פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בסתר המדרגה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:17 pm

פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך בסתר המדרגה » זונטאג אוגוסט 30, 2020 11:53 am

פערזענליך, מיין פראבלעם, מיטן מופן צו א נייע ישוב, איז איין ווארט
.
.
.
.
פרנסה!

גיי הייב זיך אויף, א טאטע וואס האט א מסודרדיגע זשאב ב"ה, וואס דארף אריינברענגן כסדר בלי הרף לחם לפי הטף און הייב אן פונדאסניי. אפילו איין חודש איבעררייס קען אראפפירן דעם דעליקאטן באלאנס און תהום אריין.
מענטשן זאגן אז מען קען טרעפן, יעדער טרעפט וכו. דאס איז גוט פאר א טייל ציבור, ספעציעל מיט אינגערע קינדער, מיט אביסל סעווינגס אין די זייט. אבער אז אפילו אזוי דארף מען רחמים צו ענדיגן דעם חודש, און די הוצאות וואקסן נאר כסדר, מען הייבט שוין אן חתונה מאכן, פלאס הוצאות המופן, איז שטעלן די פרסה אויף א ספק נישט קיין אפציע.
ווייסיך שוין פאר יארן, אז מופן מחוץ לעיר איז נישט פאר מיר.

דעם זוממער איז מיר דער פעני אין מח געפאלן. אזויווי דער עולם טוט זוממער, מען איז אין שטאט דורך די וואך, איז גארנישט אזא קרומער געדאנק, על כל פנים ביז/אויב מען איז זיך מסדר אין די ערי השדה.

פאר דער עולם ווערט ווילד, לאמיר זען וויאזוי עס איז געווען בעבר, די איידיע אז מען דארף שלאפן 365 מאל א יאר אין די אייגענע בעט איז א לוקסוס וואס רוב כלל ישראל און רוב מענטשהייט האט קיינמאל נישט געהאט. דער עולם וואס האט געוואוינט אין קלענערע שטעט און דערפער, ערי השדה, זענען א גרויס חלק געווען געבינדן צו פרנסות מחוץ לעיר, צו א פעדלער וואס איז דורכאויס די וואך ארום אין דערפער, צו מען איז געפארן אויף ארומיגע יארידן, צו מענטשן וואס זענען געפארן א האלב יאר אויף לייפציג צו בערלין. צו שפעטער אויף יארן קיין אמעריקא.

איך בין נישט קיין היסטאריקער, אבער עס איז נישט קיין ספק אז דער געדאנק איז בכלל נישט קיין נייער, אדרבא, ההיפך הוא הנכון.

צו נארמאליזירן דעם געדאנק, און טאקע צושטעלן אין דער שטאט א שטיקל דארמעטארי פאר מענטשן וואס וויילן עטליכע אדער אלע וואכנטעג אין שטאט, וואלט געקענט זיין א שטארקע הילף צו מאכן דעם טויש.

והנלע"ד כתבתי.

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:05 pm

ווען מען האט שוין דעם שטריק ארום דעם האלז אזוי ווי איר שילדערט אייער מצב..
דארף מען טאקע אויסערארענטליכע הילף
אבער מכאן הקריאה יוצאת פארוואס שטיפען דעם דיעבד ביז מקען זיך שוין טאקע נישט קיין עצה געבן.
פארוואס זאלען עלטערן נישט אינקארידשען. אז אין די ערשטע צען יאר נאך די חתונה זאל מען זיך מסדר זיין מיט א דירה אין א עפארדעבל סעטאפ..???
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך בענאק » זונטאג אוגוסט 30, 2020 4:21 pm

די פראגע איז אמת'דיג א ריכטיגע, און אין מציאות איז דאס דער פאקטישער סיבה פארוואס די אפסטעיט געגנטער זענען נאך נישט פיל.

אבער עס איז דא אויף דעם צוויי תירוצים.
1. עס מופט זיך סייווי נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן, ס'נעמט כאטש א האלבע יאר פון ווען מען מאכט זיך אפ אז מען גייט מופן ביז מען מופט פאקטיש. סוי אין די צייט קען מען זיך שוין אינטערסירן און מעגליך טרעפן א פיינעם דזשאב אין די נייע געגנט.
2. בדיעבד אויב טרעפט מען נישט קיין דזשאב אויף ווען מען מופט ארויס, לוינט זיך צו פארן און קומען - אפילו טעגליך! (שריי נישט...) און אז נישט, כאטש וועכנטליך ביז מען טרעפט א גוטע נייע פרנסה.

דאס איז קלאר אז דער זן ומפרנס לכל האט אינזין אייער פרנסה אויך אין די נייע געגנט.
נקוט האי כללא בידך: אויב האט זיך דיר געפירט און דו ביזסט אנגעקומען אין א נייע געגענט וואוינען, זיי זיכער אז דער זעלבער רבוש"ע וואס האט דיר אהערגעשיקט וועט דיר אויך צושטעלט די פרנסה דערפאר.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 30, 2020 5:14 pm

אין קורצן: ארבעים יום קודם יצירת הולד כו' בית פלוני לפלוני (דירה) שדה פלוני לפלוני (פרנסה)

איך האב מיך געצויגן מיט א שטוב מיט קינדער, מיין פרנסה איז בלויז בעסער און שטארקער געווארן ב"ה
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג אוגוסט 30, 2020 5:26 pm

בסתר המדרגה האט געשריבן:צו נארמאליזירן דעם געדאנק, און טאקע צושטעלן אין דער שטאט א שטיקל דארמעטארי פאר מענטשן וואס וויילן עטליכע אדער אלע וואכנטעג אין שטאט, וואלט געקענט זיין א שטארקע הילף צו מאכן דעם טויש.


נארמאל?
נאו פראבלעם. ביי מיר האסטע גע׳פולעט... געגאנגען!

בעצם קענעך גראדע יא זעין א חילוק פ״וו ס׳זאל אמאל זיין מער א איינגעגאנגענע זאך ווי היינט...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

בסתר המדרגה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:17 pm

Re: פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך בסתר המדרגה » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 1:13 pm

Graphic24 האט געשריבן:
בסתר המדרגה האט געשריבן:צו נארמאליזירן דעם געדאנק, און טאקע צושטעלן אין דער שטאט א שטיקל דארמעטארי פאר מענטשן וואס וויילן עטליכע אדער אלע וואכנטעג אין שטאט, וואלט געקענט זיין א שטארקע הילף צו מאכן דעם טויש.


נארמאל?
נאו פראבלעם. ביי מיר האסטע גע׳פולעט... געגאנגען!

בעצם קענעך גראדע יא זעין א חילוק פ״וו ס׳זאל אמאל זיין מער א איינגעגאנגענע זאך ווי היינט...


חילוקים קען מען אלץ מאכן, מען קען זאגן סברות בעד ונגד. ושערי סברות לא ננעלו.

למעשה, אויב איז מען זיך מתבונן מיט אן אמת, זענען דא גענוג מענטשן היינט אויך וואס זענען אוועק פונדערהיים לצורך פרנסה פאר לענגערע צייט אפשניטן. מען דארף פשוט אויפברענגן און רעדן פון די אפציע אויך ווען עס קומט צו נייע ישובים.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:22 am

א גוטע געדאנק. אבער די חילוק איז אז אמאל איז מען געפארן יעדע שטיק צייט. דא רעדסטו אז א טאטע זאל נישט זיין אינדערהיים אגאנץ יאר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: פרנסה לעזונג פאר ערי השדה - שיבה אל העבר

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:22 am

לכאורה האט געשריבן:אין קורצן: ארבעים יום קודם יצירת הולד כו' בית פלוני לפלוני (דירה) שדה פלוני לפלוני (פרנסה)

איך האב מיך געצויגן מיט א שטוב מיט קינדער, מיין פרנסה איז בלויז בעסער און שטארקער געווארן ב"ה


ביסט א פרילענסער? מען רעדט פון אידן וואס האבן א 9-5 דזשאב
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט