האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מופן פון שטאט.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מאפן פון שטאט.

יא יעצט איך האב באשלאסן זיך צו אוועקציען
3
10%
איך האב שוין לאנג צוריק אפגעמאכט זיך צו אוועקציען
7
23%
איך בלייב אין שטאט אין א יעדן מצב אין יעדן פרייז
6
19%
איך צי זיך אוועק נאר ווען מ'גייט צאלן 1000$ א סקווער פיס
1
3%
איך האב שוין געמופט
10
32%
אוועקגעצויגן אינמיטן קאראונע, נישט דורכטראגנדיג די מצב פון שטאט
4
13%
 
סך הכול שטימען: 31

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מופן פון שטאט.

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג מאי 22, 2020 8:06 am

דער עולם אין שטאט איז איינגעשפארט אין די קליינע הייזער מיט די קינדער, יעצט מיט די קאראנע וויירוס איז זייער שווער צו וואוינען אזוי, האבן מיר געהערט פון א חבר וואס פלאנט זיך אוועקציען פון די שטאט.

מ'בעט דער עולם זאל שטימען אויב איר האט אפגעמאכט צו זיך אוועקציען פון שטאט.
לעצט פאראכטן דורך צוקער וואסער אום פרייטאג מאי 22, 2020 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מאפן פון שטאט.

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מאי 22, 2020 8:33 am

לייג צו אפציע: זיך אוועקגעצויגן אינמיטן קאראונע, נישט דורכטראגנדיג די מצב.

איך קען אזוינע

אגב, אין מאנהעטן האבן קרוב צו א האלב מיליאן מענטשן (א פערטל פונעם ארטיגן פאפולאציע) פארלאזט דעם שטאט צוליב קאראונע. אויב פערמענאנט אדער פרעוועזאריש? ימים ידברו

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מאפן פון שטאט.

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מאי 22, 2020 9:41 am

נעם אראפ באלד טויזענט משפחות פון וויליאמסבורג וואס זענען אין אפסטעיט אדער אין פלארידע.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מאפן פון שטאט.

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג מאי 22, 2020 10:32 am

פון ווי נעמסטו די נאמבער 1000 משפחות.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מאפן פון שטאט.

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג מאי 22, 2020 10:37 am

כאפצעם האט געשריבן:לייג צו אפציע: זיך אוועקגעצויגן אינמיטן קאראונע, נישט דורכטראגנדיג די מצב.

איך קען אזוינע

אגב, אין מאנהעטן האבן קרוב צו א האלב מיליאן מענטשן (א פערטל פונעם ארטיגן פאפולאציע) פארלאזט דעם שטאט צוליב קאראונע. אויב פערמענאנט אדער פרעוועזאריש? ימים ידברו


צוגעלייגט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מופן פון שטאט.

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 22, 2020 11:27 am

קיין אפציע פאר מיר.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מופן פון שטאט.

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג מאי 22, 2020 11:52 am

וואס איז אייער אפציע.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מופן פון שטאט.

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג מאי 24, 2020 8:13 am

farshlufen האט געשריבן:קיין אפציע פאר מיר.

?

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מאפן פון שטאט.

תגובהדורך פאלקס קיך » זונטאג מאי 24, 2020 8:23 am

מטעמים האט געשריבן:נעם אראפ באלד טויזענט משפחות פון וויליאמסבורג וואס זענען אין אפסטעיט אדער אין פלארידע.

דא א עולם אין לעיקוואד אויך
געזען אויף די סטאטוסען פון עטליכע בראוקערס סיי פון לעיקוואד און סיי פון קרית יואל והגלילות אז יעדע עוועליבעל הויז צו פארדינגען איז געווארן פול ,און בכלל דער עולם קויפט יעצט הייזער אין גרויסען , הייזער גייען אריין אין קאנטראקט ממש טעגליך,דאס קען מען צו לייגן צו די גוטע זאכן וואס איז ארויסגעקומען פון די וויירוס

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

Re: האט קאראנע וויירוס געפירט צו באשליסן אוועק צו מאפן פון שטאט.

תגובהדורך פאלקס קיך » זונטאג מאי 24, 2020 8:30 am

צוקער וואסער האט געשריבן:פון ווי נעמסטו די נאמבער 1000 משפחות.

יעדע זומער היים קאנטרי אין די קעטסקילס זענען שוין פיל פון פאר פסח, צו פון תושבים, רענטערס אדער משפחה, כמעט אלע געשעפטן דארט זענען שוין אפען עטליכע וואכן דארט , נאך א ראיה וועגן פולע גרויסע סופערמארקעטס פון ברוקלין האבן עדווערטייזט אז זיי האבן פרייע דעליווערי צו די קעטסקילס , דאס איז נאר די מאונטענס,
אויסער וואס מענטשן וואס האבן זומער הייזער אין מאנסי און קרית יואל והגלילות,לעיקוואד זענען אסאך דארט יעצט

פלארידא זענען מיר געווען און כאב געטראפן זייער אסאך באקאנטע, גראדע לאו דוקא פון די סיטי נאר פון קרית יואל,מאנסי און לעיקוואד אויך ,
אויסער וואס אסאך האבן מיר געזאגט אז זיי זענען געווען אין פלארידא און כאב זיי ניטאמאל געטראפן , דארט האבן זיך אדורכגעדרייט זייער אסאך היימישע משפחות , און זייער אסאך פלאנען נאך צו פארן פאר א חודש פון יעצט אדער נאך שבועות , דארט איז יעצט דא טויזענטער היימישע משפחות בלי גוזמא, על פי רוב חסידישע ,
הונדערטער חסידישע משפחות זיצן שוין דארט פון פאר אדער נאך פסח


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: המעריב ערבים און 17 געסט