרייז און די רווחים זענען איבער דאפעלט, אין דאס אז צו קויפן איז עס אזוי ביליג איז א גאר שטארקע זאך און גרינגער אנצופאנגען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 05, 2019 12:13 pm

עולם השקר האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דער גרעסטער חסרון וואס דער פלאץ האט געהאט איז, אז ווען סאיז געווען אקטועל, איז נישט געוען קיין פלאץ צו מאכן געלט במילא האט עס נישט געהאט קיין טאטע וואס זאל אלעס צושטעלן, סהאט זיך געפאדערט דער "עולם" זאל זיך נעמען און אליין צושטעלן, סאיז געווען נאך פאר לעזער קרויס איז געקומען מיט זיינע קולות אז מ'דארף אליין אלעס טון און נישט ווארטן אויף עסקנים /דעוועלאפערס וכדו'
אינצווישן איז אויפגעקמען דער דזשוירזי סיטי פלאן וואס איז איינאהאלב שעה נענטער צו די סיטי, מיט א מעגליכקייט צוצוקומען צו א דירה אנגעפאנגען (דעמאלטס) אויך אונטער דריי מאות, במילא ווער ס'קען איינס פלאס איינס האט זיך עס שוין נישט געלוינט אריין צו שטעקן דמים תרתי משמע פון יחידים, אין יעהופעץ, אינצווישן האט בלומינגבורג באקומען אביסל פליגלען און מ'האט נישט געהאלטן אז ס'לוינט אלעס אויפאמאל.

תש"ע האט מען שוין גערעדט פון זשערסי סיטי?

כ'האב געשריבן אינצווישן, כ'האב געמיינט צו זאגן, ווען מ'האט נאך שוקל געווען צו מזאל ווייטער שטופן דארט, האט מען שוין אנגעהויבן צו רעדן פון ד.ס.
ולמען האמת, כ'האב דעמאלטס כלל וכלל נישט געהאלטן פון ד.ס. נאר דער אויבערשטער האט יא געוואלט, סא פארשטיי אז איך בין נישט פאר'עקשנ'ט איך לאז מיך טוישן מקצה אל הקצה.
ולמי שאומר אחר המעשה איז נישט קיין חכמה
איך האב געשריבן מזאל נישט ארויסקומען אין בב"ג מיטן נאמען ווען סאיז נאך געווען קודם המעשה יענער אשכול האט נאך געהאט אנאנדער נאמען, מ'האט נאך נישט געוואוסט ווי עס איז.
ושאר הדברים צריכין אריכות ויש קצת דברים שא"א לאמרם ברבים, וכבר בארתי שאייוועלט מקום רבים הוא.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » זונטאג מאי 05, 2019 1:48 pm

lebediger berel האט געשריבן:
עולם השקר האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דער גרעסטער חסרון וואס דער פלאץ האט געהאט איז, אז ווען סאיז געווען אקטועל, איז נישט געוען קיין פלאץ צו מאכן געלט במילא האט עס נישט געהאט קיין טאטע וואס זאל אלעס צושטעלן, סהאט זיך געפאדערט דער "עולם" זאל זיך נעמען און אליין צושטעלן, סאיז געווען נאך פאר לעזער קרויס איז געקומען מיט זיינע קולות אז מ'דארף אליין אלעס טון און נישט ווארטן אויף עסקנים /דעוועלאפערס וכדו'
אינצווישן איז אויפגעקמען דער דזשוירזי סיטי פלאן וואס איז איינאהאלב שעה נענטער צו די סיטי, מיט א מעגליכקייט צוצוקומען צו א דירה אנגעפאנגען (דעמאלטס) אויך אונטער דריי מאות, במילא ווער ס'קען איינס פלאס איינס האט זיך עס שוין נישט געלוינט אריין צו שטעקן דמים תרתי משמע פון יחידים, אין יעהופעץ, אינצווישן האט בלומינגבורג באקומען אביסל פליגלען און מ'האט נישט געהאלטן אז ס'לוינט אלעס אויפאמאל.

תש"ע האט מען שוין גערעדט פון זשערסי סיטי?

כ'האב געשריבן אינצווישן, כ'האב געמיינט צו זאגן, ווען מ'האט נאך שוקל געווען צו מזאל ווייטער שטופן דארט, האט מען שוין אנגעהויבן צו רעדן פון ד.ס.
ולמען האמת, כ'האב דעמאלטס כלל וכלל נישט געהאלטן פון ד.ס. נאר דער אויבערשטער האט יא געוואלט, סא פארשטיי אז איך בין נישט פאר'עקשנ'ט איך לאז מיך טוישן מקצה אל הקצה.
ולמי שאומר אחר המעשה איז נישט קיין חכמה
איך האב געשריבן מזאל נישט ארויסקומען אין בב"ג מיטן נאמען ווען סאיז נאך געווען קודם המעשה יענער אשכול האט נאך געהאט אנאנדער נאמען, מ'האט נאך נישט געוואוסט ווי עס איז.
ושאר הדברים צריכין אריכות ויש קצת דברים שא"א לאמרם ברבים, וכבר בארתי שאייוועלט מקום רבים הוא.


אינטערסאנט

איר האט געשריבן וועגן דעם פלאן תשס"ט

זשערסי סיטי האט זיך לכאורה אנגעהויבן 5 יאר שפעטער

וואס איז געשען פון ווען איר האט געבראכן די נייעס ביז די נעקסטע 2 אדער 3 יאר , סתם פאראינטערסאנטקייט , האט מען פלאנירן? אדער די זייט מען האט געטראפן די פלאץ איז עס געווען א חלום און דארט זיך גענדיגט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 05, 2019 4:03 pm

איך האב נישט געטראפן דאס פלאץ, איך האב נאר געשריבן דערפון אויף די ביטע פון די וויליאמסבורגע עסקנים, מיינע חברים וועלכע האבן געציטערט פון גילוי, האבן זיי מיר געפארווערד גאנצעטע ארטיקלען און כהאב עס געלייגט מיט מיין נאמען. און כ'האב געהאלפן וויפיל כ'האב געקענט (דאס מיינט כמעט גארניטש, ווייל וויפיל האב איך דען געקענט)
אמת אז במשך די יארן האבן פיל זאכן זיך געדרייט אן אף
דער עיקר איז אז מ'האט געהאלטן צווישן אז ס'איז דא נאך אפציעס נענטער און מ'האט קודם געוואלט זיכער מאכן אז די נענטערע זענען נישט בעסער. אינצווישן ווען בב"ג און דס זענען ערנסטער געווארן און ברענעדיגע עסקנים ווי אויך גרויסע קהלות זענען געווארן אינוואלווד האבן די הייפעלע יחידים מיט ווייניגער ענערגיע און גארנישט קיין געלט זיך ארויס געלאזט צו געבן א געלעגנהייט פאר די צוויי הנ"ל וואס איז געקומען מיט א ים פון ענערזשי (דס) און די ריזיגע קהלה (בבג) דערווייל האבן די גויים געכאפטן יענץ שטעטל און פון די נייע היימישע שטאט איז געווארן נאך א גוי'אישע שטאט ככל הגויים בית..
אז מ'לעבט דערלעבט מען

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מאי 05, 2019 4:51 pm

איך האב געקוקט אנליין אויף גוגעל מעפס און עס זעט אויס ווי א שיינע שטאט אויף סטריט וויו

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 05, 2019 5:08 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:איך האב געקוקט אנליין אויף גוגעל מעפס און עס זעט אויס ווי א שיינע שטאט אויף סטריט וויו

אמת, דאס איז די ווייטאג ווען סגעלונגט נישט עס צו כאפן פאר אונז וואס מיר דארפן עס אזוי שטארק
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג מאי 19, 2019 3:55 pm

פארוואס האט נאך קיין איד נישט געלייגט א האנט אויף די Tuxedo Farms Development צווישן מאנסי אין קרית יואל?

עס איז אפראווד פאר 1,195 הייזער און א גרויס חלק פון די אינפראסרוקטור ווי למשל ביימער, אויסגראדן און א סוער סיסטעם זענען שוין פארטיג. די פראיקעט איז סטאק געווארן צוליב דעם וואס די לאקאלע סקול דיסטריקט האט נישט געוואלט אויסברייטערן די סקול פאר די נייקומערס, אין די פארלאנג פאר הייזער איז אינגאנצן געפאלן דארט. און אנהייב 2018 איז די פראפערטי ארויף פאר סעיל.

אונז דארפן אבער נישט זייערע סקולס. עס וואלט געווען א פערפעקט פאר די נעקסטע היימישע געגנט זייענדיג פונקט צווישן מאנסי און קרית יואל.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 19, 2019 6:42 pm

מען האט שוין יא גערעדט דערפון במשך די יארן, סאיז שוין באלד עלטער ווי מיר, איך מיין אידישע הענט איז שוין געווען אינמיטן.
דו האסט דעם יעצטיגן פאר סעיל אפער?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג מאי 19, 2019 6:50 pm

lebediger berel האט געשריבן:מען האט שוין יא גערעדט דערפון במשך די יארן, סאיז שוין באלד עלטער ווי מיר, איך מיין אידישע הענט איז שוין געווען אינמיטן.
דו האסט דעם יעצטיגן פאר סעיל אפער?

יעצט איז די שטח נאך מער רייף ווי ביז יעצט אז אינפראסטרוקטור שטייט שוין.
גראדע איז טעקסעס גאר הויעך אין יענע געגנט.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 19, 2019 6:54 pm

נו, הוא מותיב לה והוא מפרק לה, אויב די טעקסעס זענען געפערליך נא וואס קעןמען טון?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג מאי 19, 2019 9:07 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:מען האט שוין יא גערעדט דערפון במשך די יארן, סאיז שוין באלד עלטער ווי מיר, איך מיין אידישע הענט איז שוין געווען אינמיטן.
דו האסט דעם יעצטיגן פאר סעיל אפער?

יעצט איז די שטח נאך מער רייף ווי ביז יעצט אז אינפראסטרוקטור שטייט שוין.
גראדע איז טעקסעס גאר הויעך אין יענע געגנט.

אין מיינע אויגן זענען די שאנסן נול אז דאס זאל גיין פאר אידן,

1) רוב הייזער זענען איינגעגעבן אין די פלענס אלס 3 בעדרום דירות, בלויז געציילטע 4 בעדרום'ס, און די רגע וואס מ'גייט טוישן די פלענס גייען זיי כאפן פארוועם מ'טוישט עס, און זיי גייען עס זיכער בלאקירן,
די איינוואוינער דארט בכלל און די באהערדע בפרט זענען אן עם קשה עורף, זיי זענען געווען מורא'דיג אומצופרידן מיט די דעוועלאפמענט און זיי האבן עס אפגעשטעלט בעוד מועד מיט א תירוץ פון די סקולס

2) טעקס איז נישט צופיל אנדערש ווי אנדערע געגנטער ארום מאנסי

3) צום פראבלעם מיט'ן סקול אז מיר נוצן נישט זייער סערוויסעס, טאקע אט דאס גייט זיין די לעצטע נאגל אינעם ארון פארוואס ס'זאל נישט גיין פאר אידן.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 20, 2019 11:01 am

איש האשכולות האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:מען האט שוין יא גערעדט דערפון במשך די יארן, סאיז שוין באלד עלטער ווי מיר, איך מיין אידישע הענט איז שוין געווען אינמיטן.
דו האסט דעם יעצטיגן פאר סעיל אפער?

יעצט איז די שטח נאך מער רייף ווי ביז יעצט אז אינפראסטרוקטור שטייט שוין.
גראדע איז טעקסעס גאר הויעך אין יענע געגנט.

אין מיינע אויגן זענען די שאנסן נול אז דאס זאל גיין פאר אידן,

1) רוב הייזער זענען איינגעגעבן אין די פלענס אלס 3 בעדרום דירות, בלויז געציילטע 4 בעדרום'ס, און די רגע וואס מ'גייט טוישן די פלענס גייען זיי כאפן פארוועם מ'טוישט עס, און זיי גייען עס זיכער בלאקירן,
די איינוואוינער דארט בכלל און די באהערדע בפרט זענען אן עם קשה עורף, זיי זענען געווען מורא'דיג אומצופרידן מיט די דעוועלאפמענט און זיי האבן עס אפגעשטעלט בעוד מועד מיט א תירוץ פון די סקולס

2) טעקס איז נישט צופיל אנדערש ווי אנדערע געגנטער ארום מאנסי

3) צום פראבלעם מיט'ן סקול אז מיר נוצן נישט זייער סערוויסעס, טאקע אט דאס גייט זיין די לעצטע נאגל אינעם ארון פארוואס ס'זאל נישט גיין פאר אידן.

אמת הדבר, אויב מוזן די באאמטע וויסן סאיז פאר אידן איז דערנאך כאשר כתבתי בכמה אשכולות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 20, 2019 11:08 am

אז מען רעדט פון טאקסידא דארף דערמאנט ווערן אז עס האלט אינמיטן אפראווד ווערן נישט ווייט פון דארט נעבן די הערימען טרעין סטעישן אויך א ריזן דיוועלעפמענט בערך 1000. איך געדענק נישט יעצט אויסווענדיג. סא איך האלט א אויג דערויף

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג מאי 28, 2019 10:33 pm

yid האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:
yid האט געשריבן:עס קומט אריין די נייעס אז עס גייט אי"ה זיין א נייע שטעטל בערך איין שעה אין פופצן מינוט פון מאנסי און צוויי שעה פון ברוקלין עס איז שוין דא פופציג חסידישע אידן וואס גרייטן זיך צו מופן אהין נאך פסח תשע"ט און עס וועט זיין מוסדות און א גראסערי אויפן פלאץ

Any update??


מען רעדט פון זייער א ערענסטע נייע שטעטל אי"ה נאך פסח וועט באקאנט ווערן די פרטים

Periodic reminder:
אונז ווארטן נאך אויף די דעטאלן.

מיט דאנק.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג מאי 28, 2019 10:41 pm

ער האט יעצט דערקלערט אין א פרישע אשכול אז מען רעדט פון האווערסטראו לעבן מאנסי ווי עס קאסט זייער טייער טעקס און ער זיכט ווער עס וויל גיין

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 28, 2019 10:44 pm

ס'איז נישט איין שעה און פופצן מינוט פון מאנסי
און ס'איז נישטא קיין פופציג אידן וואס זענען שוין גרייט אהינצומופן

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » זונטאג יולי 14, 2019 11:37 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:פארוואס האט נאך קיין איד נישט געלייגט א האנט אויף די Tuxedo Farms Development צווישן מאנסי אין קרית יואל?

עס איז אפראווד פאר 1,195 הייזער און א גרויס חלק פון די אינפראסרוקטור ווי למשל ביימער, אויסגראדן און א סוער סיסטעם זענען שוין פארטיג
. און אנהייב 2018 איז די פראפערטי ארויף פאר סעיל.
. עס וואלט געווען א פערפעקט פאר די נעקסטע היימישע געגנט זייענדיג פונקט צווישן מאנסי און קרית יואל.

In order to prevent you or someone else of such idea's.. They're voting Tuesday the entire Tuxedo Town should become a village


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט