נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מאי 26, 2020 5:10 pm

ביפאר איינער ציט זיך ארויס צו א נייע געגענט איז אוודאי כדי (און גאר וויכטיג) צו אדורך גיין אלע פאנאנציעלע חשבונות וואס די חודש גייט איהם קאסטן. און איינע פון די זאכען איז מוסדות. אין די צייט וואס אין שטאט: ווילימסבורג, בארא פארק, וואלט איך געזאגט קאסט שכר לימוד ארום 300-350 פער קינד (עכ״פ ווען מען געהערט צו יענעם מוסד). קאסט אין די נייע געגענטער טייערער (אפי׳ ווען געהערט צו יענע מוסד). אבער איך מיין אז ס׳שטעלט זיך קלאר ארויס אז ווען די מוסד אין די נייע געגענט איז אונטער א (גרויסע) חסידות העלפט יענער חסידות צו.

איך הער למשל אז ביי די נייע געגענטער אין לעקוואד ביי למשל סאטמער מהר״י קאסט ארום 450-500 פער קינד. איך מיין אז די נקידה איז, אז די מוסד ביי למשל קהילות מהר״י העלפט צו, אבער ווייניגער ווי אין שטאט.

דאס איז אגב א שטארקע מעלה ביי למשל בלאמענגראוו אדער סטעטן איילענד וכדו׳ וואס די קינדער גייען ווייטער לערנען אין מאנרא באקומען זיי ווייטער ביליגע שכר לימוד.

איז אינטערסאנט צו הערן וויפעל קאסט שכר לימוד אין די נייע געגענטער?

למשל אין דזשערסי סיטי? בלאמענבערג? אנדערע מוסדות אין לעקוואד: ווי למשל בעלזא? וויפעל קאסט ביי מרס פינקס׳ס נייע school אין סטעטן איילענד? וויפעל פלאנט הרב האלבערשטאם צו בעהטן נעקסטע יאר ווען די חדר וועט אי״ה עפענען (האפענטליך וועט מען שוין זיין פאראיבער מיט די קעראנא כאטש צום נייען יאר) ?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך מאי 27, 2020 4:39 pm

סטעטן איילענד עפנט אי"ה א חדר דעם קומענדיגן סעזאן.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מאי 27, 2020 5:14 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:סטעטן איילענד עפנט אי"ה א חדר דעם קומענדיגן סעזאן.
יא יא איך ווייס. כ׳האב דאך געשריבען הרב האלבערשטאם - דאכצאך צאנז-גריב׳ע רבי׳ס זוהן - עפענט עס. ער איז יעצט די מנהל אין די דרכי חיים חדר.

נוי וויפעל זאגט ער גייט קאסטן פער קינד?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 28, 2020 12:19 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אין די צייט וואס אין שטאט: ווילימסבורג, בארא פארק, וואלט איך געזאגט קאסט שכר לימוד ארום 300-350 פער קינד

אפשר אין וויליאמסבורג צאלט מען ארום 300-350.

אין רוב ב"פ מוסדות צאלט מען 450 - 500.
א שטימע פאר מיר, איז א שטימע קעגן די דיעפ סטעיט!

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג מאי 28, 2020 11:25 am

זייער אינטערסאנט׳ע נייעס האב איך היינט געהערט. אז אין דשערסי סיטי האט א יעדער איינער vouchers.

ס׳נישט צו גלייבן וואס איך האב היינט געהערט אז אין נוי דזשערסי (אין געוויסע פלעצער אין די סטעיט) קען א יעדער איינער האבן vouchers אנדערש ווי אין ניו יארק וואס א יעדע מוסד באקומט נאר א געוויסע מאס פון סלאטס. און נאך א זאך אז אין (און געוויסע ערטער אין) ניו דזשערסי (ווי למשל דזשערסי סיטי) איז דא אסאך א ברייטערע ברעקיט אף אינקאם, ווי למשל אז אפי׳ איינער וואס פארדינט איבער הינדרעט טויזענט דאלער קען נאך אלטס זיין eligible.

דאס אין חשבון דארף לכאורה דזשערסי סיטי האבן ביליגע שכר לימוד. די פראבלעם וואס זיי האבן לכאורה און דארפען נדבנים דארף נאר זיין מיט די בנינים וואס ס׳קאסט דארט זייער טייער. נוי אפשר קען מיך איינער ענטפערן וויפעל ס׳קאסט שכר לימוד אין דזשערסי סיטי?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 28, 2020 7:07 pm

ס'קאסט דארט צווישן $260 און $300 שכ"ל, אבער ווי דו זאגסט, רוב האבן וואוטשערס סייווי.

די מוסדות בודזשעט ווערט געקאווערט %60 פון די וואוטשערס אליין.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: נייע ישובים: וויפעל קאסט שכר לימוד פער קינד?

תגובהדורך צולייגער » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:25 pm

סאטמאר לעיקוואוד (מהרי"י) איז $425, און אויב וואוינט מען אין די סאטמארע דעוועלאפמענט איז עס $325 (ווייל פון די הייזער אין די דעוועלאפמענט גייט אראפ א צוואנציגער ביים קויפן די הויז פאר די מוסדות).
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 8 געסט