שווערע טענענטס..

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט שווערע טענענטס?

עס איז א שווערע מסכתא, מיט אסאך מפרשים, ווען איינער ליגט אין דעם שווערן פעקל, אויב ער האט אריינגעביסען אין א ביטערן טענענט, וויאזוי דראפעט ער זיך ארויס דערפון, וויאזוי גיט ער זיך אן עצה?

מיינס א ידיד האט געקויפט א דירה, ער האט געמיינט אז ער גייט מופן אהין, ביז דערווייל האט ער נאך אריינגעפאסט אין זיין אלטע געדינגענע דירה'לע, האט ער פארדינגען זיין נייע דירה פאר א טענענט אויף בלויז 3 יאר, און ער האט זיך אויסגענומען אינעם שטר ברחל בתך הקלענערע, אז אפילו אן קיין מעלדונג פון פאראויס דארף דער טענענט פונקטליך אויף דריי יאר זיין אינדרויסען..

דער לענדלארד האט געזאגט פאר'ן טענענט אז ער זוכט נישט קיין אכטער, ווייל ער וויל נישט בלייבן סטאק אין דריי יאר ארום, מיט די טרענספער מערכה, דער טענענט האט געזאגט אז ער לאזט די אכטער ווי ס'איז, קיין פראבלעם..

ער האט באצאלט א חודש סעקיוריטי, און א חודש רענט, די צוווייטע חודש האט ער באצאלט, נישט אויף דער ערשטער, אבער עס איז נאך געווען יענע חודש, די צווייטע חודש איז שוין דורך אן קיין פעימענט, דער לענדלארד האט אויסגעלייגט די מארגעדזש פעימענט פון טאש, אבער ער האט נישט געוואוסט וויאוזי מ'קאנפראנטירט א נייע טענענט ווען שוין מאכט ער קונצן, ער איז נישט געשלאפן עטליכע נעכט פאר ער האט געדארפט רופן דעם טענענט, ענדליך נאך זיך אנגארטלען מיט קוראזש האט ער געמאכט דעם טעלעפאן קאל, ער האט עס נישט ערווארטעט, אבער ער איז געווארן ווארעם באגריסט מיט א וואויסמעיל, ער לאזט א שיינעם מעסעדזש, און ווארט דער חשוב'ער טענענט זאל צוריק רופן, אבער ווען דאס איז נישט געשען, האט ער פרובירט עטליכע שעה שפעטער, און דער וואויסמעיל האט נאכאמאל בריייטהארציג אויפגעהויבן, אין אווענד האט ער נאכאמאל פרובירט רופן, און דער אלט באקאנטער וואויסמעיל הייבט נאכאמאל אויף, ער לאזט דעם דריטן מעסעדזש, שוין נישט אזוי געדולדיג ווי די ערשטע, אבער שיין און קורץ, קיין קאל אויף צוריק האט ער נישט באקומען..

נאך אפאר פרואוון, עטליכע פיינפולע טעג, און נאך רופן אהיים פון אנדערע טעלעפאנען, האט ער געטראפן א שטיקל אוזן קשבת ביי די ווייב, ביז א שוואגער האט צוריקגערופן, און איינגעמאלדן אז אויב ער הייבט נישט אן צו נעמען זיין סעקשאן אכט, וועט ער לכאורה נישט זען קיין פרוטה שחוקה פון אים..

בלית ברירה האט ער זיך געבויגן, ער האט באקומען די אכטער טשעקל, (נאך אויסלאזן דריי חדשים), און אזוי ווי דער "נביא" האט אים געזאגט אזוי איז געווען, חוץ פון דעם טשעק האט ער קיין גרייצער נישט באקומען פון דעם טענענט, ער האט זיך געפרייט אז עס דעקט זיין מארטגעדזש און אינושרענס, אבער די מעינטענענס האט דער לענדלארד (ווייט פון א גביר) געמוזט ארויסלייגן פון קעשענע יעדן חודש, ער האט געציילט די חדשים ביז דריי יאר, ווען ער וועט ענדליך אליין אריינמופן אין זיין דירה וואס ער האט געקויפט מיט זיינע אפגעשפארטע עטליכע הונדערט טויזנט דאלער דאון פעימענט, קלאוזינג קאסטס און צו ענדיגן די פינישיגס אין די דירה, זיין אויסגעהארעוועטע לייף סעיווינגס איז אריין דארטן, ער גייט עס דורכשוויצן..

ביי 24 חדשים האט ער געשיקט א בריוו פאר דעם טענענט, אז ער וויל נאר דערמאנען דעם הסכם צווישן זיי, און בעוד י"ב חודש דארף די דירה זיין ליידיג, ווייל ער פלאנט דארט אריינצומופן..

א וואך דערנאך האט ער ערהאלטן פון דעם טענענט א טשעקל פון צוויי טויזנט דאלער, (ווינציגער ווי א צענטל פון דעם חוב), מיט א קורצן בריוול, היות ער האט יעצט באקומען זיין טעקס ריטורן, ווארפט ער אים אריין אביסל אויף דעם חשבון.. דער לענדלארד האט נאך א ריי פרווואונגען געכאפט דעם טענענט, און אים קלאר געמאכט אז ער מוז האבן די איבעריגע געלט, ספעציעל יעצט אז די מענעדזשמענט האט אים מודיע געווען אז ער צאלט נישט קיין וואסער, וואס איז געווען אויסגענומען אז ער גייט צאלן..

- כדאי צו באמערקן, יענעם זומער איז דער לענדלארד געבליבן אין שטאט, ווייל ער האט זיך עס נישט געקענט ערלויבן, דער טענענט איז יא געפארן אין קאנטרי..

פעסט פארווערד דריי יאר..
ביי 22 חדשים, דער לענדלארד שיקט א בריוו אז דער טענענט זאל אים איינמעלדן וועלכע טאג מ'קען גיין קוקן די דירה, וואס מ'דארף פארריכטן, און אפשמועסן וועגן איבערנעמען די דירה ככלות הליעס, דער טענענט רופט זיך נישט אן, דער לענדלארד הייבט אן ווערן נערוועז און דערשראקן, ער רופט אים און קאלט אים, ווארט אים אפ אין ביהמ"ד וואו ער דאווענט, און ווי געווענליך איגנארירט ער די קאל, און גייט אריבער די גאס ווען ער זעט זיין לענדלארדס שאטן, און זעלבסט פארשטענדליך אז ווען ער האט אים געטראפן אויף די גאס און געווארן געקארנערט, האט ער געזאגט פאר'ן לענדלארד אז ער האט נישט וואו צו גיין, און ער מוז בלייבן דא אין די דירה, זהו, דער לענדלארד האט געמיינט ער כאפט א הארץ אטאקע, ער האט קוים געטראפן די ווערטער, אבער ער פרעגט אים האסט מיר דאך געזאגט קלאר אז דו מופסט קיין מאנסי, און איך באקום צוריק מיין דירה פונקט ביי דריי יאר, דאס איז געווארן זייער קלאר אויסגעשמועסט, ענטפערט ער, איך האב נישט וואו צו גיין, און איך בלייב דא, אויב דו ווילסט קענסטו העכערן די רענט.. (העכערן די וואס? דעם חוב?)..

טו מעיק די לאנג סטארי שארט, מ'האלט שוין ביי 5 יאר! דער לענדלארד האט געמוזט ריפיינענסן דעם דירה, און צוגעבארגט אביסל, און געקויפט א אנדערע דירה, שוין פאר היפש טייערער, און דערווייל ליידט ער זיך ווייטער אן פון דעם גנב דער סקוואטער..

נאך אפאר יאר איז דורך, אינצווישן האט דער לענדלארד זיך פארבינדן מיט דעם גנב'ס משפחה און פריינט, און די מערסטע וואס ער האט באקומען איז געווען איין טויזנטער איין איינציגע מאל! די איבעריגע צייט האבן זיי ארויסגענומען דעם ספר התירוצים און געשאנקן איינס נאכ'ן אנדערן..

ווען דער גנב טענענט האט פארנאכלעסיגט זיין אכטער און דאס אויך פארלוירן, (צייטווייליג) האט דער לענדלארד מיט א שוואגער זיינער וועלכער איז אינצווישן אונטערגעוואקסן, גערופן דעם באנדיט צו דין תורה, און נאך לאנגע חדשים וואס דער טענענט האט נישט געפאלגט, האט בי"ד געגעבן רשות צו גיין אין קאורט און אים ארויסשטעלן מיט מארשאלס..

פלוצלינג זענען ארויסגעוואקסן וואוילטעטיגע עסקנים און גענומען דערקוטשענען דעם לענדלארד'ס ביינער, מיט גוטן און מיט בייזן, ב"ה דער לענדלארד האט שוין היינט א שוואגער א אינגער מחוצף, און האט גערעדט צו זיי זייער שפראך, און נאך לאנגע חדשים איז דער גנב ארויס איבערלאזנדיג א צומזיק'טע דירה, מיט א חוב פון איבער הונדערט אלפים, פלאס דעמעדזש צו די דירה, און זיין משפחה גייט נאך ארום בארעדן דעם רשע לענדלארד..

די מעשה האב איך מיטגעהאלטן פון גאנץ נאנט, און איך קען ביידע גוט..

בדרך אגב איז דאס מיין טויזנט'סטע תגובה..
לעצט פארראכטן דורך קעדילעק אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט שווערע טענענטס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

שוין דא אן אשכול פון אגרעסיווע לענדלערס, איי געס יעצט קומט די רייע אויף די טענענטס

ווי איך האב געשריבען אין יענע אשכול, עס איז נישט די לענדלער אדער טענענט וואס איז שלעכט, עס איז דא שלעכטע מענטשען, אמאל איז ער א לענדלער און אמאל איז עס א טענענט
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט שווערע טענענטס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

מ'גיסט די וויין פין דם צפרדע ביים סדר - בדוק ומנוסה
פון דא און פון דארט!
זבולון חיים הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט שווערע טענענטס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

א שווער עסק
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט שווערע טענענטס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

זייער שיין אראפגעלייגט און מזל טוב צום טויזנטער.

לענין, צו יעדעם רעדט מען זייער שפראך, וד"ל, על תנאי פארשטייצעך אז מען באראט זיך מיט דעת תורה פאראויס.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

מזל טוב צו די טויזענט,

אין מיין גלילות איז געוועהן אזא מעשה, די בעל הבית האט אויפגעהאנגען אויף די טיר פאר וואכען לאנג די פסק בית דין, די סירובס, און די היתר ל'קארט, און נאכדעם גערופען מארשעלס, גראדע האט ער אפגעמופט איין טאג בעפאר די מארשעלס זענען געוועהן סקעדשולדט פאר
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

מיט געהאלטן צוויי ענליכע מעשיות.

איינס ווייס איך נישט וואס סאיז געווארן.

די צווייטע האט שוין דער טענענט ארויסגעמופט און איבער געלאזט א ריזן סכום רענט שולדיג, מיט א חרוב'דיגע דירה, איך האב מיטגעהאלטן ווי דער אינגערמאן (לענדלארד) האט אמאל געמאכט א טיי אווענט פאר זיין טענענט, געגאנגען נאך געלט, און עס איז אריינגעקומען 5 אלפים, בעסער ווי גארנישט.

ביידע בעלי בתים זענען איידעלע אינגעלייט וואס האבן געקויפט פאר זיך א דירה און פארדינגען פאר צייטווייליג.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מחנך האט געשריבן:
מזל טוב צו די טויזענט,

אין מיין גלילות איז געוועהן אזא מעשה, די בעל הבית האט אויפגעהאנגען אויף די טיר פאר וואכען לאנג די פסק בית דין, די סירובס, און די היתר ל'קארט, און נאכדעם גערופען מארשעלס, גראדע האט ער אפגעמופט איין טאג בעפאר די מארשעלס זענען געוועהן סקעדשולדט פאר
אויף וועמענס טיהר?
טרמפיאדה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:23 pm

Re: וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט שווערע טענענטס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרמפיאדה »

פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
מ'גיסט די וויין פין דם צפרדע ביים סדר - בדוק ומנוסה
פאר א איד??? מנוצט עס פטור צו ווערן פון א שלעכטע גוי..
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

קעדילעק האט געשריבן:
וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט שווערע טענענטס?

עס איז א שווערע מסכתא, מיט אסאך מפרשים, ווען איינער ליגט אין דעם שווערן פעקל, אויב ער האט אריינגעביסען אין א ביטערן טענענט, וויאזוי דראפעט ער זיך ארויס דערפון, וויאזוי גיט ער זיך אן עצה?


פלוצלינג זענען ארויסגעוואקסן וואוילטעטיגע עסקנים און גענומען דערקוטשענען דעם לענדלארד'ס ביינער, מיט גוטן און מיט בייזן, ב"ה דער לענדלארד האט שוין היינט א שוואגער א אינגער מחוצף, און האט גערעדט צו זיי זייער שפראך, און נאך לאנגע חדשים איז דער גנב ארויס איבערלאזנדיג א צומזיק'טע דירה, מיט א חוב פון איבער הונדערט אלפים, פלאס דעמעדזש צו די דירה, און זיין משפחה גייט נאך ארום בארעדן דעם רשע לענדלארד..

די מעשה האב איך מיטגעהאלטן פון גאנץ נאנט, און איך קען ביידע גוט..

בדרך אגב איז דאס מיין טויזנט'סטע תגובה..
איך וואלט געראטן פארן שוואגער, דער אינגער מחוצף, ער זאל קאנטאקטירן די ארויסגעוואקסענע וואוילטעטיגע עסקנים, און זיי דערקוטשען פאר די הונדערט אלפים. אויב איז עס הלכה'דיג אויסגעהאלטן, זאל ער זיי דערקוטשען פאר אן עקסטערן הונדערטער פאר צער ריפוי און בושת.

געווענליך האבן די 'ארויסגעוואקסענע וואוילטעטיגע עסקנים' עקסעס צו אסאך קעש...
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך האב בייצאלט פאר מיין שווערס לענדלארד א גרויסע סכום נאכן ארויסמופן,
די פאקט איז מהאט זיך נישט געקענט מסדר זיין בשעתן וואוינען דארט,
אין לעניית דעתי דארפן אלע לענדלארדס זיך גוט נאך פרעגן, יא מדארף טשעקן קרעדיט, אין בעטן פעי סטאבס, אין זיכער מאכן ער האט באמת וויאזוי צו בייצאלן, אדער א קרוב המשפחה וואס איז א נגיד זאל זיין ערב, איך מיין קיין איין איד נעמט זיך נישט אינטער צו זיין ערב נאר אויב מאיז באמת גרייט צו בייצאלן.
..
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טענקס קעדילעק פארן באריכט. זייער ווייטאגלעך און זייער קאממען

דאס וואס ער האט אנגעהויבן טוהן נאך 5 יאר דארף מען טוהן ביים סאמען ערשטן חודש, ס'דא מענטשן וואס דעס איז די איינציגסטע שפראך וואס זיי פאשטייען.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אויף דעם האבן שוין צדיקים געוויינט עבד לוה לאיש מלוה, אונז פארשטיי מיר נישט דרכי ה' אבער דאס איז מפלאות תמים דעים פארוואס אזוינע זאכן געשעען בעולם, און דער אומשולדיגער ווערט באשולדיגט, דער געליטענער ליידט. מ'דארף זיך מחזק זיין אז הכל לטובה, דער סוף פון די ביידע איז פשוט לבעלי שכל ווער ס'גייט בעסער אפשניידן בזה ובבא.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

כאפצעם האט געשריבן:
טענקס קעדילעק פארן באריכט. זייער ווייטאגלעך און זייער קאממען

דאס וואס ער האט אנגעהויבן טוהן נאך 5 יאר דארף מען טוהן ביים סאמען ערשטן חודש, ס'דא מענטשן וואס דעס איז די איינציגסטע שפראך וואס זיי פאשטייען.
ער האט געדארפט ווארטן זיין אינגע שוואגער זאל אונטערוואקסן

ס'סאונד פון די באשרייבונג אז דער לענדלארד איז צו איידל פאר אזעלכע זאכן
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
זאגזשע
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 7:36 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאגזשע »

שכח קעדילעק. העכטס צייט אנציהייבן שמייסן אויף צוריק (אויף די טענעטס).
די מוסג אז לענדלארדס זענען די אגרעסיווער נעמט זיך פון די לינקע מהלך אז אן עושר איז מחויב פארן ארעמאן.
1. נישט יעדער לענדלארד איז אן עושר
2. נישט יעדער טענענט איז אן ארעמאן
3. ועל כולם, מיר זענען נישט קיין קאמעניסטן

דאס מיינט נישט אז מקען נישט טרעפן אגרעסיווער לענדלארדס, אבער ע"פ רוב די ואס רעדן זיך אפ אויפן לענדלארד איז נישט די וואוילסטע טענענט. וד"ל.

יעצט מיט די געהויבענע אינטרעסט ראטעס איז די טענות לענדלארד נאך שטערקער.
טרעבא טרעבא זנאטי יאק גוליאטי, טרעבא טרעבא זנאטייאק ברעכאטי. אוי חשבון צדק אטדאוואטי, פערעד פאנאם כאזיאינאם אטוועטשאטי. א מי פיעם, דא פיעם דא מי גולאיעם, און מיר טרינקען יין אזוי ווי מים, און מיר זאגן אלע צוזאמען לחיים, ואתה תשמע מן השמים
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

ווען צוויי געזונטע מענטשן קומען זיך צוזאם איינער אלס לענדלער און איינער אלס טענענט וועט עפ״י רוב אלעס פארן כשורה אפילו מ׳האט נישט דעם בעסטן ליעס אדער שטר וועט מען זיך עפי״ר פארשטיין און זיך טראסטן און נישט אפטוהן איינער דעם צווייטן

עכ״ז טאר מען זיך נישט פארלאזן קיינמאל ווי ווייט אינעם גדר נארמאל יענער גייט אריין דערפאר מוז מען זיכער מאכן אז יעדער ווייסט פון פאראויס די אפמאך אלעס איז פונקטליך אויסגעשמועסט ווי לאנג די ליעס איז וויפיל מ׳דארף צאלן חודשליך וועלכע טאג מ׳דארף באצאלן אויב עפעס צוברעכט זיך וועמענס ריספאנסיביליטי ס׳איז וכולהו

געווענליך וועלן זאכן קלאפן אין דורכשניטלעך אויף דעם אופן

משא״כ ווען צוויי אויבער חכמים קומען זיך צוזאם עפי״ר וועלן זיי נישט קענען מאכן קיין רואיגן דיעל ווייל זייער קאפ לויפט פון פאראויס זיך משתלט צו זיין אויפן צווייטן און זיי שמעקן גלייך פון אנפאנג ווי ווייט מ׳קען דא רייטן אויף יענעם און עס פרובירן אויסצונוצן - צומאל אז זיי שפירן אז עס גייט נישט גיין הייבן זיי ניטאמאל אן

ווען א אויבער חכם שמעקט אז דער צווייטער איז צו איידל צו תמימות׳דיג יצמח׳דיג (ווי אויך א כמו א נארמאלער מענטש קען ווערן אנגעדרייט פון א חבר/קרוב אויבער חכם צו נעמען די אפראודזש) וועט ער עפי״ר פרובירן נעמען אדווענטעדזש פון יענעם׳ס שוואכקייטן

וועלן די מעשיות אנהייבן גיין אזוי

אויב איז ער דער טענענט וועט ער אנהייבן צאלן שפעט ער וועט קריעטן טענות פון אונטער דער ערד צומאל וועט ער בכלל אויפהערן צאלן ער וועט אפיציעל לאזן אנזאמלען חובות וויסנדיג אז ביז יענער וועט אים פרובירן ארויסזעהן וועט ער זיך שפארן און פארדינען [גניבה] געלט

אויב איז ער דער לענדלער וועט ער אנהייבן פארלאנגען/העכערן די רענט מיט מער אייפער און אן געפילן צומאל הימל שרייענדע פרייזן די העכסטע פון די העכסטע וואס שייך ער וועט ריפיוזן צו פאררעכטן אפילו וואס נארמאל באלאנגט עס פאר אים ער וועט געבן אטיטוט על כל צעד ושעל

אויב די דיעל איז גוט אראפגעשטעלט פארדעם און גוט אויסגעארבייט אויפן שטר/ליעס געווענליך וועלן די אויבער חכמים טענענטס נישט גיין ווייטער וויסנדיג אז דא איז נאוי מאנקי ביזנעס - דאס זעלבע פארקערט די אויבער חכמים לענדלערס וואס וועלן גארנישט גיבן פארן טענענט נאר ווילן אלץ קענען ארויסווארפן און דארפן א טוץ מיט ערבים מיט לכה״פ דריי חדשים סעקיוריטי און פארלאנגען אויסצוצאלן וואס ער האט אינוועסטירט אין זיין דירה וועלן די אויבער חכמים טענענטס נישט קומען

ווען איינער האט זיך אמאל גוט אפגעבריט מיט א אויבער חכם אדער ווייסט ערשט האנטיג פון זיין חבר/ברודער/שכן/קרוב וועט ער שוין אלץ חושד זיין דעם צווייטן און נישט טראסטן מער דעמאלט קענען זאכן זיך גוט פארפלאנטערן

יעדער האלט זיך פארשטייט זיך פאר א נארמאלער מענטש און פרובירט נאר צו דילן מיט א טענעט/לענדלער וואס הייסן נארמאלע מענטשן אבער סאיז וויכטיג זיכער צו מאכן צו האבן א גוטן אויסגעארבייטן ליעס פאראויס און שטיין על המשמר די רענט זאל זיך נישט פארשלעפן לענגער ווי אנגעגעבן אינעם ליעס צו 5 טאג צו 10 טאג

אויב זעט מען שוין אז עס קען ווערן א האלבע חודש שפעט דארף זיין קאממיוניקעישאן מצד הטענענט זאל ער אנרופן זאגן די סיבה און זיך אויסשמועסן וואס די פלאן איז און נישט לאזן דעם לענדלער שפרינגען און אויסבלוטיגן ומצד הלענדלער אויב הערט ער נישט פון אים דארף ער טוהן וואס די שטר גיט אים רעכטן צו טוהן בעפאר עס הייבט זיך אן אנזאמלען למעלה מראש

דאס קען האפנטליך פארמיידן אסאך פראבלעמען וואס מאכן זיך פשוט פון נישט קאממיוניקירן ריכטיג - והכלל והעיקר זיך נישט טרעפן אריינגיין בגדר אויבער חכם (שווערע תנאי… פאר זיך וועט יעדער זיך האלטן אלס דער נאמאלער מענטש… ) וואס דעמאלט קען שוין גיין פונקען דערנאך פלאמען פייער

די אלע מעשיות אין די פארשידענע אשכולות הן פון לענדלערס פערספעקטיוו און הן פון טענענטס פערספעקטיוו אין דעם ענין קען מען פארשטיין און טרעפן אריינגיין אין די קאטאגאריעס

לסיום הנקודה - אפילו עס וועט אלעס קלאפן פון פאראויס קען אסאך מאל די טענענט נאכן דינגען ווערן סענסעטיוו אדער גאר ברוגז אויפן לענדלער איבער דאכטענישן און חשדות ער קען האלטן ער דארף אדער האט געדארפט עפעס באקומען בעסער פארדעם אדער וועט די ווייב אפמאכן נאכן דינגען אז מ׳האט זיי ארויסגעפרעסט א דיעל פאר צו טייער צו זיי האבן נישט געכאפט א געוויסע נקודה און זיי פילן זיך אויסגעשפילט וכולהו דעמאלט טוישט זיך די קאלירן און איין אויבער חכם שפרינגט ארויס פון זיין הויט און צוויי אויבער חכמים וועלן זיך אנהייבן פיקסן איינער דעם צווייטן צוויי נארמאלע מענטש וועלן נאך אלץ געווענליך זיך קענען דורכקומען

נישט פארגעסן איך בין אלץ דער נארמאלער מענטש…
יענער אויב ער באהעיווט איז ווייל ער קען מיך און מיט מיר הייבט ער נישט אן…
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

בלייב געזונט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
טענקס קעדילעק פארן באריכט. זייער ווייטאגלעך און זייער קאממען

דאס וואס ער האט אנגעהויבן טוהן נאך 5 יאר דארף מען טוהן ביים סאמען ערשטן חודש, ס'דא מענטשן וואס דעס איז די איינציגסטע שפראך וואס זיי פאשטייען.
ער האט געדארפט ווארטן זיין אינגע שוואגער זאל אונטערוואקסן

ס'סאונד פון די באשרייבונג אז דער לענדלארד איז צו איידל פאר אזעלכע זאכן
הייערט מען איינעם, א לויער, א פראפערטי מענעדזזער, וכו'
Building
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 2:02 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Building »

איך האב מיטגעהאלטען ווי מיין שוכן האט אוועק געמאפט פין געגענט אין פארדינגען זיין דירה, נאך אפאר יאר האט ער געוואלט פארקויפען די דירה זאגט אים די טענענט אז די דירה איז ווערט כך וכך אין ער וויל עס אפקויפען פאר בערך 200000 ווייניגער וויפעל די דירה איז ווערט, האט ער גערעדט צי א בראקער אין ער האט אים געזאגט ער וויל עס גיין זעהן עס מיז זיין ווערט מער ער מאכט א צייט צי גיין זעהן אין די טענענט לאזט אים נישט אריין די לענדלארד ריפט די טענענט זאגט ער אים איך וויל קויפען די דירה אין איך לאזן קיינעם נישט אריין זעהן די דירה.
עס איז אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט נאכדעם הערט דער לענדלארד אז איינער אין די קאמפלעקס מיט די זעלבע סייז דירה פארקויפט עס פאר די ריכטיגע פרייז ריפט ער דעם טענענט זאגט איך וויל באצאלן מיין פרייז בקיצער האט דער לענדלארד פארקויפט די דירה פארן טענטעט פאר 50000 ווייניגער ווי די מארקעט פרייז
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

גאר שטארק @קעדילעק

ביים היימישען עולם איז דא אזא שוואכקייט מיטן נישט באצאלן רענט וויבאלד מען ווייסט אז די טענענט קען אים נישט ווארפען צו די הינט מיט מארשאלס,

און אויך איז דא אזא תירוץ ווי איך בון א אונס איך האב נישט קיין אנדערע ברירה איך האב נישט קיין געלט, די תירוץ איז אבער בכלל נישט אמת ווען עס איז דא היינט צענדליגער ביליגע געגענטער ווי מען קען היינט אויפצוען ערליכע אידישע דורות על דרך התורה והמסורה פאר אפאר גראשען רענט אדער בכלל נישט ווייל מען קען זיך דארט איינהאנדלען די אכטער וכדו', נאר וואס דען? ער וויל זיין באקוועם און די שטאט ווי ער גלייכט צו וואוינען, און אויף די חשבון בא'גנב'עט ער א צווייטער איד

עס קען אסאך מאל זיין א שפיל מיט פייער, נאכדערצו ווען די לענדלארד איז נישט די גרעסטע בעל פרנסה און עס א בחינה פון ביומו תתן שכרו כי עני הוא ואליו הוא נושה את נפשו, און דאס אז די טענענט שלעפט ארום קען אים צוברעכן און גורם זיין שווערע עגמת נפש און חובות

איך האב געהעערט א מעשה פון א איד וואס האט באמת נישט געוואלט פארדינגען זיין דירה וואס ער האט גע'רעכענט אריינצומאפען דארט א שטיק צייט שפעטער, למעשה איז א איד געקומען זיך בעטן בתחנונם א טובה אז ער מוז אמערדזשענסי האבן א דירה פאר א קורצע צייט און צו ער קען עס דינגען, די איד האט רחמנות געהאט און ער האט אים עס פארדינגען פאר ביליג רענט (ממש קעריאינג קאסט'ס) בתנאי אז ווען ער דארף די דירה זאל ער נישט צעגערען, ווען די איד האט גע'דארפט זיין דירה האט די טענענט פלוצלינג פארגעסן זיין לענדלארד'ס נומבער, עס האט גע'קאסט אסאך עגמת מפש פאר דעם לענדלארד ווען ער האט גע'דארפט אינצווישען אריינמופען און א אנדערע דירה פאר טעמפערערי ווייל ער האט נישט גע'קענט צוריקבאקומען די אייגענע דירה, ער איז גע'גאנגען און דין תורה און מען האט זיך אויסגעפיפען וכו' די לענדלארד א איידעלער איד איז געווען אינגאנצען פארלוירען, בוז איין טאג קאלט אים דער טענענט אז ער וויל אים איבערבעטן און ער געט אים צוריק זיין דירה, וואס איז? דערציילט די טענענט אז די זעלבע צייט וואס די לענדלארד האט גע'דארפט אריינמופען און א טעמפערערי דירה, איז ער געווארען גע'קאנטאקט פונעם דיסטריקט אטירני'ס אפיס אז ער איז אנדער אינוועסטיגעישען, און ער איז עס תולה און דעים

דאס איז א אמת'ע מעשה איך ווייס ווער די בעלי מעשה זענען

מען דארף געדענקן אז די ערשטע שאלה אויף יענעם עולם איז נשאת ונתתה באמונה, און עס לוינט זיך נישט ארומצושפילען דערמיט זיכער נישט ווען מען איז גורם שווערע עגמת נפש פאר א צווייטער איד
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

א פרישע מעשה זיך לעצטנס אפשפילט אין א היימישע געגענט (נישט ווימסב"ג), א טענענט א פגע רע לויט אלע פשטים, האט געריטן אויפ'ן לענדלארד יארן לאנג, אים געמאכט אלעס פארריכטן, און ווען ס'איז נישט געפיקסד תיכף האט ער אים געסטראשעט מיט קאורט, און נישט באצאלט קיין פרוטה שחוקה פאר א שיינע פאר יאר, נאך אפאר יאר תחנונים, און נאכדעם דין תורות וואס האבן געהאלפן ווי פאר א טויטן באנקעס, האט ער באקומען היתר לערכאות, און אים ארויס געזען מיט די מארשאלס - אייגנטליך 2 טעג פאר די מארשאלס האבן געדארפט קומען האט זיך דער גזלן ארויסגעצויגן פון די דירה..

נישט בעפאר ער האט באשטינקן און בארעדט דעם לענדלארד אין אלע גאסן..
גרויסע חכם
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2022 8:10 pm

Re: שווערע טענענטס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע חכם »

Building האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:26 pm
איך האב מיטגעהאלטען ווי מיין שוכן האט אוועק געמאפט פין געגענט אין פארדינגען זיין דירה, נאך אפאר יאר האט ער געוואלט פארקויפען די דירה זאגט אים די טענענט אז די דירה איז ווערט כך וכך אין ער וויל עס אפקויפען פאר בערך 200000 ווייניגער וויפעל די דירה איז ווערט, האט ער גערעדט צי א בראקער אין ער האט אים געזאגט ער וויל עס גיין זעהן עס מיז זיין ווערט מער ער מאכט א צייט צי גיין זעהן אין די טענענט לאזט אים נישט אריין די לענדלארד ריפט די טענענט זאגט ער אים איך וויל קויפען די דירה אין איך לאזן קיינעם נישט אריין זעהן די דירה.
עס איז אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט נאכדעם הערט דער לענדלארד אז איינער אין די קאמפלעקס מיט די זעלבע סייז דירה פארקויפט עס פאר די ריכטיגע פרייז ריפט ער דעם טענענט זאגט איך וויל באצאלן מיין פרייז בקיצער האט דער לענדלארד פארקויפט די דירה פארן טענטעט פאר 50000 ווייניגער ווי די מארקעט פרייז
מיטגעהאלטן כמעט די סעם אויף די אייגענע הויט
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”