ברעיקינג: (אינסייד אינפארמעישאן) נייע היימישע שטאט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג יולי 21, 2009 7:40 pm

א בינג מעפ
קליק אויף פייגעלע'ס אויג (BIRD EYE VIEW) וועסטו זעהן קלאר
http://www.bing.com/maps/?v=2&where1=Li ... &encType=1
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

יכול
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2008 7:54 pm

תגובהדורך יכול » דינסטאג יולי 21, 2009 10:11 pm

לויט ווי איך זעה אויף זייער וועבסייט, איז עס בכלל נישט דומה צו דאס וואס מען האט גערעדט אין מידעלטאון.

די הייזער דא זענען עטעטשט, עס איז נישט קיין אפגעטיילטע גאנצע הויז פאר יעדעם, און עס זעהט נישט אויס אז מען זאל באקומען עפעס א לאט.

און בכלל, איז דא דארטען ווי מען קען זיך אויסברייטערען? ווייל ווי עס זעהט אויס איז עס איין פראיעקט מיט 1226 יוניטס אויף 66 עקער, לויט דעם באריכט דא http://www.communitypub.com/brandywine/ ... s-new-name אבער די הייזער ארום און ארום איז באוואונט.

איך וואלט געווען זייער אינטערעסירט אין א נייעם ישוב, אבער עס מוז זיין עפעס זאכליך אז עס זאל זיך לוינען די שוועריקייטען פון א נייעם ישוב.
אלטע ליינער, נייע שרייבער - שלום עליכם!

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » דינסטאג יולי 21, 2009 10:13 pm

אקעי צוויי הינדרעט אלפים קימט אויס 1200 מארטגעדש 100 אינשורענס 100 געז לעקטער איז 1400 א חודש יעצט דארף מען וויסן וויפיל איז די פראפערטי אין סקול טעקס פאר אזא הייזקעלע וואס דאס קען זיין נאך דריי פיר הינדרעט דאלאר, סאו יעצט צו ס'לוינט נאך אלס פאר א פלעינע ארבייטער איז שוין א גרויסע שאלה, ווייל אויב בלייבט ער מיט זיין יעצטיגע דזשאב מיינט עס אז ער וועט דארפן טרעוועלן מינומים 4 שעה א טאג אן טרעפיק, אין אויב וועט ער טרעפן א דזשאב דארט וועט עס זיין לכאורה פאר א קלענערע געהאלט ווייל מ'וועט קענען טרעפן מער ארבייטערס, סאו דארף מען גיט אריין טראכטן צו ס'לוינט זיך

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג יולי 21, 2009 11:45 pm

אין די לינק פון די-פאקט קען מען אין זייט דרוקן צו זעהן וועלכע בענק זענען דארט דא, האב איך נישט דארט געטראפן קיין עפל באנק און נישט HSBC, :cry: ווער ווייסט צו דער עולם וועט וועלן אהין גיין אן די בענק? :wink: ,
לאידך גיסא טראכט איך אפשר וועט דאס ברענגען מער דזשאבס אז איינער ועט קענען עפענען א עפל ברענטש און איינער א עיטש.עס.בי.סי. :lol:

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך יולי 22, 2009 12:02 am

בן! פראבלעם סאלווד,
:grin:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 22, 2009 10:17 am

קאר-אינשורענס,
דעם חשבון וואס איר מאכט אלס א חודש'ליכע בוזשעט איז פיל פיל ווייניגער קאמפערד צו אנדערע היימישע געגנטן, און איז ווייט נישט גענוג סיבה אוועקצומאכען דעם פלאן.

אבער די ווייטקייט און פרנסה געלעגנהייטן איז יא עפעס וואס ברויך ווערן אדרעסירט, און ועל כולם אונזער 'מאמעס-פארטוך' סינדראם האט נאך אלס באזיגט די אלע איידיעס אפי' ווען דאס קומט אויפן חשבון פון וואונען אין א לאך אויפן בוידעם ווען יעדער קלאזעט ווערט אריינגערעכנט אין די מספר השטובער, און דער עלעוויעיטאר שעפט איז אינקלאדעט אין די סקווער-פוטידזש בעת וואס די דאפלטע געזעץ-פארלאנגטע שטיגען איז דאך פשוט א טייל פונעם הויז-געזונדל'ס שפיל-צימערן.

meadowview
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 24, 2008 9:53 am

תגובהדורך meadowview » מיטוואך יולי 22, 2009 10:24 am

ונזכה ונחי' ונראה.........

הלוואי......


בערל, כ'האב יעצט (נאכ'ן אנהויבען שרייבען די תגובה) באקומען א פאון קאל פון סוואן לעיק אז זיי ווילען האבען מיט מיר א מיטינג וועגן א אישו, כ'וועל זיי פרעגן אויב זיי ווייסען עפעס דערפון.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך יולי 22, 2009 11:03 am

מילער, ווי איך פארשטיי האט קאר אינשורעס צאמגעשטעלט די צוויי זאכן, אז די בודזשעט וואס ער וועט דארט האבן וועט טאקע זיין אסאך נידריגער, אבער דער פשוטער ארבייטער וועט אלץ בלייבן מיט א פראבלעם, ווייל ער וועט קיינמאל נישט קענען טרעפן די ארבייט וואס ער טוט דא, און מיט א פרישע דזשאב וועט ער נישט קענען דעקן אפילו דעם קליינעם בודזשעט, און בהכרח וועט ער מוזן טרעוולן וואס איז ווייטער שווער.

אין אנדערע ווערטער, ביליגערהייט - איז עס נאך אלץ נישט גענוג ביליג פאר דעם 9-5 ארבייטער, פאר אים קען זיך עס נאר לוינען ווען עס איז נאך ביליגער.

אנדערש איז מיט אנדערע סארט ארבייט, וואס איז נישט אנגעוואנדן אין א פלאץ ווי ער מוז זיין פון 9-5, דער קען צומאל מיטנעמען זיין ארבייט מיט זיך און פארדינן די זעלבע, פאר אזא איינעם איז זיכער געוואלדיג ווען די בודזשעט ווערט נידריגער, און די געהאלט בלייבט די זעלבע.

די מאמעס פארטוך פראבלעם איז א פראבלעם, און דאס וועט מען נישט אזוי שנעל טוישן, אבער עס איז דא גענוג היימישע אידן, אז אפילו די מינאריטעט וואס זענען נישט צוגעבינדן צו די מאמעס פארטוך, קענען זיין גענוג גרויס פאר זיך, אבער דאן שפרינגט שוין אריין אלע אנדערע פראבלעמען.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך יולי 22, 2009 11:06 am

קאר אינשורענס, פון וואו ווייסטו אז די מארטגעדש קומט אויס 1,200?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 22, 2009 11:29 am

הרב קורנפלד,
איך פארשטיי מיך נישט, וואס איז דער פראבלעם פארן 9-5 ארבייטער, אז עס נישט גענוג ביליג? קאמפערד צו וואס? צו וויליאמסבורג/בעדפארד-סטייוועסענט/גרינפונקט אדער בארא-פארק/פלאטבוש, ביסט אראפ פון זונען, מען רעדט דאך דארט פון א מארגעטש אויף אזא סייז דירה פון קרוב צו 3,000 טאלער אויב נישט מער.

אזא אינגערמאן נעמט פובליק טראנספארטאציע אום 6-6:30 וואו ער דאווענט און האט א שיעור (טעיפ, קול הלשון, טוילעט-וואסער וכל שום וניק דאית להון) ביז ער קומט אן קיין בי מיט עיזש, און צוריק אהיים איז ער 8-8:30 נאך א לענגערע שינת צהרים און תפלת מנחה-מעריב (געוואנדן אין די זמנים און צייטן פון יאר) ווען ער קען נאך אפי' האבן א שיעור אויפדערנאכט.

דו ווייסט וויפיל ערלים טרעוולען פון וואשינגטאן דע. צע. יעדן טאג, אדער פון באסטאן ביז צו ניו יארק, און דו מיינסט אז פון אלבאני איז אסאך נענטער?

איך זאג דיר קלאר, אז די מענער מיטן טרעוולען אינאיינעם די וועלכע זענען נושא בעול הפרנסה און ארבייטן מעשה בהמה צו קענען קאווערען א בודזשעט וועלכע רעפרעזענטירט ניטאמאל מינימאלע באקוועמליכקייטן, וואלטן גערן מסכים געווען צום טויש, די עזרות כנגדן וועלכע ברויכן זעהן ליע/13 עוו. כאטש צוויי מאל א וואך די זענען די וואס שטעלן פאר דעם פראבלעם.

בנוסף צו די רעליגעזע שוועריקייטן ווי בתי מדרשים מכל סוג וניק, מקוואות מיט דרייעדיגע טירען און אן, מוסדות חינוך לבנים ולבנות ווי מלערנט יא און נישט חורש"י, דיסטריביושאן פון כשר'ע עסן מיט די פולע וואריאציע פון הכשרים איש איש כפי מהללו ומשבחו, שיעור פארגעסן פון דיסטריביושאן פון כל העולם כולו/החרדי, משפחה, בינה, המספיק גאזעט, דבר יום ביומו/לוח הציבור/גוט מארגן געלא, דער איד/בלאט, המודיע עגנליש/עברית, די נייע סוב סענדוויטשים, טשאלנט דאנערשטאג נאכט, פיצא מוצ"ש, א שוויץ, קאנטריס, טורבאנס, ענד די ליסט גאוס אן.

איך האב שוין געשריבען ביי די מידעלטאון/סוואן לעיק חלומות, אז די בעסטע סינעריא וויאזוי אזא זאך קען צושטאנד קומען איז אויף אזא אופן ווי די ביליגע חתונה-תקנות ואכמ"ל.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יולי 22, 2009 3:03 pm

סקרענטאן'ער רב, ביטע בארואיהגט אייך,
איר זענט מיט כמע"ט אלעמען גערעכט, מיט די כשרע פראדוקטען אבער נישט, ב"ה אכשיר דרא,
היינט צו טאג קאן מען קויפן אלע פראדוקטן מיט די שטרענגסטע השגחות,
איבער די לענג און ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן, טיילן פון קאנאדא אויך,
[האוואי און אלאסקא נישט אריין גערעכענט, פארטא-רוח פשיטא אז נישט].
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך יולי 22, 2009 3:36 pm

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט ווייטקייט. אויב וועלן זיך דארט אהינציען א גרויסע ציבור חרדי'שע אידן פון מיין קרייז (איך בין א סאטמארער) האב איך נישט קיין פראבלעם, מיין פראבלעם איז, אז סאיז א שטאט, איך וואלט ענדערש געקענט באשטיין סזאל זיין געבויעט ווי קרית יואל אדער סקווירא.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מיטוואך יולי 22, 2009 4:02 pm

סתם, דא דא קען מען אויסרעכענען א מארגעדזש פעימענט.

אלף בית, דער שטעטל איז לכאורה אזוי אויסגעשטעלט פאר די וואס קומען פון די סיטי, ס'איז לכאורה נישט אינטערסאנט פאר אן אפסטעיט איינוואוינער.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך יולי 22, 2009 5:02 pm

דא האט איר א לינק מיט דעם אקוראטן פלאץ מיט א בליק פון די הייעך

http://maps.google.com/?ie=UTF8&ll=39.8 ... 2&t=h&z=17

דער פראיעקט הייסט "דעלערי גרין" לכאורה ווייל די גאס הייסט דעלערי סטריט. עס איז עוועליבל דארט סטריט וויו טיילווייז.

אגב, איז מיר א וואונדער, עס שטייען דאך דארט הערליכע הייזער אין גוגל מאפעס, דאס אלעס גייט/האט מען אראפ(גע)ווארפן? פאר וועמען געהערט עס?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך יולי 22, 2009 6:48 pm

http://www.bing.com/maps/default.aspx?q ... &FORM=BYFD

אויף די אנדערע זייט פון דעלערי סטריט זעה איך א שטיקל וועלדל וואס גרעניצט זיך מיט די וויעטנאם וועטערענס מעמאריעל הייוועי און די דעלאוועיר טורנפייק

די פילידעלפיע פייק איז אויך נישט ווייט

זעהט זיך איוס אז א אידישע שטאט מוז זיך גרעניצן מיט אפאר מעידזשאר הייוועיס (ביידעוועי ווי איז די טרעין סטעישאן?)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 22, 2009 7:08 pm

גרויזאמער האט געשריבן:דער פראיעקט הייסט "דעלערי גרין" לכאורה ווייל די גאס הייסט דעלערי סטריט. עס איז עוועליבל דארט סטריט וויו טיילווייז.

אגב, איז מיר א וואונדער, עס שטייען דאך דארט הערליכע הייזער אין גוגל מאפעס, דאס אלעס גייט/האט מען אראפ(גע)ווארפן? פאר וועמען געהערט עס?

עס הייסט "דארלי גרין" נישט דעלערי.

די הייזער האט מען אראפגעווארפן לויט בערל בערך כסלו צייט פאראיאר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג יולי 23, 2009 9:10 am

[quote="צוביילטער"]סתם, דא דא קען מען אויסרעכענען א מארגעדזש פעימענט.

quote]
וויאזוי ווייס איך די אינטערעסט רעיטס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דאנארשטאג יולי 23, 2009 9:48 am

וואס די ריבית ראטע וואס וועט דעמאלט זיין קען מען נישט וויסן, אבער קאר אינשורענס האט דאס געלייגט ביי זעקס אחוזים.

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » פרייטאג יולי 24, 2009 12:56 pm

האט שוין איינער געטראפן דעם וואלף לאנדא, און באקומען ערשט האנטיגע אינפראמאציע?

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » פרייטאג יולי 24, 2009 1:44 pm

גרויזאמער האט געשריבן:
דער פראיעקט הייסט "דעלערי גרין" לכאורה ווייל די גאס הייסט דעלערי סטריט. עס איז עוועליבל דארט סטריט וויו טיילווייז.

שוועמל זאגט
עס הייסט "דארלי גרין" נישט דעלערי.
.


קען זיין אז שוועמל איז גערעכט אין עס הייסט "דארלי גרין" אבער נאך הונדער יאר וועט אויפקומען איינער אין זאגן אז ער ווייסט קראנט אז עס הייסט "דעלערי גרין" ווייל ער האט קלאר געליינט אין די קרעטשמע וואס גרויזאמער האט געשריבן............. :lol:

אזוי ווי מיט דער נאמען פון די גאס קיעפ סט. אין וויליאמסבורג ....................

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 4:52 pm

מעלדונג פאר מיינע קאלעגע ניקס אין קרעטשמע און אין אידישע וועלט
זייענדיג א נאנטער פריינט פאר א חשוב'ן עסקן וואס טוט שוין כמעט צוויי יאר אין די נושא האב איך געדינט אלץ זיין ווארטזאגער, ספעציעל אז איך האב אויך א געפיל דערפאר, אבער כ'האב איינגעזען אז ס'גייט שוין איבער די גבולים און מ'מוז דאך עפעס אויך טון פאר פרנסה, האב איך איינגעשריבן מיין חשוב'ער ידיד וואס זוכט נישט מפרסם צו זיין זיין נאמען ברבים אבער ער שעמט זיך נישט דערמיט, און כ'האב אים אויפגעסעט א "ניק" מיטן נאמען "נייע שטאט" זאל ער אליין ממקומו אין וויליאמסבורג לאזן וויסן דעם עולם וואס עס טוט זיך אין די נייע שטאט וואס ווערט געבויעט, און איך וועל ווייטער קענען קאמענטירן על דא ועל הא אן קיין אחריות פון פרעזענטירן די ריכטיגע פאקטן און אריינפעיסטן זיינע לאנגע דרשות, פון איצט און ווייטער וועט "נייע שטאט" איבערנעמען דאס ווארט איבער די פראיעקט בפרטיות, און ער וועט שרייבן איבער די נושא פון דירות כאוות נפשו, איך וועל ווייטער רעדן בכלליות איבער וואס ס'שמעקט מיר, איך וועל זיך אויך קענען ערלויבן צו פרעגן און קריטיקירן מיין חבר בתוחכת מגולה ואהבה מסותרת.
איצט זייט מיר אלע געזונט, און איך האב א פראגע צו אלע חשוב'ע ליינער אינעם קאמענטארן אשכול.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נייע שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

תגובהדורך נייע שטאט » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 5:07 pm

lebediger berel האט געשריבן:מעלדונג פאר מיינע קאלעגע ניקס אין קרעטשמע און אין אידישע וועלט
האב איך איינגעשריבן מיין חשוב'ער ידיד וואס זוכט נישט מפרסם צו זיין זיין נאמען ברבים אבער ער שעמט זיך נישט דערמיט, און כ'האב אים אויפגעסעט א "ניק" מיטן נאמען "נייע שטאט" זאל ער אליין ממקומו אין וויליאמסבורג לאזן וויסן דעם עולם וואס עס טוט זיך אין די נייע שטאט וואס ווערט געבויעט,

אט דא בין איך טייערע אידן,דאס איז מיין ערשטע הודעה נאכן ליינען און שטודירן אייער/אונזער קרעטשמע א וואך צייט
ישר כח בערל פארן מיר אויסלערנען אלע פרטים פון דיין באליבטע קרעטשמע,
כ'האף אז איך וועל דיך נישט פארשעמען, און כ'וועל קענען איבערגעבן מיין מיינונג און מיין ווארט אזוי גוט וואו דו האסט עס געטון, כאטשיק ביזט אסאך מאל געווען א כלי שני האסט עס געזאגט נאך בעסער וואו איך אליין וואלט ווען געקענט עס ארויסברענגען, און מיין מעסיטש וועט פארפעלן דיינע טאלאנטען.
כ'וועל אי"ה בקרוב ארויסברענגען מער פרטים און די היסטאריע פון דעם פלאץ, וואס ווערט איצט במילא געבויעט צו אידן וועלן האבן שכל און אהינגיין (אדער ח"ו אנדעם) ווערט דאס פלאץ געבויעט מיט מאסיווע פרעצעדענטלאזע רעגירונגס שטיצע זיי ווייסן וויאזוי אויסצונוצן די וועגן און אומוועגן פון די אמעריקאנער רעגירונג און מ'שטעלט אהער א פראיעקט וואס כמעט אין בדומה לו אין די לעצטע צענדליגע יארן, אדרבה פאר איך גיי ווייטער וואלט איך גע'טשאלאנדזשט די חשוב'ע חברים ווער ס'קען ברענגען א ענליכע פראדזשעקט אין א וועג פון מאקסימום צוויי דריי שעה אוועק פון ניו יארק סיטי און נעבען אנדערע גרויסע ביזנעס צענטערן זאל אונז ברענגען אינפארמאציע, מעגליך מיר קענען טרעפן א בעסערע פלאץ, נו אדרבה, אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף טרעפן א פלאץ!
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה http://newheimishcity.blogspot.com/

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 5:08 pm

יישר כח לעבעדיגער בערל פארן אהערשלעפן דעם עסקן.

אוועטאר
נייע שטאט
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

תגובהדורך נייע שטאט » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 5:19 pm

לעבעדיגער, דיין פראגע וואס דו האסט וועגן די קלעסיפייד ווערט שוין ארום געשמועסט אין א אנדער אשכול אונטערן קעפל "חזקת הבתים" וגם אני בחלומי איך וויל אויך וויסן, און אויב ער איז קראנט און אויסגעהאלטן וועל איך מיך צושטעלן צו אים, איך האב נאר א פראבלעם מיט זיין וויזיע, ער טראכט פון תשע"ג, דאס איז זייער ווייט אויב וויל ער האבן תכלית אין תשע"ג דארף ער טראכטן פון תשע"א, אט דער פראיעקט דארלי גרין האט שוין געזאלט זיין גרייט אין 06 און מ'רעדט שוין פון רעגירונג שטיצע אינוואלווט, שטעלט אייך פאר אויב די רעגירונג שטערט נאך ווי שווער ס'איז.דערווייל האלטן מיר שוין דריי יאר שפעטער און הערשט יעצט האבן זיי געענדיגט די ערשטע פינף, (הגם, דאס שווערסטע איז שוין ב"ה פאראיבער).
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה http://newheimishcity.blogspot.com/

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 5:41 pm

ברוכים הבאים צום נייעם עסקן דא מיטן נאמען "נייע שטאט", יש"כ בערל פארן אים אהער ברענגן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט