יצחק אייזיק האט געשריבן:נייע שטאט האט געשריבן:משלנו האט געשריבן:"השלם זה הבנין" סקומט אריין די פרייליכע נייעס אז ק"ק פאפא האט געשלאסן מקח אויף א נייע בנין ווי סגייט אי"ה אויפגעבויט ווערן א נייע ביהמ"ד מקווה און היכל התורה וכו'
אז פערמיטן פאר א גראסערי אין א קאמערשאל עריע דויערט אזוי לאנג, פארוואס טראכט איר מ'וועט אייך לאזן דאס מאכן, עפעס דארף א הסבר
געשעפטן זענען שווערער דארט. א בית המדרש דארף נאר נאכקומען די זאונינג פארלאנגען, ס'איז שווערע פארלאנגען אבער ס'איז מעגליך.
געשעפטן האבן עקסטערע רעגולאציעס כדי נישט צו שטערן ארומיגע ביזנעסער און עקזיסטירנדע געשעפטן אין די מיילן ארום.
איז דא עקזיסטירענדיגע זאנינג וואס ערלויבט שולן, מיר זעט עפעס אויס אז דארט שטינקט עפעס פון די לאקעל גאווערמענט, כ'האב פונקט געהערט אפאר זאכן אויפאיינמאל וואס האבן מיר געמאכט אזוי טראכטן, ספעציעל נאכן זען די עד פון די גראסערי האט עס קאנפירמט מיינע חששות, עפעס קראצט דארט ביי די לאקעלס זיך צו לאזן רירן,
לינדען איז שוין סייווי א סוקסעספול ישוב, עס איז דא מער מענטשן וואס זיכן הייזער ווי וויפיל הייזער סאיז עוועליבל, סא האב איך נישט מורא צו ארויף ברענגען א פראבלעם אויפן אויבערפלאך.
נ.ב. דאס ווארט "אייך" איז געווען א לשון מושאל, איך האב געמיינט פאפא