חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:געליינט די ברוכים הבאים, זייער איסנפירירט געווארן איבער די קידוש השם וואס מפארלאנגט דארט, אבער גיי פארשטיי פארוואס אין נ"י דארף מען נישט איינהאלטן די אלע שיינע טאטן כלפי דעם גוי, פארוואס נאר אים די ווייטע אריזאנע גייט אן הלכות קידוש השם, נו שוין.


בעצם ביסטו גערעכט, אבער דער געווענליכער דער ניו יארק סיטי גוי אנדערש ווי דער אריזאנער און פארלאנגט זיך אנדערע הלכות.

איך מיין אז מען דארף אריינלערנען פשט אז רבי יוחנן האט מקדים געווען לשלום אפילו פאר גוי ווייל זיכער האט ער געוואוינט אין א קליינע דערפעל מיט נאך 5 מענטשן און די חילול השם וואלט ארויסגעשריגן. משא"כ ווען ער וואלט געוואוינט אין נ.י. ווי עס איז א גרויסע שטאט און די גויים זיכער עפרישיעיטן אפילו נישט אז מען גריסט זיי. דאן וואלט רבי יוחנן זיך אויך מונע געווען און טאקע נישט געגריסט. ודו"ק. איך מיין עס איז שוין העכסטע צייט איינער זאל מחבר זיין א נייע שולחן ערוך אדער טעמי המנהגים פאר אלע מאדנע מנהגים און הלכות נ.י. האט בייגעשטייערט צו אונזער ריינע תורה

געראדע גערעדט צו א חשובע דיין וואס איז געקומען קיין אריזאנע און געפרעגט אויף פארשידענע מנהגי נ.י. און ער האט מיר געענטפערט אז ווען ער זאל ווען זאגן אין נ.י. אז די מנהגים זענען לויט אלע דעות קעגן הלכה מפורשת וואלט מען אים באשייגעץ'ט און עס איז מוטב שיהיו שוגגין וכו' אבער דא זאגט ער מיר קלאר אויף פילע פון זיי זענען באמת נישט אויסגעהאלטן
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

געב עס 2 יאר, און מגייט ארויסנעמען הלכות "לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי"
#בשיטה נישט
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

מנהגי נוא יארק לויט אלע דעות קעגן הלכה מפורשת....


קאסא-גראנדא איז נאנט צום מעקסיקאנער גרעניץ, דארט רויכערט מען גיטע זאכן.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

דממה דקה האט געשריבן:מנהגי נוא יארק לויט אלע דעות קעגן הלכה מפורשת....


קאסא-גראנדא איז נאנט צום מעקסיקאנער גרעניץ, דארט רויכערט מען גיטע זאכן.


אין ניו יארק גייען די גוטע זאכן ווערן לעגאל גאר בקרוב
ישראל אשר בך אתפאר
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:בילדער פון די נייע גראסערי אין קאסעגראנדע

וואס איז די אדרעס פון די גראסערי?

עסקינג פאר עי פרעינד
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איינער וואס קיקט אויס האט נישט קיין ניק האט מיר געפרעגט אויף אימעיל וואס איז אויף מיין אינטערשריפט די פראגע
.
Hi I would like to know some more info on this Place, how many families. What the address for the shull

.
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:בילדער פון די נייע גראסערי אין קאסעגראנדע

וואס איז די אדרעס פון די גראסערי?

עסקינג פאר עי פרעינד

913 e 8th st casa grande Arizona
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:בילדער פון די נייע גראסערי אין קאסעגראנדע

וואס איז די אדרעס פון די גראסערי?

עסקינג פאר עי פרעינד

913 e 8th st casa grande Arizona

אדרעס פארראכטן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פון די חב"ד הויפטקווארטיר ווערט געמאלדן אז רב משה סאסונקין אינאיינעם מיט זיין אשת חיל וועלן פארן אויף שליחות קיין קאסא גראנדא און העלפן עטאבלירן די ארטיגע אידישע קהילה. בעזר השם איז די פלאן אז אויף פורים הבעל"ט וועלן זיי שוין דארט זיין און אנפירן מיט די פראגראם.

ופרצת!
אטעטשמענטס
Polish_20210126_001632405.png
Polish_20210126_001632405.png (355.91 KiB) געזען 3871 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

הייסט סגייט דארטן זיין א ליובאוויטשער קרעמ'ל? (נישט פאר כלל חסידים)
גם זה יעבור
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אין די יעצטיגע שניי\פראסט\גליטש\סלאש\בלאטע דארף מען טאקע איבערקלערן אויב קאסא גראנדע איז נישט קיין אפשען...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
א ליכטיגע איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 3:56 am

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ליכטיגע איד »

שטומפיג האט געשריבן:אין די יעצטיגע שניי\פראסט\גליטש\סלאש\בלאטע דארף מען טאקע איבערקלערן אויב קאסא גראנדע איז נישט קיין אפשען...

איך מיין אז יא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

א ליכטיגע איד האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:אין די יעצטיגע שניי\פראסט\גליטש\סלאש\בלאטע דארף מען טאקע איבערקלערן אויב קאסא גראנדע איז נישט קיין אפשען...

איך מיין אז יא

איך קלער אז 73 פערהייט אינמיטן חודש שבטאיז א געשמאקע וועטער
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

טענקא רב שליט"א ביי מנחה מעריב קאסא גראנדע
אטעטשמענטס
טענקא רב שליט"א ביי מנחה מעריב קאסא גראנדע
טענקא רב שליט"א ביי מנחה מעריב קאסא גראנדע
IMG_20210208_205851.jpg (250.88 KiB) געזען 2519 מאל
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

טענקא רב באזוכט קאסעגראנדע
אטעטשמענטס
IMG-4535~2.jpg
IMG-4535~2.jpg (267.52 KiB) געזען 2382 מאל
IMG-4521~2.jpg
IMG-4521~2.jpg (282.32 KiB) געזען 2382 מאל
IMG-4519~2.jpg
IMG-4519~2.jpg (446.26 KiB) געזען 2382 מאל
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

טענקא רב שליט"א צווישן מנחה און מעריב
אטעטשמענטס
IMG_20210208_221549.jpg
IMG_20210208_221549.jpg (271.94 KiB) געזען 2372 מאל
IMG_20210208_221548.jpg
IMG_20210208_221548.jpg (267.81 KiB) געזען 2372 מאל
IMG_20210208_221546.jpg
IMG_20210208_221546.jpg (251.27 KiB) געזען 2372 מאל
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

צו די אלע וואס פרעגן מיר אין אישי. נאכן מברר זיין. פורים איז כמעט אלע דירות אויספארדינגן פאר עטליכע נגידים וועלעכע קומען וויילען אינעם נייע ישוב (עטליכע האבן מעורר געווען פרעגענדיג פאר וועמען זיי וועלן געבן געלט צו מקיים זיין מתנות לאביונים נאך וואס דערווייל זענען צווישן אלע איינוואוינער ב"ה נישט פארהאן קיין אביון)
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

הגה"צ אב"ד טענקא אין א שמועס מיט הגה"צ אב"ד נייפעסט
אטעטשמענטס
IMG_20210210_191600~2.jpg
IMG_20210210_191600~2.jpg (295.6 KiB) געזען 1892 מאל
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:צו די אלע וואס פרעגן מיר אין אישי. נאכן מברר זיין. פורים איז כמעט אלע דירות אויספארדינגן פאר עטליכע נגידים וועלעכע קומען וויילען אינעם נייע ישוב (עטליכע האבן מעורר געווען פרעגענדיג פאר וועמען זיי וועלן געבן געלט צו מקיים זיין מתנות לאביונים נאך וואס דערווייל זענען צווישן אלע איינוואוינער ב"ה נישט פארהאן קיין אביון)

צריכים לתרגם תגובה זו לעברית, לצורך אלו הצריכים לכך
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

איישישאק האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:צו די אלע וואס פרעגן מיר אין אישי. נאכן מברר זיין. פורים איז כמעט אלע דירות אויספארדינגן פאר עטליכע נגידים וועלעכע קומען וויילען אינעם נייע ישוב (עטליכע האבן מעורר געווען פרעגענדיג פאר וועמען זיי וועלן געבן געלט צו מקיים זיין מתנות לאביונים נאך וואס דערווייל זענען צווישן אלע איינוואוינער ב"ה נישט פארהאן קיין אביון)

צריכים לתרגם תגובה זו לעברית, לצורך אלו הצריכים לכך

:wink:
געשטימט פאר ראשעק הול
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

אב"ד טענקא ביים שפאצירן אין חצר בנין הקהילה
אטעטשמענטס
IMG_20210209_180201~2.jpg
IMG_20210209_180201~2.jpg (746.99 KiB) געזען 1762 מאל
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

נאך
אטעטשמענטס
IMG_20210211_181703.jpg
IMG_20210211_181703.jpg (253.73 KiB) געזען 1748 מאל
IMG_20210211_181701.jpg
IMG_20210211_181701.jpg (222.93 KiB) געזען 1748 מאל
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

אין די נייע ישוב אין קאסעגראנדע אריזאנע האט זיך יעצט געעפענט די רעגיסטראציע פאר סעקשן 8 ביז מארטש 29
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:אין די נייע ישוב אין קאסעגראנדע אריזאנע האט זיך יעצט געעפענט די רעגיסטראציע פאר סעקשן 8 ביז מארטש 29

סעקשאן 8 איז געווען די שליסל צי בלומינגבורג און מאנטיסעלאו דעריבער הייבט עס די פאטענשאל עס זאל ווערן א ערנסטע ישוב ווייל עס איז שטארק איינגעפירט צי גיין סיי וואו מקען פאר א יאר צייט מיטן פלאן צוריקצומאפן נאך א יאר וואס דאס מיינט אז אסאך קענען עס אין די יאר צייט פרובירן און דערנאך מחליט זיין אויב צוריקצוקומען
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדא, אריזאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

געוואלטיג האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:אין די נייע ישוב אין קאסעגראנדע אריזאנע האט זיך יעצט געעפענט די רעגיסטראציע פאר סעקשן 8 ביז מארטש 29

סעקשאן 8 איז געווען די שליסל צי בלומינגבורג און מאנטיסעלאו דעריבער הייבט עס די פאטענשאל עס זאל ווערן א ערנסטע ישוב ווייל עס איז שטארק איינגעפירט צי גיין סיי וואו מקען פאר א יאר צייט מיטן פלאן צוריקצומאפן נאך א יאר וואס דאס מיינט אז אסאך קענען עס אין די יאר צייט פרובירן און דערנאך מחליט זיין אויב צוריקצוקומען

סעקשן 8 אפליקאציעס נאר אויפן טעל. דורכן רופן 520-866-7202
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”