לייטער האט געשריבן:ס וואוינען אין יענע געגנט נאך אידן וואס האלטן כשרות און שומר שבת?
מיר האט אייביג פון אלץ קינד געצויגן צו אריזאנע כאטש איך בין קיינמאל נאכנישט דארט געווען
נאך פון אלץ קינד ווען מיינע שוועסטער זענען אהין געפארן פאר א וואך און כהאב געזען די בילדער פון די הערליכע מדבר ביימער
איך זעה אלע הערליכע הייזער אין אריזאנע זענען געבויט מיט בערך די זעלבע וועג אנדערש ווי נוי יארק, איז עס פשוט ווייל דארט איז דא א אנדערע סטייל? אדער וועגן די היץ, אדער עפעס אנדערש
די הייזער אין די סענארא דעזערט ראיאן זענען מיינסטנס נידעריגע איין ביז צוויי שטאק הויך. זעלטן וואס מען טרעפט א הויכע געביידע אין טוסאן, אפי' אין די ביזנעס דיסטריקט.
(וועגן פיניקס בין איך נישט אזוי באקאנט)
איך ווייס נישט פ"וו דאס איז אזוי, ווי איך שטעל זיך פאר איז עס וועגן אזוי איז בעסער פאר די היצן
#גיי ווייס