פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך א פיין שמועס » מאנטאג יוני 14, 2021 11:12 pm

נאכ'ן איטערציפן דערוילעם די לעצטע צוויי יאר מיט א חלום, האט ע'רעב אליעזר קרויס נארוואס אנאנסירט אויף זיין קויל מבשר ווינקל - אקטועלע אנאליזן, אז דער חלום האלט שוין ביים קומען נענטער צום עולם העשיה.

היינט, מאנטאג פ' חוקת האט ער פארגעלייגט די געגנטער ארום ארלענדאו, פלארידא אלס די פלאץ ווי "זיין חלום" וועט פארווירקליכט ווערן.

פאר א לענגערע אנאליז איבר אלע פאטענציאלע געגנטער אין פלארידא און פארוואס דווקא נעבן ארלענדאו, קען מען הערן זיין היינטיגע אנאליז.

אקטועלע אנאליזן - אליעזר קרויס:וואו אין פלארידא וואלט געווען גוט צו מאכן א יישוב
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/40997

אלזא, האמיר געעפנט דעם אשכול אדורצושמועסן אלעס ארום דעם יישוב בשעת עס אנטוויקלט זיך פון חלום צו ריאליטעט בעזהשי"ת

הײמישער זײגער
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: נייע חסידישע יישוב בשכינת ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך הײמישער זײגער » מאנטאג יוני 14, 2021 11:34 pm

ארלענדא געגנט איז רויט אדער בלוי? די פראבלעם מיט טעמפע איז געווען אז עס איז בלוי

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: נייע חסידישע יישוב בשכינת ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג יוני 15, 2021 12:42 am

הײמישער זײגער האט געשריבן:ארלענדא געגנט איז רויט אדער בלוי? די פראבלעם מיט טעמפע איז געווען אז עס איז בלוי


ארלאנדאו איז בלוי
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 16002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: נייע חסידישע יישוב בשכינת ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יוני 15, 2021 12:45 am

וואס איז זיין חלום-פלאן?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
בפשיטות
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: נייע חסידישע יישוב בשכינת ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך בפשיטות » דינסטאג יוני 15, 2021 1:54 am

פער בריסטאו האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:ארלענדא געגנט איז רויט אדער בלוי? די פראבלעם מיט טעמפע איז געווען אז עס איז בלוי


ארלאנדאו איז בלוי

ער זאגט אויפן אינטערוויא אז ער קוקט יעצט א געוויסע קאונטי מיט עטליכע מייל העכער ארלענדא, א געגענט וואס איז געגאנגען אין די עלעקשענס אינגאנצן פאר טראמפ..

אוועטאר
בפשיטות
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: נייע חסידישע יישוב בשכינת ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך בפשיטות » דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 am

הײמישער זײגער האט געשריבן:ארלענדא געגנט איז רויט אדער בלוי? די פראבלעם מיט טעמפע איז געווען אז עס איז בלוי

די עיקר פראבלעם מיט טעמפא - כפי טענתו - איז די גאר שטארקע היצן אין די זוממער חדשים, די שטערקסטע פונעם גאנצען סטעיט, חוץ דעם וואלט ער געווען זייער צופרידן מיט טעמפא

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 16002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יוני 15, 2021 1:57 am

טעמפא איז הייסער ווי מיאמי?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
בפשיטות
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: נייע חסידישע יישוב בשכינת ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך בפשיטות » דינסטאג יוני 15, 2021 2:02 am

שנאפס האט געשריבן:וואס איז זיין חלום-פלאן?

ער איז נאכנישט מגלה זיין חלום-פלאן, כעת איז ער נאר מגלה וועלכע געגענט וועט זוכה זיין צו עלי ינוח צדיק את ראשו.

ער זאגט אז במשך זיינע קומענדיגע שמועסן וועט ער מסביר’ן מער פונקטלעך זיינע פלענער, ונזכה ונחי’ ונראה...

גראדע שמועסט ער זייער שיין און קלאר אויס אלע מעלות און חסרונות פון יעדע געגענט אין פלארידע - פאר וועם עס איז אינטרעסאנט.

אוועטאר
בפשיטות
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך בפשיטות » דינסטאג יוני 15, 2021 2:02 am

שנאפס האט געשריבן:טעמפא איז הייסער ווי מיאמי?

נישט נאכגעקוקט, אזוי טענה’ט ער

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג יוני 15, 2021 6:12 am

איז עס אמת אז טעמפא איז נעבעך צופאלן די זאך?

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג יוני 15, 2021 7:07 am

לענ"ד דארף מען האבן פאר א ווייטע ישוב נישט נאנט צו קיין שום עקזיסטירענדע געגענט בעיקר א גרויסע סופליי פון קליינע רענטאלס וואס זאל זיין גוט פאר אינגע קאפלעך.
טעמפא-וויימאומע האט נישט קיין ביליגע רענטאלס ווי למשל אפארטמענט בילדינגס.
איך האב היבש דורכגעטוען די געגענט און איך גלייב אז ווען זיי זאלן האבן דערנעבן אפילו א גוישע קאמפלעקס פון קלענערע דירות וואס זאל קענען גיין פאר פרישע אינגעלייט, וואלטן זיי געקענט ענדערשער מצליח זיין.
עס איז דא א טייפ פון מענטשען וואס זענען גרייט צו זיין נחשונים ווען מען איז אינג.

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג יוני 15, 2021 10:34 am

לעיקוואד האט געשריבן:לענ"ד דארף מען האבן פאר א ווייטע ישוב נישט נאנט צו קיין שום עקזיסטירענדע געגענט בעיקר א גרויסע סופליי פון קליינע רענטאלס וואס זאל זיין גוט פאר אינגע קאפלעך.
טעמפא-וויימאומע האט נישט קיין ביליגע רענטאלס ווי למשל אפארטמענט בילדינגס.
איך האב היבש דורכגעטוען די געגענט און איך גלייב אז ווען זיי זאלן האבן דערנעבן אפילו א גוישע קאמפלעקס פון קלענערע דירות וואס זאל קענען גיין פאר פרישע אינגעלייט, וואלטן זיי געקענט ענדערשער מצליח זיין.
עס איז דא א טייפ פון מענטשען וואס זענען גרייט צו זיין נחשונים ווען מען איז אינג.

פארוואס זאל איינער גיין קיין פלארידא פאר א רענטעל?!

די גאנצע איידיע איז אז מען קען קויפן הייזער פאר ביליג און מענטשן וואס וואלטן זיך קיינמאל געקענט ערלויבן צו קויפן א הויז און ברויכן צאלן שווערע אלפים פאר רענט דאהי זאלן קענען קויפן א שיין הייזקע פאר א שיין פאר טאלער ביליגער ווי זייער רענט.

קען זיין עס איז דא געציילטע מענטשן וואס וואלטן געוואלט רענטן אין פלארידא, אבער עס נישט בכדי שיעשו צו מאכן א יישוב דערפון.

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג יוני 15, 2021 10:36 am

איך האב געטשעקט די וועטער דיע וואך, אין ארלענדאו איז מיט אפאר דעגריס הייסער ווי טעמפע, סתם אויסצוקלארען, יעדער קען דאס אליינץ טשעקען.

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג יוני 15, 2021 10:37 am

אויסערדעם איז דא גענוג אינגע אינגעלייט וואס וואלטן דאס געקענט טון, אפשר נישט ממש ביי שנה ראשונה, אבער נישט צו לאנג דערויף

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג יוני 15, 2021 10:41 am

קלוגער האט געשריבן:איך האב געטשעקט די וועטער דיע וואך, אין ארלענדאו איז מיט אפאר דעגריס הייסער ווי טעמפע, סתם אויסצוקלארען, יעדער קען דאס אליינץ טשעקען.

און דריי וואכן צוריק איז און ניו יארק געווען היייסער ווי ארלענדא...

מען קען נישט קוקן אויף איין וואך, עס קען אייביג זיין אנדערע טעמפעראטורן און אנדערע פלעצער. ער רעדט פון די עוורידש טעפעראטור.

האט קיינמאל געפאלן שניי אין וויליאמסבורג בשעת אין מאנסי האט נישט? איי מאנסי איז קעלטער, דאס איז ברך כלל, אבער עס קען אייביג זיין א יוצא מן בכלל.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך שמן » דינסטאג יוני 15, 2021 10:46 am

א קאנאדער האט געשריבן:איז עס אמת אז טעמפא איז נעבעך צופאלן די זאך?

נאך גארנישט געווען אז ס'זאל קענען צופאלן

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג יוני 15, 2021 10:51 am

דורכאויס די זומער האט טענמטפע א מילדערע וועטער עוורידש ווי ארלענדאו,, קוק למשל אויף דעם סייט
https://www.bestplaces.net/compare-citi ... fl/climate

עוורידש דשוליי היץ אין טעמפע איז 90, ווס. ארלענדאו איז 92

אויך זאגען די סייטס אז טעמפע איז האזוינג ביליגער און סעלערי העכער ווי ארלענדאו

איך זע נישט די מעלה בכלל, אויסער וואס אין טעמפע ליגט שוין אויסגעגאבען היפש אינפראסטראקטשער פאר א יודישע ישוב

great
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך great » דינסטאג יוני 15, 2021 10:52 am

רבותי קומטס אריין קלאר און אויפן ווער קומט מיט פסח תשפ"ב קיין פלארידא צום נייע יישב?

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג יוני 15, 2021 10:53 am

קלוגער האט געשריבן:דורכאויס די זומער האט טענמטפע א מילדערע וועטער עוורידש ווי ארלענדאו,, קוק למשל אויף דעם סייט
https://www.bestplaces.net/compare-citi ... fl/climate

עוורידש דשוליי היץ אין טעמפע איז 90, ווס. ארלענדאו איז 92

אויך זאגען די סייטס אז טעמפע איז האזוינג ביליגער און סעלערי העכער ווי ארלענדאו

איך זע נישט די מעלה בכלל, אויסער וואס אין טעמפע ליגט שוין אויסגעגאבען היפש אינפראסטראקטשער פאר א יודישע ישוב

יעצט האסטו א טענה

א פיין שמועס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך א פיין שמועס » דינסטאג יוני 15, 2021 11:03 am

אליעזר קרויס האט געשריבן:

ע'רעבלעיזער, דערוילעם טעהנעט אז די וועטערס און ארלענדאו איז נישט ממש אזוי נידריג און אפשר גאר הייסער ווי טעמפע...

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג יוני 15, 2021 11:39 am

א פיין שמועס האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:לענ"ד דארף מען האבן פאר א ווייטע ישוב נישט נאנט צו קיין שום עקזיסטירענדע געגענט בעיקר א גרויסע סופליי פון קליינע רענטאלס וואס זאל זיין גוט פאר אינגע קאפלעך.
טעמפא-וויימאומע האט נישט קיין ביליגע רענטאלס ווי למשל אפארטמענט בילדינגס.
איך האב היבש דורכגעטוען די געגענט און איך גלייב אז ווען זיי זאלן האבן דערנעבן אפילו א גוישע קאמפלעקס פון קלענערע דירות וואס זאל קענען גיין פאר פרישע אינגעלייט, וואלטן זיי געקענט ענדערשער מצליח זיין.
עס איז דא א טייפ פון מענטשען וואס זענען גרייט צו זיין נחשונים ווען מען איז אינג.

פארוואס זאל איינער גיין קיין פלארידא פאר א רענטעל?!

די גאנצע איידיע איז אז מען קען קויפן הייזער פאר ביליג און מענטשן וואס וואלטן זיך קיינמאל געקענט ערלויבן צו קויפן א הויז און ברויכן צאלן שווערע אלפים פאר רענט דאהי זאלן קענען קויפן א שיין הייזקע פאר א שיין פאר טאלער ביליגער ווי זייער רענט.

קען זיין עס איז דא געציילטע מענטשן וואס וואלטן געוואלט רענטן אין פלארידא, אבער עס נישט בכדי שיעשו צו מאכן א יישוב דערפון.


די פאקט איז, אז אפילו ביי חסידי כללי און כל שכן ביי סאטמארע געשטימט עולם, וועט מען נישט אזוי שנעל מאכן א דעסיזשאן צו מופן און קויפן, מען וועט עס דורכטוען מיליאן מאל און דא קומט אריין די עלטערן/שוויגער/חברים/חברטעס אא"וו.

צו מופן מיט א בעקאפ פלאן אז מען קען צוריקמופן און אויב עס ארבעט זיך נישט אויס דערלייגט מען נישט צו סאך וועט מען גרינגער עס טוען. ווי אויך ווען מען איז נאך פריש קען מען גרינגער זיך אויפהייבן פאר א יאר צוויי והא ראי' גענוג מענטשען אפילו פון סאטמאר מופן ביי שנה ראשונה קיין אר"י פאר א יאר צוויי, ווי אויך קיין קעטסקילס האבן גענוג געמופט אן קויפן, און אפילו אן סעקשאן 8.
צו קויפן א הויז וואס דאס איז די גרעסטע אינוועסטמענט ביי רוב מענטשען אין זייער לעבן און אין די זעלבע צייט מופן צו א נייע געגענט וואס מען ווייסט נישט פונקטליך אלעס איז א רעסעפי צי דיזעסטער, אפילו ווען מען טועט עס אין לעיקוואד, וכש"כ צי א ווייטע געגענט.

פרעג זיך נאך, די אלע וואס זענען געקומען צו א רענטעל האבן געהאט די טרענזישאן סאך גרינגער אין אלע הינזיכטן, און געווענליך זענען זיי זיך בעסער מסדר אין א יאר צוויי און זיי באקומען נאך בעסערע דיעלס און פאלן נישט אריין.

יעצט לגבי א נייע געגענט אין פלארידע, אינגע מענטשען דארפן נאכנישט קיין מוסדות, א פלעי גרופ איז גענוג. און מען קען עפענען פון כיתה א' און וואקסן יעדע יאר צו א העכערע קלאס וואס דאס איז די געזונטסטע וועג צי עפענען מוסדות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווי אויך קענען זיי זיך גרינגער אן עצה געבן אן די אלע סטארס, אפילו א גראסערי איז אויך גענוג א קליינע קאנטין אנפאנג. איבערהויפט היינט ווען מען קען באקומען אלעס ממש אנליין די נעקסטע טאג, אפילו עסן קענען זיי אסאך זאכן באשטעלן און באקומען דורך יו.פי.עס.

איך שרייב פאר איין סיבה ווייל איך וויל עכט אז עס זאל זיך אויסארבעטען, און איך האב די עקספיריענס פון מופן צו א געגענט וואס איז געווען אין א בחינה פון ארץ לא זרועה פאר מיר. אפילו איך בין ב"ה מסודר, און איך פלאן נישט צו מופן קיין פלארידע, חוץ אפשר ביים רעטייערן און אויב מיינע קינדער וועלן דארט וואוינען, האלט איך אבער אז כלל ישראל דארף עס האבן.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג יוני 15, 2021 11:43 am

א פיין שמועס האט געשריבן:אויסערדעם איז דא גענוג אינגע אינגעלייט וואס וואלטן דאס געקענט טון, אפשר נישט ממש ביי שנה ראשונה, אבער נישט צו לאנג דערויף

וויפיל אינגעלייט פון 2 יאר נאך די חתונה קענסטו וואס קענען באקומען א מארגעדזש אויף א הויז פון 350k און העכער?
און פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען קיין טעמפע? אויב עס איז דא א דימענד פאר דעם.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יוני 15, 2021 11:49 am

לעיקוואד האט געשריבן:
א פיין שמועס האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:לענ"ד דארף מען האבן פאר א ווייטע ישוב נישט נאנט צו קיין שום עקזיסטירענדע געגענט בעיקר א גרויסע סופליי פון קליינע רענטאלס וואס זאל זיין גוט פאר אינגע קאפלעך.
טעמפא-וויימאומע האט נישט קיין ביליגע רענטאלס ווי למשל אפארטמענט בילדינגס.
איך האב היבש דורכגעטוען די געגענט און איך גלייב אז ווען זיי זאלן האבן דערנעבן אפילו א גוישע קאמפלעקס פון קלענערע דירות וואס זאל קענען גיין פאר פרישע אינגעלייט, וואלטן זיי געקענט ענדערשער מצליח זיין.
עס איז דא א טייפ פון מענטשען וואס זענען גרייט צו זיין נחשונים ווען מען איז אינג.

פארוואס זאל איינער גיין קיין פלארידא פאר א רענטעל?!

די גאנצע איידיע איז אז מען קען קויפן הייזער פאר ביליג און מענטשן וואס וואלטן זיך קיינמאל געקענט ערלויבן צו קויפן א הויז און ברויכן צאלן שווערע אלפים פאר רענט דאהי זאלן קענען קויפן א שיין הייזקע פאר א שיין פאר טאלער ביליגער ווי זייער רענט.

קען זיין עס איז דא געציילטע מענטשן וואס וואלטן געוואלט רענטן אין פלארידא, אבער עס נישט בכדי שיעשו צו מאכן א יישוב דערפון.


די פאקט איז, אז אפילו ביי חסידי כללי און כל שכן ביי סאטמארע געשטימט עולם, וועט מען נישט אזוי שנעל מאכן א דעסיזשאן צו מופן און קויפן, מען וועט עס דורכטוען מיליאן מאל און דא קומט אריין די עלטערן/שוויגער/חברים/חברטעס אא"וו.

צו מופן מיט א בעקאפ פלאן אז מען קען צוריקמופן און אויב עס ארבעט זיך נישט אויס דערלייגט מען נישט צו סאך וועט מען גרינגער עס טוען. ווי אויך ווען מען איז נאך פריש קען מען גרינגער זיך אויפהייבן פאר א יאר צוויי והא ראי' גענוג מענטשען אפילו פון סאטמאר מופן ביי שנה ראשונה קיין אר"י פאר א יאר צוויי, ווי אויך קיין קעטסקילס האבן גענוג געמופט אן קויפן, און אפילו אן סעקשאן 8.
צו קויפן א הויז וואס דאס איז די גרעסטע אינוועסטמענט ביי רוב מענטשען אין זייער לעבן און אין די זעלבע צייט מופן צו א נייע געגענט וואס מען ווייסט נישט פונקטליך אלעס איז א רעסעפי צי דיזעסטער, אפילו ווען מען טועט עס אין לעיקוואד, וכש"כ צי א ווייטע געגענט.

פרעג זיך נאך, די אלע וואס זענען געקומען צו א רענטעל האבן געהאט די טרענזישאן סאך גרינגער אין אלע הינזיכטן, און געווענליך זענען זיי זיך בעסער מסדר אין א יאר צוויי און זיי באקומען נאך בעסערע דיעלס און פאלן נישט אריין.

יעצט לגבי א נייע געגענט אין פלארידע, אינגע מענטשען דארפן נאכנישט קיין מוסדות, א פלעי גרופ איז גענוג. און מען קען עפענען פון כיתה א' און וואקסן יעדע יאר צו א העכערע קלאס וואס דאס איז די געזונטסטע וועג צי עפענען מוסדות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווי אויך קענען זיי זיך גרינגער אן עצה געבן אן די אלע סטארס, אפילו א גראסערי איז אויך גענוג א קליינע קאנטין אנפאנג. איבערהויפט היינט ווען מען קען באקומען אלעס ממש אנליין די נעקסטע טאג, אפילו עסן קענען זיי אסאך זאכן באשטעלן און באקומען דורך יו.פי.עס.

איך שרייב פאר איין סיבה ווייל איך וויל עכט אז עס זאל זיך אויסארבעטען, און איך האב די עקספיריענס פון מופן צו א געגענט וואס איז געווען אין א בחינה פון ארץ לא זרועה פאר מיר. אפילו איך בין ב"ה מסודר, און איך פלאן נישט צו מופן קיין פלארידע, חוץ אפשר ביים רעטייערן און אויב מיינע קינדער וועלן דארט וואוינען, האלט איך אבער אז כלל ישראל דארף עס האבן.


זייער ריכטיג
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך טעארעטישע פאקטן » דינסטאג יוני 15, 2021 12:08 pm

אײנער קען אראפברענגען א מעפ פון פלארידא? אזױ װעט מען דא קענען קלארער דורכטוהן די נושא,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט, (אלבערט אײנשטײן)
די אײנגעבױרענע חסרון פון ״קאפיטאליזם״ איז די ״אומגלײכע״ אױסטײלונג פון שפע,
די אײנגעבױרענע מעלה פון ״סאציאליזם״ איז די ״גלײכע״ אױסטײלונג פון צרות, (װינסטאן טשוירטשיל)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 16002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: פלאן פון חסידישע יישוב אין די אומגעגענט פון ארלענדאו, פלארידא

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יוני 15, 2021 12:29 pm

בפשיטות האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:טעמפא איז הייסער ווי מיאמי?

נישט נאכגעקוקט, אזוי טענה’ט ער

זאג אים אז ס'שטותים, טעמפא און ארלאנדא זענען בערך די זעלבע אויפן ערד קוגל, עס איז ס"ה א שעה אהאלב גערוקט און די וועטערס דארט זענען זייער ענליך

אויב למשל ער האלט אדער וויל איינרעדן אז ארלאנדא איז צען דעגרי קילער ווי טעמפא, לויט דעם חשבון וואלט קרית יואל געדארפט זיין צוואנציג+ דעגרי קעלטער ווי מאנסי
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט