פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:46 am

עס ווערן כמעט נישט געבויט קיין נייע דירות, נאר דושינסקי טויזענט דירות אין משך פון נעקסטע פאר יאר און פשטות צו פארקויפן, לעומת זע זענען דא פיל אלטע הייזער וואס פלאגן זיין 4 פאמיליע און ווערן איבערגעבויט פאר 1 פאמיליע.
א געהעריגע 2 בעדרום קאסט אין די רענדש פון $2200
1 זאך קען אפשר ארויסהעלפן ווייל אסאך אידישע בעלי בתים מיט גוישע רענטעלס ארום וויליאמסבורג מיט ליידיגע דירות הייבן אן ארויסצודינגען פאר אידן, אבער אין הקומץ משביע מיט 200 אדער מער נייע קאפעלס א יאר און וואקסט כסדר.
לויט די דבר יום שמחות ווערן געבוירן א עוורידש פון 3000 קינדער א יאר וואס איז 1500 קאפעלס/דירות אין 18 יאר ארום.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:47 am

ווישוואש האט געשריבן:דמיונות. 1800-2000 איז מער רעאליסטיש אין בפ.


דומיונות, מאן דכר שמיה. איך האב מקיים געוועזען דעם ניתי ספר ונחזי, און אזוי האב איך געזען אינעם לוח הציבור, קול ברמה און אינעם ענגלישן המודיע.
אוודאי קען מען באקומען פאר טייערע אויך...

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:50 am

פוירנישד בעיסמענטס און פיצעלע דירות.

וועסט נישט טרעפן א נארמאלע צוויי בעדרום אונטער 1750-1800.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:52 am

אברעימל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין ב״פ זענען נאר די רענטלס געפאלן, נישט ממש געפאלן אבער מ׳זעהט אז צוויי בעדרום גייט פאר $1500 לאפוקי וומ״ס וואס איז ממש לעכער פאר דעם פרייז, כאילו מ׳זאל האבן גענומען דעם איין בעדרום און דאס געמאכט פאר צווי יעצט קען משוין בעטן מער, ווען באמתן איז דאס נישט אהער און נישט אהין.

אבער לגבי קויפן? דאכציך ס׳נישט געפאלן, נאר פשוט די לעצטע 7־5 איז עס נישט ארויף.

ווילסט מיר זאגן קרית יואל איז באלד טייערער ווי בארא פארק?

גראדע אין ב"פ אויב וואוינט מען אין אן אפארטמענט בילדינג איז עלעקטריק און וואסער ארייגערעכנט אין רענט משא"כ אין אפסטעיט.

נאר וואסער נישט עלעקטריק

אוועטאר
ראש לימבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך ראש לימבא » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 10:55 am

וויפיל איז א צוויי בעדרום יעצט אין די היימישע געגענט אין איסט סייד?
שנהיה לראש ולא לזנב

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 11:05 am

KMW האט געשריבן:עס ווערן כמעט נישט געבויט קיין נייע דירות, נאר דושינסקי טויזענט דירות אין משך פון נעקסטע פאר יאר און פשטות צו פארקויפן, לעומת זע זענען דא פיל אלטע הייזער וואס פלאגן זיין 4 פאמיליע און ווערן איבערגעבויט פאר 1 פאמיליע.
א געהעריגע 2 בעדרום קאסט אין די רענדש פון $2200
1 זאך קען אפשר ארויסהעלפן ווייל אסאך אידישע בעלי בתים מיט גוישע רענטעלס ארום וויליאמסבורג מיט ליידיגע דירות הייבן אן ארויסצודינגען פאר אידן, אבער אין הקומץ משביע מיט 200 אדער מער נייע קאפעלס א יאר און וואקסט כסדר.
לויט די דבר יום שמחות ווערן געבוירן א עוורידש פון 3000 קינדער א יאר וואס איז 1500 קאפעלס/דירות אין 18 יאר ארום.

חוץ דושינסקי איז דא נאך אפאר גרויסע דעוועלעפמענטס, העריסאן יוניאן, קעיסקעיד, מירטעל טרופ, פרענקלין פלאשינג, בעדפארד קליימער אין נאך, דעס איז חוץ די קלענערע ווי בעדפארד פארק ביידע זייטן

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 11:27 am

אין פאקט קאסט היינט אין וויליאמסבורג א קליינע 2 בעדרום דירה 2000 און ארויף, און עס איז נישט דא צו טרעפן.. איינער האט דערציילט שבת אז ער מאכט חתונה אין 2 וואכן און ער האט נישט געקענט טרעפן אפילו א איין בעדרום דירה..

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 12:08 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:דמיונות. 1800-2000 איז מער רעאליסטיש אין בפ.


דומיונות, מאן דכר שמיה. איך האב מקיים געוועזען דעם ניתי ספר ונחזי, און אזוי האב איך געזען אינעם לוח הציבור, קול ברמה און אינעם ענגלישן המודיע.
אוודאי קען מען באקומען פאר טייערע אויך...

נו נו, ניתי וניחזי. ברענג מיר א נארמאלע 2 בעדרום אין ב"פ פאר 1500.

אין דבר כזה!

zurich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך zurich » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 12:17 pm

מקווה איד האט געשריבן:
אברעימל האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין ב״פ זענען נאר די רענטלס געפאלן, נישט ממש געפאלן אבער מ׳זעהט אז צוויי בעדרום גייט פאר $1500 לאפוקי וומ״ס וואס איז ממש לעכער פאר דעם פרייז, כאילו מ׳זאל האבן גענומען דעם איין בעדרום און דאס געמאכט פאר צווי יעצט קען משוין בעטן מער, ווען באמתן איז דאס נישט אהער און נישט אהין.
In Kj is water around 15 a month.

אבער לגבי קויפן? דאכציך ס׳נישט געפאלן, נאר פשוט די לעצטע 7־5 איז עס נישט ארויף.

ווילסט מיר זאגן קרית יואל איז באלד טייערער ווי בארא פארק?

גראדע אין ב"פ אויב וואוינט מען אין אן אפארטמענט בילדינג איז עלעקטריק און וואסער ארייגערעכנט אין רענט משא"כ אין אפסטעיט.

נאר וואסער נישט עלעקטריק

In Kj is water around 15 a month.
Nothing major

אוועטאר
לעדערמאן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 17, 2020 3:58 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך לעדערמאן » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 12:21 pm

:roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll: :roll:
אפשר קען איך אײך פארקױפן די װיליאמסבורג בריק פאר די זעלבע 1500?
sheetrock האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז א 2 בעדרום ארום 1500 יעצט. אפילו 100 מענטשן מאפן אוועק יערליך פון ווילי קומען אבער צו אפאר 100 פרישע קאפלס א יאר.

און מ'בויט יעצט פון רעכטס און לינקס אין ניי ווילי וואס ס'וועט אי"ה צוקומען אפאר טויזענט דירות אין די קומענדיגע יאר סאו האפענטליך וועט די פרייז נאך מער טראסקענען.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך זיסע פיש » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 12:28 pm

די וויליאסבורג עוורעדזש פרייז פאר א צוויי בעדרום איז 2,300 .
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 8:17 pm

ביי 159 s9 (העכער הערמאן קלינערס) איז דא 6 ליידיג דירות
עמעזאן האט געפענט א פסח געשעפט
https://amzn.to/3ehIWTY

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
ראש לימבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך ראש לימבא » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 8:31 pm

הרב_שלום האט געשריבן:ביי 159 s9 (העכער הערמאן קלינערס) איז דא 6 ליידיג דירות

זעקס עלטערע פארפעלקער וועליכע וויילן איצטערט ביי די חמי פלארידע...
שנהיה לראש ולא לזנב

אוועטאר
sheetrock
שר שלשת אלפים
תגובות: 3733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2020 9:26 pm

ראש לימבא האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:ביי 159 s9 (העכער הערמאן קלינערס) איז דא 6 ליידיג דירות

זעקס עלטערע פארפעלקער וועליכע וויילן איצטערט ביי די חמי פלארידע...

ראש. דו וואוינסט אפשר אין ווילי אדער אין ב.פ.?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך KMW » פרייטאג ינואר 01, 2021 10:42 am

הרב_שלום האט געשריבן:ביי 159 s9 (העכער הערמאן קלינערס) איז דא 6 ליידיג דירות

פיפטע שטאק אן עלעוועיטער?

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9791
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג ינואר 01, 2021 3:38 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין ב״פ זענען נאר די רענטלס געפאלן, נישט ממש געפאלן אבער מ׳זעהט אז צוויי בעדרום גייט פאר $1500

אבער לגבי קויפן? דאכציך ס׳נישט געפאלן, נאר פשוט די לעצטע 7־5 איז עס נישט ארויף.

לגבי קויפן איז אויכט געפאלן..
סיי לעזערס קאנדאוס וואס ער האט יעצט געענדיגט אויף 16 ענד 60 דארט ווי ס'פלעגט זיין מעיפל לעינס און סיי די יאקאבאוויטש פראדזשעק ערגעץ אויף 19 ביי 51 האבן געטראסקעט מיט שיינע נאמבערס..
און רענטעלס איז נאכנישט דא פאר אזוי ביליג..
קענסט מיר אישי'ן אויב דו ווייסט פון א 2 בעדרום - אין א נארמאלן צושטאנד- פאר ביז 1750..

עס איז געפאלן ווייל אין בארא פארק קען מען האבן א 2 פעמעלי פאר 1.4 איז פארוואס זאל איינער צאלן כמעט אזוי סאך פאר א קאנדא מיט הויעכע טעקס?

מ׳קען קויפן וואס פאר 1.4? רבי איד איר חלומט בהקיץ אדער בחלום?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אדם א מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך אדם א מענטש » מוצ"ש ינואר 02, 2021 9:24 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין ב״פ זענען נאר די רענטלס געפאלן, נישט ממש געפאלן אבער מ׳זעהט אז צוויי בעדרום גייט פאר $1500

אבער לגבי קויפן? דאכציך ס׳נישט געפאלן, נאר פשוט די לעצטע 7־5 איז עס נישט ארויף.

לגבי קויפן איז אויכט געפאלן..
סיי לעזערס קאנדאוס וואס ער האט יעצט געענדיגט אויף 16 ענד 60 דארט ווי ס'פלעגט זיין מעיפל לעינס און סיי די יאקאבאוויטש פראדזשעק ערגעץ אויף 19 ביי 51 האבן געטראסקעט מיט שיינע נאמבערס..
און רענטעלס איז נאכנישט דא פאר אזוי ביליג..
קענסט מיר אישי'ן אויב דו ווייסט פון א 2 בעדרום - אין א נארמאלן צושטאנד- פאר ביז 1750..

עס איז געפאלן ווייל אין בארא פארק קען מען האבן א 2 פעמעלי פאר 1.4 איז פארוואס זאל איינער צאלן כמעט אזוי סאך פאר א קאנדא מיט הויעכע טעקס?

מ׳קען קויפן וואס פאר 1.4? רבי איד איר חלומט בהקיץ אדער בחלום?

ס'נישט א חלום. מ'קען באקומען פאר ביליגער אבער מ'דארף אריינלייגען געלט
oahmentchאצלgmail.com

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש ינואר 02, 2021 9:27 pm

מ'קען אויך קויפן א לאט, מ'דארף נאר אריינלייגן געלט אויפצובויען א הויז

KMW
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך KMW » מוצ"ש ינואר 02, 2021 9:37 pm

גערעכט , קליינע אלטע הייזער אין בארא פארק, אבער אין וויליאמסבורג איז נישט דא אפילו ענדליך פאר אינטער א מיליאן.
https://streeteasy.com/sale/1456930
https://streeteasy.com/sale/1456930
1683 55th Street
$999,000 FOR SALE

https://streeteasy.com/sale/1490958
1310 62nd Street
$925,000 FOR SALE

https://streeteasy.com/sale/1506645
1538 63rd Street
$850,000 FOR SALE

https://streeteasy.com/sale/1465337
1949 51st Street
$949,000 FOR SALE

https://streeteasy.com/sale/1504894
1912 61st Street
$935,000 FOR SALE

Kollel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך Kollel » מוצ"ש ינואר 02, 2021 9:52 pm

KMW האט געשריבן:גערעכט , קליינע אלטע הייזער אין בארא פארק, אבער אין וויליאמסבורג איז נישט דא אפילו ענדליך פאר אינטער א מיליאן.

https://streeteasy.com/sale/1456930
1683 55th Street
$999,000 FOR SALE

This house is about 1,000sf
built in 1925..
The interesting part is that it was listed in Feb for about 1.5
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך חסד השם » מוצ"ש ינואר 02, 2021 10:52 pm

Kollel האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין ב״פ זענען נאר די רענטלס געפאלן, נישט ממש געפאלן אבער מ׳זעהט אז צוויי בעדרום גייט פאר $1500

אבער לגבי קויפן? דאכציך ס׳נישט געפאלן, נאר פשוט די לעצטע 7־5 איז עס נישט ארויף.

לגבי קויפן איז אויכט געפאלן..
סיי לעזערס קאנדאוס וואס ער האט יעצט געענדיגט אויף 16 ענד 60 דארט ווי ס'פלעגט זיין מעיפל לעינס און סיי די יאקאבאוויטש פראדזשעק ערגעץ אויף 19 ביי 51 האבן געטראסקעט מיט שיינע נאמבערס..
און רענטעלס איז נאכנישט דא פאר אזוי ביליג..
קענסט מיר אישי'ן אויב דו ווייסט פון א 2 בעדרום - אין א נארמאלן צושטאנד- פאר ביז 1750..

ווי עטליכע האבן שוין אויפגעמערקט איז עס געגאנגען שווער פשוט ווייל בארא פארק איז נישט געוואונט צו אזעלכע קאנדא בנינים.

און גראדע האט אברהם בער יאקאבאוויטש שוין אויספארקויפט אלע גרויסע 4 און 5 בעדרוםס. נאך דא אוועילעבעל נאר 2 בעדרום דירות..
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך חסד השם » מוצ"ש ינואר 02, 2021 10:54 pm

sheetrock האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז א 2 בעדרום ארום 1500 יעצט. אפילו 100 מענטשן מאפן אוועק יערליך פון ווילי קומען אבער צו אפאר 100 פרישע קאפלס א יאר.

און מ'בויט יעצט פון רעכטס און לינקס אין ניי ווילי וואס ס'וועט אי"ה צוקומען אפאר טויזענט דירות אין די קומענדיגע יאר סאו האפענטליך וועט די פרייז נאך מער טראסקענען.

טאטע און הימל!!!!

קענסט קוים טרעפן א איין בעדרום דירה פאר 1500.

א געהעריגע 2 בעדרום דירה דאס מיינט ווי מרופט און קרית יואל א 4 רומיגע דירה, דיינונג רום, ק אך, און 2 בעדרומס גייט פאר מינומים 2300$
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך חסד השם » מוצ"ש ינואר 02, 2021 10:55 pm

קעדילעק האט געשריבן:אין פאקט קאסט היינט אין וויליאמסבורג א קליינע 2 בעדרום דירה 2000 און ארויף, און עס איז נישט דא צו טרעפן.. איינער האט דערציילט שבת אז ער מאכט חתונה אין 2 וואכן און ער האט נישט געקענט טרעפן אפילו א איין בעדרום דירה..

יאפ פונקט געהערט פון א קרוב די זעלבע. צוריק געווארן היפש טייט די מארקעט פאר קליינע דירות. כהאב מורא מדארף צוריק עפענען די בעיסמענטס.....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך קלוגער » זונטאג ינואר 03, 2021 10:09 am

חסד השם האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:אין פאקט קאסט היינט אין וויליאמסבורג א קליינע 2 בעדרום דירה 2000 און ארויף, און עס איז נישט דא צו טרעפן.. איינער האט דערציילט שבת אז ער מאכט חתונה אין 2 וואכן און ער האט נישט געקענט טרעפן אפילו א איין בעדרום דירה..

יאפ פונקט געהערט פון א קרוב די זעלבע. צוריק געווארן היפש טייט די מארקעט פאר קליינע דירות. כהאב מורא מדארף צוריק עפענען די בעיסמענטס.....


איך האב פאר דיך פרישע נייעס, די בעיסמענטס זענען שוין פונלאנג אפען, חתן כלה'ס פולען שוין אן די בעסימענטס פאר די לעצטע פאר חדשים

סקאטש
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

Re: פרייזן פון הייזער אין בארא פארק פאלן. איז וויליאמסבורג נעקסט?

תגובהדורך סקאטש » זונטאג ינואר 03, 2021 10:19 am

קלוגער האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:אין פאקט קאסט היינט אין וויליאמסבורג א קליינע 2 בעדרום דירה 2000 און ארויף, און עס איז נישט דא צו טרעפן.. איינער האט דערציילט שבת אז ער מאכט חתונה אין 2 וואכן און ער האט נישט געקענט טרעפן אפילו א איין בעדרום דירה..

יאפ פונקט געהערט פון א קרוב די זעלבע. צוריק געווארן היפש טייט די מארקעט פאר קליינע דירות. כהאב מורא מדארף צוריק עפענען די בעיסמענטס.....


איך האב פאר דיך פרישע נייעס, די בעיסמענטס זענען שוין פונלאנג אפען, חתן כלה'ס פולען שוין אן די בעסימענטס פאר די לעצטע פאר חדשים


ליידער


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MauiBot און 6 געסט