בלאט 1 פון 33

חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 3:47 am
דורך טוהן צו די זאך
דורכברוך: נאך איבערמידליכע כוחות פון עסקנים איז בס"ד געלונגן צו דורכברעכן דאס אומגלויבליכע נאך וואס א קבוצה פון 8 היימישע משפחות פון מאנסי. וויליאמסבורג און קרית יואל האבן אפגעמאכט און געטוהן צו די זאך און קויפן הייזער אין אריזאנע נעבן פיניקס און עטליכע האבן זיך שוין אריבערגעצויגן למעשה. עס איז די רעדע פון משפחות ברוכות ילדים היימישע פון עטליכע קרייזן ווי סאטמאר. סקווירא. בעלזא און סקולען. אויםדערווייל איז שוין דא א חדר ווי די יונגלעך לערנען מיט א מלמד אויפן אלטן שטייגער וואס וועט זיך בס"ד בקרוב אויסברייטערן. איינע פון די עשרה ראשונים איז א אנגעזעהנע מורה הוראה בישראל פון וויליאמסבורג וואס באגלייט דערווייל דעם פראיעקט שלא על מנת כבוד נישט וועלענדיג נעמען אויף זיך דעם עול הרבנות אלץ מיטן כוונה אז די פלאץ זאל זיין גרייט פאר אלע קרייזן פון חסידישע אידן וועלעכע פילן אז זיי ווילן קובע זיין זייער היים אין אריזאנע

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 4:21 am
דורך קיסריה
זייער פאני.
סוד ווער זיי זענען?

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 4:31 am
דורך טוהן צו די זאך
איך וויל נישט אויספאמפן קיינעם. והמבין יבין אז נישט יעדער האט חשק צו טרעפן זיין נאמען אויפן ציל ברעט. קענסט מיר פרעגן אין אישי. עני אנדערע אינפארמעישן וועל איך זיך פרייען צו אויספאמפן

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 7:27 am
דורך פעטער שמואל
וועלכע געגנט אין אריזאנע?

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 7:48 am
דורך טוהן צו די זאך
פעטער שמואל האט געשריבן:וועלכע געגנט אין אריזאנע?

Casa grande Arizona דאס איז אין פיניקס מעטרא. גאר אסאך ארבייט אפורטוניטיס. אויסמיידענדיג די פיניקס סיטי טעקס. מיט גאר עפארדיבעל קאסט אוף ליווינג. הארט נעבן די פינפטע גרעסטע שטאט אין אמעריקא דאך האט עס א אפסטעיט חן פון לעבן מיט פריוואטע הייזער מיט א געשמאקע הויף. ווען די חודשליכע קאסט אריינגערעכענט מארטגעזש. טעקס מיט אינשורענס באשטייט פון ארום $1,100 פאר א נייע הויז פון 2,500 סקווער פיס (נישט אריינגערעכענט די ווענט ווי מען טוט אין ניו יורק) + גאראזש
( נ.ב. פראפערטי טעקס לויפט צווישן $700 צו $1,800 א יאר)

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 7:54 am
דורך לייטער
Wow עכט שיינע הייזער פאר ביליגע טעקס
טאקע זייער הייס דארט זומער

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 8:37 am
דורך לייטער
ס שמעק מיר זייער די פלאץ, הגם איך גיי לכאורה נישט גיין וואוינען דארט
אויב איינער קען שרייבן אויפן אויך די חסרונות פון די פלאץ
און אויך די מעלות

וואס איז מיט שכר לימוד באצאלט די גאווערמענט אינגאנצן?
משיגהנע שווערע היץ אין זומער
פרנסה אפציעס
כשרות

מעלות זעה איך
ווינטער איז א מחיה
גיט פאר געוויסע הויט און נאך פראבלעמען
מורא'דיג ביליגע פראפעטי טעקס
הערליכע ביליגע הייזער



פלייט צי נוי יארק איז בערך 300 $ אן א סטאפ( עטליסט יעצט ) 5 שעה וועג

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 8:40 am
דורך לייטער
איז די גרופע א ספעציעלע איינגארטיגע? , אדער יעדער קען זיך פילען באקוועם
איך האב נישט קיין ידיעה איך גלייב אז אסאך ניקס האבן די קשיא און ווילן וויסן

קען זיך א פשוטע איד א עוורידידש היימישע אינגערמאן פילן באקוועם דארט צווישן די נחשונים ?

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:18 am
דורך ר' יום טוב
ס'נישט צו הייס דארטן זומער?

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:25 am
דורך farshlufen
ר' יום טוב האט געשריבן:ס'נישט צו הייס דארטן זומער?

נישט געפערליך

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:37 am
דורך ישוב הדעת
נישט פאר מיר...

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:39 am
דורך אסדר לסעודתא
דאס איז אויך נישט אזוי גוט...

The chance of becoming a victim of either violent or property crime in Casa Grande is 1 in 31. Based on FBI crime data, Casa Grande is not one of the safest communities in America. Relative to Arizona, Casa Grande has a crime rate that is higher than 79% of the state's cities and towns of all sizes.

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:42 am
דורך ארחיקה נדד
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דאס איז אויך נישט אזוי גוט...

The chance of becoming a victim of either violent or property crime in Casa Grande is 1 in 31. Based on FBI crime data, Casa Grande is not one of the safest communities in America. Relative to Arizona, Casa Grande has a crime rate that is higher than 79% of the state's cities and towns of all sizes.

וויפיל איז ניו יארק סיטי?

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:43 am
דורך farshlufen
די וועטער איז פונקט גוט, אזוי וועט מען קענען אנהאלטן דער מנהג צו פארן אין קאנטרי..

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:44 am
דורך מצלמה
It’s HOT
But not HUMID.

ס׳איז הייס, אבער א טרוקענע היץ. בעסער ווי דא.

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:45 am
דורך אסדר לסעודתא
קעיס גראנדע - ניו יארק סיטי

Casa Grande crime rates are 25% higher than the national average
Violent crimes in Casa Grande are 61% higher than the national average
In Casa Grande you have a 1 in 31 chance of becoming a victim of crime
Casa Grande is safer than 13% of the cities in the United States
Year over year crime in Casa Grande has decreased by 17%


New York crime rates are 21% lower than the national average
Violent crimes in New York are 42% higher than the national average
In New York you have a 1 in 49 chance of becoming a victim of crime
New York is safer than 21% of the cities in the United States
Year over year crime in New York has not changed

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 9:47 am
דורך מצלמה
דא איז 80% היומיד (נאסקייט)

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:06 am
דורך Porfavor
זיי ציען זיך אריין ווייל זיי האבן קינדער מיט הויט פראבלעמען אדער ווייל זיי האבן ממש נישט געטראפן א בעסערע פלאץ ווי צו גיין?

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:30 am
דורך Programming
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קעיס גראנדע - ניו יארק סיטי

Casa Grande crime rates are 25% higher than the national average
Violent crimes in Casa Grande are 61% higher than the national average
In Casa Grande you have a 1 in 31 chance of becoming a victim of crime
Casa Grande is safer than 13% of the cities in the United States
Year over year crime in Casa Grande has decreased by 17%


New York crime rates are 21% lower than the national average
Violent crimes in New York are 42% higher than the national average
In New York you have a 1 in 49 chance of becoming a victim of crime
New York is safer than 21% of the cities in the United States
Year over year crime in New York has not changed


צו קאמפעירן דארפסטו ברענגען ניו יארק סיטי נישט סתם ניו יארק סטעיט

נאך א חילוק - (פאר די ראסיסטן צווישן אונז...) די פארברעכער אין קאסא גראנדעי זענען ווייס אדער היספאניש, נישט שווארץ..

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:37 am
דורך קרייסלער
אסאך מענטשען פארן אהין צוליב עקזעמע

סאיז הייס דארטן אבער נישט הימוד

ויסעו

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:37 am
דורך וואס עפעס?
די היץ אין אריזונא איז בכלל נישט דומה צו ניו יורק
עס איז נישט אזוי הייס וואו דא צוליב די humidity

כשר עסן איז דא אין פינעקס
מילכיגס ווייסעך נישט
א שיינע קהילה אין פינעקס און א הערליכע געגענט , גרענד קעניען יעדער שני וחמישי איז נישט אוועקצומאכען...

וואס קאסט א הייזקע?

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:38 am
דורך אסדר לסעודתא
Programming האט געשריבן:צו קאמפעירן דארפסטו ברענגען ניו יארק סיטי נישט סתם ניו יארק סטעיט

נאך א חילוק - (פאר די ראסיסטן צווישן אונז...) די פארברעכער אין קאסא גראנדעי זענען ווייס אדער היספאניש, נישט שווארץ..

ס'איז ניו יארק סיטי.

פון דא https://www.areavibes.com/new+york-ny/crime/

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:42 am
דורך Goodmorning
א ווינטער הייזקע אין אריזאנע און זומער קום איך צוריק צו גלילות קרית יואל. נאט בעד.

זיכער זיין אסאך ביזנעס אפארטוניטיס מיט וואקאציע רענטעלס, רעסטאראנט א.א.וו.

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:44 am
דורך Programming
די שטאט פון 50,000 איינוואוינער איז פונקט אינמיטן, צווישן טוסאן פון איין זייט און פיניקס פון די אנדערע זייט. די וועג צו פיניקס נעמט 48 מינוט און צו טוסאן נעמט א שעה מיט עטליכע מינוט. רוב איינוואוינער ארבעטן אדער אין טוסאן אדער אין פיניקס. די שטאט איז 49 פראצענט ווייס, 39 פראצענט היסטפאניש

די שטאט האט א דענסיטי - געפאקטקייט פון 517 מענטשן פער סקווער מייל. וואס איז ענליך צו טשעסטער, לעומת זה פאמאנע האט א דענסיטי פון 1300 פער סקווער מייל און מאנסי האט א דענסיטי פון 3600 מענטשן פער סקווער מייל, איך ווייס נישט צי דאס מיינט אז יעדער איינער האט א ריזיגער שטח אלס בעקיארד אדער איז דא אסאך אומבאוואוינטע שטחים בעת די רעזידענשאל געגנטער זענען יא מער צושטופט

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2020 10:49 am
דורך KMW
קוקט אױס גאנץ ביליג און מענטשליך...

https://www.realtor.com/realestateandho ... -Grande_AZ

https://www.zillow.com/casa-grande-az/

װעגן די היץ זאגן מנטשן װאס זענען דארט אז עס איז געשמאקער װי דא װײל עס איז נישט הומיד און מען פילט נישט די היץ.