קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 04, 2021 5:12 pm

אין די לעצטערע יארן, ווען די דירות אינדעסטריע אין קרית יואל-מאנסי-סקווירא און עווענטועל בלומינגבורג איז געווארן אנגעהייצט צוליב די וואוקס פונעם עולם בליעה"ר, טוט מען נאטורליך בויען העכער די הייזער און מ'פראבירט אריינשטופן ווי מער הייזער אויסנוצנדיג די שטח.

איך וויל נישט באהאנדלען איצטער צו ס'איז א גוטע זאך אדער נישט, עס איז דא גענוג אשכולות ווי מען מעקט ארום דערוועגן, און מען קען גיין דארטן ווער ס'וויל. איך פערזענליך האלט ס'איז אין אלגעמיין יא ריכטיג, אבער נישט דאס איז די נושא דא.

וואס איך וויל יא, איז אויסשמועסן א אנגענומענע איינרעדעניש אז מיטן אריינשטופן ווי מער דירות אין א לאט און עס אויסנוצן צום מאקסימום קומט אויס ביליגער די 'בוי קאסטן', און איז א ריווח פארן בילדער. און אזוי לעבן מיר אין די לעצטע צענדליגער יארן מיט דעם האוקס, עס איז קלאר נישט ריכטיג.

פארקערט. ווען א בילדער זאגט אז א קונה אז פאר אים קאסט כך וכך 'פער סקווער פוס' צו בויען אייער דירה, זאלט איר וויסן אז א גרויס חלק דערפון קומט דירעקט ווייל ער זוכט אויסצונוצן די גאנצע פראפערטי אויפן אינטש!. און אויב וואלט ער בכלל נישט געהאט קיין "דאגות הפראפערטי" נאר וואלט געווען פריי צו בויען אייער דירה אויף וויפיל פראפערטי עס וואלט זיך אויסגעפעלט נארמאלווייז, אדער אז איר זעלבסט וואלט למשל אהערגעשטעלט ערגעץ א פאסיגע 2 עיקר פראפערטי און איר וואלט געבעטן דעם בילדער דארט אויפצובויען די זעלבע סייז דירה, וואלטן די בוי-קאסטן געווען כמעט האלב!

לאמיר דאס אויסשמועסן יעדע הוצאה איינס ביי איינס.

פראפערטי -שטח - קאסטן:
דאס איז נישט מעלה ומוריד.
ווייל די קאסט פארן בילדער/אינוועסטער אפצוקויפן א פראפערטי פונעם פריערדיגן אייגענטומער איז סייווי באזירט לויט וויפיל סקווער פוס ער קען - אדער גייט ארויסנעמען דערפון. ד.מ. אז אויב ער וואלט געמוזט בויען מער צושפרייט פאר סיי וועלכע סיבה, וואלט ער נישט דערלייגט, און אויב ער וואלט געקענט בויען מער צוזאמגעשטופט וואלטעך די פראפערטי געקאסט מער, אזוי ארום וואלט ער נישט געמאכט מער.

צוגרייטן דעם שטח צו בויען:
די קאסטן פון בויען ווי מער קאנצענטרירט אויפן שטח איז פיל העכער און טיילמאל אסטראנאמיש. ווייל דער בילדער שפירט זיך געדרוקט אויסצונוצן יעדע אינטש פראפערטי, און דאס נעמט אריין טייערע איינריכטונגען צו פארקירעווען וועט-לענד, בויען הויכע ריטעינינג ווענט און צוימען, אויסהאקן שטיינער בערג און אויסגראדן לאנד. טראכט וויפיל איין לאוד זאמד קאסט אוועקצופירן. משא"כ אויב איז מען נישט געצווינגען צו בויען בדוקא דא אדער אזוי סאך, קלויבט מען אן אנדערן שטח אדער מען בויעט ווינציגער צו גיבן מער פלאץ פאר די חלק פראפערטי וואס איז נישט אזוי צוגעפאסט צו בויען.

צייט צו בויען:
טיילמאל זעט מען ווי די בלויזע צוגרייטן א פראפערטי דאס צו דעוועלאפן אויף דעם אופן קען נעמען יארן, דאס איז חוץ די פאקט וואס די עצם בויען גרויסע בנינים נעמט 2-3 מאל אזוי לאנג, עס בלייבט טיילמאל שטעקן אינדערמיט בלויז צוליב א טעכנישע סיבה וואס קומט אין רעזולטאט פון בויען געדעכט, און דערווייל דארף דער בילדער זיצן און צאלן צינזן פארן באנק אדער אינוועסטירער….. און דאס אלעס גייט דער קונה דארפן דעקן.

אינדזשענירונג און בלו-פרינט:
אמאליגע צייטן אדער אין אנדערע נישט אידישע געגנטער, איז דאס נישט קיין גאנצע עסק. קענסט האבן א קאפי-פעיסט בלו-פרינט פאר א דריי-פיהר פאמיליע הויז פאר א שיבוש, איי וואו גייט מען מאכן די פארקינג? וואס איז די פראגע. נאכן בויען די הויז וועט א פעיוומענט טראק אנקומען, און די היים-אייגנטומער וועלן צוצייגן די גענויע ארט פאר א דרייוו-וועי ווי עס איז זיי פראקטיש, גלייך, און באקוועם.

היינט איז דאס א גאנצע מעכטיגע אינדעסטריע וואס שארט גאלד. עס זיצן איינשטיין עקספערטן אויף די זאונינג געזעץ ביכער און פיגערן אויס ווי מען קען אריינרוקן נאך א לעכל, ווי מען גייט קאסטבאר פארקירעווען די דרעינידש צו ערמעגליכן נאך א פארקינג, און וועלכע ספאט איז די שטח גענוג נידריג צו קענען קונצליך אריינרוקן א בעיסמענט פענסטער. א.א.וו. הונדערטער דעטאלן, און זיי ארבעטן נישט אומזינסט.

און מען דארף אויך נעמען אין חשבון וויפיל ארכיטעקטור ארבייט א קאסטום-מעיד גרעסערע געביידע וואס מוז גענוי פיטן א ספעציפישע פראפערטי דעזיין נעמט אריין, עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א קלענערע געביידע וואס אויב איז די פראפערטי גענוג גרויס איז דא גענוג און נאך פרייע פלענס צירקולירן.

זאונינג עפראוועל'ס:
אסאך געלט ווערט פארשווענדעט פאר ספעציאליסטן וואס ערלעדיגן זאונינג וועריענסעס. עס קומט צו לעגאלע לויער קאסטן און לאנג-יעריגע פלענינג באורד צאנקערייען. טרעפיק שטודיעס און פאפיר ארבייט. פארשטייט זיך א מהלך פון בויען ווייניגער אויף מער לאנד, ברויך כמעט נישט צוקומען צו דעם.

אדמיניסטראטיווע קאסטן:
צו קענען האלטן קאמפליצירטע חשבונות אויף יעדע דעטאל פון אזויפיל יוניט'ס אינערהאלב א בנין, פון א קלייניגקייט צו ערלעדיגן די פאסט קעסטל און האלטן חשבון אויף די שליסלען ביז אויסרעכענען וועלכע סטארידזש רום איז וועמענס, דארף מען האבן א באזונדערע קאמפיוטער פראגרעם, און אויפהאלטן ארבייטער, א.א.וו.

יעצט לאמיר גיין צום סטראקטור:
מען קען זיך איינרעדן אז ווען מען בויעט א העכערע געביידע איז ביליגער ווייל למשל אנשטאט האבן איין דאך פאר 4 דירות האסטו איין דאך פאר 12 דירות. און ס'איז טאקע אמת אז ס'דא זאכן מיט וואס מ'שפארט זיך, אבער אין אלגעמיין קומט דאס אויס פיהל טייערער - פער סקווער פוס - ווי דאס בויען קלענער.

לאמיר אנהויבן ווי נאר די טראקטאר רירט צו צום שטח. דאס אראפגראבן א סוב-בעיסמענט, אויפהאקן די הארטע שיכט שטיינער, בויען א דרעינידזש סיסטעם, גיסן מאסיווע דיקע שיכטן צעמענט, דאס קאסט ביטער געלט און הייבט גאר שטארק די קאסטן.

ווען מען בויעט צושפרייט, ברויך מען אין רוב פעלער נישט האבן קיין צעמענט פאמפ טראק, ווייל מ'קען געהעריג צוקומען פון אלע זייטן, אבער איצטער איז דאס א נחלת הכלל. ווייסט איינער וויפיל דאס קאסט אפ פער טאג?

דערנאך די ביעמ"ס, וואס א גרויסע געביידע מוז האבן פילע טייערע סטיעל פאסט'ס אויף וואס זיך צו דערהאלטן. און עס איז קאסטום דיזיינט ביי אן אינדזשעניר ווי אויבן דערמאנט. טראכט וויפיל בלויז די קרעין קאסטן זענען, און וויפיל מ'באצאלט פארן שעדיגן דעם שכן'ס גראז צו קענען צוקומען…...

אקעי, מ'הויבט שוין אן צו זען א בנין. ווייסט איינער וויפיל ס'קאסט ארויפצוציען פלאמבינג און עלעקטעריק צום הויעכן שטאק? מיט וויפיל מער ס'קאסט ווען מ'דארף האבן א וואסער פאמפ, אדער מאכן די בוילער אויפן פערדן שטאק? וויפיל שווערער און מער קאסטבאר ס'איז צו אינסטאלירן פענסטער אדער לייגן סיידינג 50 פוס הויעך מיט די הילף פון קרעין'ס און היילאו'ס? צו אינדזשענירן אזא מאסיווע קאמפליציטע עלעקטריק סיסטעם, און פייער ספרינקלער מאניטאר?
און וואס איז מיט אן עלעוועיטאר? אקעי נישט יעדער האט.

רוב מאניציפאליטעטן האבן עקסטערע רעגולאציעס ווען עס קומט צו בויען גרעסערע בנינים. צו איז דאס לגבי סעיפטי, ווי מוזן האבן א ספרינקלער מאניטאר, הויכע פייער עסקעיפס, ווינדאו געיטס, פייער פראף ווענט, סקעפאלד'ס ועוד.

פארעכטן שאדן'ס:
עס איז א נארמאלע זאך היינט אין יעדע דעוועלאפמענט, אז עפעס א דעטאל ארבייט זיך נישט אויס און מאכט אן שאדן, וואס קאסט גרויסע געלטער צו פארעכטן. געווענליך איז דאס א דרעינידזש אישו וואס צוליב וואסי נישט געבליבן קיין שטח און עס לאזט זיך אראפ א מבול רעגן אויפן קאנסטאקשאן זאנע האט די וואסער נישט ווי צו גיין און די נידריגע שטאקן ווערן פארפלייצט. מען וועט גוט קוקן וועט מען אינאכט נעמען אז 90 פראצענט פון די אורזאכן קומט אין דירעקטע רעזולטאט פון דאס בויען געדעכט און די דראנג אויסצונוצן יעדע אינטש.

נאך א דוגמא: צוליב די געדרענג מאכט זיך אז די מאסיווע בוי מכשירים ווי טראקטארן וכדו' קענען מיט איין שלעכטע בייג געבן א זעץ אריין אינעם בנין, און איך מיין נישט דוקא א זעץ, ס'קען אויך זיין א שטויס.

איך וועל געבן נאך א קליינע משל: איינמאל א געביידע איז פערטיג געווארן, ווי לייגט מען די פארקינג? געווענליך ווייסט מען ווי די יוטיליטי ליניעס לויפן, און מען פראבירט נישט צורירן יענע שטח. אבער אז ס'איז נישט דא קיין שטח פארבליבן, גלייכט מען אויס די ביסל שטח און מען גיבט זייער זייער שטארק אכטונג אז מ'זאל נישט אנהאקן אין א גאז ליניע……..

אקעי, לאמיר דא פערטיגן.

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 04, 2021 5:18 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
קוק כאטש ווי אונזערע געטרייע בילדערס הנדיבים בעם זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן אלעס אז איר זאלט קענען וואוינען אין רבינ'ס שטעטל!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך KMW » מאנטאג ינואר 04, 2021 5:25 pm

זייער שיין און קלאר.
לייג צו צום קעפיל : קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח אין אפסטעיט? ניין!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 04, 2021 5:25 pm

ר' יום טוב, האסט עס גוט ארויסגעברענגט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26135
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 04, 2021 5:26 pm

KMW האט געשריבן:זייער שיין און קלאר.
לייג צו צום קעפיל : קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח אין אפסטעיט? ניין!

לאו דווקא אפסטעיט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך אני-הק' » מאנטאג ינואר 04, 2021 6:23 pm

מי יודע האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
קוק כאטש ווי אונזערע געטרייע בילדערס הנדיבים בעם זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן אלעס אז איר זאלט קענען וואוינען אין רבינ'ס שטעטל!

ווער לאזט נישט אויסברייטערן דעם רבינ'ס שטעטל?
אין אן אנדערן אשכול (דא) האט מען שוין ארומגערעדט ביז ווי דעם רבינ'ס שטעטל ענדיגט זיך, ביי פארק ענד רייד, אדער נאך שכונת ויואל משה, אדער די גלילות וואדבארי האללא און איך געדענק נישט די אנדערע נעמען זענען אויך א חלק, און צו בלומינגראוו קען נאך אויך ווערן אנגערופן דעם רבינ'ס שטעטל, אזש מאנכע האבן געטענה'ט אז בלומינגבורג איז אויך א חלק,
ואליבא דאמת, אפילו אויב ס'הייסט נישט דעם רבינ'ס שטעטל נאר וואס די דעוועלעפאר בויען, וואלטן די דעוואלעפאר געקענט בויען אויסגעשפרייט אינדרויסן פון שטעטל, און מאכן נישט נאר איין שכונת ויואל משה, נאר אויך שכונת דברי יואל, שכונת על הגאולה, א.א.וו. מיט נישט אזוי הויעך געבויעט... און דעמאלט'ס וואלט עס שוין יא געהייסן דעם רבינ'ס שטעטל...

רודף שלום
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך רודף שלום » מאנטאג ינואר 04, 2021 6:57 pm

זייער שיין געשריבן ר' יום טוב, אבער די נומבערס שטימען נישט אינגאנצן.

לאמיר נעמען א משל.
לאמיר זיך פארשטעלן אז אינפרעסטרוקטשור פארא בנין פון 10,000 סקווער פוס קאסט $45,000
קומט אויס $4.50 א סקווער פוס.

אויב פאר א בנין פון 20,000 סקווער פוס וועט קאסטן $100,000 וועט עס אויסקומען $5 א ספ

יעצט אויב זיין פראפיט פער סקווער פוס איז $25, וועט ער פונעם ערשטן בנין פארדינען $250,000
און פארן צווייטן בנין וועט ער מאכן נאר $24.50 ווייל ס'האט איהם געקאסט 50 סענט מער פארדינט ער $490,000

און באמת וועט ער פארדינען $500,000. ווייל דאס וואס קאסט איהם מער גייט ער רעכענען פונעם קאסטומער...

Disclaimer:
געשריבן געווארן אין איילעניש

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך blue moon » מאנטאג ינואר 04, 2021 7:29 pm

שיין צו לייגט ר׳ יו״ט.

כיודא ועוד לקרא. דארף מען אויך נעמען אין באטראכט, ווי די דעוועלאפער וועלען אלץ זיכן צו קאטען פון זייערע הויכע עקספענסעס. לדוגמא, יעדער ווייסט אז די געשוואלענע האלצערנע בנינים סווינגען און פייפען ארום אויף כח. דאס איז ווארשיינליך א רעזאלט פון די גאר טייערע סטרוקטור קאסטן. מילא, אז מען קען דא און דארט אפ-טשידן, וועט די דעוועלפער האבן עפעס אהיים צו טראגען אויף שבת.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג ינואר 04, 2021 7:42 pm

שיין געשריבן אבער נישט ריכטיג אזוי ווי אייער אנדערע אשכול איבער די מעלות פון ניו יארק

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג ינואר 04, 2021 8:17 pm

בפשטות פאר דעם ריפיינענס אליינס איז עס ווערט.
איך האב נארוואס געכאפט "א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

אוועטאר
שלג כצמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך שלג כצמר » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:24 pm

מי יודע האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
קוק כאטש ווי אונזערע געטרייע בילדערס הנדיבים בעם זענען גרייט אייך צו לאזן קאסטן אלעס אז איר זאלט קענען וואוינען אין רבינ'ס שטעטל!

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:29 pm

מילא אין רבי'נס שטעטל איז דא א אפהאלט אז די באהערדע ווי אויך א גרויסער טייל איינוואוינער ווילן דוקא וואוינען וואלקינג דיסטענס צום ביהמ"ד הגדול, אבער אין מאנסי איז טאקע א עון פלילי אז מען בויט צוזאמען געשטופט אויב איז דער חשבון טאקע ריכטיג. (עס איז סיי ווי סיי א עולה אבער אזוי הייסט עס כאטש אז די בויער פארדינען פון דעם)

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך KMW » מאנטאג ינואר 04, 2021 9:45 pm

Programming האט געשריבן:מילא אין רבי'נס שטעטל איז דא א אפהאלט אז די באהערדע ווי אויך א גרויסער טייל איינוואוינער ווילן דוקא וואוינען וואלקינג דיסטענס צום ביהמ"ד הגדול, אבער אין מאנסי איז טאקע א עון פלילי אז מען בויט צוזאמען געשטופט אויב איז דער חשבון טאקע ריכטיג. (עס איז סיי ווי סיי א עולה אבער אזוי הייסט עס כאטש אז די בויער פארדינען פון דעם)

ווי איך פארשטיי איז די עיקר פוינט אז מען צאלט פער בילדעבל סקווער פיס, די פראבלעם אין מאנסי איז פשטות אז עס ווערט ריזאונט צו בויען 3 שטאק למשל וואס אין די פאל באצאלט די דעוועלאפער צו בויען 3 שטאק מיטן חשבון פער בילדעבל סק פס און וועט שאדן האבן ביים בויען נאר 1 שטאק.

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך אני-הק' » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:06 am

Programming האט געשריבן:מילא אין רבי'נס שטעטל איז דא א אפהאלט אז די באהערדע ווי אויך א גרויסער טייל איינוואוינער ווילן דוקא וואוינען וואלקינג דיסטענס צום ביהמ"ד הגדול, אבער אין מאנסי איז טאקע א עון פלילי אז מען בויט צוזאמען געשטופט אויב איז דער חשבון טאקע ריכטיג. (עס איז סיי ווי סיי א עולה אבער אזוי הייסט עס כאטש אז די בויער פארדינען פון דעם)

ביהמ"ד הג' אין קאפ אריין, פון שכונת ויואל משה וועלן רוב מענטשן נישט אראפוואקן צום ביהמ"ד הג', און פארן דעם בויעט מען דארט א מעכטיגע צווייטע בנין מפואר איינס# נאך ביהמ"ד הג' (אזוי געהערט), אויב אזוי פארוואס בויעט זיך שכונת ויואל משה ווי כפרה באקסעס, אדער גאר ראזשינקע באקסעס...
???
:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

רויט
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך רויט » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:15 am

אני-הק' האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:מילא אין רבי'נס שטעטל איז דא א אפהאלט אז די באהערדע ווי אויך א גרויסער טייל איינוואוינער ווילן דוקא וואוינען וואלקינג דיסטענס צום ביהמ"ד הגדול, אבער אין מאנסי איז טאקע א עון פלילי אז מען בויט צוזאמען געשטופט אויב איז דער חשבון טאקע ריכטיג. (עס איז סיי ווי סיי א עולה אבער אזוי הייסט עס כאטש אז די בויער פארדינען פון דעם)

ביהמ"ד הג' אין קאפ אריין, פון שכונת ויואל משה וועלן רוב מענטשן נישט אראפוואקן צום ביהמ"ד הג', און פארן דעם בויעט מען דארט א מעכטיגע צווייטע בנין מפואר איינס# נאך ביהמ"ד הג' (אזוי געהערט), אויב אזוי פארוואס בויעט זיך שכונת ויואל משה ווי כפרה באקסעס, אדער גאר ראזשינקע באקסעס...
???
:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

פרעג די נשים, זיי האבן נישט קיין קארס, (קרית יואל איז נישט מאנסי....) און עס איז נישט גרינג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטען יעצט, און כל שכן אויב קרית יואל וואלט געווען 5 מאל גרעסער.

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך אני-הק' » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:26 am

רויט האט געשריבן:

וואלט געווען צושפרייט די געשעפטן אין יענע געגנטער אויך, אזוי ווי ס'איז שוין יעצט צושפרייט איבער גאנץ ק"י,
און נאך אידן וואלטן געקענט האבן פרנסה, גראסעריי, בעקעריי, ספרים, טויס, האוזינג, וכו', וכו', אויך אין יענע געגענטער.
און אז מ'רעדט שוין. לדעתי, ווען בלומינגראוו וואלטן געעפנט אייגענע געשעפטן, (נישט אלע אבער כאטש גראסעריי), אייגענע מוסודות, וואלט עס אסאך מער מצליח געווען און זיך שנעלער אויסגעשפרייט די וואוקסט פון די אידן אין יענע געגענט, די סיבה פ"וו מ'טוט עס נישט איז טאקע ווייל מ'מיינט אז ס'איז באקוועם, נאר א שפאן אוועק איז דאך קרית יואל...
אזוי אויך אין מאנטיסעלא ווילאנג מ'האט נישט אנגעפאנגען צו עפענען אייגענע מוסדות נאר זיך פארלאזט אויף די שכינות'דיגע קיימישע, איז מען אין ערגעץ נישט אנגעקומען...

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:29 am

מען דארף אויך רעכענען אז אויב מען בויט צושפרייט קומט צו קאסטן אין פארשידענע אנדערע אינפראסטרוקטור, ווי ראודס און סוער וואסער ליינס.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:30 am

רויט האט געשריבן:
אני-הק' האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:מילא אין רבי'נס שטעטל איז דא א אפהאלט אז די באהערדע ווי אויך א גרויסער טייל איינוואוינער ווילן דוקא וואוינען וואלקינג דיסטענס צום ביהמ"ד הגדול, אבער אין מאנסי איז טאקע א עון פלילי אז מען בויט צוזאמען געשטופט אויב איז דער חשבון טאקע ריכטיג. (עס איז סיי ווי סיי א עולה אבער אזוי הייסט עס כאטש אז די בויער פארדינען פון דעם)

ביהמ"ד הג' אין קאפ אריין, פון שכונת ויואל משה וועלן רוב מענטשן נישט אראפוואקן צום ביהמ"ד הג', און פארן דעם בויעט מען דארט א מעכטיגע צווייטע בנין מפואר איינס# נאך ביהמ"ד הג' (אזוי געהערט), אויב אזוי פארוואס בויעט זיך שכונת ויואל משה ווי כפרה באקסעס, אדער גאר ראזשינקע באקסעס...
???
:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

פרעג די נשים, זיי האבן נישט קיין קארס, (קרית יואל איז נישט מאנסי....) און עס איז נישט גרינג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטען יעצט, און כל שכן אויב קרית יואל וואלט געווען 5 מאל גרעסער.

אוודאי איז נישט גרינג, אז עס איז דא פאקטישע קערידזש גרידלאק אויף די סיידוואקס דארטן.

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך אני-הק' » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:34 am

יואל שרייבער האט געשריבן:

;l;p- ;l;p-
:lol: :grin: :wink: :grin: :smile: :lol: :lol:
איך ווייס נישט אויב מ'וואוינט שוין דארטן, אבער לויט די אויסקוק וועט עס זיכער אזוי זיין...

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך ליל שישי » דינסטאג ינואר 05, 2021 2:04 am

יואל שרייבער האט געשריבן:מען דארף אויך רעכענען אז אויב מען בויט צושפרייט קומט צו קאסטן אין פארשידענע אנדערע אינפראסטרוקטור, ווי ראודס און סוער וואסער ליינס.

ןןי קומט אריין מער ראודס ווען מען רעדט פין בויען א קלענערע בילדינג? סך הכל אביסל מער גראז אין נאר 3 שטאק (אינקלדינג די בעיסמענט,עריק,)אנשטאט פינעף/זעקס אין משפארט זיך אויף די STORM WATER SYSTAMS אין מצאהלט ווייניגער פארן אינזשינער פארן סייט פלאן

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג ינואר 05, 2021 7:43 am

רויט האט געשריבן:
אני-הק' האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:מילא אין רבי'נס שטעטל איז דא א אפהאלט אז די באהערדע ווי אויך א גרויסער טייל איינוואוינער ווילן דוקא וואוינען וואלקינג דיסטענס צום ביהמ"ד הגדול, אבער אין מאנסי איז טאקע א עון פלילי אז מען בויט צוזאמען געשטופט אויב איז דער חשבון טאקע ריכטיג. (עס איז סיי ווי סיי א עולה אבער אזוי הייסט עס כאטש אז די בויער פארדינען פון דעם)

ביהמ"ד הג' אין קאפ אריין, פון שכונת ויואל משה וועלן רוב מענטשן נישט אראפוואקן צום ביהמ"ד הג', און פארן דעם בויעט מען דארט א מעכטיגע צווייטע בנין מפואר איינס# נאך ביהמ"ד הג' (אזוי געהערט), אויב אזוי פארוואס בויעט זיך שכונת ויואל משה ווי כפרה באקסעס, אדער גאר ראזשינקע באקסעס...
???
:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:

פרעג די נשים, זיי האבן נישט קיין קארס, (קרית יואל איז נישט מאנסי....) און עס איז נישט גרינג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטען יעצט, און כל שכן אויב קרית יואל וואלט געווען 5 מאל גרעסער.

די פראבלעם איז אז אין שכונת ויואל משה איז סך הכל וואלקינג דיסטענס פון איין שכן צום צווייטן, גארנישט מיט געשעפטן איינגעלייגט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:24 am

ליל שישי האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:מען דארף אויך רעכענען אז אויב מען בויט צושפרייט קומט צו קאסטן אין פארשידענע אנדערע אינפראסטרוקטור, ווי ראודס און סוער וואסער ליינס.

ןןי קומט אריין מער ראודס ווען מען רעדט פין בויען א קלענערע בילדינג? סך הכל אביסל מער גראז אין נאר 3 שטאק (אינקלדינג די בעיסמענט,עריק,)אנשטאט פינעף/זעקס אין משפארט זיך אויף די STORM WATER SYSTAMS אין מצאהלט ווייניגער פארן אינזשינער פארן סייט פלאן

קוק איבער זיין ארטיקל, ער רעדט פון בויען איין הויז אויף צוויי עיקער.

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:29 am

קען זיין איך בין ראנג, און הלוואי זאלן די דעוועלאפערס אננעמען וואס דער פותח האשכול שרייבט. אבער למעשה, וויפיל קאסטן די אלע אפגרעידס מער ווי ווען מ'בויעט נארמאל? א מיליאן דאלאר לאמיר זאגן? נו ווען ער פארקויפט איינס-צוויי דירות האט ער עס גלייך אפגעמאכט. די איבעריגע דירות איז הכל ריוח. איי די איבעריגע אומערווארטעטע הוצאות? א פראפעשענאל עקספיריענסד בילדער נעמט די אלע זאכן אריין אין חשבון, און ווער עס נעמט עס נישט אריין האט זיך טאקע גוט אפגעבריט. כידוע

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג ינואר 05, 2021 11:22 am

התינח אז ס'איז דא א באשטומטע פרייז פער סקווער פיס, די גאווערמענט צעגערט מיט פערמיטן, מ'מאכט 'טייערע' דרעינדעדזש סיסטעם און פלאמבינג, דיקע שיכטן צעמענט, מ'חשבנ'ט פארקינג לאטס, מ'גיבט ווינדאו געיטס, און פייער פרוף ווענט.

אבל עכשיו וכו' וכו'

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: קומט אויס ביליגער צו בויען ווי מער דירות אויף א שטח? ניין!

תגובהדורך אני-הק' » דינסטאג ינואר 05, 2021 5:25 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:קען זיין איך בין ראנג, און הלוואי זאלן די דעוועלאפערס אננעמען וואס דער פותח האשכול שרייבט. אבער למעשה, וויפיל קאסטן די אלע אפגרעידס מער ווי ווען מ'בויעט נארמאל? א מיליאן דאלאר לאמיר זאגן? נו ווען ער פארקויפט איינס-צוויי דירות האט ער עס גלייך אפגעמאכט. די איבעריגע דירות איז הכל ריוח. איי די איבעריגע אומערווארטעטע הוצאות? א פראפעשענאל עקספיריענסד בילדער נעמט די אלע זאכן אריין אין חשבון, און ווער עס נעמט עס נישט אריין האט זיך טאקע גוט אפגעבריט. כידוע

בקיצור: די דעוועלאפער'ס מאכן א חיים טובים אויף אונזער חשבון, זיי בויען וויאזוי ס'זאל זיך זיי לוינען, און זיי מאכן וויפיל געלט ס'זאל זיך זיי לוינען... איז עס יושר?
אוודאי מעגן און דארפן די דעוועלעפאר'ס מאכן געלט, אבער נישט אויף אונזער חשבון, ס'איז דא א גענוג גרויסע פארצענט מענטשן וואס זיי ווילן נישט וואוינען אין אזעלכע מעטש באקסעס בילדינג'ס, און ווען נישט מ'בויעט כמעט נאר אזוי, וואלטן זיי טאקע אויסגעקליבן דעם אנדערן אפש"ן.
און נאך דערצו ווען מרעד'ט אין שכונת ויואל משה אדער נאך אנדערע דעוועלאפמענט'ס וואס אפיציעל בויעט מען דאך עס לטובת הציבור, זאל מען עס טאקע בויען לטובת הציבור...

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, שתקן און 6 געסט